א לענגערן איבערבליק אויף Unorthodox
spoiler alertכ'בין אין ליב מיט די כאראקטער פון די פארביסענע מומע מלכה, זי איז די epitome פון אלע איגנארענס וואס גייט פאר צווישן היימישע משפחות... זי האט געהאט פון וועם זיך צו לערנען, איר מאמע איז דאך גארנישט בעסער... די סין אין די חתן כלה דירה ווי אסתי האט א פריוואטע שמועס מיט איר איז גאלד! מ'קען שרייבן בלעטער איבער יענע פאר ליינס אהין און צוריק, גאנצעטע סיזנס קען מען מאכן דערפון!!
אין איין ווארט: ס'איז דא א פראבלעם; יעדער איז פאדראסן און אנשטאטס האנדלען דערמיט ווי א נארמאלע מענטש געט די פארסמ'טע זרש אלע סארט אירעלעווענט עצות און הגהות אנשטאטס א טראפעלע סימפאטיע.. יענע צוויי מינוט אין די מעשה איז איינס פון אסאך חלקים וואס איז אזוי אמת!!!! sadly enough
ווי למשל; די מה יאמרו הבריות קארד, וואס ווילסטו פון דיינע צובראכענע אור עלטערן ס'זאל זיי צוטרעטן צום געזונט? הער אויף מיט דיינע פראגרעסיווע געדאנקען, ווען דיין זיידע באבע האבן חתונה געהאט אין די מלחמה האבן זיי נישט געוויסט בעסער, מילא דארפסטו היינטיגע צייטן אויך נישט וויסן בעסער... אלעס נאר נישט א גלעט, כ'פיל מיט מיט דיר, כ'וועל דיר זעהן צו העלפן וכו' נאך א זיסע פארט, די שמועס מיט די מחות'נסטע (יאנקי'ס מאמע) קודם שפילט זי שיין צו איר "שלעפ נישט זיי זיך נישט מטריח..." ווייל ס'קומט אזוי, מ'ווייזט א שיינע געזיכט, נאכדעם בארעדט מען יענעם אונטערן רוקן - די סימבאל פון א אידישע שטוב - ווי נאר די שוויגער זאגט איין קרום ווארט קומט ארויס די מומע מלכי'ס עכטע פרצוף, און זי זאגט אפן איר מיינונג אין פנים אריין, בכלליות איר גאנצע כאראקטער שפיגלט אפ א toxic being וואס אפעקטירט יעדעם ארום איר.
אגב, א סתירה אין אסתי'ס כאראקטער, א עריע ווי מ'איז געגאנגען צו ווייט מיטן איר מאכן פאר א תם; אויב איז זי אזוי אומוויסנד אז זי האט נישט די ערשטע מושג וויאזוי מ'נוצט גוגל, דאן פון ווי איז די הוה אמינא ארויסגעוואקסן פריער אין די מעשה, אז אויף יוטוב קען מען טרעפן **** קאוטשינג? אסאך זאכן זענען איבערגעטריבן אדער אומרעאליסטיש, וועלכע מיידל ווייסט נישט וואס זי האט? זכרים זענען אפשר מער אויפגעקלערט אבער מיידלעך זענען נישט קיין קליינע קינדער... ווער טראגט א לאנגע נאכט העמד מיט ציצית א יעדע נאכט? און זי מיט די robe אויף די night gown אין שלאף צימער... וועלכע חסיד וואלט זיך איינגעהאלטן א יאר? (כ'האב נאכנישט געליינט די בוק איז די חלק אמת?)
