מתעסקים האט אונז פארראטן

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
[NAMELESS]

מתעסקים האט אונז פארראטן

שליחה דורך [NAMELESS] »

מתעסקים איז א שאנדע. פון אלע רבנים און עסקנים וואס האבן אונז פארראטן, שטייט מתעסקים אין שפיץ. א ארגעניזאציע וואס שנארט מיליאנען צו העלפן אידן אין צייט פון טויט, האט פשוט ארויסגעטשיקענט ווען מ'האט זיי געדארפט מער פון אייביג.
אז וואלענטירן האבן זיך נישט געוואלט דרייען אין שטיבער פון אבלים, האבען זיי געדארפט מאכן זייער ריסארסעס עוועילעבל פאר'ן ציבור. זייערע טראק'ס האבן געקענט העלפען ארומפארן איבעראל בעטן אז מ'זאל זיך האלטען אין די שטיבער.

כ'האף נאר אז איינמאל דאס גייט אדורך גיין וועט די ציבור זיך אפרעכענען מיט מתעסקים, און זיי ארויסשטעלן פון ביזנעס.

מתעסקים האט אונז פארראטן אין די ערגסטע צייט.
רימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 391
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 1303 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1322 מאל

שליחה דורך רימון »

שמירה למעשה, ווי סקעפטיש מ'איז פאר די אומגעבעטענע ארגאניזאציע, זענען זיי געווען די איינציגסטע וואס האט געהאט א וויזיע און פון די ערשטע מינוט אויפגערודערט די שטאט.
דערנאך האבן זיי סתם אזוי איבערגעשריבן די באדייט פון א שומרים ארגאניזאציע, אלס עפעס וואס זוכט צו טון סערוויסעס פאר'ן ציבור, ווי מ'זעט אצינד אין וויליאמסבורג ווי די דארטיגע שומרים טוט נאכפאלגן די שמירה מאדעל, מיט צושטעלן שבת גוים פאר טובות און שבת פאטראל וכדו'.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

איינמאל ווילהעלם'ס האט אדווערטייזט אז מ'קען קומען קויפן נידעריקע שבעה בענקלעך פאר א נאמונאלע סכום, האט זיך עפעס פון איין רגע צו די אנדערע געטוישט מתעסקים'ס דעת תורה, און אין א פליצום'דיגע מעלדונג מודיע געווען אז זיי גייען צוריק אויפמאכן זויפארט נאך יו''ט.

ווי א שירעם נאך א רעגן.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

יאפ, ס'האט מיר שרעקליך געבאדערט זייער באשלוס פון די ערשטע מינוט, איך האב מיך גע'ישוב'ט צו עפענען אן אשכול איבער דעם, נאר איך בין זיכער געווען אז די אנטי חרידישע ניקס וועלן ארויפשפרינגען אויף מיר אז מ'דארף אפשטופן די גאנצע שבעה זיצן ביז נאכן ווירוס, פונקט ווי די חתונות. און מ'דארף מעגליך בכלל נישט זיצן קיין שבעה אויף א קאראנע וויקטעם ווייל זיי האבן א דין פון מתאבד עצמו לדעת, און דינא דמלכותא דינא וכו'... איך האב נישט געזוכט פרישע ענדלאזע וויכוחים.

שמירה האט דאסמאל ווידער געצייגט ווי וויכטיג קאמפעטישען איז. שומרים בארא פארק האט עס נאכנישט געצייגט, אבער שומרים וויליאמסבורג יוכיח.

