למנוע משחית ומגפה מעלינו - ר' קטלא'ס קאראנאווירוס טאגבוך
- קטלא קניא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 127
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 08, 2018 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 70 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 607 מאל

ש"ק פרשת ויק"פ תש"פ
ספוילער אלערט (צום וועקער ארטיקל): שון א גאנצער וואך גיי איך נישט אין שול און שבת אויך נישט. אז מען פארברענגט א שבת אין דער היים, און מען לערנט אפ אל יצא איש ממקומו ביום השביעי ווי די קראים, איז דאך אוודאי דא צו דערציילן, און בפרט אין דיא געשפאנטע צייטן, איז נאט אייך מיין שבת קודש.
ערב שבת עם דמדומי חמה פארן זמן בין איך אריבער געפארן צו מיין פאטער אים טראגן א קיגל און נאך מאכלי שבת קודש ער זאל האבן אויף צו עסן. ער איז אין די יארן קע"ה (די ראשי תיבות באקומען היינט א נייער באדייט) און ער איז אליין. געווענלעך איז ער אקטיוו און א לעבעדיג אידל נאר איצט פאלגט ער און איז כלוא בבית. אין אנהייב האט ער געזאגט אז ער איז שוין אריבער ערגערס - און ער איז טאקע אריבער דער גאר ערגסטער - און ער האט נישט מורא. ער הערט אבער די נייעס און ווייסט גוט וואס טוט זיך אויף דער וועלט און שוין א גאנצער וואך פאלגט ער. ער רופט אונז אן מיר זאלן אים איינקויפן עסן און ארויסטראגן פאר אים דער מוסט וכדומה. ער האט געבעטן מען זאל אים אויך קופן רויע שארפע פעפערלעך און שווארצער רעטעך. מיין זון איז צו אים ארויף אליין און איך האב מיט אים גערעדט אויפן טעלעפאן. וואס ווייניגער מענטשן ביי אים איז מער פארזוכערט. ווארטנדיג, וואטסאפטט מיר א חבר אז ער האלט אין מיטן א זום קבלת שבת און עס איז רירדינג צו זען מענטשן מיט קינדער אויף די שויס נעמען אטייל. איך האב אים געפרעגט, וואס טוט מען ביי מזמור שיר ליום השבת, זאגט ער, אז דעמאלט פארלעשט מען.
איך האב מיך קוים ביים זמן אפגעטושט, געכאפט א קאווע און עפעס פארביסן אין מיין האנטעך "בעקעשע", וואס האט מיט איין פארב ווייניגער ווי א רשכבה"ג, און זיך געגאנגען אנטון. צופיל זיך איילן האב איך נישט געדארפט ווייל אין מיין "שול" שטעלט מען זיך ווען "דער עולם" איז גרייט. איך האב אנגעטון מיין גלאטע בעקעשע און מיין גארטל ווייל אפילו אז איך בלייב אינדערהיים זאל מען שפירן אז שבת הערשט אין דער לופט. צום שלוס האב איך זיך אויך באקרוינט מיט מיין שטריימל מיט דער 'קרוין'. מיין טאכטער מוטשעט מיך איך זאל עס אנטון יעדער וואך ווייל מיין אלטער שטריימל זעט אויס, בקיצור, ווי אן אלטער שטריימל. מיין אשת חיל זאגט זיך אפ פון גיין מיט מיר אויפן גאס שבת צו א קידוש אדער וואו אז איך בייט נישט איבער דאס שטריימל.
הודו פאר מנחה האט געהאט אן אנדערן טעם. נפשם בהם תתעטף, יושבי חושך וצלמות, נפשם ברעה תתמוגג, ויגיעו עד שערי מות האט אלעס אונז געמיינט. דער פחד דערפון אין אונזער פאמיליע און דער רעאליטעט דערפון אין אונזער קהילה, שטאט, מדינה און וועלט. ידיד נפש האבן מיר געזינגען מיט דעם כותל ניגון. מיין זון דער 'בעל החשבון' האט געוואלט נאכדעם זינגען דעם ווערטער־לאז ניגון וואס קומט דערנאך נאר די זון האט זיך שוין געהאט געריקט און מיר האבן זיך געדארפט געבן א שאקל מיט מנחה.
מיין יונגסטער זון האט בשום אופן נישט געוואלט דאווענען קבלת שבת "פארן עמוד". איך קלער ס'האט אים נישט געפאסט ווייל אים האט זיך געדאכט אז מען נעמט אים אלס דער יונגסטער צו שפילן "חזן". האט זיך דער בעל החשבון געשטעלט. מען האט געפריווט קארלעבאך ניגונים און אפאר זענען געלונגען און אפאר האט מען צוגעענדיגט מיטן נוסח. נהרות ימחאו כף האט געקלינגען ווי ביי א זקן ורגיל מיט א 'יחד' אז די ווענט האבן געציטערט. בואו ונצא השדה זענען מיר געבליבן אינערווייניג און ר' שלמה'ס קול ה' על המים האט געדונדערט. לכה דודי ווידער ר' שלמה'לע און צו לא תבושי דרייט זיך צו מיר אויס אונזער "בעל תפילה" און פרעגט ווי הייבט זיך נאר אן דער באבאבער לא תבושי. מיינע פריינד: מיר האבן זיך געהויבן. מיר האבן געקלאטשט און דער שבת האט געברענט ווי א פייער. ביי בואי בשלום האבן מיר שוין געהאט אויסגענוצט אלע פעלער און מיר האבן אנגעהויבן פון דאס ניי און אויף א העכערער שליסל, בקיצור ווי ביי יחיד מומחה. און דערנאך א הילכיגער מזמור שיר, זיך געבראכן די ציין, און איך אויך די אויגן, אויף די פיצל אותיות פון ולומר דא אפיקו. דער יינגסטער האט זיך דערמאנט ביי ושמרו אז ער קען אויך, איז ווידער א ר' שלמהלע, מגן אבות האבן מיר זיך איינגעשפארט און אויך דעם שפאציר אהיים.
די שבת סעודות זענען געווען בלויז פון איין גערעדעריי און אז מיינע קינדערס ביידע זיידעס און א באבע זענען פארשלאסן איז נישטא א סך מחדש צו זיין. נאר דאך וויל מען רעדן, און הערן, און זיין צוזאמען, אבער כאטש איבער אביסל וויין און עסן און ביי דער ווארעמקייט פון א שבת טיש.