אסתי'ס כאראקטער האט א טוץ פון מענטל אישאוס כ'בין נישט קיין עקספערט אבער מ'זעהט עס אין איר, כ'גיי נישט יעצט מאריך זיין דערויף ווייל ס'איז דא מערערע. כ'האב מורא'דיג גענאסן פון דעם שטיקל ווען זי קומט אן קיין בערלין מיט די אפענע אויגן, ווי זי נעמט אריין די טריפה'נע גאס און יעדע ריר איז איר ניי און exploratory, זי זוכט זיך אליינס, זי איז אומזיכער וואס מ'זאגט יא, וואס מ'זאגט נישט אא"וו, מיט דעם האב איך שטארק קענעקטעד. די גאנצע צוגאנג פון טרעפן נייע חברים און זיך נאכשלעפן האב איך זייער געגליכן, און מ'טשעפעט איר אפאר מאל פאר די נישטיגקייט, סתם ווייל זי איז נאך א גרינע, און ווייסט נישט וואס און וועם צו גלייבן, די גאנצע וועג וויאזוי זי טרעפט זיי האט געפילט שטארק נאטירליך.
זי איז אזוי נישט אהין נישט אהער, פון איין זייט האט זי די עקסייטמענט פון אנהייבן א נייע לעבן, פון די אנדערע זייט האט זי נאך די גילט פארן אנטלויפן, און אויך איז זי נאך אומבאקאנט מיט הלכות secular lifestyle ביי די ביטש שטייט זי אינגאנצן פארלוירן און פארקווענקלט אלעס נעמט איר צייט, ווי א פינף יעריג'ס וואס גייט די ערשטע מאל שווימען… בעת ווען די אנדערע צולויפן זיך ווי פרייע פויגל מאכן א לעבן, ווייסן נישט פון קיין דאגות און טראמא, דאס האט מיר מורא'דיג בארירט, כ'קען עס נישט שילדערן אבער ס'איז עפעס א צודרייטע טיפע צענע.
ס'איז דא א זאך וואס הייסט introvert דאס הייסט א מענטש וואס איז מער א נחבא אל הכלים, האט מער ליב צו זיין אליינס ווי מיט פריינד, עוואוידן גרויסע קראודס, רעדט נישט הויעך, א צוריקגעצויגענער. איר קענט דא ליינען נאך symptoms
https://introvertdear.com/news/introver ... ble-signs/אסתי איז א introvert און כ'פיל ווי דא ליגט א טיפע פוינט, זייער אסאך מענטשן, לאו דוקא, אבער בפרט ביי אונז, שעצן נישט diversity דאס איז א פאקט קלאר ווי טאג, און מ'זעהט אין די שאו ווי זי ליידט נאר פארן זיין א ביישן, פארן זיין אנדערש, אפטמאל איז עס פארבינדן מיט זיין קריעטיוו, און ס'איז כדאי מ'זאל זיך פארבעסערן אין דעם. ביי אונז מוז יעדער פיטן א געוויסע מאלד, צו ס'איז מיט ישיבות, צו ס'איז מיט טוהן שידוכים, די סטאנדארט פון חתונה מאכן, און וויפיל געלט מ'מעג מאכן וואספארא סארט דזשאב מ'מעג האבן און נאך פילע אזוינע זאכן.
יאנקי איז סתם א אפגעריסענער יוקל א טיפיקל פאפרומט'ע ישיבה בחור וואס האלט נאך סאאאאך פארן חתונה האבן, ער דארף נאך אפאר יאר טעראפי פאר זיין IED און ווי צו'חושט ער איז, איז ער לכבוד דעם מער דיפענדענט אויף זיין מאמע... אזא גרויסן טעות, רעד מיט א קאונסלער, רעד מיט א סעקסאלידזיסט, איינער וואס אפערט פראפעשינעל עדווייס, מיין מאמע האלט מיין מאמע זאגט... ווער האט איר געפרעגט? אזא פנים האט עס ווען מ'איז נישט גרייט חתונה צו האבן מ'טראכט דאך נישט פון די פראבלעמען וואס קען און וועט זיך מאכן... נעבעך גענומען צוויי אומסטאבילע פארשוינען און חתונה געמאכט. דזשאסט לייק דעט.
