פיקוח נפש! ליסטע פון שולן וואס זענען נאך אפן און עצות

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
מיימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
האט שוין געלייקט: 262 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1509 מאל

שליחה דורך מיימון »

די אלע שולן וואס זענען יא אפן האלבוועגס אדער אינגאנצן זענען בלויז א קליין טייל פונעם בילד. אז מענטשן נעמען עס נישט ערנסט וועט גארנישט העלפן. שבת האט מען שוין נישט געדאוונט ביי אונז די לעצטע צוויי וואכן. וואו איז דער עולם? פאריגע וואך האב איך זיך געשטעלט אויף די גאס ארום 11:30 צו כאפן א בליק, יעדע פאר מינוט איז נאר איינער אהיימגעקומען פון ערגעץ. איין שכן האב איך געזען קומען און גיין צו א דערנעבנדיגן הויז מיט'ן טלית. איינער זאגט מיר ער האט געדאוונט ביי זיין טאטן מיט די משפחה מיט מנין. אזוי דאס איז נאר וואס כ'האב געזען. די וואך האב איך נישט באמערקט, אבער אין דערנעבנדיגן גאס וואס מ'קען אריבערהערן איז געווען א מנין אויף די פארטשעס. פון מיין גאס האט בלויז נאך איין שכן מיטגעדאוונט מיט זיי. די איבריגע? כ'האף זיי האבן געדאוונט אין שטוב, כ'גלייב אז נישט אלע.

אין א געוויסן שול בין איך געווען שוין נאכ'ן פארשפארן, געגאנגען אויסטשעקן, אינדרויסן האט אויסגעזען דעזערטירט, טונקל, אבער אין היכל הפנימי האט געארבעט די לעקטער און א גרויסער מנין איז אנגעגאנגען. מעגליך ס'האט זיך שוין געטוישט אינצווישן, זאכן זענען געווארן ערגער, אבער לפי הבנתי קומט נאך דער רב אראפ דאווענען און נאך אידן קומען אויך דא דארט נישט ממש ווי שנים כתקנן אבער בקיצור מ'דאוונט. לפי הבנתי איז דאס ביי רוב פריוואטע שולן וואס גייען אן אומאפיציעל האלבוועגס נאר פאר די נאנטע וכו'.

פארוואס נעמט מען עס נישט ערנסט? ווען מען לעבט אין א צמצום זעט מען בלויז זיך, אין וואס א שטערקערן צמצום מען לעבט אלץ ווייניגער זעט מען ארום זיך. עס איז נישט בלויז אז זיי ווייסן נישט די נייעס ווייל זיי האבן נישט קיין אינטערנעט. אפילו אויב דו וועסט זיי פארציילן די נייעס וועלן זיי עס נישט "כאפן". זיי האבן נישט די בעקגראונד צו משיג זיי וואס דא גייט פאר. זיי הערן נישט דעם פרעזידענט רעדן, דעם גאווערנאר, זיי ליינען נישט קיין צייטונגען זיי האבן נישט קיין מושג פון די אלע העצע און העדליינס וועגן חסידי'שע אידן וואס פאלגן נישט דעם קוואראנטין און אפילו זאלסטו זיי פארציילן פארשטייען זיי נישט וואס דו ווילסט, זיי האבן אונז אייביג פיינט ניין? ווי איינער זאגט, אפילו אויב דו וועסט אפשפארן קרית יואל וועלן די חברה דאס ניטאמאל וויסן, זיי גייען נישט ארויס פון קרית יואל... אפילו נייעס פון ארומיגע קרייזן דערגרייכן זיי נישט, וועסטשעסטער אידן זענען ביי זיי אומעקזיסטירנד, און ליטוואקעס פון לעיקוואוד זענען אזא סארט אינטערעסאנטע קוריאז וואס מען באגעגנט צומאל ביי א שמחה. אפילו ווען מענטשן שטארבן פון צווישן זיי כאפן זיי נישט וואס דאס האט צוטון. די אלע סייענטיפישע זאכן ווי הענטשוך מיט מאסקעס וואס מען זעט ביי א דענטיסט זענען עפעס פרעמד, אזעלכע מאדנע זאכן וואס די מגולחים פון הצלה זאגן, יא מ'דארף זיך צוהערן צו זיי יעצט ס'איז דאך דא עפעס א מגיפה, אפילו די רבנים זאגן מ'זאל פאלגן הצלה, אבער די הצלה זענען עפעס אזעלכע פרעמדע עלעמענטן מיט די סמארטפאונס מיט פענצי שיך, יא מ'טוט זיי א טובה און מ'שטייט ווייט ווען מעגליך אבער עס גייט נישט געהעריג אריין אין קאפ.

