קאלום: על הא ועל דא (אנגעהויבן פון וועקער 17)

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
אורים ותומים
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 11
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 03, 2017 9:19 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל

קאלום: על הא ועל דא (אנגעהויבן פון וועקער 17)

שליחה דורך אורים ותומים »

א גוטן מועד מיינע טייערע ברידער אין אמעריקע, ודי בכל אתר ואתר.

איך האב שוין לאאאאאנג נישט געשריבן אין ק"ש, אבער אז ראובן בעט קען מען נישט אפזאגן, און געדענקענדיג אז איך האב אמאל געעפנט אזא אשכול אויף ק"ש און כ'האב געזאגט אז כ'קען עפענען אזא קאלום אינעם וועקער, האט מיר ראובן געבעטן אנצוהייבן אזא סארט קאלום וואס ברענגט אפיר די באהאלטענע אפיקומנ'ס, נעמליך, אלטע פיינע ווארע פון ספרים וסופרים, וואס זענען ווערד פאראייביגט צו ווערן אז יעדער זאל עס קענען זען.


אינעם יעצטיגן קאלום האב איך געברענגט די פאלגענדע געדאנקען:


    1) א תשובה פון א גדול וואס האט געקריגן סמיכה פון רבי משה פיינשטיין, וואס פסק'נט אז א ת"ח וואס זאגט זאכן וואס זענען אנגענומען אלס מינות, טאר מען אים נישט האלטן פאר א כופר ח"ו.


    2) דער ערשטער מקור אז קרח און דתן ואבירם זענען געווען גרויסע לייט, און נישט סתם באנדיטן, איז נישט קיין חסידישער אויסטרעף נאר זאגאר א שטיקל "המספיק לעובדי ה'" פון רבינו אברהם בן הרמב"ם.


    3) א מערקווירדיגער בריוו פון רבי עובדיה יוסף זצ"ל, וואס צוליב א "קנס" וואס זיין זון האט באקומען אין חדר אלס קינד, האט ער אפגעשריבן א שארפע בריוו מיט פינף טענות דערקעגן.


    4) א שטיקל מהר"ץ חיות בשם הג"ר צבי הירש לוין אבד"ק בערלין, אז די סיבה פארוואס כהיום מאכט מען נישט יבום נאר חליצה, איז ווייל צוליב די נידעריגע דורות איז מען חושש אז דער פארשטארבענער מאן האט איבערגעלאזט א קינד ערגעצוואו... און ווי דער מהר"ץ חיות פירט אויס איבער זיין טעם: "וטעם זה אמת" און "וראוי לפרסמו"...


    5) אן אינטערעסאנטער אנעקדאט ווען דער פאפער רב זצ"ל האט אפגעפרעגט דעם גאון מבהיל החזון איש, ווי ערווענט אין שו"ת ויחי יוסף.


אויב איר האט הנאה געהאט, צי איר האט הערות אדער סיי וואס צוצולייגן, זענט איר מכובד איבערצולאזן אייערע איינדרוקן און אויסשמועסן וואס עס איז דא צוצולייגן צו די אויבנדערמאנטע נושאים.
רימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 391
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 1303 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1322 מאל

שליחה דורך רימון »

אה, כ'האב שוין געווארט זאלסט עפענען דעם אשכול איך זאל קענען מגיב זיין אויף דעם שיינעם קאלום.
גאר שטארק הנאה געהאט אז כ'בין געבליבן הונגעריג אויף נאך און כ'וואלט שטארק געוואלט זען אן אויסברייטערונג פון דעם קאלום.
יעצט, דער עצם קאלום און דער סטיל איז באגריסנדווערד, אבער וועגן די אויסוואל פון ציטאטן און מאמרימ'לעך דאס קען מען שוין דעבאטירן.

1. וועגן די שטיקל פון בני בנים. ער איז א לינקער רב (אפילו ער איז אן אייניקל פון הרב הענקין און האט הסכמות פון גדולי תורה) זיין ספר איז פול מיט קולא קולות און כל מיני אומקאנווענציאנעלע פסקים. נישט אז כ'האב עפעס קעגן דעם, נאר ס'נעמט אוועק די סעגניפיקענטס פון דעם רעיון, פונקט ווי ס'איז נישט איבעריג אינטערעסאנט צו טרעפן עפעס א קולא אין הלכות ר"מ אין ספר דבר סתר.

2. דער שטיקל איבער קרח פון רבינו אברהם, גאר אינטערעסאנט.

3. די בריוו פון הרב עובדי' האט זיך לעצטנס געדרייט אויף טוויטער, זייער שיין באשריבן.

4. דער טעם אויף יבום איז א געוואלדיגער חידוש. א דאנק.

5. וועגן דעם חזון איש...
"ואני מלא טעיות, פעם בגמרא פעם בסברא," שרייבט דער חזון איש אין א בריוו. דאס האט ער געשריבן מיט זיין געוואלדיגער ענווה, אבער ס'שרייבט זיך נישט אזוי שנעל אויפ'ן חזון איש אז ער האט געמאכט א טעות, בפרט וואס אין דעם פאל האט ער דאך זיך אויך באצויגן צום רא"ש אין זיינע ספרים נאר נישט געדענקט אויף דער מינוט.
דער חזון איש האט סתם אזוי נישט צופיל געפילעוועט אין אחרונים און בכלל האט ער געשריבן לויט וויאזוי ס'איז אים אויסגעקומען צו דער מינוט.
אן ענליכע מעשה ווי מיט'ן פאפער רב שרייבט דער שבט הלוי אין די תשובות בנוגע דעם אות צדיק וואס דער חזון איש האט געהאלטן אז דער צדיק פון אר"י איז פסול און ווען הרב וואזנער האט אים געוויזן ווי דער חתם סופר שרייבט אז דער צדיק פון די ספרי תורה פון זיין רבי'ן רבי נתן אדלער איז געווען א צדיק הפוכה, איז דער חזון איש בלאס געווארן.
נאך אן ענליכע מעשה ווערט דערציילט אין הגדה של פסח מפי ספרים וסופרים פון הגאון רבי אליעזר דוד פרידמאן שליט"א איבער א חזון איש ווידער אין הל' מקואות כמדומה ווי ער דינגט זיך שטארק אויפ'ן חתם סופר בנוגע זוחלין אבער די פרטים האב איך נישט יעצט צו דער האנט.

אלנפאלס, אדאנק פאר אייער שיינע ארבעט, דער שטיקל ויחי יוסף איז זיכער אינטערעסאנט און אזעלכע ארטיקלען עפענען אויף פרישע טויערן אין מעיינות התורה.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

Re: קאלום: על הא ועל דא (אנגעהויבן פון וועקער 17)

שליחה דורך מי אני »

דא הא׳מיר אביסל ארומגערעדט אין די תשובה אין בני בנים. (די תשובה איז טאקע אינ׳ם קאנטעקסט פון מחלקותו של הדברי יואל עם הרב קוק זצ״ל(/ז״ל... ע״ש בריש התשובה)).
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

א קליינע הערה, דאס וואס דו שרייבסט אז דער בני בנים האט הוראה צי סמיכה פון רבי משה פיינשטיין; רבי משה פלעגט געבן פאר יעדן צורבא מרבנן סמיכה און כ'האב געהערט פון א תלמיד פון רבי משה אז אפילו טאמער איינער האט נישט געקענט גארנישט האט ער אים געגעבן על שם העתיד, רבי משה האט געהאלטן אז ער איז דערמיט מחזק לומדי תורה און מסתמא האט ער געגעבן פאר יעדן אן אויסנאם פאר די זעלבע טעם פארוואס דער טשעבינער רב פלעגט געבן פאר יעדן ספר א הסכמה, אז מ'זאל טאקע וויסן אז עס מיינט גארנישט מער ווי א מכתב חיזוק וברכה.
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1918 מאל

שליחה דורך ארי נוהם »

רימון האט געשריבן:1. וועגן די שטיקל פון בני בנים. ער איז א לינקער רב (אפילו ער איז אן אייניקל פון הרב הענקין און האט הסכמות פון גדולי תורה) זיין ספר איז פול מיט קולא קולות און כל מיני אומקאנווענציאנעלע פסקים. נישט אז כ'האב עפעס קעגן דעם, נאר ס'נעמט אוועק די סעגניפיקענטס פון דעם רעיון, פונקט ווי ס'איז נישט איבעריג אינטערעסאנט צו טרעפן עפעס א קולא אין הלכות ר"מ אין ספר דבר סתר.

כ'מיין אז מ'דארף אפטיילן צווישן צוויי זאכן וואס דו שרייבסט ארויס. עס איז אמת אז ער האט פארשידענע אומקאנווענציאנאלע פסקים, אבער כ'וואלט זיי נישט אנגערופן קולי-קולות, און געוויס וואלט איך אים נישט אנגערופן א לינקער רב. ער האט פילע קולות ווי חומרות צוגלייך, הגם זיינע קולות זענען טאקע אומקאנווענציאנאל. רבי עובדיה יוסף איז נישט געווען קיין לינקער רב, הגם ער האט געהאט מער קולות ווי אנדערע און געוויס אסאך אומקאנצווענציאנאלע פסקים.

מהאי טעמא איז עס אויך נישט גלייך צום ספר דבר סתר, וואס איז עמטליך געשריבן געווארן מיטן ציל צו זוכן אלערליי קולות און היתרים, ווידער הרב הענקין שרייבט מיט אן ערנסטקייט - צומאל לקולא און צומאל לחומרא.

שוין אפגערעדט פון דעם, אז דער דבר סתר איז נישט מעוטר מיט הסכמות פון בארימטע גדו"י (און אפילו אויב זיי וואלטן מסכים געווען דערצו, וואלטן זיי קיין עפנטליכע הסכמות נישט געקענט געבן צוליב פארשטענדליכע סיבות), ווידעראום דער "בני בנים" איז פול מיט בארימטע הסכמות, ווי ערווענט באלד.


כוכב האט געשריבן:א קליינע הערה, דאס וואס דו שרייבסט אז דער בני בנים האט הוראה צי סמיכה פון רבי משה פיינשטיין; רבי משה פלעגט געבן פאר יעדן צורבא מרבנן סמיכה און כ'האב געהערט פון א תלמיד פון רבי משה אז אפילו טאמער איינער האט נישט געקענט גארנישט האט ער אים געגעבן על שם העתיד, רבי משה האט געהאלטן אז ער איז דערמיט מחזק לומדי תורה און מסתמא האט ער געגעבן פאר יעדן אן אויסנאם פאר די זעלבע טעם פארוואס דער טשעבינער רב פלעגט געבן פאר יעדן ספר א הסכמה, אז מ'זאל טאקע וויסן אז עס מיינט גארנישט מער ווי א מכתב חיזוק וברכה.

רבי משה פיינשטיין פלעגט טאקע געבן הסכמות פארן יעדן בי בר רב דחד יומא, אבער דער "בני בנים" האט געקריגן הסכמות פון אלערליי שטרעמונגען און אלע סארטן רבנים, צווישן זיי גאר חשובע און בארימטע גדו"י. צווישן די מסכימים זענען הרב עובדיה יוסף ובר פלוגתתיה הרב מרדכי אליהו, הרב וואלדענבערג בעל ציץ אליעזר (טאקע געווען אין רבנות, אבער געווען א רעכטער און אנגענומענער, און האט "זוכה" געווען צו א זון א קנאי...), רבי משה פיינשטיין, רבי מנשה קליין אבד"ק אונגוואר, און טאקע אויך הרב אברהם אלקנה כהנא-שפירא פון "מרכז הרב".

אגב, הרב הענקין האט געלערנט מיט זיין זיידן הגרי"א הענקין פאר א שיינע פאר יאר אין א צי, און דעם זיידנ'ס פסקים וואס זענען געזאגט געווארן בשעה שלמדו ביו"ד ונתבררו ונתלבנו ביחד זענען געדרוקט געווארן אינעם קובץ תורני "ישורון" כרך כ"א. דער זיידע האט אים אויך געגעבן סמיכה לרבנות (און אז ער גיבט דעם זיידן אנערקענונג מיטן נאמען פונעם ספר "בני בנים", האט ער געוויס מקבל פון אים גענוג מהלכים אין פסק).