די צענע ווי יאנקי כאפט אוועק מוישע'ס סמארטפאון איז זיס באט אביסל איבער די טאפ, אויב איז ער אזוי נאאיוו, שטימט נישט די גאנצע ענד, אבער ער איז גאנץ א פיינער עקטער, היבש א טשעלענדזשינג פארט אראפצושפילן אויך. בדרך הלצה; זיי זענען א גוטע מעטש ווייל ביידע זענען נייגעריג צו עקספלאורן...
מוישע (Jeff Wilbusch) איז אייזן גוט, ער איז פון איין זייט דער טו פעיסער וואס שפילט ביידע זייטן א מינוט דעם הייליגן שליח לדבר מצוה, און א מינוט דער פראסטער קלאב גייער/געמבלער... כ'האב ליב זיין פלינקייט, מ'האט קוים אריינגעטשעקט אין האטעל ער איז שוין אפן פאון מיט זיינע קאנעקשענס... די גלעזל מיט די באנאנע שיריים אין די מאמע'ס הויז האט מיר געקאסט א טיפן געלעכטער, זיין קערעקטער איז א געמיש פון badass געוואגטקייט, גרייט אויף אלעס, זייער tranquil און מיסטעריע איבער זיין עבר, מ'ווייסט נישט פונקטליך וואס זיין גיין די ערשטע מאל האט געמיינט פאר אים, צו ער האט גענצליך חרטה געהאט צו ער האט נאך second thoughts און ווען דעס איז אלעס פאריבער צו וועט ער זיך אפשר באקלערן צו מאכן א בואי בשלום און זיך צוריקדרייען קיין בערלין, מ'ווייסט נישט. וואס מ'זעהט אבער יא איז ווי ער שרעקט אן אסתי מיט אלע סארט שפיזיגע און דערנידערנדע לאזונגען, ווייל ער איז שוין "דארט" געווען ווי גלייך 2 מעשיות זענען די זעלבע, ער רעדט אזוי עקסטרעם דארט ס'קען זיך דאכטן צו ס'קומט נישט פון קנאה, ער גיסט פשוט איבער זיין גילט צו אסתי, אלנפאלס ער נעמט די מהלך ווי רוב עסקנים און פאמיליע מיטגלידער, אין א פארזוך צוריקצוברענגען דעם פארוואגלטע נשמה וואס מאכן יענעם נאך מער מיזרעבול, מיט שטותים און אירעלעווענט מלחמה ב"ש היסטאריע חזר'ט זיך איבער בלא בלא בלא...
די מאמע איז אויך גאנץ א פיינע עקטרעס, זי האט אסאך דורכגעמאכט און זי האט טאקע אסאך העיט אויף די קאמיוניטי, פארט וויל זי נאך אלס די בעסטע פאר איר קינד, איר ווייב איז סתם נישט אריינגעקומען כ'האב פיינט ווען מ'זעהט א עקטאר פאר 2 מינוט וואס טוט נישט גארנישט געב איר ליינס עטליסט. די וואן נייט סטענד איז אריינגעקומען ווי די קאץ איבערן וואסער, מ'רעדט נישט דערפון נאכדעם ס'הערשט א awkwardness כ'האב ערווארטעט ס'זאל זיך שפינען עפעס דערפון, גארנישט.. אויך ס'מאכט אויסזעהן ווי יעדע זכר העלפט נאר ארויס אנצוקומען צו טוהן מעשים טובים...