הלואי זאל איינער קאנקורירן מיט מתעסקים. די געלט וואס זיי שנארן איז אויסער די מיליאנען שטאטישע פאנדס וואס זיי באקומען דערויף.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

זאל נאר יענער קאנקורירן בתורת ביזנעס. ס'וועט קאסטן ביליגער און אהערשטעלן בעסער'ס. לדוגמא ווען מ'נעמט ווען די שבעה סחורה פון א טשעיר רענטעל, וואלט ס'גאנצע ביל באצאלט געווארן 'איינמאל' דורך די גאנצע משפחה. און ס'וואלט נישט געווען אזוי טייער. ווי אויך וואלט קאמפעטישן געווען בארעכטיגט ווייל ס'איז נישט קיין ארגענעזאציע. (פאר עפעס א אומפארשטענדליכע סיבה טאר מען נישט קאמפיטען מיט ארגענעזאציעס). אצינד מיט מתעסקים, טוהן זיי עס אפיציעל פריי אבער פארשטייט זיך אז פטור בלא כלום אי אפשר, עפעס א נדבה'לע דארף מען אריין ווארפן, און פארוואס זאל עס זיין פון די גאנצע משפחה אינאיינעם ווען ס'קען זיין פון יעדן באזונדער. אזוי קען מען פארדינען פירפאכיג מער ווי ווען ס'וואלט געווען א ביזנעס.....
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

איסר האטלקי האט געשריבן:יאפ, ס'האט מיר שרעקליך געבאדערט זייער באשלוס פון די ערשטע מינוט, איך האב מיך גע'ישוב'ט צו עפענען אן אשכול איבער דעם, נאר איך בין זיכער געווען אז די אנטי חרידישע ניקס וועלן ארויפשפרינגען אויף מיר אז מ'דארף אפשטופן די גאנצע שבעה זיצן ביז נאכן ווירוס, פונקט ווי די חתונות. און מ'דארף מעגליך בכלל נישט זיצן קיין שבעה אויף א קאראנע וויקטעם ווייל זיי האבן א דין פון מתאבד עצמו לדעת, און דינא דמלכותא דינא וכו'... איך האב נישט געזוכט פרישע ענדלאזע וויכוחים.


אנגעבליך האבן זיי פולע אנדערע סערוויסעס חוץ פון שבעה בענקלעך. אינטערסאנט איז אבער געווען אז פון יענע סערוויסעס האט מען אויך נישט געהערט, נישט געשיפטעט קיין רעסורסן, גארנישט. די חידוש איז מיר געווען אז אפי' שמירה און חבירים האבן געטראפן וועגן וויאזוי זיך צו לאזן הערן און העלפן. חסד של אמת האט אויך געהאט דעקונג אבער מתעסקים - א שטיל שווייגעניש.
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 766 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: מתעסקים האט אונז פארראטן

שליחה דורך פאליטיקאנט »

קורקלענד האט געשריבן:זאל נאר יענער קאנקורירן בתורת ביזנעס. ס'וועט קאסטן ביליגער און אהערשטעלן בעסער'ס. לדוגמא ווען מ'נעמט ווען די שבעה סחורה פון א טשעיר רענטעל, וואלט ס'גאנצע ביל באצאלט געווארן 'איינמאל' דורך די גאנצע משפחה. און ס'וואלט נישט געווען אזוי טייער. ווי אויך וואלט קאמפעטישן געווען בארעכטיגט ווייל ס'איז נישט קיין ארגענעזאציע. (פאר עפעס א אומפארשטענדליכע סיבה טאר מען נישט קאמפיטען מיט ארגענעזאציעס). אצינד מיט מתעסקים, טוהן זיי עס אפיציעל פריי אבער פארשטייט זיך אז פטור בלא כלום אי אפשר, עפעס א נדבה'לע דארף מען אריין ווארפן, און פארוואס זאל עס זיין פון די גאנצע משפחה אינאיינעם ווען ס'קען זיין פון יעדן באזונדער. אזוי קען מען פארדינען פירפאכיג מער ווי ווען ס'וואלט געווען א ביזנעס.....
אינטערעסאנט טאקע אז רענטעסטיק און אנדערע "פארטי" רענטלס האבן נאכנישט דעם סערוויס!!!?¿???
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

פאליטיקאנט האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:זאל נאר יענער קאנקורירן בתורת ביזנעס. ס'וועט קאסטן ביליגער און אהערשטעלן בעסער'ס. לדוגמא ווען מ'נעמט ווען די שבעה סחורה פון א טשעיר רענטעל, וואלט ס'גאנצע ביל באצאלט געווארן 'איינמאל' דורך די גאנצע משפחה. און ס'וואלט נישט געווען אזוי טייער. ווי אויך וואלט קאמפעטישן געווען בארעכטיגט ווייל ס'איז נישט קיין ארגענעזאציע. (פאר עפעס א אומפארשטענדליכע סיבה טאר מען נישט קאמפיטען מיט ארגענעזאציעס). אצינד מיט מתעסקים, טוהן זיי עס אפיציעל פריי אבער פארשטייט זיך אז פטור בלא כלום אי אפשר, עפעס א נדבה'לע דארף מען אריין ווארפן, און פארוואס זאל עס זיין פון די גאנצע משפחה אינאיינעם ווען ס'קען זיין פון יעדן באזונדער. אזוי קען מען פארדינען פירפאכיג מער ווי ווען ס'וואלט געווען א ביזנעס.....
אינטערעסאנט טאקע אז רענטעסטיק און אנדערע "פארטי" רענטלס האבן נאכנישט דעם סערוויס!!!?¿???

מען דארף זיי רופן צו פארלאנגן די סערוויס, וואלן זיי וויסן אז ס'איז באמת דא א דימענד.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

פאר א רענטל קאמפעני לוינט זיך צו טיילן שבעה בענקלעך בחינם, אזוי וועלן זיי נאכדעם באקומען וואך נאכטס און נאך ביזנעס.

אין ארץ ישראל ארבעט די סיסטעם אז דרוקערס שטעלן צו לויה צעטלעך בחינם, אזוי באקומען זיי ביזנעס פון הפגנות און מחאות (קען זיין היינט איז שוין פארקערט, הפגנות בחינם פאר לויה ביזנעס....). דאס זעלבע טוט שמירה וואס שטעלט צו סערוויס בחינם און אזוי באקומט ער אדווערטייזמענט פאר פריוואטע סעקיוריטי.

ווער וויל אריינשפרינגען?
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

זיי געבן ספר תורה'ס אויך, פאר מתעסקים פלעגט יעדער קהילה בארגן זייער ספר תורה פאר א שבעה.

אבער אין די לעצטע פאר וואכן האט מען נישט געדארפט די בענקלעך, ווייל יעדער איז געזעצען אינדערהיים ביי זיך, און יעדער קען זיך אן עצה געבן פאר אפאר בענקלעך. צו דורך דער קואטש אדער אנדערע זאכן. ממילא האט מתעסקים געהאלטען אז טאמער זיי טיילען ווייטער בענקלעך טוהן זיי גורם זיין אז מענטשן זאלען עובר זיין אויף סאשעל דיסטאנסינג.

נאך פסח וועט זיין אסאך שבעה'ס פאר די אלע וואס זענען נעדר געווארען דורך אויס יום טוב.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יעצט שרייבן זיי ספרי תורות לע''נ די נפטרים. ווי זענען זיי געוועהן ווען די אלע נפטרים זענען נפטר געווארן???
בייגעלייגטע פיילס
IMG_20200603_082952_784.jpg
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]מאנכע זענען ביי די מיינונג, אז מתעסקים איז א קאָנקורענץ אדער גאר א שוועסטער-ארגאנעזאציע פאר חסד של אמת. אין די ווירקליכקייט איז דאס ווייט נישט אזוי!