אלזא, די עצה? ר' יצחק טוט צום זאך אויפ'ן קורצן טערמין. שרייבט צעטלעך אין דבר יום ביומו, די טעגליכע הויפט אינפארמאציע קוואל פאר טויזנטער בחורים יונגעלייט און ווייבלעך. שרייבט קול קורא'ס מיט'ן נוסח המקובל, בקיצור ער פרובירט צו רעדן זייער שפראך. אויפ'ן לאנגן טערמין דארף מען אנהייבן איינמאל פאר אלעמאל ארויסצושלעפן דעם דאזיגן ציבור פון זייער פארמאכטקייט, ווייזט פאר אייער טאטע די נייעס אויף אייער פאון. יא, ער מעג וויסן אז דו האסט א סמארטפאון און ווייז אים וואס עס גייט פאר אויף די וועלט. בילדער, קליפס, וואויסנאוטס. ווייז פאר דיין ווייב, מאמע, פארמאכטן פרומען ברודער און שוואגער. זאג אים אביסל וואס עס גייט פאר, באקען אים מיט די נויטיגקייט פון זיין באהאפטן און אינפארמירט, שוואך אביסל אפ די שרעק פון קוקן אויף א 'כלי', יעצט מעג מען, און האפנטליך וועט דער ציבור מער אנהייבן צו לעבן מיט ריאליטי און באגרייפן אין וואספארא וועלט זיי לעבן.
חכמת שלמה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 10:56 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 330 מאל

שליחה דורך חכמת שלמה »

לב טהור אין גוטאמאלא.

אדמו"ר שליט"א - אין ניו-יורק
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
מצפצף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 322
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2018 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 178 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 218 מאל

שליחה דורך מצפצף »

יין שרף האט געשריבן:מיין ברודער זאגט מיר אז ישיבה ד'מאנסי איז אפען געהעריג מיט מנינים, אן קיין שום ריסריקשענס, און די אלטע קראנקע ראש ישיבה הגאון רבי משה גרין איז זיך משתתף געהעריג דארט.


אה, און אנדערע נייעס איז היינט די לויה פון הגאון רבי משה גרין ע"ה, וואס איז אוועק היינט פון קאראנע וויירוס..

ישיבה ד'מאנסי האט פארמאכט די זעלבע טאג ווי אלע אנדערע ישיבות.
מיין ברודער לערנט דארט.
ציפור דרור המצפצף ואינו מקבל מרות
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

מצפצף האט געשריבן:
יין שרף האט געשריבן:מיין ברודער זאגט מיר אז ישיבה ד'מאנסי איז אפען געהעריג מיט מנינים, אן קיין שום ריסריקשענס, און די אלטע קראנקע ראש ישיבה הגאון רבי משה גרין איז זיך משתתף געהעריג דארט.


אה, און אנדערע נייעס איז היינט די לויה פון הגאון רבי משה גרין ע"ה, וואס איז אוועק היינט פון קאראנע וויירוס..

ישיבה ד'מאנסי האט פארמאכט די זעלבע טאג ווי אלע אנדערע ישיבות.
מיין ברודער לערנט דארט.

איך רעד פונעם ביהמ"ד מיט די מנינים, נישט די ישיבה מיט די בחורים
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

רוב געשעפטן אין לעיקוואד זענען גאנץ שטרענג, איינער שטייט ביים טיר און לאזט נישט אריין מער ווי די געזעץ לאזט, און דער עולם איז כמעט אלע צוגעדעקט מיט הענטשקעס און אפילו מאסקעס. איך האב געהערט אויף איין געשעפט, א קליינער, וואס איז געפאקט ווי אין מקוה ערב יוכ"פ. און איך האב געהערט אז אין ב.פ. איז דער סצענע אויך אזוי.
וויבאלד איך בין נישט געווען אין די געשעפטן, וויל איך נאך נישט מפרסם זיין קיין נעמן מיט טלפונן, אבער מדארף די חברה אויך אנרופן און מאכען א טומול. מיין שוועגערן איז געווען אין א געשעפט אין ב.פ., און זי האט געזען וואס דארט טוט זיך, נאך דעם וואס איהר מאן און שווער האבען עס געהאט (און איהר שווער איז א בן שמונים), איז זי צוגעגאנען צום געשעפט אייגענטומער, און געזאגט אז מ'דארף ארויס ווארפן די קליינע קינדער פון דארט און דער עולם איז צו פיל צושטופט. יענער האט אויסגערופן אויפ'ן לאודספיעקער, אבער דער עולם האט זיך נישט וויסענדיג געמאכט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
אספקלריה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 235
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 10:21 am
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 374 מאל

שליחה דורך אספקלריה »

אין ניו דזשערזי זענען די געזעצן שטערקער און קלארער ווי אין ניו יארק, און מ'ארעסטירט אין גרויסן.

