שלום אין סאטמאר??

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שלום אין סאטמאר??

שליחה דורך איסר האטלקי »

צום ערשטן מאל אין 20 יאר האבן די אחים הקדושים גערעדט צווישן זיך אויפן טעלעפאון.

האדמו"ר מהרי"י האט נעכטן נאכט גערופן אחיו הגדול מהר"א צו פרעגן איבער די מצב פון רעביצין סאשא.

אין סאטמאר האט מען אלץ געוואוסט אז ס'איז ווערד 20 יאר פון רציחות און שפיכת דמים, פאר איין קידוש ה'...
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

אויב ס'איז אמת...

ערשט א מגיפה, אצינד מאכן שוין די פארציקנדע חיות שלום צווישן זיך... ס'שיינט אז משיח איז שוין אט אט אויפן ברוקלין בריק.
פילייכט נישט? ווארים אין גור האט זיך עס אקאראשט אנגעהויבן... ווער ווייסט דען?!
אינגערמאנטשיקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 627
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 487 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

שליחה דורך אינגערמאנטשיקל »

ס'זעהט אויס אויפריכטיגע נייעס, ביידע פראקציעס פויקן עס אויס בראש כל חוצות (ס'הייבט זיך נאר אהן יעצט די מערכה ווער ס'האט עס אינישיעטע"ד...), וויאזוי אויך מערערע ישראלישע רעפארטערס האבן געטווי"ט דערוועגן.

סא, די צוויי קלויזענבערגערס האבן זיך שוין געטראפען (הגם ס'איז בושות אז די מאמע דארף ליגן אויפן טויטן בעט דערפאר. שוין, זאל עס זיין לעילוי נשמתה), יעצט איז שוין דא עפעס אן אנווארעמונג אין סאטמאר (אויך א בושה אז א דריטע ברודער דארף זיין שטערבליך קראנק עס זאל געשעהן), וואס מ'דארף נאר אויספירן איז א שלום אין בעלעד און אין סקווירא.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

עס איז נאר דא איינער וואס איז אייביג די ערשטע.

למעשה, אין די יעצטיגע מצב, איז עס פיינע נייעס. מ'האט שוין אויפגעגעבן אז זיי זאלען זיך פירען ווי עכט נארמאלע מענטשן, מ'הייבט יעצט אן בעיבי טריטן, ביז ומלאה הארץ דעה את ה'. אזוי ווי יעדער קירוב אקציע, מ'קען נישט אויסלערנען כל התורה כולה על רגל אחת. צוביסלעך וועט מען זיי מקרב זיין צו מענטשליכקייט און אידישקייט
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עס איז נאר דא איינער וואס איז אייביג די ערשטע.

למעשה, אין די יעצטיגע מצב, איז עס פיינע נייעס. מ'האט שוין אויפגעגעבן אז זיי זאלען זיך פירען ווי עכט נארמאלע מענטשן, מ'הייבט יעצט אן בעיבי טריטן, ביז ומלאה הארץ דעה את ה'. אזוי ווי יעדער קירוב אקציע, מ'קען נישט אויסלערנען כל התורה כולה על רגל אחת. צוביסלעך וועט מען זיי מקרב זיין צו מענטשליכקייט און אידישקייט


און ליטוואק וועט שפאנען פאראויס און צייגן די ריכטיגע וועג צו מענטשליכקייט און אידישקייט...
אוהב ספרים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 593
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 22, 2012 7:09 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל

שליחה דורך אוהב ספרים »

גראדע נישט די ערשטע מאל

נאך די ביטערע שריפה פון בת הרב ממאנטריאל, איז אויכעט געווען דיבורים
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אויף אזויפיל יא, מענטשן דארפ׳ן קראנק ווערן, בתי מדרשים דארפן פארמאכט ווערן, מנינים פארשלאסן, כוללים פארהאקט.
נישט געווען קיין שבת הגדול דרשה;
קיין טישן; קיין ים סוף שפאלטן;
רבנים דיינים וכו׳ האבן זערא קאנטראל אויפ׳ן המון - די ארגסטע...
כלל ישראל קוקט יעצט אויף די זינגערס אויפן טראק.
בקיצור, די מצב איז טרוקן...

