טאטע לעבן, זיי מוחל און ענטפער מיר א תירוץ.
הנה, דער שליח צו ברענגען פאר אונז א תירוץ, איז געקומען און די צורה פון ידידנו הרב המופלג [tag]לעיקוואד[/tag] זאל זיין געזונט און שטארק, וואס חוץ זיין אנשטרענגעניש צו מרביץ תורה זיין בעידן ריתחא בכל חלקי התורה, האט ער מקיים געווען דעם ויאמר למלאך המשחית רב עתה הרף ידך (דברי הימים א' כ"א ט"ו) במלא מובן המילה, פשוטו כמשמעו. דאס האט ער געטוהן דורך זיך מזרז און נישט געפוילט, ממש א חד בדרא, און געמאכט א ויצעקו בפועל ממש. ער האט גערודערט א וועלט אויף די חילול השם ותורתו דורך די געוועזנע עיני העדה וזקנים ששכחו תלמידם, וואס דוקא זיי האבן גורם רציחה ביי כלל ישראל אין די שווערסטע צייט פון די מגיפה וואס איז נישט געווען כמהו שנים רבות, דורך אפען האלטן בתי מדרשות און אנדערע פארענטליכע קיבוץ אנ"ש.
ויצא הקצף, עד שבא ר' יצחק וטיהר את עיר ניו יארק, און ארויס מיט א מלחמת מצוה בגדולים צו ראטעווען אפילו נפש אחת מישראל, כ"ש נפשות רבות, אין די שווערע צייטן פון מגיפת קאראנע ווירוס. דאס האט ער געטוהן, נישט דורך ווייטער שיקען קליפס אדער קאמענטס אונליין, נאר דוקא דורך מעורר און מזרז זיין יודען למעשה, וממצוקותיהם יושעם דורך אנרופען די רוצחים ביים נאמען און מקיים זיין דורך דעם ובערת הרע מקרבך, ויעלה לרצון לפני הבורא נפשות רבות וחסרונן להחיות בהם נפש כל חי.
יעצט, אז די באשעפער שיקט א תירוץ בהקיץ דורך ר' יצחק דארף מען ארויס ווייזען אונזער הכרת הטוב כלפי שמיא, און ארויף לייגען זיין נאמען אויף די ווענט פון די "האל אוו פעים", די רשימה פון אנשי שם דקאווע שטיבל, וואס האבן געמאכט א טיפע איינדרוק ביי כלל ישראל.
****
לעומת זה, פון אזא געזונטען תירוץ שיאמר לצרותינו די, איז גאר שטערקער געווארן די קשיא פון אנא אני בא. ווי אזוי קען זיין אז בשעת די פשוטסטע אומגעלערנטע יודען, אדער אפילו די נישט יודען, האבן פארשטאנען אז פיקוח נפש איז דוחה הכל, דאך האבן די שיינע יודען וואס זענען גאר פרומער און פרומער פונ'ם המון עם, זוכה געווען צו באשמירן די אייגענע הענט מיט בלוט.
ס'לייגט זיך נישט אויפ'ן שכל און מ'קען נישט פארשטיין ווי אזוי ס'איז מעגליך אז בשעת וואס מתים מוטל לפניהם, רבנים וואס מיתתם דורך קאראנע וויירוס איז מכפר ווי יום כיפור, שטייען מענטשן ברבים און שטיפן זיך צו מתדבק זיין מיט די מגיפה ר"ל. דוקא אין אזא צייט וואס די מלאך המות שטייט מיט אן אויסגעשטרעקטן בליטיגע מעסער, ממש פאר די אויגן פון די מלווים. דאס איז נאר איינס פון פיל אנדערע ביישפילן, כגון אפען האלטן בתי מדרשים אדער אנדערע מקומות המוכנסים.
אודאי איז דאס נישט יוצא על הכלל כולו. ס'דא גענוג און נאך געטרייע פאסטעכער צווישן אונז וואס האבן נאר געזארגט פאר אונזער לעבן, אזוי ווי די תורה פארלאנגט און די געפיל פאדערט. אבער דאך זענען די רודפים נישט ממש איינצעלע, נאר ליידער א פינאמינאן וואס שפילט זיך אפ יעצט גאנץ אפט. ווי אויך איז נישט דא די פלאץ צו האקן אויף רבי'ס און ראשי ישיבות, אדער אויף די סיסטעם הצריך תיקון. די קשיא דא איז א פשוטע קלאץ קשיא. ווי קען פאסירן אזא זאך אז פשוטע יודען אין שטאט האבן געזען די אמת בלי שום ספק מיט דעת בעלי בית, בשעת וואס חכמים, נבונים, ויודעים את התורה, נעלם מעיניהם דעת תורה.
טאטע לעבן, כ'האב דיך געפרעגט א שווערע קשיא. איז דא אויף דעם א תירוץ?
תירוצים און קשיות - קאראנוויירוס
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל