איך האב געשריבן מיינע אבזערוואציעס איבער דעם "שבת'דיג" אלבום אין דעם נייעם וועקער. מער ווי כ'האב געזוכט צו צענעמען דעם שבת'דיג אלבום, האב איך געזוכט אנצוהויבן א נייע שמועס מיט אבזערוואציעס און קריטיק אויף חרדישער קונסט.
דער שמועס האט עטוואס אנגערירט אויך פארשידענע זייטיגע ענפים, ווי די וועלט פון חרדישע מוזיק אין אלגעמיין און געוויסע אספעקטן פון אונזער היימישן עולם המארקעטינג והמסתעף. אומבאמערקט האב איך מיך געטראפן בארירן געוויסע טעאלאגישע געדאנקען ארום שבת.
אריינשיקנדיג מיין ארטיקל האט מיך דער רעדאקטאר געפרעגט פארוואס איך געב דעם אלבום פינף שטערנס ווען איך שטרייך אונטער אויף אזויפיל פראבלעמען? דער תירוץ איז אז איך בין נישט קיין רעיטער וועלכער קומט קובע זיין וויפיל שטערנס עס קומט זיך פער אלבום, איך בין דא זיך צו באציען צו א געוויסע אספעקט פון דעם אלבום וואס דעזערווד פינף שטערנס. טאקע ארויסצוהייבן די נקודה נוץ איך די פינף שטערנס אלס א קעפל.
טאמער האט איר געהערט דעם אלבום אדער געליינט אונזער רעצענזיע קענט איר דא איבערלאזן קאמענטארן און הגהות.
דער שבת אין שבת'דיג (וועקער 17)
זייער גוט און קלאר ארויסגעברענט די הויפט נקודות וואס םעלט אין די וועלט פון אידישע מוזיק און קונסט בכלל, און ביי שניצלער'ס סטודיא בפרט.
וויבאלד זיי זיצן שוין ממילא אויפן אויבנאן פון חסידישע מוזיק און ליטעראטור, שפירן זיי נישט פאר וויכטיג צו אריינלייגן אמת'ע כוחות און ארבעט, זייער אסאך מוזיק ווערט געגנב'עט אדער געקויפט, אביסל טוען זיי פאבריצירן אליין, אבער אוועראלל איז עס אויף א נידריגע לעוועל.
למעשה ביי שבת'דיג, איז דאך געווען א נגיד וואס האט געספאנסארט, דעריבער האבן זיי יא אריינגעלייגט כוחות אין דעם און עס עכט שיין געמאכט, אבער אנשטאט פארשטיין אז דאס איז א פשוט'ע שיינע מוזיקאלישע פראדוקציע וואס איז עכט שיין, אבער נישט עני אנדערש אדער בעסער ווי א פארצייטישע סידי פון מונה אדער משה לאופר, האבן זיי געהויבן פרייזן ביזן הימל און געפעקעזשט מיט אלע קלאפערגעצייג.
אבער דא האט זיך ארויסגעוויזן זייער ארימע פארשטאנד צו ברענדינג און גרעפיק, זיי האבן עס זייער נישט גוט אהערגעשטעלט און דאס האט שוין צוריקגעהאלטן דעם מענטש פון קויפן, און ספעציעל ווען מען האט געזען די פרייז איז מען אוועקגעלאפן עטליכע פרסה.
די ארבעט איז א פינף שטערנדיגע אבער די ברענדינג איז שלעכט און זיי האבן זיך זייער איבערגעשאצט, און דאס איז וואס איך האב געליינט אין דין הערליכן ארטיקל אין 'וועקער'.

-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 391
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
- האט שוין געלייקט: 1303 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1322 מאל
הערליכע רעצענזיע אויף א הערליכן פראיעקט.
איין נקודה וואס איך האב אויפגעפאסט ביים הערן די שבת'דיג יצירה, ווי ס'האט אן אינטערעסאנטע באלאנס צווישן חסידיש חסידיש און און פראגרעסיוו חסידיש, א ביישפיל ווי דער סקווירער צור משלו וואס איז דאך אזוי ריין חסידיש אז מ'קען אויסגיין ווי אויך דער קארלינער קה אכסוף אין אידיש. ווי דער דער ניגון "איך זינג מיט דיר און דו זינגסט מיט מיר" וואס משה דמן זינגט (א זעלטן-שיינער בעל מנגן וועמען כ'האב קיינמאל געהערט פון פריער) האט שוין אביסל א מאדערנעם טאטש.
דיין טענה אז זיי האבן שטארק געצילט אויף דעם געדאנק פון מתנה איז נישט אינגאנצן אפגעפרעגט, ווייל ס'איז א וועג וויאזוי ארויסצוברענגען אז ס'איז מער און רייכער ווי סתם אן אלבום, אויך איז עס פשוט א גוטע סעילס פיטש, קויף עס פאר א מתנה (און בכלל ווען א מענטש קויפט עפעס פאר א מתנה איז ער גרייט צו שפענדן אביסל מער ווי ער וואלט זיך פארגינט פאר זיך) און ווי באקאנט איז די מתנות אינדוסטריע א מולטי ביליאן דאלאר אינדוסטריע און גאנצעטע אייטעמס וואס זייער עקזיסטענץ אויפ'ן מארקעט איז נאר ווי מענטשן קויפן עס פאר מתנות אבער כמעט נישט פאר זיך אליין.
אלנפאלס, כ'האב גאר הנאה געהאט פון דעם אריגינעלן בליק אויף שבת און ווי גערעכט ביזטו אז דאס איז הערליך פרעזענטירט געווארן אין דעם אלבום.

- ידיד ותיק
- הודעות: 720
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1480 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל
Re: דער שבת אין שבת'דיג (וועקער 17)
באמת הנאה געהאט פון דעם ארטיקל. איך האב נאך נישט געהערט דעם אלבום, אבער נאכ'ן לייענען וואס איר שרייבט קלער איך אז דאס וועט זיין א גוטע אפיקומן מתנה..
א מזל עס איז דא א וועקער אויפן וועלט ווי מען קען נאך אויסשמועסן א נושא ריכטיג, אירע מעלות און חסרונות און אלעס ארום.
איבער דאס ענין פון מארקעטן אלס א "מתנה" איז די הסבר זייער קלאר, ווען אונז אלע היימישע יודן וואלטן געטראכט פון זיך אליינס, מען וואלט געקלערט פון תוכן און פנימיות, וואלט אוודאי געפאסט צו מארקעטן אלס א ווארעמע פראדוקט וכו', היות אז אונזער לעבן דרייט זיך נאר ארום "יענעם", איז בלויז דא איין מיטל צו מארקעטן "קויף עס פאר יענעם"...