ניו יארק סטעיט אויטאריטעטן האבען געפעילד צו מאכען שטרענגע געזעצן, בשעת אין ניו דזשערזי איז די מאקסימום נומער 10 האלט מען נאך אין ניו יארק ביי פופציג, מענטשן זיצן דא און זענען פארנומען מיט די טראמפ סינדראום, צי טראמפ האנדלט יא גוט, צו גאר איז יעצט געקומען די צייט וואס די ליבעראלן גייען טראמפייטן אקעגן טראמפ, איך זעה נישט קיינעם אראפרייסן קאומא, איך מיין אז דיר מורפי אין ניו דזשערזי האט זייער שיין באהאנדלט דעם קריזיס פון אלע הינזיכטן.
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

רחמנא ליצלן
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

די צעטלעך זענען מיט בלוט געשריבן, א מין אוממענטשליכקייט און אומ'אחריות, זאל זיי דער איין איינציגסטער באגליקן מיט שכל, און עס זאל נישט קאסטן קיין נפשות.
כרפס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 94
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 26, 2020 1:16 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

שליחה דורך כרפס »

אלע אין גיהינום אריין
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

/
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

דאס מוז זיין דער טעם פארוואס מרדכי הצדיק האט גוזר געווען תענית די ערשטע טעג פסח.

ווייל אויב ס'איז לך כנוס כל היהודים, דעמאלטס דארף מען גוזר זיין וצומו עלי..
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

לעיקוואד האט געשריבן:וויבאלד אז מאיזשהו סיבה רעדן זיך מענטשען איין אז די שטאט און דאקטורים קענען בעצם באשטיין אז בתי מדרשים זאלן בלייבען אפען ווילאנג זיי האלטן אן א"ג סושאל דיסטענסינג. און מאיזה סיבה מיינען מענטשען אז דאס איז עפעס א תירוץ פאר א איד א מאמין בה' ותורתו וואס ווייסט אז אפילו ספק פיקוח נפש איז דוחה אלעס, מכל מקום בין איך מעתיק פון א צווייטער אשכול מיין תגובה ווי איך האב ב"ה אויסגעקלארט די מציאות הדברים מיט לינקס וואס יעדער קען אליינס זעהן די מקור.

לאמיך קלאר מאכן.

דער געזעץ אין ניו יארק סטעיט בסך הכל צווינגט נישט בכח קיין שולן צו פארמאכן ווילאנג זיי היטען געוויסע גדרים (וואס כמעט קיין איין אפענע שול היט נישט! בידיעה ברורה). זיי הייסען - אבער יא פארמאכען. (אויף ענגליש איז דער לשון strongly recommended).

אויף וויפיל איך ווייס האלט קיין איין רב נישט אז די סיבה פארוואס מען דארף פאלגן די רעגירונג איז וויבאלד זיי וועלן פשוט קומען מיט פאליציי פארמאכן די שול. אויף דעם וואלט מען דאך נישט געדארפט פרעגן די רב בכלל און מען וואלט זיך אפשר געדארפט קעגנשטעלן. נאר וויבאלד זיי נעמען אן אז די הוראות והמלצות פון שטאט איז מער ווייניגער וואס מען דארף על פי המציאות, מוז מען זיי פאלגן.

ממילא איז דאס וואס די פאליציי וועט דיר נישט שלעפן מיט קייטן קיין שום תירוץ נישט צו פאלגען די אפיציעלע גיידענס פון סטעיט אז מען זאל יא פארמאכן.

די סיבות פארוואס געוויסע מקומות צווינגען מקומות תפלה צו פארמאכן און געוויסע נישט האט כפשוט צוטוהן מיט פאליטיק און גארנישט מיט די פאקט פון וויפיל סכנה עס איז. ממילא דאס וואס ניו יארק האט פונקט א פאליטישע חשבון מיט קלויסטערס און בתי מדרשים זיי נישט מכריח זיין נישט מעלה און נישט מוריד פאר אן ערליכער איד וואס וויל טוהן וואס די הלכה פאדערט וואס דאס איז לכולי עלמא צו פאלגן לפחות דאס וואס די רעגירונג הייסט.