וואלונטירן פון חסד של אמת ווערן גערופן פאר מנין צו יציאת נשמה. חסד של אמת שיקט זייער חברה קדישא אין די שפיטעלער אויסצושאלטערן די מאשינען, און זארגעפעליג פארפאקן די נפטרים, און זיכער מאכן אז אלע טעכנישע איינצעלהייטן ווערן ארלעדיגט אויפן ארט, אזוי אז ווען דער טשאפל קומט ענדליך אן, איז שוין אלעס פולקאם גרייט און פארפאקט. דאס שפארט צייט און עגמ''נ פאר די פאמיליע וועלכע איז נעבאך אינגאנצן פארלוירן פון דעם אומגליק וואס האט זיי נארוואס באטראפן.

חסד של אמת פארמאגט א אייגענע טעטיגע חברה קדישא, וועלכע מאכן טעגליך טהרות פאר אידישע נפטרים וועלכע זענען נישט אנגעשלאסן אין קיין פראמינענטע קהילות, אדער אזעלכע וואס זייערע קהילות פארמאגן נישט קיין אקטיווע חברה קדישא. ווי אויך אויב א חברה קדישא נויטיגט זיך אין מענטשן-קראפט אדער אין סיי וועלכע סארט הילף, קומט די חברה קדישא פון חסד של אמת באלד אריין אין בילד. ווי אויך ווערן אומצאליגע מתי מצוה באהאנדלט דורך די חברה קדישא פון חסד של אמת. די חברה קדישא פון חסד של אמת איז ליידער פון די סאמע פארנומענסטע איבער די גאנצע וועלט.

אויב א פאמיליע האט ליידער נישט צו באצאלן די הויכע קבורה קאסטן, מאכט חסד של אמת זיכער אז דער נפטר באקומט די זעלבע כבוד און באהאנדלונג ווי אלע אנדערע אידישע נפטרים. חסד של אמת האלט אויף דריי בתי חיים, ווי יעדער איד איז פארזיכערט מיט א קבר, אפגעזען יא באצאלט אדער נישט באצאלט.

חסד של אמת איז א מעכטיגע פארקערפערשאפט, און פארמאגט הונדערטער וואלונטירן מענער און פרויען. און קיינער אין חסד של אמת באקומט נישט קיין שום געהאלט. אירע וואלענטירן וועלן ניטאמאל נעמען קיין טיפ פאר זייער הייליגע ארבייט.

מתעסקים זאגט טאקע אז זיי טוען אויך די אויבענדערמאנטע, אבער דאס איז בלויז הוילע פראפעגאנדע. הער מייער, גראדע גאר א פיינער מאן, האט נאך ביז צום היינטיגן טאג נישט באוויזן קלאר צו מאכן זיין הויפט מיסיע-ציל. וואס יא? ער באקומט פון די שטאט גרויסע קאראוואנען און געצייג וועלכע דארפן אנגעבליך גענוצט ווערן אין נויט פעלער! זאגאר אין די ווירקליכקייט ווערט דאס בלויז גענוצט ביי גרויסע און פאפולערע לוויות און דינט אלס פראפעגאנדע פאר מתעסקים. און יא זיי פארבארגן נידעריגע שבעה-שטילן און ספרי תורה. דאס קענען מען נישט אוועקמאכן. אין קורצן, מתעסקים איז א שבעה גמ''ח, און חסד של אמת איז א כבוד מתי ישראל ארגאנעזאציע.[/justify]
קלוגע יודל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 610
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 12:40 am
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 329 מאל

שליחה דורך קלוגע יודל »

גאר גוט ארויסגעברענגט די ריינע אמת
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

זיי זענען ביידע פין יאנקי מייער, זענען זיי נישט קאמפעטישן און יא שוועסטער ארגענעזאציעס. און ביידע האבן יא איין מטרה.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אישתישבי האט געשריבן:זיי זענען ביידע פין יאנקי מייער, זענען זיי נישט קאמפעטישן און יא שוועסטער ארגענעזאציעס. און ביידע האבן יא איין מטרה.