צו מארגנס בין איך שוין אויף געווען ווען די פייגלעך צוויטערן און איך האב געוויסט אז די חברה וועלן זיך נישט איילן האב איך מיך געשטעלט דאווענען אויבן אין בוידעם. אויפן באלקאן האט דער זון געשיינט און איך האבן מיך נישט געקענט איינהאלטן א מי אנכי צום בלויען הימל. ביי 'דו האסט געבעטן דאווענען' האט מיין קול שוין נישט פונקציאנירט. נישט צום לעצטן מאל. פסוקי דזמרה איז געגאנגען פסוקי דזמרה'דיג נאר צו נשמת האב איך מיך אויפגעכאפט. קוקנדיג פון דער פענצטער מיט ליפן ווי דער ברייט פון דער הימל, אויגן ווי דער זון און לבנה, הענט ווי אדלער און פיס ווי וידער. איך קען נישט גאט'ס חשבונות אבער די אור אלטער ווערטער ווארעמען אן אלע ביינער. איך האב געוויסט עפעס קומט פון דבר נאר איך האב מיך נישט געקענט דערמאנען וואו. איך האב אבער געשפירט ווי עס קומט נענטער. ברעב זנתנו ובשבע כלכתנו און דער קול איז זיך ווידער צוגאנגען. און ביז ומדבר מלטתנו די אויגן אויך.
קריאת התורה פון צוויי סדרות איז געווען א לאנגס. "ווערטער" זענען מיר געשווימען אין קאפ. משה האט געקענט באפעלן, אבער די חכם לב, הייסט עס נישט משה נאר די קינסטלער מיט טאלאנט, זיי האבן עס אויסגעפירט למעשה. (איך ווייס מען קען מיך אפפרעגן פון דער מדרש אויף חכם לב יקח מצוות נאר דאס שטייט נישט אין תורה.) דערנאך איז מיר איינגעפאלן אז די בגדי כהונה קומען נאך דער משכן און די כלים. תצוה נאך תרומה און פקודי נאך ויקהל. אמאל האט מען ערשט עפעס אויפגעבויט און אויפגעטון און דערנאך זיך אנגעטון די שמונה בגדים. היינט ערשט טוט מען זיך אן מיט א פעלץ און סטראקעס און אמאל טוט מען אויך עפעס אויף.
ביי יקום פורקן האב איך געקעלערט אויסלאזן דעם ערשטן יקום פורקן למרנן ורבנן נאך זייער אויפפירעכץ פון די לעצטע צייטן, נאר איך האב מיר געמאכט א חשבון אז דער צווייטער יקום פורקן זאגט מען נישט ביחידות איז קומט אויס איך וועל גארנישט זאגן. האב איך געזאגט יקום פורקן און אינזינען געהאט די אחריות'דיגע רבנים מיט שכל וואס בלייבן געטרייער פאסטעכער פאר זייערע שאף. אז איך בין אנגעקומען צו אב הרחמים האב איך געקלערט צי איז נישט דא א תירוץ נישט צו זאגן, און איך האב מיך דערמאנט אז ס'איז שבת החודש. אופס, האב איך ווידער אנגעכאפט דאס חומש'ל און געליינט איבער דער קרבן פסח און ווען דער באשעפער איז איבערגעשפרינגען די אידישע הייזער. זאל ער היינט איבערשפרינגען אלע הייזער און אונז אלע ראטעווען. די רבנים זענען מיר נאך אלץ געלעגן אין קאפ ביי די הפטורה פון שבת החודש וואס לאזט זיך אויס אז דער נשיא טאר גארנישט נעמען ביים פאלק כדי זיי נישט אויסצונארן פון זייער ארבטייל. היינט נארן זיי אין גרויסן אבער אן דער אחריות פון א נשיא.
איך האב דאך אויך נישט געזאגט יוצרות, האב איך אפגעדאוונט מוסף און זיך גענומען צום מסוד חכמים ונבונים. היינט רופט מען זיי "גדולים" ווייל חכמים ונבונים זענען זיי נישט. איך וועל אייך נישט מאכן סקוטשנע מיט יוצרות, נאר וינתן לעם שיר חדש, לשורר בפיהם שיר חדש... האט מיר געמאכט אויסברעכן אין מרדכי בן דוד'ס געזאנג. דערנאך איז אויך דא אין מוסף, פצוח שירים תמיר בכויות, אויסברעכן אין געזאנג אנשטאט געוויין וואס זענען צוגעפאסטע ווערטער צום מצב. מיין טאכטער איז מיר געקומען בעטן איך זאל זיין אביסל שטילער, בין איך אראפגעגאנגען און געמאכט קידוש אויף קאניאק, און דערנאך א קאווע. ביז איך האב אפגעגעסן איז דער זון דער בעל החשבון געווען גרייט צו גיין מיט מיר א שפאציר.
א איד וואס דאוונט געווענלעך מיט מיין פאטערס נץ מנין קומט אונז אקעגן אויף דער אנדערע זייט גאס. ער העלפט אויך כסדר מיין פאטער. אז ער האט אונז געזען איז ער אריבער געקומען דער גאס מיט אונז צו רעדן. פון זיין שפאן האב איך געזען אז ער ווייסט פון הרחקות ווי א גוי ווייסט פון יו"ד ח"ב, האב איך ארויסגעשטרעקט מיין האנט און אים געזאגט "עד כאן. קום נישט נאנט". ער האט עס נישט גוט אנגענומען. ער דערציילט אז ער האט אריינגעקלאפט ביי מיין פאטער זאגן גוט שבת און ער האט נישט אויפגעמאכט. זאג איך, אז ער לאזט קיינעם נישט אריין. ענפערט יענעם , "איך האבן געקלאפט און איך בין פטור", מיט א געפיל פון עפעס א געטראפנקייט. ער איז א פיינער און ער העלפט און איך האב אים געוואלט זאגן אז גוטע כוונות וועט קיינעם איצט נישט ראטעווען. איך האב אים שיין באגריסט גוט שבת.
אינדרויסן פון א שול איך בין דורך זענען געשטאנען מענטשן אויף דער גאס און געזוכט מנין. געדאוונט האט מען אינערווייניג. א איד וואס האט נישט געטארט זיין אין שול וועגן זיין עלטער, פרעגט מיר וואס מיין טאטע מאכט. איך וואלט געדארפט זאגן, גיי אהיים דו שוטה. אנשטאט האב איך געזאגט, ער איז איינגעשפארט און ווייטער שפאצירט. איצט אינדערפרי רופט זיין ווייב און זי האט מיר געזאגט אז מוצאי שבת האבן די קינדער אויף אים געמאכט צעקות פארוואס ער איז געגאנגען אין שול. נאך דעם שפאציר האבן מיר קידוש געמאכט, און געגעסן די סעודה. מיין בני בית איז נישט געווען צו אינטערעסירט אין מיין זינגען, וינתן לעם שיר חדש. די געהעריגע ניגונים פון ברוך ה' יום יום און ברוך קל עליון האבן איר נישט געשטערט.