און יעצט...
הכונו!!
ב״ה האחים הרבנים שליט״א, מ׳האט זיך גערופן וואונטשען א גוט יו״ט, א זאך וואס יעדער נארמאלע ברודער טוט, האבן אונזערע רבי׳ס, צדיקים אויף וועם אונז און די קינדער דארף מיר ארויפקוקן, געטון פיינעלי!
וווואוווו, אכשר דרא!

נאך א מזל, מ׳האט ארויסגעלייגט די נייעס היינט ווען ס׳רעגנט, כלל ישראל דערקוויקט זיך! אשרינו שזכינו... יום ג דחוה״מ פסח שנת תש״ף לפ״ק, וועט לדורות עולם בלייבן איינגעקריצט בספר הזכרון אלס די טאג וואס... בּלאַ בּלאַ בּלאַ

די נייעס ווערט ארויסגעשטעלט, דער מיט זיין נוסח, דער מיט זיין נוסח - ה׳ יברך את עמו בשלום

די עיקר; זיי האבן עס געמאכט אין די העדליינס -

Cp
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

אוהב ספרים האט געשריבן:גראדע נישט די ערשטע מאל

נאך די ביטערע שריפה פון בת הרב ממאנטריאל, איז אויכעט געווען דיבורים

יענע ביטערע שריפה איז געווען צוואנציג יאר צוריק. תש"ס. ס'איז נישט געווען דעמאלטס דיבורי פיוס, נאר פארקערט. מהר"א האט ברוח קדשו פארלאנגט עטליכע תנאים דעמאלטס, וואס מהרי"י האט ברוב קדושתו נישט געוואלט אננעמען.

אבער עס איז געווען א שטיקל געשפרעך ביים ניחום אבלים אין אלעסק אין תשס"ו בערך, נישט דירעקט אבער אומדירעקט. אויך איז געווען עפעס א ווערטער אויסטויש נאכ'ן מאמעס פטירה בשעת יציאת נשמה (מעגליך אויפן טעלעפאן) איבער ארייננעמען דעם ארון אין בית המדרש אדער לאזן אינדרויסן.

אבער דאס איז די ערשטע מאל וואס זיי רעדן פלעין צו הערן וואס טוט זיך. א דורכברוך...

א גוטן מועד!!
לבי ובשרי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 702
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
האט שוין געלייקט: 394 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל

שליחה דורך לבי ובשרי »

עס איז נישט קיין שום גדלות דאס אז ר' זלמן לייב האט אנגערופן ר' אהרן לדרוש בשלום אשתו.

קיינער איז נישט נייגעריג און זיינע פאראינטעסירונגען, און ס'איז נישט מעלה ומורד אויב ער קאלט יא אדער נישט.

דער טעלעפאון קאל צו זיין ברודער איז פשוט נאך א רינגעלע אינעם קייט פון ביקור חולים און צייט שטיפן מיט וואס רז"ל איז אויסגעצייכנט.

האט גארנישט מיט קאראנע שמאנע

און אפגערעדט אז דאס איז קיין צייכן פון שלום.

(די זעלבע איז דאס ווארשיינליך נישט קיין שום שאק און רודער ביי ר' אהרן און זיינע חסידים, לויט ווי איך שטעל זיך פאר, עס פאראינטערעסירט קיינעם נישט אז רז"ל האט אויפגעהויבן א טרייבל און גערופן)
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל

Re: שלום אין סאטמאר??

