לכבוד יו"ט: אינטערוויו מיט וועלטבארימטן חכם הרזים הרב מי אני

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

זעסט דאך אז ווען מען הייבט אן בארירן די קרוין אויפן קאפ פון די געפילטע פיש קומסטו צו לויפן... אבער אז דו ביסט יא דא אפשר שרייבסטו טאקע מער אפט?
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

לכבוד יו"ט: אינטערוויו מיט וועלטבארימטן חכם הרזים הרב מי אני

שליחה דורך מי אני »

קאצקע ציקער האט געשריבן:איך האב מיך אייביג איינגערעדט אז קאנפידנס באלאנגט פאר איינער וואס איז פיל מיט חכמה דאס הייסט די קליגע מענטשן זיי האבן קאנפידענס ווייל זיי ווייסן זיי זענען קליג האבן זיי נישט קיין פראבלעם זיך ארויסצושטעלן יעצט זעה איך איך האב א טעות געהאט
לפי די סברא קען מען זאגן לכאורה פארקערט. דהיינו, ס׳איז באקאנט אז ווי מער חכמה מ׳איז קונה, אלס מער זעהט מען איין ווי ווייט מ׳האלט נאך פונ׳ם שלימות אין חכמה. קומט דאך אויס אז אויב בעצם וואלט קאנפידענס געדארפט מיטקומען מיט חכמה, דהיינו אז מ׳קלערט אז מ׳קען חכמה, איז וועט אבער דערנאך איראניש אויסקומען אז וויבאלד דער חכם האלט זיך דאך מכח זיין חכמה אלס א קלענערע חכם, ממילא וועט ער האבן ווייניגער קאנפידענס, וואס קאנפידענס איז מקושר לויט וויפיל חכמה מ׳מיינט מ׳האט.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

מאך זיכער האט געשריבן:זעסט דאך אז ווען מען הייבט אן בארירן די קרוין אויפן קאפ פון די געפילטע פיש קומסטו צו לויפן... אבער אז דו ביסט יא דא אפשר שרייבסטו טאקע מער אפט?

קודם כל, טעות. ס'איז אוממעגליך צו בארירין מיין קרוין, ווייל כ'האב נישט קיין קרוין. מ'קען אפשר בארירן מיין קוטשמע. איך וואלט בעצם געדארפט באזוכן דא מער אפט, נאר דאס לעבן איז געווארן ביזי אויפן עלטער, האב איך נישט די איבעריגע שעות על גבי שעות וואס איך פלעג האבן דא צו פארברענגען. איך וואלט געדארפט אבער אריינפּאַפּן דא פון צייט צו צייט, לפחות זיך צו באקענען מיטן נייעם עולם און זען ווער פון די אלטע זענען נאך בנמצא.
באניצער אוואטאר
חתן בחור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 318
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 9:14 pm
האט שוין געלייקט: 520 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 256 מאל

Re: לכבוד יו"ט: אינטערוויו מיט וועלטבארימטן חכם הרזים הרב מי

שליחה דורך חתן בחור »

געוואלדיג! אלץ אן אינטראווערט וואס האט אויך די Affliction פון פארפאסן סאשיעל קלוס, וויל איך דיר דאנקן פאר'ן קוראזש עס ארויסצוברענגען און פובליק. איך בין אנציקט ווייל וויאזוי ס'זעהט אויס קוקסטו עס בכלל נישט אן ווי א פעלער, נאר פארקערט די נוצט עס אויס זיך צו אנזאפען מיט חכמה. א געוואלדיגע אויפטו!
השמים שמים לה׳ והארץ נתן לבני אדם. בעט נישט פון גאט קיין עצות, ער וויל זעהן וואס די גייסט טוהן.
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 839 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל

שליחה דורך ביבער »

איך טוה אויך שעירן די כאראקטערס פון אינטראווערזשן מיט סאשעל קיוס אבער ליידער דארט ענדיגט זיך עס ביי מיר... נישט אהער נישט אהין.