אין פורום ספרים וסופרים (בחד"ח) איז אויך דא א שיינע אשכול איבער הרב הענקינ'ס תשובה-ספרים בני בנים: https://www.bhol.co.il/forums/topic.asp ... id=2360772
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

כוכב האט געשריבן:א קליינע הערה, דאס וואס דו שרייבסט אז דער בני בנים האט הוראה צי סמיכה פון רבי משה פיינשטיין; רבי משה פלעגט געבן פאר יעדן צורבא מרבנן סמיכה און כ'האב געהערט פון א תלמיד פון רבי משה אז אפילו טאמער איינער האט נישט געקענט גארנישט האט ער אים געגעבן על שם העתיד, רבי משה האט געהאלטן אז ער איז דערמיט מחזק לומדי תורה און מסתמא האט ער געגעבן פאר יעדן אן אויסנאם פאר די זעלבע טעם פארוואס דער טשעבינער רב פלעגט געבן פאר יעדן ספר א הסכמה, אז מ'זאל טאקע וויסן אז עס מיינט גארנישט מער ווי א מכתב חיזוק וברכה.

אינטערעסאנט אנצומערקן אז דאס האט א מקור אין תלמוד בבלי אין מסכת בבא מציעא פ''ה. ביי ר' יוסי בן רבי אלעזר בן רשב''י אדער אולי זיין זוהן וואס איז געווען יענע חברה מאן דוכט זיך ער האט מזנה געווען רעכטס און לינקב, איך געדענק נישט קלאר באט די המשך דארט עס איז אנגעקומען דארט רבי און מען האט פארציילט וואס די בנש''קל טוט אלס אפ, האט ער עם גיגעבן סמיכה און געשטעלט אויף הוראה און ער איז אויסגעוואקסן גאר גרויס.

דאס איז א שטיקל גמרא וואס מען דארף אויפהענגן אויף אלע געסער.
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

שליחה דורך כרם זית »

איך האב אמאל געהערט פון א איד וואס האט עס געהערט פונעם בעל המעשה. דערציילט יענער אז ווען ער איז געווען א בחור האט ער געלערנט ביי ר' משה אין ישיבה ביז ער איז געווארן א שטיקל מקורב. איין טאג זאגט אים ר' משה ''ברענג מיר א פאפיר, איך וויל דיר שרייבן א כתב סמיכה''. ווען ער האט געפרעגט ר''מ אז ער קען מיטאמאל קייו שו''ע, האט אים ר''מ גענטפערט. ''איך קען דיר. א יראת שמים ביזטו, ווען איינער וועט דיר פרעגן א שאלה און דו וועסט נישט וויסן וואס צו ענטפערן וועסטו אודאי נאכקוקן די הלכה. און א קאפ האסטו א גוטע וועסטו עס גוט פארשטיין. אויב אזוי איז נישט דא וואס צו זארגן''.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל

שליחה דורך פארוואס? »

כרם זית האט געשריבן:איך האב אמאל געהערט פון א איד וואס האט עס געהערט פונעם בעל המעשה. דערציילט יענער אז ווען ער איז געווען א בחור האט ער געלערנט ביי ר' משה אין ישיבה ביז ער איז געווארן א שטיקל מקורב. איין טאג זאגט אים ר' משה ''ברענג מיר א פאפיר, איך וויל דיר שרייבן א כתב סמיכה''. ווען ער האט געפרעגט ר''מ אז ער קען מיטאמאל קייו שו''ע, האט אים ר''מ גענטפערט. ''איך קען דיר. א יראת שמים ביזטו, ווען איינער וועט דיר פרעגן א שאלה און דו וועסט נישט וויסן וואס צו ענטפערן וועסטו אודאי נאכקוקן די הלכה. און א קאפ האסטו א גוטע וועסטו עס גוט פארשטיין. אויב אזוי איז נישט דא וואס צו זארגן''.


שוין האב איך שוין באקומען סמיכה פון רבי משה. (ארייו אין מיין רעזומעי).
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
פארשפארט