נאכמיטאג איז אריבער געקומען א שכן. איך האב אים נישט אריינגעלאזט און מיר האבן גערעדט אינדרויסן מיט א דערווייטערניש. מענטשן וואס זענען געווען דאווענען מנחה זענען פארביי געגאנגען אויפן וועג אהיים, ווייל דארט וואו זיי האבן געדאוונט האט מען נישט געגעבן שלש־סעודות. איך האב איינעם אטאקירט אז מען גייט אין שול, פארענטפערט ער זיך אז זיין רבי האט נישט ממש געהייסן שליסן שולן. איך האב מיך געבייזערט און אים געגעבן צו הערן וואס איך האלט פון זיין רבי. איך האב אים געפרעגט, ווען אלע רבי'ס ווייסן אז זייערע חסידים און זייערע פאמיליעס זענען אלע איינגעשפארט אין דער היים און אויך אז ריזיגע פראצענטן פון די יונגעלייט האבן וואטסאפ, וואס קענען זיי נישט פאר שבת רעקארדירן א מעסעז אדער אפילו א ווידיא מיט חיזוק? וואו איז דער אחריות? וואו זענען זיי אלע? יענער איז אויך א שטיקל דיין און איך האב אים געזאגט, ער זאל זיך נישט פוילן און עפעס טון פארן עולם. ער איז ווייטער געגאנגען אן צו ענטפערן.
מנחה, א ווארעמע טיי, נאך א שמועס און ס'איז שוין געווען מוצאי. איך זאג מיר המבדיל בין קודש לחול און רעד מיט מיין טאטע. איך האב געזען אז איך האב אים פארגעסן טראגן די שווארצע רעטעך. ער זאגט ער האט געהאט א פיינעם שבת. ער האט געזינגען זמירות "און אויך דערלאנגט א קרעכץ". ער הייבט אן הילכיג צו לאכן און קוים קען ער זאגן אז א קרעכץ איז ווערד גאלד.
איך דערמאן מיך אז ס'איז אויך געווען שבת מברכין. שתחדש עלינו את החודש הזה לטובה ולברכה האב איך נישט געזאגט אבער איך זאג עס איצט. טוט ווי מען הייסט, פאסט אויף אויף אייך און אייערע פאמיליעס, הארכט אויס מומחים און דאקטורים נישט תלמידי חכמים שאין בהם דעת. און בלייבט אלע געזונט.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 5 אום קטלא קניא, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
העלפט פאַררעכטן דער עתיד פון אונזערע ייִנגלעך!
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
Re: למנוע משחית ומגפה מעלינו - ר' קטלא'ס קאראנאווירוס טאגבוך
קטלא קניא האט געשריבן:ביי יקום פורקן האב איך געקעלערט אויסלאזן דעם ערשטן יקום פורקן למרנן ורבנן נאך זייער אויפפירעכץ פון די לעצטע צייטן, נאר איך האב מיר געמאכט א חשבון אז דער צווייטער יקום פורקן זאגט מען נישט ביחידות איז קומט אויס איך וועל גארנישט זאגן. האב איך געזאגט יקום פורקן און אינזינען געהאט די אחריות'דיגע רבנים מיט שכל וואס בלייבן געטרייער פאסטעכער פאר זייערע שאף.
טוט ווי מען הייסט, פאסט אויף אויף אייך און אייערע פאמיליעס, הארכט אויס מומחים און דאקטורים נישט תלמידי חכמים שאין בהם דעת. און בלייבט אלע געזונט.
אין אזא פאל קען מען אפשר זאגן אז עס איז מער גילטיג די פסק פונ׳ם משנ״ב (או״ח סימן קא ס״ק יט) אז מען זאגט נישט קיין שום יקום פורקן ביחידות...
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
יוצרות פון שחרית האב איך געזאגט, נאך שמו״ע כנהוג בלעיקוואד. פון מוסף האט נישט געהאט קיין טעם, עס באלאנגט נישט סתם, אן די אויספיר פון ברוך אתה ה׳. קריאת התורה פון א חומש איז נישט קיין עסק, ווען דער אויבישטער וועט אונז דערבארעמן, וועט מען ליינען אלס וואס מ׳האט געפעלט.
דא אין לעיקוואד איז די מציאות אז הייזער זענען אפגערוקט, און איינשטאקיג. איך בין געגאנגן שפאצירן שבת צופרי ארום צען אזייגער, און איך האב געזען אויף די נעקסטע גאס ווי יעדער משפחה שטייט אין די אייגענע גארטן, און איינער מיט א הוטבע שטימע זאגט קדיש פאר מוסף. מ׳איז שטארק אפגערוקט איינער פון צווייטן, יעדער משפחה באזונדער, אבער מנין האט מען. קנאת סופרים תרבה, און מ׳האט אזוי געטון אויף מיין גאס פאר מנחה מעריב און שחרית. אז מ׳וויל נאכטון, לערן קודם די הלכות דערפון.

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 221
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 25, 2019 10:40 am
- האט שוין געלייקט: 74 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 127 מאל
- קטלא קניא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 127
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 08, 2018 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 70 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 607 מאל
real fake news האט געשריבן:כזעה די האסט א שוואכקייט צו מי אנכי...
ווען אלע שולען זענען געשלאסן, ווער האט נישט?
העלפט פאַררעכטן דער עתיד פון אונזערע ייִנגלעך!
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
- קטלא קניא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 127
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 08, 2018 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 70 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 607 מאל
הערת תלמיד חכם אחד (צופעליג אויך מיין ברודער): הערה בהלכה, מפאת שבת החודש אין כ"כ פשוט שאין אומרים אב הרחמים כי בזכור ופרה יש שאומרים. אבל מכוח שבת מברכין אין אומרים כמו כל שבת מברכין
העלפט פאַררעכטן דער עתיד פון אונזערע ייִנגלעך!
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
קטלא קניא: אך בין דיר מקנא. אויף אלע אידן געזאגט אזוי צו פארברענגען א שבת...!