אויב איך מעגן פרעגן וועלכע מאווי גענרע גלייכסטו? און וועלכע ספעסיפיק מאוויס קענסטו רעקאמענדירן?
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

א גיק און א נערד פרעגט מען וועלכע ביכל זיי גלייכן נישט וועלכע פילם....
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 839 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל

שליחה דורך ביבער »

קורקלענד האט געשריבן:א גיק און א נערד פרעגט מען וועלכע ביכל זיי גלייכן נישט וועלכע פילם....

וואס עפעס? געוויסע מאוויס זענען אנגעפילט מיט מער חכמה ווי צען ביכלעך.
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

מי אני האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:איך האב מיך אייביג איינגערעדט אז קאנפידנס באלאנגט פאר איינער וואס איז פיל מיט חכמה דאס הייסט די קליגע מענטשן זיי האבן קאנפידענס ווייל זיי ווייסן זיי זענען קליג האבן זיי נישט קיין פראבלעם זיך ארויסצושטעלן יעצט זעה איך איך האב א טעות געהאט
לפי די סברא קען מען זאגן לכאורה פארקערט. דהיינו, ס׳איז באקאנט אז ווי מער חכמה מ׳איז קונה, אלס מער זעהט מען איין ווי ווייט מ׳האלט נאך פונ׳ם שלימות אין חכמה. קומט דאך אויס אז אויב בעצם וואלט קאנפידענס געדארפט מיטקומען מיט חכמה, דהיינו אז מ׳קלערט אז מ׳קען חכמה, איז וועט אבער דערנאך איראניש אויסקומען אז וויבאלד דער חכם האלט זיך דאך מכח זיין חכמה אלס א קלענערע חכם, ממילא וועט ער האבן ווייניגער קאנפידענס, וואס קאנפידענס איז מקושר לויט וויפיל חכמה מ׳מיינט מ׳האט.

עיין ערך Dunning-Kruger effect
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that

כ'האב נישט געוואוסט אז איך האנדל דא מיט אזא חשוב'ע פערזענליכקייט, איינער וואס האט שוין א מייסטער'ס און מ'דאגה'ט שוין זאגאר פאר שידוכים פאר די קינדער, ווען איך ווייס ווען פריער וואלט איך אביסל מער דרך ארץ געהאט.

איין פראגע האב איך נאר, וויאזוי פירסטו א שמועס מיט א לעבעדיגע מענטש? רעדסטו אייביג אויף אזא claustrophobic טרוקענע פארנעם, אדער נאר אין קאווע שטיבל רעדסטו אזוי?
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

ביבער האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:א גיק און א נערד פרעגט מען וועלכע ביכל זיי גלייכן נישט וועלכע פילם....

וואס עפעס? געוויסע מאוויס זענען אנגעפילט מיט מער חכמה ווי צען ביכלעך.

אדרבה. געב ארויס.
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: לכבוד יו"ט: אינטערוויו מיט וועלטבארימטן חכם הרזים הרב מי

שליחה דורך קל וחומר »

מאך זיכער האט געשריבן:זעסט דאך אז ווען מען הייבט אן בארירן די קרוין אויפן קאפ פון די געפילטע פיש קומסטו צו לויפן... אבער אז דו ביסט יא דא אפשר שרייבסטו טאקע מער אפט?
דאס גייט אריין בגדר דורש אל המתים.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

לכבוד יו"ט: אינטערוויו מיט וועלטבארימטן חכם הרזים הרב מי אני

שליחה דורך מי אני »

ביבער האט געשריבן:אויב איך מעגן פרעגן וועלכע מאווי גענרע גלייכסטו? און וועלכע ספעסיפיק מאוויס קענסטו רעקאמענדירן?