שליחה דורך גראף »

קומט זיך זיי טאקע א קניפ אין בעקעל. צענדליגע יארן מחלוקת און חילול השם ברבים און יעצט דארף מען אלעס פארגעסן. דעליט אלע חאזעריי פון דער געלע בלאט און דער אומאפהעניקען אפגריסענע שונד בלעטל דער גוי. יעצט איז א קידוש השם און אויף דעם ווייזט שוין משיח זיין פינגער...

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

האלאו? פארוואס ברענגט יעדער ארויף אלע אלטע שמוץ יעצט? זיי האבן געטון א זאך וואס איז שווער, לאמיר זיי געבן קרעדיט און האפן אז עס קומען בעסערע צייטן!

מחלוקת איז נישט נאר צווישן זיי 2, נאר אויך ווען קאווע שטיבל שרייבערס האקן אויף יעדע פאזיטיווע זאך. זיי קענען נישט תשובה טון? אפשר געבן מיר זיי א שאנס? וואס איז דאס געווילדעוועכץ? טעיק עי טשיל, חברה....
וירח ה' את ריח הניחוח
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל

Re: שלום אין סאטמאר??

שליחה דורך גראף »

נעוואדע איז עס א גוטע זאך. איך בין נאר נייגעריג אויב פאר סתם א עמך איד קוקט מען אויך אזוי ארויף טאמער זיי טוען תשובה. למשל אריין לאזן די קינדער אין דער מוסדות וכו' אדער צאפט מען די בלוט לשם שמים פארשטייט זיך. ניין איך זוך נישט צו זיין נעגעטיוו און זיכער נישט אין די יעצטיגע זמן מקטרג צו זיין. אבער דאס איז נישט וואס איז אזא קלייניקייט וואס מיט איין פאון קאל דארף כלל ישראל פשוט איבערמישען דעס בלעטל און שרייען קדוש.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: שלום אין סאטמאר??

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

גראף האט געשריבן:קומט זיך זיי טאקע א קניפ אין בעקעל. צענדליגע יארן מחלוקת און חילול השם ברבים און יעצט דארף מען אלעס פארגעסן. דעליט אלע חאזעריי פון דער געלע בלאט און דער אומאפהעניקען אפגריסענע שונד בלעטל דער גוי. יעצט איז א קידוש השם און אויף דעם ווייזט שוין משיח זיין פינגער...

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
ס'וועט אויסקוקן וואו אין וויזניץ וואו די רביס האבן שלום געמאכט, דער טאטע מיטן זוהן און די חסידים זענען נעבעך געבליבן ווי די קעלבלעך אינדרויסן פון שטאל
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

אוהב ספרים האט געשריבן:גראדע נישט די ערשטע מאל

נאך די ביטערע שריפה פון בת הרב ממאנטריאל, איז אויכעט געווען דיבורים


וועלכער יאר?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך פארשטיי נישט פארוואס מען מוז אלס אראפרייסן א דבר טוב אין נאמען פון אויפריכטיגקייט.

א ברודער קריג איז א באגריף וואס איז באשטאנען נאך פון פאר די אחים ט"ב האבן זיך צושלאגן, ווער עס קען די פונקטליכע דעטאלן ווייסט אז די מלחמה אין סאטמאר איז ווערד עפעס און איז נישט סתם געבויעט אויף שלעכטע מידות און אגענדעס, עס איז א מלחמה אויף געלט, אסאך געלט, אויף שליטה, אויף פרומקייט און אויך אויף רעביסטעווע, דאס וואס האט עס אנגעהאלטן אזוי לאנג איז אז זיי זענען לאו דוקא אויסגעארבעטע מענטשן, הגם ביידע פון זיי טוען פיל גוטס פאר אינדעווידואלן אין זייער צושטאנד.

אזא טעלעפאון רוף איז א היסטארישע אקט פון ביידנס זייטן און עס איז נישט א זאך וואס איז פון פאראויס ערווארטעט פון זיי צו טון, איך ווייס נישט אויב עס איז דא צווישן אונז איינער וואס וואלט זיך נישט צושלאגן מיט זיין ברודער פאר אזעלכע נומבערס...