נאך א זאך וואס האט מיך אויפגערעגט, די צענע ווי זי לויפט אוועק פון דארמיטארי צו קאלן די באבע וואס אין די וועלט האט דעס געדארפט צו מיינען? און די באבע כאפט א הארץ אטאקע סיריעסלי? פארוואס האט זי נישט צוריקגענטפערט? און אז די באבע איז אומסימפאטיש ווי מ'זעהט א גאנצן צייט, פארוואס אין די נאמען פון זלמן לייב פילאפף האט איר אסתי ליב געהאט אין די פורסט פלעיס?? זייער פארנעפלט. די טאטע איז סתם געווען עקלדיג אפילו אויב די טאטע איז טאקע געווען א אלקעהאליק וואלט עס געקענט בעסער ווערן אפגעשפילט ווי היינטיגע צייטן נישט ווי 200 יאר צוריק
לגבי די אוועראול פראדאקשען מ'דארף פארשטיין א זאך: עטס זעהטס דאך אז איך קען אביסל די פילם וועלט, אלעס איז פארבינדן מיט טעכנישע דעטאלן ס'איז נישט דא קיין ריזיגן אויסוואל פון אקטיארן אויף די זאכן, די זעלבע גייט אויף לאקאציעס, און די זעלבע אויף קליידונג אפציעס, ווי א געווענליכע האליוואד פראדאקשען ווי געלט איז נישט קיין עיקר, און די לימיטס וואס ס'איז דא ביים אפשפילן אויטענטיש חסידים, מילא מוז מען אפטמאל ארבעטן מיט וואס מ'האט יא. כ'בין געווען נישט לאנג צוריק ביי פידלער אויפן דאך אויף בראדוועי, געמאכט אין אידיש, כ'האב געכאפט א שמועס מיט עטליכע אקטיארן, איינער איז א יידישיסט גראדע, אבער דער טעביע און די אנדערע מעין עקטערס זענען געהעריג געגאנגען שטודירן אידיש א יאר צייט פאר דעם!
און כ'גלייב דא איז געווען ענליך, ווען דו ליינסט א סקריפט אין אידיש זאגסט עס אפ ווי אשרי, זיי געט מען א אידישע סקריפט געשריבן אין ענגליש... קודם לערן די נקודות, פראסטע אלף בית, יעצט גיי און ארבעט אויס די דיאלעקט… און דאס אלעס דארפסטו אינזין האבן ביים עקטן ווען די קאפ איז אקופירט פון וואס מ'דארף טראכטן צוצוקומען צו זיין "אין קערעקטער" פוינט איז, ווען דו עקסט אין א שפראך וואס דו קענסט פון שלאף, ביזטו אטאמאטיש מער קאנפידענט (טאקע ווי משה און די רבי)
סא נאכאמאל דו קענסט די לעבנסשטייגער ווייל דו לעבסט עס, אבער פאר א דרויסנדיגער צו קומען און נאכמאכן אזוי גוט, כ'עדמייער וויפיל ער האט "יא" עספייעט אויפצוכאפן! א שפראך צו לערנען איז בכלל נישט אזוי גרינג... אלס די מעשה געב איך עס א 5 אלס די עקטן א 7 און אלס די פראדאקשען א 6.5
אז כ'בין שוין דעוויל'ס אדוואקאט אויף א מינוט, וויל איך נאר צולייגן זייער אסאך מענטשן גייען זעהן דעם שאו און וועלן גלייך ארויסהייבן די אומרעאליסטישע פארטס, און כ'זאג נישט ס'איז נישט דא, און ס'קריכט מיך אויך, איז אבער כדאי צו אין באטראכט נעמען אז נישט יעדע זאך אין א מאווי וועט זיין הונדערט פראצענט אמת, און בכוונה אזוי, איז יעדע דעטאל אין די מאווי טיטאניק אמת ויציב? יעדע צווייטע מאווי באזירט אויף אמת'ע פאקטן פארמאגט אויך פיקטיווע חלקים,