איך גיי מיך באציען צו פיקציע ווייל נאן-פיקציע (און פארשטייט זיך דאקומענטעריס) איז שוין מער ווען איינער וויל באקומען/האט א געפיל אין יענעם געביט/תחום. למשל, איך האב געוואטשט סעלמא (און גרין בּוּק) מיט מיין זוהן ווייל איך האב געוואלט מער ממחיש זיין צו אים די גאנצע סיוויל רייטס מוּוומענט, די היסטארישע קאנטעקסט, דר. מארטין לוטער קינג והמסתעף.
(ווי אויך פארשטיי איך די שאלה פון זיך מער באציען צו עפעס וואס איז מער מיוסד פאר איר ענטערטעינמענט וועליוּ, ווי איידער א סארט [נאן-פיקציע] וואס קען שוין אויך מער אריינגיין אין עפעס וואס איז בכוונה אויף אויסצולערנען עפעס וכו׳, הגם עס האט אויך ענטערטעינמענט וועליוּ אבער עס קען שוין זיין מער א טפל.)

סייענס פיקשין איז א דזשאנרע וואס איך האב אלס געגליכן. דארט קען מען לדעתי ספעציעל זעהן די קריעיטיוויטי פון הומען אימעדזשינעישען פון (צוקונפטיגע) פּאסיבּיליטיס ‏(ועיין מעין ענין זה צו וואס מ׳קען זיך מדמה זיין איז בעצם במציאות בפ״א של ח פרקים להרמב״ם. און ס׳איז ידוע די דריטע ״געזעץ״ פון ארטור קלארק).

קריסטאפער נאָלען׳ס אינסעפּשאן, למשל, איז א פילם אין די דזשאנרע, וואס בנוסף לזה איז עס א טיפע-לעיערד פילם וואס איך האב שטארק הנאה געהאט פון. דער אמת איז אז אלע זיינע פילמס זענען גאר פיין ‏(מעמענטוֺי איז דאך א קלאסיק אין די גאונות פון איר נאראטיוו צוריקצווועגס צאמשטעל).

ווי אויך א באקאנטע ״פילאזאפישע״ פילם אין די דזשאנרע איז די מעיטריקס, וואס רירט אן אויף דעקארט׳ס באקאנטע ספק צו דאס מענטש׳נס פערסעפשאנס און זיין עקזיסטענץ זענען עכט (ועיין כאן מזה).

מיינאריטי ריפּאָרט איז א פילם אין די דזשאנרע וואס רירט אן אויף די שאלה פון בחירה חופשית (והידיעה הקודמת מזה שמכחישתו). אבער די פילמס פון סטיווען ספּילבערג (און די בוכער/מעשיות פון פיליפּ ק. דיק) דארפן נישט מיין רעקאמענדאציע...

כ״יהודה״ [״יידל״] ועוד לקרא וואלט איך אויך רעקאמענדירט די פילם ערייוועל. דאס איז אויך א תוכנ׳דיגע פילם וואס ברענגט ארויס/נעמט די סאפּיר-ווהארף היפאטעזיע אין שפראך [אז די סארט שפראך טוהט אפעקטירן א מענטש׳נס מהלך המחשבה] צו אן אינטרעסאנטן (פיקשינעל) לעוועל. עס רירט אויך אן בכלל אויף מהלך הזמן. ([tag]יידל[/tag] האט דערמאנט די פילם אין וועקער 16). איך האב הנאה געהאט פון אלע פילמס וואס דעניס ווילעניוּוו האט דירעקטירט.

איך וואלט אויך רעקאמענדירט די פילמס וואס סקאט ז. בּוּרנס שרייבט; תוכנ׳דיגע פילמס אין אלגעמיין (קב ונקי). די פון דרוּ גאדערד אויך (הגם זיינע פילמס זענען שוין יא, אין אלגעמיין, פון א מער ״פאפולערן״ סארט).

און צו [tag]ביבער[/tag] פערזענליך, וויבאלד אונז הא׳מיר געהאט גערעדט פון AI און טורינג טעסטס... ;) , וואלט איך רעקאמענדירט עקס מאכינא פון אלעקס גארלענד. דאס איז אויך א מער טיפערע פילם אין דעם געביט, וואו דער פראטאגאניסט ווערט געוואויר אז דאס איז גאר אן אינווערס טורינג טעסט אויף אים דער הומען. (אלע פילמס וואס גארלאנד שרייבט זענען פיין און ״תוכנ׳דיג״).