חסד של אמת איז געגרינדעט געווארן און ווערט אנגעפירט דורך מענדל רוזענבערג יארן לאנג, און ער גייט אן מיט א ארגינעלקייט און בכלל נישט דא פאר די בילדער.
ווי אנדערע האבן שוין ערווענט אז בשעת מתעסקים האט זיך געלייגט שלאפן אין א צייט וואס מען דארף עם דאס מערסטע, איז חסד של אמת אנגעגאנגען מיט א מסירת נפש ארום די זייגער.
יודישע שרייבער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 187
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 4:48 am
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 194 מאל

שליחה דורך יודישע שרייבער »

אישתישבי האט געשריבן:זיי זענען ביידע פין יאנקי מייער, זענען זיי נישט קאמפעטישן און יא שוועסטער ארגענעזאציעס. און ביידע האבן יא איין מטרה.

טאקע וועגן דעם רייסן זיי זיך ביי די קעפ שוין יארן לאנג און מתעסקים הערט נישט אויף צו מסר'ן חסד של אמת? (די ערשטע מאל אין היסטערי - עכ"פ ווי ווייט איך ווייס - וואס זיי האבן געארבעט צוזאמען בשלום ובשלווה און זיך נישט גע'הרג'עט איז געווען ביי די טעראר אטאקע אין זשערסי סיטי, אויך איז דעמאלטס געווען די ערשטע מאל וואס יענקי מאיער האט גערעדט בשבחו פון חסד של אמת אויף קול מבשר!)

[tag]עמעזאן[/tag] האקט אויף א איידעלערע שפראך
We buy things we don't need
with money we don't have
to impress people we don't like
(קרעדיט: @טייערע ברודער)
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

טאקע. טעות לעולם חוזר.

מתעסקים האט געהאט א פוינט מיט נישט אויסטיילן קיין שבעה בענקלעך, ווייל מען איז נישט געזעצען שבעה ברוב עם.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אישתישבי האט געשריבן:טאקע. טעות לעולם חוזר.

מתעסקים האט געהאט א פוינט מיט נישט אויסטיילן קיין שבעה בענקלעך, ווייל מען איז נישט געזעצען שבעה ברוב עם.

,אשר על כן? אין שטוב דארף מען נישט א שבעה בענקל???
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

קען זיין אז מען דארף יא אבער דער המון עם וועט עס נישט זען...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מתעסקים נעמט נישט קיין וואקאציע? אזוי גאר?!
בייגעלייגטע פיילס
IMG_20201227_154832_244.jpg
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ווען מתעסקים איז געגאנגען אויף וואקאציע
בייגעלייגטע פיילס
IMG_20201227_162518_907.jpg
real fake news
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 221
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 25, 2019 10:40 am
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 127 מאל

שליחה דורך real fake news »

חתם סופר האט געשריבן:ווען מתעסקים איז געגאנגען אויף וואקאציע

גראדע וואס זיי שרייבן דא איז זייער גערעכט און זייער וויכטיג,
ניחום אבלים איז איינער פון די גרויסע סופער ספרעדדערס ביי אונז, כאטש האבן זיי איינגעזעהן און דעם און נישט געוואלט ארויסהעלפן.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

real fake news האט געשריבן:
חתם סופר האט געשריבן:ווען מתעסקים איז געגאנגען אויף וואקאציע

גראדע וואס זיי שרייבן דא איז זייער גערעכט און זייער וויכטיג,
ניחום אבלים איז איינער פון די גרויסע סופער ספרעדדערס ביי אונז, כאטש האבן זיי איינגעזעהן און דעם און נישט געוואלט ארויסהעלפן.

דאס האב איך דעמאלטס געשריבען
חתם סופר האט געשריבן:אז וואלענטירן האבן זיך נישט געוואלט דרייען אין שטיבער פון אבלים, האבען זיי געדארפט מאכן זייער ריסארסעס עוועילעבל פאר'ן ציבור. זייערע טראק'ס האבן געקענט העלפען ארומפארן איבעראל בעטן אז מ'זאל זיך האלטען אין די שטיבער.
פארשפארט