איך ווילל דיר נישט פארציילן וויאזוי איך האב פארברענגט דעם שבת. א ביסל ענדליך צו דיר. נאר שבת אינדערפריה נאכ'ן דאווענען. שטאטס א קאווע, האביך אריינגעריקט 2 גלעזעלעך בראנפן. ביידע מיט'ן חזון איש, חת"ם סופר, נודע ביהודא און ר' חיים נאה'ס שיעור צוזאמען. כדי יוצא צו זיין לכל הדיעות...!

- הודעות: 378
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
- האט שוין געלייקט: 262 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1509 מאל
Wow. ר' קטלא איך האב אלץ געמיינט איר זענט דאס א אפגעפארן אידל מיט א געשעיווטן בארד וואס דאס קורצן רעקל פלאצט אויף פון הינטן ווי א מאדערנעם ל"ע. אזא יידל וואס קען נישט קיין עברי און טרעט נישט אריין אין א שול נאר צו יזכור. און געדענקט שוין נישט וועלכן זייט צו עפענען דאס סידור'ל. דעווייל זעט איר גאר א ווארימער אידל מן הסתם פירט איר גאר דאס מנין אין אייער שטיבל דארט אין ניו יארק. ביי מיר איז געווען גאר פארקערט פון יעדן, דעם שבת האב איך צום ערשט מאל נאך א לאנגע צייט געדאוונט מיט א מנין. א מע דאוונט ביי מיין טיר פארוואס נישט? האמיר זיך צוגעשטעלט אהין. א מאדנע זאך געווען. שכנים וואס האבן נאך קיינמאל אויסגעטוישט א ווארט האבן זיך פארזאמלט צו דאווענען. עמיצער האט געפרעגט פארוואס קעמען דאס נישט מאכן יעדע וואך. העמיר זען. אויב גייט מען נאך צוריק אויפפיקן די תורה נאך די סומאטאכע וועט מען מוזן מאכן עטליכע אמענדמענדס. גיין אין שול איז שוין דערנאך דער עולם איז שוין געקומען צום טעם.
בייטאג איז שוין געווען קאלט. עמיצער האט זיך געשלעפט א בענקל. א מזל ער האט נישט געדאוונט ווייטער ווי שוכן עד. דער צווייטער האט שנעלער געדאוונט. החודש האט מען געזאגט אין א חומש. פון די אנדערע גאס איז מען געקומען קוקן אויב ס'איז דא א תורה. עמיצער האט פארציילט אז ביי איינעם אויפן פארטש איז די תורה אראפגעפאלן.
היינט אבער איז אלעס אויס. אינדערוואכן דארף מען נישט דאווענען? כ'האב מורא געהאט איך פארפאס עפעס, כ'בין שוין למעשה נישט געווען אין שול זייער לאנג. כ'האב געכאפט א שפאציר אויף די גאסן. אין די גרויסע שולן איז ליידיג, זאגאר פארשפארט. אין א קלענערן שול האב איך געפונען א געפאקטן מנין. אויפן גאס האב איך אין ערגעץ נישט געזען. די קארס זענען אלע געווען ביי די הייזער. דאוונט מען טאקע נישט? גיי ווייס.

- חבר ותיק
- הודעות: 2056
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
- האט שוין געלייקט: 2815 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל
Re: למנוע משחית ומגפה מעלינו - ר' קטלא'ס קאראנאווירוס טאגבוך
הרב מיימון, געוויס האט קטלא יא א געשוירן בערדל. באהאלט זיך פשוט אונטער זיין לאנגן בארד.
זיין טי שירט איז פארכאפט געווארן אין די גוף פון א רעכטס אויף לינקס גלאטען העמד.
זיין גרויסע טשופ אויפן קאפ באהאלט זיך דייקא אינעם מידת היסוד זיינעם והוא רחום יכפר גו'.
זיין טי שירט איז פארכאפט געווארן אין די גוף פון א רעכטס אויף לינקס גלאטען העמד.
זיין גרויסע טשופ אויפן קאפ באהאלט זיך דייקא אינעם מידת היסוד זיינעם והוא רחום יכפר גו'.
- קטלא קניא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 127
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 08, 2018 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 70 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 607 מאל
ב.
שבת קודש פר' ויקרא תש"פ
איך האב געהאפט צו קענען דערציילן סארא דערהויבענער צווייטער שבת איך האב געהאט אין געפענגעניש, אבער למעשה, כאטש ס'איז טאקע פיין געווען, בא שבת בא מנוחה, און אין די צייטן שפירט מען א מנוחה אין שבת מער ווי געווענליך, אבער דאך ווי דער פארגאנגענער וואך איז עס נישט געווען. אז די געפילן קומען, הרי טוב, און אז נישט מוז מען לעבן אן זיי. לעבן לעבט מען אבער ווייטער און אז מ'לעבט איז דא צו דערציילן.
מיין בא-בימימ'דיגע פאטער איז מיר כסדר אויפן געדאנק. ער צווייפלט אין וויסנשאפט און ער ווערט אויפגעקאכט ווען איך דערצייל אים פון דער 'קערוו' און אז מ'זוכט עס אויסצופלאכן און אויך די פאראויסזאגונגען אויף דער צוקונפט וואס מען מעלדט כסדר אין דער נייעס. מיין פאטער זאגט, אז זיי מיינען אז זיי ווייסן אלעס אבער ס'מוז נישט זיין ווי זיי זאגן. ער דערציילט אויך אז ווען ער איז געגאנגען אין חדר (פאר דער צווייטער קריג) פלעגט אים דער רבי נישט גלייבן אז ער האט געזאגט ער איז נישט געזונט ווייל קיינמאל האט ער געהאט א פיבער, ממילא איז ער ווייניגער חושש. איך הער אים אויס מיט דרך ארץ און איך זאג אים, גלייב קיינעם און גארנישט, בלייב נאר אינדערהיים און לאז קיינעם נישט ארויף. ענפערט ער, אז דאס יא. נו, הייסט עס אז עפעס האב איך ביי אים גע'פועל'ט.
וואס טוט מען אבער אז מען קומט צו אים ארויף? פיינע מענטשן, און איך מיין דאס אן א שמץ פון סארקאזם. גוטע מענטשן מיט גאלדענע הערצער וואס האבן אים כסדר אינזינען, פירן אים אין שול און ברענגען אים אהיים, גייען מיט אים א שפאציר, פארן מיט אים, ברענגן אים צוצובייסן, גייען פאר אים איינקויפן און קומען צו אים סתם ארויף פאר א שמועס. וואס טוט מען אז אזא איינער קומט איצט צו אים ארויף? ער האלט נישט מיט דער נייעס, כאפט נישט אז ס'איז 'באמת' אזוי געפערליך כאשט מ'זעט און הערט ווי מענטשן פאלן ווי פליגן, פארשטייט נישט אז דער שונא שוינט קיינעם נישט און ס'איז מטמא בהבל פי און ווער רעדט נאך במגע ובמשא.