יא ס'איז געווען א שיף וואס האט אנגעקלאפט אין א אייזבארג, איינגעזינקען, און טויזנטער פאסאדזשירן זענען דערטראנקן געווארן און אויסגעגאנגען פון קעלט, וואר אז ס'איז געווען א מאנגל אין רעטונגס שיפלעך וואס וואלט געקענט יעדעם ראטעווען, איז אמת אז ס'געווען א דזשעק און ראוז וואס זענען געפאלן אין ליב אויפן שיף און געמאכט א לעבן, מיט עפעס א ראמאנטישע מאלעריי? אויסגעזויגן פון פינגער! נאר וואס'זשע דען? ווי נישט ווי איז דאך עס נאר א פילם, און מ'מוז דאך עס מאכן אינטערסאנט, און מענטשן ערווארטן א געוויסע קלישעי סטרוקטור קוקנדיג אויפן סקרין, אזוי ווי מענטשן ערווארטן ליבע שמוץ און שרעקעדיגע חלקים ס'איז א דבר פשוט, ווי אויך איז דא די חלק אז דער פראדוסער וויל זיך אויסגעבן זיינע פאנטאזיעס דערביי קאלירט מען ארויס פון די ליניע און מ'פיצט צו זאכן ארויף און אראפ, אמאל לויט נגיעות אמאל לויט נגיעות פון די טיווי נעטווארק, אמאל לויט דער וואס פאנדט דעם פראעיקט, און אמאל פארוואס נישט פאר די אייגענע טאלאנט לאווי דאווי זיסע דמיונות ראמאנטישע שורות וד"ל און... בביאת גואל צדק במהרה… די ענד..
די זעלבע זאך דא, ארויסגעבן אייגענע ווערק צו די וועלט איז א פריוויליגע, א זאך וואס אסאך ווילן טוהן, און ווען מ'האט א געלעגענהייט עס צו טוהן וויל מען עס טוהן אין די אייגנארטיגע וועג, דאס איז א סימן פון א ארטיסט, ממילא מ'דארף דאס פארשטיין פאר מ'נעמט עס פערסאנל, אפשר ליגט עפעס אונטער דעם don't get me wrong איך האלט נישט אז ס'איז געטוהן צו די זאך, פארדרייען פון די אמת פאר דיין בייעס צו ווייל פאר עפעס א סיבה עקש'נסט דיך צו לאזן דיינע פינגער אפדרוקן אבי אן א הסבר, צו ווייל דו ווילסט גיין אין שפאן פון געווענליכע ראמענטיק מאוויס, מיט דעם אלעם פארשטיי איך דעם דירעקטאר'ס פערספעקטיוו, די גאנצע אויספיר פון די שאו די קאנעקשן מיט די מי בן שיח און די ראמאנטישע שפאציר פון אסתי און יאנקי, די צאמפלעכטן שורות וואס איז געזאגט געווארן אנפאנג, דאס זענען זאכן וואס מ'זעהט אסאך אין פילם, ס'איז א פארמיולע די רייזע קומט צו א ענדע, מיט א געוויסע דערלייכטערונג, גראדע מיט די ספעציפישע מעשה האט עס נישט געשטימט איך זאג נאר אזויפיל אז כ'פארשטיי פון ווי זיי קומען.
אגב אז איך רעד שוין, איך פערזענליך גלייך בדרך כלל סאך מער א טרויעריגע ענדע, פאר 2 סיבות: קודם כל ס'געבט נאך א טשאנס פארן דירעקטאר צו קאנסידערן א part 2 אינעם עתיד, און פשוט ווען מ'ענדיגט עס וואטשן שפירט זיך נישט דעם gap פונעם סקרין ביז ריל לייף, אדרבא ס'איז מער עכט טאקע ווייל ס'ענדיגט מיט א ציפ, מ'פילט עס בעסער, ווייל אין עכטן לעבן ענדיגן זיך נישט אלע מעשיות גוט, פונקט געזעהן א גוטע קוואוט
"Happy endings are stories that haven't finished yet"
נאך דא אסאך צו רעדן. אויב דו ווילסט נאך סחורה, ביטע לייק בבחינת זה נהנה וזה לא חסר ס'געט מיר חיזוק צו שרייבן נאך.
אויף דערווייל האטס מיר א כשר'ן פרייליכען קווארענטין