דאס איז אלעס דער סטעיט, וואס דאס איז נוגע מאנסי אדער קרית יואל, אבער דער געזעץ אין ניו יארק סיטי הייסט בפירוש יא קלאר פאר שולן זיך צו פארמאכן אן קיין שום תירוצים. און זאגט קלאר אז אפילו אינדרויסען זאל מען נישט האלטן קיין "סערוויסעס".

אזוי אויך די סטעיט ניו דז'ערזי (ווי לעיקוואד איז) האט קלאר געהייסן פארמאכען אלע "פלעיסעס אוו ווארשיפ" אן קיין תירוצים.


די סטעיט האט דאנערשטאג נאך קלארער געמאכט די גיידענס צו זאגן אז רעליגיעזע שולן דארפן אויך זיין פארמאכט. איך בין מעתיק פון דער המודיע וואס פארציילט דאס.

[left]NEW YORK -
New York state’s ban on gatherings has now been extended to include services at houses of worship.

Gov. Andrew Cuomo had previously closed all nonessential businesses and banned gatherings of any size, but congregate services at houses of worship were explicitly permitted, albeit discouraged.

Most houses of worship in the state had closed voluntarily since the coronavirus outbreak, but several remained open, with social-distancing measures.

But under the state’s latest guidance, updated Thursday morning, houses of worship may no longer conduct services, though individuals may use the facility with proper social distancing.

The full text of the relevant passage reads: “Congregate services within houses of worship are prohibited. Houses of worship may only be used by individuals and only where appropriate social distancing of, at least, six feet between people can be maintained. Further, individuals should not gather in houses of worship, homes, or other locations for religious services until the end of this public health emergency. If possible, religious leaders should consider alternative forms of worship, replacing
in-person gatherings with virtual services, such as phone or conference calls, videoconference calls, or online streaming.”[/left]

והא לך לשון הגעזעץ המתוקן

Pursuant to Executive Order 202.10, all non-essential gatherings of individuals of any size for any reasons (e.g. worship services, parties, celebrations, or other social events) are canceled or postponed. Congregate services within houses of worship are prohibited. Houses of worship may only be used by individuals and only where appropriate social distancing of, at least, six feet between people can be maintained. Further, individuals should not gather in houses of worship, homes, or other locations for religious services until the end of this public health emergency. If possible, religious leaders should consider alternative forms of worship, replacing in-person gatherings with virtual services, such as phone or conference calls, videoconference calls, or online streaming.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום לעיקוואד, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
I have a dream
Martin Luther King ~
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

צוקער זיס דער, ער ברענגט א המודיע פון א פרישע געזעץ, פון היינטיגן טאג, ווייניגער פון א שעה צוריק.

לעיקוואד האט געשריבן:די סטעיט האט דאנערשטאג קלארער געמאכט די גיידענס צו זאגן אז רעליגיעזע שולן דארפן אויך זיין פארמאכט.

שקר!! היינט זונטאג חול המועד. נישט קלארער געמאכט, נאר פארבאטן צום ערשטן מאל. ביז היינט איז עס בלויז געווען א רעקאמענדאציע.

כה לחי.
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

מסתמא אז איר וואלט געליינט פריער וואס עס שטייט וואלט איר נישט געהאט קיין קשיות.
דער לשון המודיע איז נישט מדויק קוק אין די גיידליינס אליינס עס איז אפדעיטעד אפריל דער ניינטער. ווייזט אויס איינער האט דאס יעצט אויפמערקזאם געמאכט פאר המודיע שרייבן זיי אזוי.
ווי אויך איז נישט געווען קיין שום שינוי אין דער געזעץ זעלבסט נאר אין די גיידליינס וואס הייסט וויאזוי די סטעיט וועט דאס ענפארסען. ווי עס שטייט דארט קלאר זענען די מתוקנ'דיגע גיידליינס באזירט אויפ'ן זעלבע ארדער פון מארטש דריי און צוואנציג וואס איז אליינס א המשך פון ארדער פון זיבעטן אין מארטש , נישט קיין נייע געזעץ.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום לעיקוואד, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

איסר האטלקי האט געשריבן:צוקער זיס דער, ער ברענגט א המודיע פון א פרישע געזעץ, פון היינטיגן טאג, ווייניגער פון א שעה צוריק.