איז אט אזא איינער צו אים ארויפגעקומען. און איך פרעג אים וואו איז מען געזעסן, זאגט ער מיר אין קאך ארום דער טיש. איר דארפט זען דער פיר-קאנטיגער טיש, וואס נעמט נישט מער ווי איין בענקל אויף יעדער זייט צו פארשטיין פארוואס איך האב מיך געוואלט ארויסרייסן די האר. איך האב מיין פאטער באלד אנגערופן און ער זאגט ער מוז אים ארויפלאזן און ער קען נישט אנדערש. ער זאגט ער זארגט זיך נישט, נישט ווייל ער מיינט אז ער וועט עס נישט באקומען, נאר ווייל וואס וועט זיין וועט זיין. ביי אונז אין געגנט איז דא א שפייז געשעפט וואו ס'זיצט ביים קאסע אן עלטערער באבע. מען דערציילט אז אירע קינדער האבן איר געבעטן בלייבן אינדערהיים און זי זאגט אז זי קען נישט, זי וועט זיין עלנד און וואס וועט זיין וועט זיין. איך האב סיי דעם איד און סיי מיין פאטער געבעטן בתחנונים אז זיי זאלן זיצן ווייט איינעם פונעם צווייטן און זיך נישט דערנענטערן, ולה' הישועה.
אינמיטן וואך האט זיך מיין זון דער בעל החשבון וואס איז דער נענסטער צום זיידען אויך צוהיסט. ער איז ביי אונז דער מחמיר אויף נטילת ידים. אז איינער גייט ארויס איינקויפן איז קוים ווען מען קומט צוריק און מען פארמאכט דער טיר, הייסט ער גיין זיך וואשן די הענט. אז מען וואשט זיך צו שנעל זאגט ער מוסר אז ס'איז א חצי שיעור. און מיין טאכטער שרייט צוריק און ס'ווערט א ויצעקו און ער ווערט זויער כאילו מיר וועלן אלע אונטערגיין. קום איך מיט עפעס א ווערטל און מען צושמייכלט זיך און, פוט, דער לופט איז ארויס און מען לעבט ווייטער. ווייל לאכן זאלט איר וויסן איז אין אזא צייט ווערד גאלד. לצנות אחת דוחה מאה תוכחות ודאגות ועצבות ורוגז. מען שפעט, מען לאכט, שמייכלט און ס'ווערט לייכטער. בקיצור, אז ער האט זיך צוהיסט האבן מיר צום ערשט געפאניקט, ווער וועט מיין פאטער טראגן עסן און צו אים ארויפגיין? דערנאך האב איך אריבערגעפירט מיין יינגערער זון און ער איז מקפיד צו זיין ווייט. אדהכי והכי איז זיין היס נעלם געווארן און מיר האבן זיך געווערטלט אז אפשר האט ער געהאט קאוויד-17.
איך האב אנגעהויבן מיט שבת איז לאמיר אריבער אהין. שפעט אויף פרייטיג איז מען ווידער אריבער צו מיין פאטער, מיין זון איז ארויף מיט די מאכלי שבת און איך בין געבליבן אונטן. איך האב אנגערופן מיין טאטע און אים באגרוסט גוט שבת. איך האב צו אים צוגעלייגט אז איך לאז אן מיין טעלעפאן איבער שבת און טאמער איז עפעס זאל ער מיר רופן און איך וועל באלד אריבער קומען. איך האב מיך געשפירט א שטיקל חברה-מאן און א גבור אז איך ווייס וויאזוי מחלל שבת צו זיין. איך שטעל מיך פאר אז דאס איז א חלק פון די העלדישע געפילן וואס ציען א סך יינגע פריצלעך צו וועלן זיין הצלה לייט.
זיך געטושט און זיך אנגעטון שבת'דיג, עפעס טועם געווען און מ'יז געגאנגען זיך שטעלן דאווענען. דעם יינגסטן האט עס פארדראסן אז איך האב געוואלט ווארטן אויף אים. ער האט ליב קומען שפעט אין שול אבער ביי אונזער 'שול' איז ניטאמאל דא א מזומן אן אים. מען האט געדאוונט, געזינגען אבער דער חידוש איז דערפון ארויס. ס'איז אויך נאך א וואך פון חולים און מתים. פרייטיג בין איך דורכגעפארן א לוויה פון קוים א מנין צושפרייט ווי איבער א בית כור. טויט איז נאר א טראגעדיע ווען מען שטארבט מעסיג כדרך כל האדם איינצלווייז אז מען קען פארדייען איינס ביז ס'קומט א פרישער. ווען מענטשן פאלן אבער ווי איצט איז נישטא צייט צו וויינען אויף דער ערשטער ביז מ'האלט שוין ביים קומענדגידן. שבת איז אבער דאך שבת און מיין זון האב איבערגעזעצט מרדכי בן דוד'ס "וינתן לעם" אויף דער שטאטער חלק פון לכה דודי. עס גייט נישקשה אז מען רעפעטירט און מען זעצט עס גוט אויף די ווערטער. נאר מיר האבן אימפראוויזירט און אונזערע טענער זענען געווען יעדער אויף אן אנדערע שטיג ביז מיין אשת חיל האט אריינגערופן פון דער קאך אז ס'קריצט די אויערן. ביי ר' שלמה'ס לא תבושי האבן מיר זיך אויסגעגליכנט און זיך געהויבן לכבוד שבת קודש.
שבת אינדערפרי האב איך ווידער געדאוונט אליין גאנץ פרי. איך וועל דא זיין ארנטליך און נשמת איז נישט געווען דאס זעלבער. מאקסימום איז געווען א קרעכץ אויף דאס נישט קרעכצן. דער פארגאנגענער וואס איז עס נאך געווען א חידוש אבער די וואך האלט מען שוין נאך צוויי וואכן איינגשלאסן אין דער היים מיט א ראש חודש אינדערמיט. איך בין צופרידן אז איך האלט איין די הרגלים פון אויפשטיין פרי, באלד דאווענען ברון יחד כוכבי בוקר, און אז ס'פעלט א קרעכץ איז והוא רחום יכפר עוון.