איך וואלט אויך געוואלט אביסל צולייגן נאך אן אספעקט צו דאס וואס [tag]ביבער[/tag] האט געזאגט בנוגע חכמה אין פילמס, חוץ מזה פון מושגים און זאכן וואס ווערן דערמאנט אסאך מאל אין (פארשטייט זיך מער ״תוכנ׳דיגע״) פילמס (פארשטייט זיך אז נאכדעם זאל מען מאכן אייגענע ריסערטש אין די נושא פון א פאקטועלן שטאנדפונקט און נישט דאס אפקויפן נאר פון די פילם זעלבסט, ופשוט), אז ס׳איז אויך דא אן אומדירעקטן אספעקט צו חכמה דורך אפילו פיקציע פילמס (ביי נאן-פיקציע איז דאך פשוט אז עס לערענט אויס דעם מענטש עפעס, עכ״פ אן אנהויב פון, א מושג וכו׳). דהיינו, עס קען גיבן א געפיל און אן אריינבליק (מער ווי א בוך, אינו דומה וכו׳) צו די קולטורן פון אנדערע וועלטליכע מענטשן, בפרט אויב וואטשט מען (אפאר) foreign פילמס (לדוגמא פון אזיע: כינע, קאריע וכדומה). דאס איז אויך א מעלה וואס עפענט אויף דעם מענטש מער, ועיין ב[tag]יידל[/tag]’ס ״למעשה״ אשכול.
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איין פראגע האב איך נאר, וויאזוי פירסטו א שמועס מיט א לעבעדיגע מענטש? רעדסטו אייביג אויף אזא claustrophobic טרוקענע פארנעם, אדער נאר אין קאווע שטיבל רעדסטו אזוי?

פארשטייט זיך אז רעדן איז אנדערש פון שרייבן; ס׳איז אטאמאטיש (ווי נישט) דאך מער פארמאל וכו׳ ווי רעדן (צווישן אנדערע דיפערענצן). ס׳איז למשל דא מער וויזשועל קיוּס (ווען מ׳איז פנים-אל-פנים) וכדומה און סתם אזוי פּראסאדיִ וואס קען מער ארויסברענגען (למשל) די עמאציאנאלע אספעקט, וואס שרייבן קען נישט אזוי גוט אראפלייגן (אפילו מיט די מעטא-שפראך דערין), כידוע. (ס׳דא אנדערע אספעקטן [למשל פארמאלערע נושאים] וואס שרייבן קען זיין בעסער דערצו ווי רעדן.)

אבער פערזענליך מיין איך אז, עכ״פ מיט מענטשן וועמען איך בין נאכנישט היימיש מיט, איז יא דא אפשר די סארט ענליכקייט (אזא סארט סאשעל פאביע). למשל, ווען מיין שווער האט מיר צום ערשט געטראפן האט ער דערנאך געפרעגט דעם שדכן ״פארוואס טראגסטו מיר אן איינער וואס קעקעצט?״... איך קעקעץ נישט ב״ה, אבער איך האב (צומאל) א שטארקע נערוועזקייט/ענקזייעטי ביים רעדן, און איך זוך דאס נישט (מיט פרעמדע זיכער נישט, עכ״פ אזוי ווייט).

אבער, at the end of the day, גלייב איך אז צו ריכטיג ענטפערן די שאלה דארף מען פרעגן די מענטשן מיט וועמען איך רעד... (סיי די באקאנטע און סיי די נישט באקאנטע); זיי ׳עלען דאס בעסער אפשאצן ווי איך.
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
מי אני האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:איך האב מיך אייביג איינגערעדט אז קאנפידנס באלאנגט פאר איינער וואס איז פיל מיט חכמה דאס הייסט די קליגע מענטשן זיי האבן קאנפידענס ווייל זיי ווייסן זיי זענען קליג האבן זיי נישט קיין פראבלעם זיך ארויסצושטעלן יעצט זעה איך איך האב א טעות געהאט
לפי די סברא קען מען זאגן לכאורה פארקערט. דהיינו, ס׳איז באקאנט אז ווי מער חכמה מ׳איז קונה, אלס מער זעהט מען איין ווי ווייט מ׳האלט נאך פונ׳ם שלימות אין חכמה. קומט דאך אויס אז אויב בעצם וואלט קאנפידענס געדארפט מיטקומען מיט חכמה, דהיינו אז מ׳קלערט אז מ׳קען חכמה, איז וועט אבער דערנאך איראניש אויסקומען אז וויבאלד דער חכם האלט זיך דאך מכח זיין חכמה אלס א קלענערע חכם, ממילא וועט ער האבן ווייניגער קאנפידענס, וואס קאנפידענס איז מקושר לויט וויפיל חכמה מ׳מיינט מ׳האט.