לעיקוואד האט געשריבן:די סטעיט האט דאנערשטאג קלארער געמאכט די גיידענס צו זאגן אז רעליגיעזע שולן דארפן אויך זיין פארמאכט.

שקר!! היינט זונטאג חול המועד. נישט קלארער געמאכט, נאר פארבאטן צום ערשטן מאל. ביז היינט איז עס בלויז געווען א רעקאמענדאציע.

כה לחי.


וואס מיינט "בלויז" א רעקאמענדאציע..?

א יעדער פארשטייט (חוץ פון א פאר אויבר חכמים..) אז די שטאט וואלט פארשפארט בתי מדרשים על מנעל ובריח תיכף ומיד. נאר ציטערענדיג פון עקסטרעם רעליגעזע מענטשן וואס וועלען קלאגען אלס די מישן טשורטש און סטעיט, האט מען "שטארק רעקאמאנדירט".

אזוי איז עס געווען פון די ערשטע מינוט, והיינו הך.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

שליחה דורך שמערל »

דאכט זיך אז [tag]לעיקוואד[/tag] לא דק, שולן דארפן נישט זיין פארמאכט מענטשן מעגן לעגאל דארט דאווענען ביחודות אויפוואשן דעם בעתמעדרעש אדער זיך מתודה זיין פארן גלח, דער געזעץ פון אפריל 23 האט פארבאטן איעדע סארט ציבוריש'ע צוזאמקום, און ווי יעדער וואס האט געוואלט האט דעמאלטס פארשטאנען האט עס אינקלודעד א רעליגיעזע צוזאמקום (מנין בלע''ז), אזוי ווי אבער די עם קשה עורף האט אבער נישט געוואלט פארשטיין, האט עס יעצט די רעגירונג קלאר ארויסגעשריבן פאר די פארשטאפטע הערצער, און אפילו פאר די רע בני ישראל וואס זענען גוט מיטן גאווערנאר און וועם ער האט זיי אליין געזאגט וכו'.
באניצער אוואטאר
זעקעל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 165
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 17, 2020 4:44 am
האט שוין געלייקט: 199 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 83 מאל

שליחה דורך זעקעל »

לעיקוואד האט געשריבן:האלהו וואס יענער חברה ווען יענער חברה?

גדולי הפוסקים האבן געפסק'נט קלאר אז ווער עס דאווענט מיט א מנין איז א רודף און אז מען זאל עם מסר'ן פאר די רעגירונג.

און דאס איז דאך א הלכה פשוטה בלי חולק לויט די איצטיגע מציאות. פשוט בתכלית הפשטות אז מסירה וכו' איז נדחה מפני פיקוח נפש דרבים.

דאס איז די הלכה והוראה מפורשת פון די פרומסטע מערסטע קנאות'דיגע רבנים.



@/
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום סדרן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: אטאקע
רימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 391
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 1302 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1322 מאל

שליחה דורך רימון »

זעקעל אויב פון איינעם שפירט זיך העיט איז עס פון דיר.
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

קלאר צו מאכען צוויי נקודות

דער לשון הגעזעץ איז נישטא בגלוי, עס ליגט ביים ווינער רב אין לעדעל און וויל עס נישט ארויסגעבען, די אלע לשונות זענען צייטונגען וואס שרייבען מפי השמועה פין דער גאווערנער. דער גאווערנער האט משום סיבה נישט געוואלט געבען קיין עונשים אויף די וואס זענען עובר אויף זיין געזעץ, און ממילא קענען די פאליציי טאקע קיינמאל נישט ענפארסען די געזעצען. עס קען זיין אז פארדעם גיבט ער נישט ארויס די לשון הגעזעץ ווייל ער וויל טאקע נישט מען זאל קענען געבען עונשים, אבער הא גופא פארוואס ער וויל נישט קיין עונשים ווייסט מען נישט, אבער מען קען זאגען אז עס איז ווייל ער האלט אז עס פעלט נישט אויס, עס איז נאר א טעמפארערי זאך, און עס קען זיין אז ער האט נישט די לעגאלע כחות, איך בין נישט באקאנט.

וואס די צייטונגען האבען יא געשריבען, איז דער געזעץ פין פיפציג מענטשען נאר געוועהן אקטיוו פאר צוויי טאג, נאך דעם האט דער גאווערנער משנה געוועהן און געמאכט אז דער פיפציג מענטשען איז נישט קיין געזעץ.