צו קריאת התורה בין איך געגאנגען צום שאפע נעמען מיין חומש פון דער פאריגע וואך און איך האב מיך דערמאנט אז ויק"פ האט מען געזאגט חזק און מען דארף א נייער חומש. דאס האט מיך צוריקגענומען צו מיין ער"ש דרשה אז איך האב פארגעסן צו דערמאנען ווי קינדער ווערן אויפגעהייטער אז מען דארף ברענגען א נייער חומש. די פלייסיגע ברענגען שוין אין מיטן דער וואך פריער און רימען זיך דער מיט א נייער גלאנצעדיגער חומש, אדער דער מיט דעם חומש פון זיין ברודער וואס איז שוין אין ישיבה און דער ווי שיין ער האט אריינגעשריבן זיין נאמען. און אויך דער אינגל וואס קומט זונטיג מיט א תירוץ און מאנטיג מיט צוויי תירוצים ביז דער רבי ווארנט אים אז אן א חומש קען ער מער נישט אריינקומען אין דער כתה. און אמאל לאזט אים דער אינגל אויף זיין זייט אריינקוקן מיט אים. און אמאל נישט. היי יאר איז דאס אלעס נישט געווען ווייל די קינדער זענען אין חדר נישט געגאנגען און זיי האבן נישט באוואונדערט דעם ויקרא מיט דער קליינער אלף.
געליינט און געטראכט. ביי א יחיד שטייט, נפש כי תחטא בשגגה און ואם נפש אחת תחטא בשגגה, און ביי כלל ישראל שטייט ואם כל עדת ישראל ישגו ונעלם דבר. ביי דער נשיא שטייט אבער אשר נשיא יחטא. ביי דער נשיא איז נישטא א שוגג אדער אז ער ווייסט נישט. אז דו ביסט א נשיא, ווייס יא. און אז דו ביסט א שוגג ווער אויס נשיא. דער נשיא האט נישט די לוקסוס זיך צו ערלויבן אויף שוגגים.
מיט די הפטורה האב איך מיך מחיה געווען. כִּי אֶצָּק מַיִם עַל צָמֵא וְנֹזְלִים עַל יַבָּשָׁה אֶצֹּק רוּחִי עַל זַרְעֶךָ וּבִרְכָתִי עַל צֶאֱצָאֶיךָ. אזעלכע לעבעדיגע מעטאפארן זיך צו פאסמאקעווען און זיך דערקוויקן. שפעטער זאגט ער אויך, לֹא יָדְעוּ וְלֹא יָבִינוּ כִּי טַח מֵרְאוֹת עֵינֵיהֶם מֵהַשְׂכִּיל לִבֹּתָם. וְלֹא יָשִׁיב אֶל לִבּוֹ. וְלֹא דַעַת וְלֹא תְבוּנָה. שארפע ווערטער וואס מיר לעבן אויך מיט.
ביי מוסף האט מיר געכאפט א ברען אז איך האב די וואך יארצייט און איך וואלט געדארפט דאווענען מוסף פארן עמוד. איך האב געקלערט און געפריווט מאכן א מנין אין די הויפן מיט יעדער אין זיין אייגענער הויף. איך האב געהאט ניין און איך האב באשלאסן אז איך זוך נישט ווייטער. כשם שמצווה צו דאוונען אין געהעריגע צייטן איז א מצווה איצט נישט צו דאווענען פארן עמוד. אז מיין מאמע זעט, וועט עס איר נישט פארדריסן. יארצייט איז אבער יארצייט און ס'האט מיך צוריקגענומען צו מיינע קינדער יארן ווען מיין מאמע האט מיך איבערגעלאזט. איך האב עס שוין איבערגעלעבט און איך וועל דא נישט מאכן א שדה בוכים. לאמיך אייך נאר זאגן איין זאך און זאלט איר עס גוט געדענקן פאר די יתומימ'לעך וואס ווערן איצט באשאפן. פארלירן אן עלטער אלס קינד שאפט א לאך וואס פילט זיך קיינמאל נישט אן. איר קענט זיין וואויל צום קינד, אים אדער איר בא'חנ'ען, זיי מאכן א מיוחס, אוישן און יוישן ביז איבערמארגן און ס'וועט ווייניג אויסמאכן. ס'קען אפילו קאליע מאכן. ווייסט און פארשטייט בלויז איין זאך: דאס קען מען נישט פאררעכטן קיינמאל. איין מאל א יתום איז אלעמאל א יתום. הערט זיי אויס און געט זיי דער קוראז צו רעדן, דער קוראז וואס מיר האט מען קיינמאל נישט געגעבן. דער רעשט איז וויאזוי עס איז, און יתגדל ויתקדש שמיה רבא.
ס'איז געקומען צו אנעים זמירות האט זיך מיר פארשמעקט צו זאגן. איך האב ליב זיינע לאקן ווי די טרפן פון דער נאכט און זיינע שווארצע צעפ. און זאל טאקע מיין ארעם געזאנג בבית שאין בו ס"ת אויך זיין טייער אין זיינע אויגן. איך האב פארביסן קידוש מיט א לחיים און הערינג און ארויס אויף א שפאציר מיט מיין זון וואס איז שוין אויפגעשטאנען. מיר האבן געזען צופיל אידן וואס מוזן מאכן א מנין נישט קיין חילוק וואס די רעגירונג און שכל הייסט אדער פארבאט זיי צו טון. מיר זען פאר אונזערע אויגן אן אונטערקלאס וואס אונזער חינוך האט דערצויגן. די אלע שיינע מעשה'לעך און געלעכטערלכך פון דער וואס זעצט זיך נישט אויפן עראפלאן וועגן אן 'אשה', און דער מוז מאכן א מנין אין אן עירפארט אדער אויף א פליגער, און דער מוז מאכן א מנחה אויף א פרשת דרכים, און דער האלט אפן א קעמפ אויף א מקום סכנה, און דער פארדעקט לעסטעריי, און דער פארענטעפרט אנטי וואקסינען. ביי יעדער איינס איז פאראן נאך א תירוץ נאר דא כולם נזדמנו אל פונדק אחד און מיר זען דעם אשר טפחתי ורביתי פון אונזער חינוך סיסטעם. חסידים שוטים וואס האבן קיין אנונג נישט פון רדיפת הדת און ווייסן קוים דער באדייט פון מסירת נפש, פראווען איצט רציחה און שטעלן אין א סכנה יעדן מיט וועם זיי האבן א בארבינדונג און פיל פיל מער אונטער א מאסקע פון אידישקייט און קדושה. ס'איז טאקע נישט א רוב אבער א גרויסע מיעוט הניכר ועל זאת יתפלל כל חסיד.