עיין ערך Dunning-Kruger effect

איה״נ. מ׳דארף זיין גענוג א (ריכטיגע) חכם צו זיין באוואוסטזיניג און קאנשעס צו דעם אליין אויך. דעמאלטס קען אפיר קומען די סברא וואס איך האב געזאגט. [tag]קאצקע ציקער[/tag]’ס טעזע גייט טאקע בפרט אנגיין ביי איינער וואס איז נאך יא ביי די שטאפל און האט (נאך) די דאָנינג-קרוּגער עפעקט, וכדבריך.

ולעומת זה איז מערקווידיג צו דערמאנען די אימפּאסטאר סינדרוֺים, וואס איז (ווי נישט אויך) ווען איינער טוהט זיך אונטערשאצן אין זיינע/אירע יכולות׳ן.
רימון האט געשריבן:אז מ'קוקט גוט זעט מען אז מי אני האט אויך די סאמע גרעסטע אינפלאציע פון לייקס רעלאטיוו וואס ער האט שוין געגעבן צו וואס ער האט שוין אלץ באקומען.
זינט כעלעמער מגיד איז שוין נישט געווען אזא קאנטראסט אין לייקס, דעמאלט איז נאר געווען אויף די פארקערטע זייט ודוק...

ואולי קען מען זאגן בדרך צחות א רמז אין דעם מענינא דיומא: ״יחץ״, מ׳צוטיילט אין צוויי און מ׳מאכט זיכער אז ס׳דא א מערקענדע חילוק אין די רעישיאו צווישן די צוויי, און מ׳איז ממשיך ״מגיד״...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום מי אני, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

[justify]א יישר כח מי אני פארן זיך עפענען אביסל און לאזן דעם עולם זיך בעסער באקענען מיט דיר. כוכב האט געטון א געוואלדיגע דזשאב מיט זיין הקדמה און מיט די שאלות חכם.

נאר צוצולייגן אפאר פרטים צום פילם שמועס דא. (בעצם וואלט געדארפט זיין אן עקסטרע אשכול פאר דער שמועס.)

עס זענען אויך פאראן טעלעוויזיע סעריעס וואס פיטן אריין אין דער זשאנער. צוויי קומען מיר יעצט ארויף אויפן געדאנק.

וועסטווארלד איז א טיפע פילעזאפישע סייענס פיקשען שאו וואס איז מייסטערפול אראפ געלייגט מיט א ציענדע מעשה וואס גרייכט די גרעניצן פון בלי הגבלה, אין סוף, שכר ועונש, ריאליטי, אלוהות ועוד. שטארק רעקאמענדירט. (דיסקלעימער, כ'האב נאך נישט געזען די יעצטיגע דריטע סעזאן.)

בלעק מיראר איז א שאו וואס א יעדע עפיזאד איז א נייע מעשה און רירט אן אן אנדערע פילאזאפישע, טעאלאגישע אדער סייענטיפישע נקודה. עס זענען דא בעסערע און שוואכערע עפיזאדן אבער עס איז גאר פאפולער און שטארק רעקאמענדירט.

.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

Re: לכבוד יו"ט: אינטערוויו מיט וועלטבארימטן חכם הרזים הרב מי

שליחה דורך מי אני »

דא האב איך דערמאנט וועסטווארלד (בעקיפין) לגבי די שמועס פון בחירה.