קען זיין אז זייענדיג 'מנהיגים' וואלטן זיי עס געברויכט טון, אבער עס איז עכט לפנים משורת הדין און עס קומט זיך זיי כל הכבוד פארן דאס דורכפירן.

איך האף אבער אז עס גייט ווייטער גיין אינאיינעם און איך זאג צו אז אויב זיי גייען פירן דעם כ"א כסלו צוזאמען קום איך!...
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

לבי ובשרי האט געשריבן:עס איז נישט קיין שום גדלות דאס אז ר' זלמן לייב האט אנגערופן ר' אהרן לדרוש בשלום אשתו.


קיינער האט נישט געזאגט ס'איז א גדלות.

קיינער איז נישט נייגעריג און זיינע פאראינטעסירונגען, און ס'איז נישט מעלה ומורד אויב ער קאלט יא אדער נישט.


טויזנטער מענטשן זענען פאראינטערעסירט אין זיינע פאראינטערעסירונגען. ס'איז יא מעלה און מוריד, אין א מחלוקת וואס האט צעטיילט די גרעסטע קהלה אין צוויי.


דער טעלעפאון קאל צו זיין ברודער איז פשוט נאך א רינגעלע אינעם קייט פון ביקור חולים און צייט שטיפן מיט וואס רז"ל איז אויסגעצייכנט.


:roll:
ס'איז נישט נאך א רינגעלע אין קייט פון געווענליכע ביקור חולים. ס'איז אויסערארדנטליך.
ביידע זענען בערך די זעלבע יא אדער נישט אויסגעצייכנט אין שטופן צייט.

האט גארנישט מיט קאראנע שמאנע


האט יא מיט קאראנא.


און אפגערעדט אז דאס איז קיין צייכן פון שלום.



נישט שלום, אבער יא א צייכן און איין טריט נענטער אין דעם ריכטונג.



(די זעלבע איז דאס ווארשיינליך נישט קיין שום שאק און רודער ביי ר' אהרן און זיינע חסידים, לויט ווי איך שטעל זיך פאר, עס פאראינטערעסירט קיינעם נישט אז רז"ל האט אויפגעהויבן א טרייבל און גערופן)



נישט קיין שאק, אבער יא פאראינטערעסירט כאמור למעלה.
חמלה גדולה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 158
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 19, 2017 4:03 pm
האט שוין געלייקט: 3965 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 174 מאל

שליחה דורך חמלה גדולה »

כוכב האט געשריבן:ביידע זענען בערך די זעלבע יא אדער נישט אויסגעצייכנט אין שטופן צייט.

seriously?
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

שמעקעדיג האט געשריבן:האלאו? פארוואס ברענגט יעדער ארויף אלע אלטע שמוץ יעצט? זיי האבן געטון א זאך וואס איז שווער, לאמיר זיי געבן קרעדיט און האפן אז עס קומען בעסערע צייטן!

מחלוקת איז נישט נאר צווישן זיי 2, נאר אויך ווען קאווע שטיבל שרייבערס האקן אויף יעדע פאזיטיווע זאך. זיי קענען נישט תשובה טון? אפשר געבן מיר זיי א שאנס? וואס איז דאס געווילדעוועכץ? טעיק עי טשיל, חברה....


פאר די צווייטע וועלט קריג האבן זיך די בעלזער מיט די מונקאטשער חסידים ארומגעשלאגן אזש אז צוויי שכנים האבן פארבויעט א וואנט צווישן איינער מיטן צווייטן אז מען זאל זיך ניטאמאל קענען זעהן און ס׳זאל זיין א מחיצה. ווען די דייטשען ימ״ש זענען אריינגעקומען קיין מונקאטש און זיי האבן דעפארטירט די אידן. אויפן וועג קיין אוישוויץ רופט זיך איין שכן אן צום אנדערן. אמת דארט זענען מיר געוועהן צוקריגט און אונז האבן זיך ניטאמאל געוואלט זעהן איינער דעם צווייטן, אבער די באשעפער האט צוגעפירט אז אונז זאלן זיך יא טרעפן דא אויפן באן ווען מיר ביידע זענען אין די זעלבע פעקל...