די פאליציי זענען אליין צומישט ווי ווייט זיי קענען טוהן, און זיי טוהן זעלטען עפעס מער ווי הייסען הויך, זיי נעמען נישט אריין, זיי זעצען נישט איין, איך ווייס זיי זענען געוועהן אין מונקאטש ערב יו"ט, און טאקע אוועק געשיקט מענטשען, אבער דארט האבען מענטשען נישט געהאלטען קיין סאשעל דיסטאנס. זיי קומען קיין טאש, און בעטען בחורים זאלען עפענען די טיר, און בחורים זאגען ניין, זיי פרעגען בחורים מיט תפילין בייטלעך פין ווי זיי קומען אדער ווי זיי גייען, זיי פראבירען צו טוהן לפי כוחם, אבער למעשה טוהן זיי גארנישט פאר די פלעצער וואס זענען אפען. און זיי ווייסען ווי איז אפען, ווייל אונז קענען זיין זיכער אז פין די צדיקים וואס עס בלוטיגט זיי אויף דעם אז די בתי מדרשים זענען אפען אז זיי רופען גענוג און נאך.

זיי האבען אמאהל געשיקט שבת פין די סיטי דער העלט דעפארטמענט, און פראבירט צו פארשליסען בתי מדרשים מיט אנדערע העלט ווייעלעישענס. אבער די בתי מדרשים וואס האבען א שלאס מיט א נאמבער, גייען זיי נישט אריין.

למעשה איז לעיקוואד אביסל גערעכט, בתי מדרשים וואלטען נישט געדארפט זיין אפען, הגם עס גייען נאר יונגע מענטשען וואס האבען נישט קיין געפאר אין כאפען קאראנא, צו עס גייען נאר אזעלכע וואס האבען עס שוין געהאט, פשוט אלץ דינא דמלכותא, און די הלכה אין הלכות שבת ביי אויסלעשען א שריפה אין שבת, וואס דארט שטייט אז מען מעג לעשען כדי די גויים זאלען נישט מעליל זיין אויף אידען אז וועגען זייערע שבת זענען פארברענט געווארען זייערע הייזער, און זיי וועלען הרג'נן אידען צוליב דעם. און דא איז די זעלבע זאך, מען שטעלט איין אסאך אונזערע פרייהייטען, ווי עס זעהט אויס גייט דער מעשה נאך אנגיין פאר א לאנגע צייט, און אפילו נאך דעם וואס ביזנעס איז צוריק נארמאל גייט נאך אלץ בלייבען א געזעץ אויף מער ווי פיפציג (רחמנות אויף די רבי'ס וואס לעבען אויף הויכע פארענטשעס) פאר אפשר אפילו א יאר, ממילא גייען זיי זיין שטרענגער ביים מאכען די געזעצען לגבי בתי מדרשים (און זיי וועלען א טובה טוהן און אויך אסר'ן קלויסטערס), ווייל זיי וועלען וויסען אז מען פאלגט נישט ביי אונז. און דעמאלס גייען די געזעצען שוין יא זיין מיט א עונש.

ממילא וואלט די ריכטיגע עצה געוועהן חכי רגע עד יעבור זעם, נישט האלטען אפען, כדי נישט האבען קיין עגמת נפש שפעטער.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אספקלריה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 235
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 10:21 am
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 374 מאל

שליחה דורך אספקלריה »

סגייט מיר נישט און קאפ וואס איז די שאלה בכלל,
שטארבען נישט מענטשען טעגליך ? מהאט היינט אריינגעפירט מיין חבר און די פערציגער יארען,ער איז געווען געזונט ווי א בער, זענען נישט געשטארבען יונגע מענטשען ??
ווילאנג מענטשען ווערען נאך טעגליך אריינגעליפערט און שפיטאל, וויאזוי קען א רעכטדענקיגע מענטש ארויס גיין פון הויז אן א הכרח גמור?
סאיז נאך גארנישט קלאר אפילו דיע וואס האבען עס שוין געהאט מווייסט נישט ווען סגייט ארויס פון די סיסטעם.
ווען א מענטש וואלט ווען געהאט צוגעושעפעט א גאן צוזיך און ער ווייסט אז סאיז דא א קליינע צד ספק, אז זיין גאן קען שיסען א מענטש, וואלט ער געגאנגען און שול,
וואס איז בכלל די אנדערע צד דא ?
פארשפארט