(די סיריִס איז טאקע פון דזשאנעטען נאָלען, א ברודער פון קריסטאפאר נאָלען וועם איך האב דערמאנט. ער איז אויך דער וואס איז מעיקרא אויפגעקומען מיט די געדאנק און מהלך פון מעמענטוֺי. ער האט געשריבן צוזאמען מיט זיין ברודער אפאר פון זיינע פילמס.)
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מי אני: א גוטן מועד. כ'האב מיך יעצט דערמאנט אז א איינס פון די ...Assets... פון קאווע שטיבל איז אז ס/זענען דא עטליכע..."פסעוודא אינטעלעקטואלס"... וואס מיינט אייגנטליך א פסעוודא אינטעלעקטואל...?! א געוועזענער פארחניאק'טער ישיבה בחור און כולל יונגערמאן וועלכער האט באקומען א היימישע ענגלישע און וועלטליכע עדיוקעישן. איין טאג האט ער געלייגט א האנט אויף אן אפיקורס'יש ביכל און ער איז געווארן..."אויפגעקלערט"...און ער מיינט אז ס'איז נישט פארהאן נאך אזא חכם מחוכם ווי ער...! ואין צריך לפרטם...אבער זיי אלע ווייסן ווער זיי זענען...!
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

בערלע ליבער, איך ווייס נישט ווער זיי זענען. אפשר טאקע ביזטו פורשם בשמם המפורשים?
מיימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
האט שוין געלייקט: 262 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1509 מאל

שליחה דורך מיימון »

Wow, ממש געוואלדיג! אזא סורפרייז לכבוד יום טוב, עוד כוכב חי ב''ה.

דער מי אני איז דאך ממש א חידוש פלא בדורינו, ער וואלט ווען געקענט ווערן א איינשטיין ווען ער האט ווען א גוטן עדיוקעישאן (אה, ער האט דאך יא געהאט ...), דער איד איז דאך ממש א לעבעדיגער גוגל אזש געוויסע האבן שוין חושד געווען אז דאס איז בעצם א ראבאט בצורת אדם, ווי עס דערקענט זיך טאקע פון זיין נישט-אנושיות'דיגע עניוות און העפליכקייט, ממש ווי פון א מאשין געגאסן. נאך באלד ביים נאמען זעט מען שוין אזא הלל'דיגן ענוה און איידלקייט, מי אני, פרעגט ער אזוי פשטות'דיג, ווייניג האבן מיר געוואוסט אז אונטער דעם נאמען מי אני באהאלטן זיך אן א שיעור טעמים און רמזים פארוואס ער רופט זיך מי אני כמנין מי אני במספר גדול. וויל איך דא מוסר מודעה זיין אז איך האב באמת נישט קיין השגה אויב דער איד ווייסט באמת עפעס ווייל איך האב נאך קיינמאל נישט זוכה געווען צו פארשטיין קיין איין גאנצע תגובה מיט אלע לינקס און רמזים איינגערינגלט און אויסגערינגלט מיט קוואוטס און אותיות גדולות וקטנות אז עס כאפט א פחד, נאר חזקה אויף די גרויסע לייבן אז זיי לייקן מסתמא פארשטייען זיי יא (עס קען נאר זיין אז זיי פארשטייען אויך נישט זיי ווילן נאר מ'זאל מיינען אז זיי פארשטייען.. אפשר ווילן זיי באצאלן פאר די מיליאנען לייקס וואס קומט אן אינמיטן די נאכט פאר עפעס אן אלטע תגובה וואס מ'האט געשריבן ערגעצוואו צווישן חוזר זיין בשאלה ובתשובה בערך אכט יאר צוריק און מ'שעמט זיך שוין לאנג דערמיט, אבער דער שיסט לייקס ווי געלט אום פורים אז מ'קען אים ניטאמאל נאכלויפן. כ'האב מורא ער ניצט לייקס ווי בוקמארקס ווי טייל נוצן דאס אויף טוויטער, ער פארשטייט דאך נישט קיין סאושעל זאכן דער..)