ווען די צוויי רע-בנים וואלטן זיך איבערגעבעטן אינמיטן העלן טאג וואלט איך אויך געשריגן כה לפריקען חי אבער אז ס׳האט געמוזט געשעהן א ״וועלטס קריזיס״, איין ברודער גוסס׳ט, די רביצין טויט קראנק דעמאלטס דערמאנען זיך די צוויי בעביס אז אפשר איז א שאד זיך שלאגן אויף די לעגאס???
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

כוכב האט געשריבן:
לבי ובשרי האט געשריבן:עס איז נישט קיין שום גדלות דאס אז ר' זלמן לייב האט אנגערופן ר' אהרן לדרוש בשלום אשתו.


קיינער האט נישט געזאגט ס'איז א גדלות.

קיינער איז נישט נייגעריג און זיינע פאראינטעסירונגען, און ס'איז נישט מעלה ומורד אויב ער קאלט יא אדער נישט.


טויזנטער מענטשן זענען פאראינטערעסירט אין זיינע פאראינטערעסירונגען. ס'איז יא מעלה און מוריד, אין א מחלוקת וואס האט צעטיילט די גרעסטע קהלה אין צוויי.


דער טעלעפאון קאל צו זיין ברודער איז פשוט נאך א רינגעלע אינעם קייט פון ביקור חולים און צייט שטיפן מיט וואס רז"ל איז אויסגעצייכנט.


:roll:
ס'איז נישט נאך א רינגעלע אין קייט פון געווענליכע ביקור חולים. ס'איז אויסערארדנטליך.
ביידע זענען בערך די זעלבע יא אדער נישט אויסגעצייכנט אין שטופן צייט.

האט גארנישט מיט קאראנע שמאנע


האט יא מיט קאראנא.


און אפגערעדט אז דאס איז קיין צייכן פון שלום.



נישט שלום, אבער יא א צייכן און איין טריט נענטער אין דעם ריכטונג.



(די זעלבע איז דאס ווארשיינליך נישט קיין שום שאק און רודער ביי ר' אהרן און זיינע חסידים, לויט ווי איך שטעל זיך פאר, עס פאראינטערעסירט קיינעם נישט אז רז"ל האט אויפגעהויבן א טרייבל און גערופן)



נישט קיין שאק, אבער יא פאראינטערעסירט כאמור למעלה.

פארוואס ענטפערסטו איהם בכלל?
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

איסר האטלקי האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:גראדע נישט די ערשטע מאל

נאך די ביטערע שריפה פון בת הרב ממאנטריאל, איז אויכעט געווען דיבורים

יענע ביטערע שריפה איז געווען צוואנציג יאר צוריק. תש"ס. ס'איז נישט געווען דעמאלטס דיבורי פיוס, נאר פארקערט. מהר"א האט ברוח קדשו פארלאנגט עטליכע תנאים דעמאלטס, וואס מהרי"י האט ברוב קדושתו נישט געוואלט אננעמען.

אבער עס איז געווען א שטיקל געשפרעך ביים ניחום אבלים אין אלעסק אין תשס"ו בערך, נישט דירעקט אבער אומדירעקט. אויך איז געווען עפעס א ווערטער אויסטויש נאכ'ן מאמעס פטירה בשעת יציאת נשמה (מעגליך אויפן טעלעפאן) איבער ארייננעמען דעם ארון אין בית המדרש אדער לאזן אינדרויסן.