איצט אינדערפרי איז מיין פרוי געווען אומצופרידן (ווייניג געזאגט) אז איך האב נעכטן נאכט נישט ארויסגעטראגן דער מיסט. איך האב געזאגט איך מוז שרייבן און אז איך וועל שטארבן וועלן כאטש מיינע כתבים מיר איבערלעבן. זי האט געזאגט אז זי וויל לעבן און זי דארף א סדר אין שטוב. איך געב איר גערעכט אבער איך קען מיך נישט איינהאלטן און אפצוימען. ביים שבת טיש האב איך געוואלט איבערזאגן מיין ער"ש דרשה און מען האט מיר אפירגעהאלטן ווען איך האב עס געשריבן און פארוואס איך האב נישט מער געהאלפן. זיי זענען גערעכט און איך האב נישט א תירוץ.
טרם אכלה לדבר, וויל איך באדאנקן דעם חבר (ער ווייסט שוין ווער ער איז) וואס האט ארויפגעשטעלט אויף זיין סטאטוס אז מען זאל אפשרייבן וואס מער. דאוונט פאר א רפואה שלמה פאר זיין פאטער. איך שרייב מיך מיינס און שרייבט אויך אייערס.
זייט מיר געזונט.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קטלא קניא, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
העלפט פאַררעכטן דער עתיד פון אונזערע ייִנגלעך!
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
למנוע משחית ומגפה מעלינו - ר' קטלא'ס קאראנאווירוס טאגבוך
קטלא קניא האט געשריבן:אינמיטן וואך האט זיך מיין זון דער בעל החשבון וואס איז דער נענסטער צום זיידען אויך צוהיסט. ער איז ביי אונז דער מחמיר אויף נטילת ידים. אז איינער גייט ארויס איינקויפן איז קוים ווען מען קומט צוריק און מען פארמאכט דער טיר, הייסט ער גיין זיך וואשן די הענט. אז מען וואשט זיך צו שנעל זאגט ער מוסר אז ס'איז א חצי שיעור. און מיין טאכטער שרייט צוריק און ס'ווערט א ויצעקו און ער ווערט זויער כאילו מיר וועלן אלע אונטערגיין. קום איך מיט עפעס א ווערטל און מען צושמייכלט זיך און, פוט, דער לופט איז ארויס און מען לעבט ווייטער. ווייל לאכן זאלט איר וויסן איז אין אזא צייט ווערד גאלד. לצנות אחת דוחה מאה תוכחות ודאגות ועצבות ורוגז. מען שפעט, מען לאכט, שמייכלט און ס'ווערט לייכטער. בקיצור, אז ער האט זיך צוהיסט האבן מיר צום ערשט געפאניקט, ווער וועט מיין פאטער טראגן עסן און צו אים ארויפגיין? דערנאך האב איך אריבערגעפירט מיין יינגערער זון און ער איז מקפיד צו זיין ווייט. אדהכי והכי איז זיין היס נעלם געווארן און מיר האבן זיך געווערטלט אז אפשר האט ער געהאט קאוויד-17.
זייט מיר געזונט.
הגם ״טוב״ [17] קען מיינען מות (ב״ר פ״ט) איז אין אזא פאל וואו [קאָוויד-]19 איז שוין די מות, זאל זיין (קהלת ד ט) ״טובים השנים מן האחד״ אשר יש להם שכר "טוב" בעמלם וגו'. והיינו, ״האחד״ מיט׳ן כולל [״אחד״ אליין] איז 19, און פון דעם זאל מען אוועקנעמען [״מן האחד״] ״שנים״ און ס׳זאל ווערן ״טוב״, שהוא 17; טוב באמת אָן א מות.
(איר זאגט דאך דאס בנוגע אייער זון וואס איז א בעל "חשבון"...
און אויף ״נטילת ידים״ טרעפן מיר טאקע (שבת יד: עירובין כא:) אז ס׳איז ארויס די בת קול איבער דאס אז מ׳פרייט זיך ווען די זון איז א חכם...)
- קטלא קניא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 127
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 08, 2018 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 70 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 607 מאל
ג. שבת הגדול און ערב פסח תש"פ
נאך דריי טעג יום־טוב איז שווער צו וויסן וואו אנצוהייבן און נאך סארא יום־טוב דאס איז געווען. אבער אנהייבן מוז מען ותיקר שירת רש בעיניכם.
ביי מיר האט זיך יום־טוב שוין אנגעהויבן שבת הגדול ביי אל אלקי הרוחות לכל בשר מיט די אויסגעגראמטע הלכות פסח. אייגנטליך, קען מען זאגן אז יום־טוב האט זיך אנגעהויבן ביים ערשטן מי־שברך, אבער שוין, נישט אלעס מוז מען דערציילן. אז איך האב געענדיגט צו ליינען פרשת צו און איך בין אנגקעומען צו דער הפטרה האב איך מיך גע'יישוב'ט. זאל איך מיך פירן ווי די וואס וואס זאגן יעדער יאר אויף שבת הגדול די הפטרה פון מלאכי, וואס הייבט זיך אן וערבה לה' מנחת יהודה וירושלים, אדער זאל מיין מנהג זיין ווי די וואס זאגן עס בלויז ווען ערב פסח געפאלט אום שבת. לויט דיא לעצטע האט מען היי יאר געדארפט זאגן די פשוט'ע הפטרה פון פרשת צו. האט מיין 'שול' באשלאסן אז מען וועט קוקן וועלכע הפטרה איז מער אינספערירנדיג און דיא וועט מען זיך אויסוועלן. קוק איך אריין אין פרשת צו און ס'שטייט אז מען וועט צושטערן קול ששון וקול שמחה קול חתן וקול כלה, און ווייטער אין וערבה שטייט, והריקותי לכם ברכה, מען וועט אויף אונז אויסליידיגן ברכות אן אויפהער. ווייסט איר שוין אליין וואו איך האב מפטיר געווען. (מיינט נישט אז מ'קען נישט האבן א 'שול' פון איינס, והראיה פון קרבן פסח וואס א יחיד קען זיך אויך פאררופן א חבורה ודו"ק.)
איך האב געמיינט איך האב מיך געזעגנט מיטן שבת הגדול אויף מוצאי שבת, נאר אז איך האב אנגעהויבן צו זאגן ביים סדר, עבדים היינו, בין איך ווידער געווען ביי שבת הגדול ווען איך האב מיך דערמאנט אז שבת הגדול נאך מנחה האב איך נישט געזאגט פון עבדים היינו ביז דעם באקאנטן "עד כאן אומרים". א דרשה האב איך מיך אויך איינגעשפארט און איך האב שיער נישט געזאגט ויהי נועם נאך מעריב. צו דעם האב איך מיך אבער ב"ה געכאפט באצייטנס און דער שבת איז ארויס בשלום.