שוין אז מ'האב מיר אים דא דארף מען אים אוודאי אויסרימען און לויבן און רעכטפארטיגן (עי' במרדכי עמ''ס מועד גדול פרק ג' ס''ה וכמבואר בדברי דעקארט אין זיין טראקטאט כידוע דער ויכוח איבער anarchism ואכמ''ל וד''ל וצ''ע). זאל אים זיין צו געזונט און ברכה, איך קען ממש נישט שרייבן דא ווייל דער עולם זיצט אויפ'ן אינטערנעט און מ'לאזט מיר גארנישט איבער קיין דזשוס, מוז איך ריפרעשן דאס פעידזש יעדע שעה מיט שווערע כוחות, אבער נאך יו''ט העמיר אביסל ווייטער קאמענטירן.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

מיימון, אשפגת"י אשפג גדול ונורא.
אין מיינע נאטיצן האב איך מיך צוגעגרייט צו שרייבן אז מאנכע טענה'ן אז מי אני איז גאר א רוסישער bot וועלכע איז געשיקט געווארן צו אינפילטירן קאווע שטיבל און איז בכלל נישט קיין עכטער מענטש נאר א געוויסע אלגערידם וואס איז אנגעשטעלט צו שיסן ענדלאזע מאסן פון אינפארמאציע ארויס פון ענציקלאפעדיע, מה נעשה אז ביים שרייבן האב איך פארגעסן דערוועגן...
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

לכבוד יו"ט: אינטערוויו מיט וועלטבארימטן חכם הרזים הרב מי אני

שליחה דורך מי אני »

איך זעה דא אן אינטרעסאנטע שילוב. [tag]ביבער[/tag] איז דער וואס האט ערשט ״גע׳טענה׳ט״ אז איך בין א בּאַט, און ער איז דער וואס האט אויך געשריבן דעם געוואלדיגן ארטיקל אין וועקער 6 איבער גרוּפּטינק, אין וואס מ׳טוהט דא (ווי נישט) באשולדיגן די וואס לייקן מיינע תגובות... :D

הגם איך האב פיין געלאכט האב איך אבער אויך געטראכט אז גברא רבה אמר למילתיה לא תחיכו עלה און עס איז זיכער דא עפעס רמזים דא. איז אזוי: דער מרדכי אין מועד קטן :D פ״ג זאגט אז בעצם זענען אפילו אותיות עגולות אסור צו שרייבן אין חוה״מ ע״ש. נו, דאס איז א... אהעם... ״רמז״ צו דעם אז איך האב אסאך געשריבן איבער ראזענצווייג׳ס טעזעס, וואס צווישן זיי איז דאס אז ״זמן״ בנוגע אידן איז (א בחינה פון) עגול/סירקולער, און דאס ווערט טאקע דורך די ימים טובים (וואס אונז געפונען זיך יעצט אין), ועיין כאן...
(די מרדכי איז הארט פאר דיני אבילות וואס איז ליידער יעצט נתרבה געווארן בעולם.)

אלענפאלס, א געוואלדיגע ייש״כ פאר די קאמפלימענטן.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

חברה, כ'האב עס געמאכט אויף די לייקס ראנגען ליסטע.
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: לכבוד יו"ט: אינטערוויו מיט וועלטבארימטן חכם הרזים הרב מי

שליחה דורך קל וחומר »

כוכב האט געשריבן:חברה, כ'האב עס געמאכט אויף די לייקס ראנגען ליסטע.
לייקס זענען אן אמצעי צו וויסן אויב מ'שרייבט צום זאך, נישט קיין תכלית.

קאנגרעטס!
אינגערמאנטשיקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 627
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 487 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

שליחה דורך אינגערמאנטשיקל »

כוכב האט געשריבן:חברה, כ'האב עס געמאכט אויף די לייקס ראנגען ליסטע.

Congratulations! א מייסטער ארבעט!
Although, מען ברויך דעם מי אני געבן די מעדאל.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

Re: לכבוד יו"ט: אינטערוויו מיט וועלטבארימטן חכם הרזים הרב מי

שליחה דורך מי אני »

ס׳קומט זיך פאר [tag]כוכב[/tag] זייער זייער ערליך.