אבער דאס איז די ערשטע מאל וואס זיי רעדן פלעין צו הערן וואס טוט זיך. א דורכברוך...

א גוטן מועד!!

אינטערסאנט אז דעמאלטס האט מען גשמיעסט ביים אלעסק אז זיי האבן נישט אויסגעטיטשט קיין ווארט! סדא א פיין בילד דערפון
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

געהערט איינעם זאגן די מחלוקה האט זיך אנגעהויבן מיט א גוט מועד און געענדיגט מיט א גוט מועד

#אגוטמועד
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

מאך זיכער האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פארוואס מען מוז אלס אראפרייסן א דבר טוב אין נאמען פון אויפריכטיגקייט.

א ברודער קריג איז א באגריף וואס איז באשטאנען נאך פון פאר די אחים ט"ב האבן זיך צושלאגן, ווער עס קען די פונקטליכע דעטאלן ווייסט אז די מלחמה אין סאטמאר איז ווערד עפעס און איז נישט סתם געבויעט אויף שלעכטע מידות און אגענדעס, עס איז א מלחמה אויף געלט, אסאך געלט, אויף שליטה, אויף פרומקייט און אויך אויף רעביסטעווע, דאס וואס האט עס אנגעהאלטן אזוי לאנג איז אז זיי זענען לאו דוקא אויסגעארבעטע מענטשן, הגם ביידע פון זיי טוען פיל גוטס פאר אינדעווידואלן אין זייער צושטאנד.

אזא טעלעפאון רוף איז א היסטארישע אקט פון ביידנס זייטן און עס איז נישט א זאך וואס איז פון פאראויס ערווארטעט פון זיי צו טון, איך ווייס נישט אויב עס איז דא צווישן אונז איינער וואס וואלט זיך נישט צושלאגן מיט זיין ברודער פאר אזעלכע נומבערס...

קען זיין אז זייענדיג 'מנהיגים' וואלטן זיי עס געברויכט טון, אבער עס איז עכט לפנים משורת הדין און עס קומט זיך זיי כל הכבוד פארן דאס דורכפירן.

איך האף אבער אז עס גייט ווייטער גיין אינאיינעם און איך זאג צו אז אויב זיי גייען פירן דעם כ"א כסלו צוזאמען קום איך!...



אה די מחלוקות איז נישט קיין פשוטע מחלוקות און נישט געבויעט אויף קיין ״אגענדעס״ און ״שנאת חנם״ נאר אויף פשוט געלט און תאוות השררה!!!
און ממש קיין איין איד וואלט בייגעשטאנען אזא נסיון...

בקיצור מיין ברודער און מיין בלוט און פלייש האט א פרייז!

מילא פאר הונדערט אלפים וועלן מיר זיך נאך לעבן גוט און גייען צו זיינע שמחות אבער פאר 20 מיליאן דאללער???
ווער רעדט נאך פאר הונדערט מיליאן דאללער שטופ איך אראפ פון דאך!!!

ממש אזעלכע צדיקים! זיי שלאגן זיך נישט אומזיסט...! חס וחלילה זיי שלאגן זיך ממש לשם שמים- פאר גרויס געלט וואס ממש קיינער וואלט אפגעזאגט!!! אפילו די חזון איש און ר׳ אהרלע בעלזער וואלטן זיך צוהארגעט מיט זייער משפחה!!! פאר מיליאנען???!!!

טוה מיר א טובה, דריי א קאפ פאר דיין באבעס אייזל!!!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

נקוט האי כללא בידך. א אמתע ערליכער מענטש וועט בלייבן ערליך סיי ווען ס׳רעדט זיך פון א פרוטה און סיי ווען ס׳רעדט זיך פון צענדליגער מיליאנען.
און איינער וואס איז נישט קיין ערליכער מענטש וועט קיינמאל נישט זיין ערליך סיי ביי א פרוטה און כ״ש ביי צענדליגער מיליאנען....
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
פארשפארט