בשלום איז א שווערער ווארט צו נוצן אין די צייטן. אין הכי נמי קיין קריג איז נישטא נאר רוהיג איז מען אויך נישט. פאמיליעס ליידן אבידות, פרנסות גיין צו גרונד, גרויסע פאמיליעס זענען אייגעשפארט אין קליינע דירות און א פחד שוועבט אין דער לופט. מצד אחר קומט אבער א פסח און מען דארף איינקויפן, קאכן, רוימען, שיילן און אינזיענען האבן עלטערן וואס קענען נישט ארויסגיין און דאס לעבן מוז ווייטער אנגיין. און מיר האבן זיך אפילו געקויפט א מאראנצן פּרעס און א גאנצע פושקע מאראנצן. ס'איז געווען מיין איינפאל און מען האט זיך מיט מיר אויסגענומען בתנאי כפול אז איך וועל פּרעסן און אויסקוועטשן די מאראנצן. וכך הוה, איך האב אפגעפּרעסט גאנצע שיסלעך און אנגעפילט כלים ווי ביי דער שונמית, כלים רקים אל תמעיטי. דער עולם האט געלויבט מיין זאפט אין הימל אריין נאר זיי רעדן זיך אפ אז מען קען זיך נישט לאזן וואויל גיין ווי געקויפטער. זיי זאגן אז זיי מערקן ווי איך האלט אן אויג און איך מאך כסדר חשבונות צי ס'איז דא גענוג אויף אלע סעודות. שוין איין מאל אידישע צרות.
מיינט אבער נישט אז דאס איז אלעס. דער פּרעס איז טאקע פון פלאסטיק נאר דער זיפ וואס האלט אפ די קערל און ווייכע שטיקלעך פון אריינפאלן אין דער זאפט איז פון מעטאל און דאס דארף מען טובל'ען. בעט איך מיין זון דער "מחמיר", וואס גייט נישט ד' אמות אן א מאסקע און האט אן א שיעור רבינו תם לעיטעקס הענטשקעס אז ער זאל קומען מיט מיר צו טובל'ען אין א כלים מקווה. איך האב פארגעשלאגן אז מ'וועט גיין גאנץ פרי ווען דער עולם שלאפט נאך, ווייל דער עולם זענען אלע געווארן בני מלכים און הייבן זיך נישט אין די צייטן פאר ניין, צען אזייגער. ער שטעלט זיך אבער איין אז ער וויל נישט. איך פריוו מסביר צו זיין אז מיר האבן שוין דעם זאפט־קוועטשער און די ישועה איז שוין ממש דא, און בלויז איין קליינער חלק דארף א טבילה. ענטפערט ער, אז איך זאל אנרופן מיין הלכה'יסטישע חבר פאר א היתר. ער האט אויך געזאגט אז דאס זענען די פכים קטנים וואס יעקב איז צוליב זיי צוריקגעגאנגען און וואס האט אנגעברענגט דעם שרו של עשו. און איך זאג ס'איז נישטא קיין היתירים און ס'איז אויך נישט א סכנה. דער וואסער האט קלארין, ער האט הענטשקעס, קיין נפש חי וועט דארט נישט זיין ווייל מענשטן וועלן נאך פאפן, און די טבילה פון א קלייניקייט וועט געדויערן כהרף עין. צום סוף איז מען געגאנגען און מען האט זיך אויך איבערגעבעטן און דער זאפט האט געפליסט ווי נהר פרת.
האט מען זיך געגרייט צו יום טוב ווי גאט האט געבאטן. צוגעלייגט א האנט, זיך אויסגעדרייט, אויפגעפאסט אויף אנדערע וואס צו דעם בין איך א זעלטענער מומחה, געגאנגען איינקויפן, און ווידער איינקויפן, און טועם געווען, און געזאגט מבינות, און געריבן מרור, און געשיילט עפל, בארן און אינגעבר און זיי צוריבן און געמאכט א חרוסת. איך האב געמיינט אז איך בין שוין פארטיג און איך קען מיך געבן א גליטש ארויס האט מען מיר געגעבן די מלאכת הקודש פון טרוקענען די מרור בלעטער. האב איך מיך פארלאזט אויף די רבנים וואס זאגן אז היי יאר מעג מען מיקל זיין. ממילא אז ביי אונזער כורך איז געווען א ספק־ספיקא פון געבראקס מחמת די שאלאטן זענען נאך געווען טופח ע"מ להטפיח, איז איבער דעם והוא רחום יכפר עוון.
ערב יו"ט איז שוין דא און איך האב שטארק מקפיד געווען אויסצולאזן מזמור לתודה. יעלה ויבא, על הנסים, ותן טל ומטר, אלעס מעג מען פארגעסן אבער זאגט חלילה נישט דאס וואס מען דארף נישט. ליידער האב איך נישט געגעסן חמץ מיט מיין קאווע. איך ווייס אבער נישט צי עמעצער וואס וואשט זיך נישט שבת צו שלש־סעודות מעג מהדר זיין אויף א חמצ'דיגער פרישטיג ביז אין זמן אריין. ווידער כל חמירא'ט, פארברענט דאס חמץ, עפעס פארדינט אויך, און מען איז געגאנגען אנשטעלן די שבת זייגערס וואס דאס איז פון די גרעסטע עבודות היום. מאכט א טעות מיט א האלבע נומער און דאס עסן איז קאלט, די לעמפּ ברענען ווען מען וויל שלאפן און זענען פארלאשן ווען מען וויל ליינען. ממילא אין דער גאנצער הויז קען מען מקיים זיין ולכל בני ישראל היה אור במושבותם און זאלן זיי ברענען איבער יום־טוב, אבער אין שלאף־צימער איז מער פראבלאמאטיש און דער פלאטע איז אויך א ספק פיקוח נפש. נישט אלס א פייער, כאטש דאס אויך, נאר אז דער עולם וועט הונגערן. האט מען מיט א לשם־יחוד גערעכנט אויף ארויף און אויף אראפ און זיך געראטן מיטן בעל־הבית'טע ווען צום פריסטן מוז עס אנקומען אינדערפרי און ווען צום שפעטסטן קען עס אויסגיין ווייל מען וועט שוין האלטן נאך שולחן עורך לכל הדעות, און ווידער בודק געווען. אבער אדם מועד לעולם און וויפל מ'איז נישט בודק כאפט זיך אלץ אריין א שד.
מיין פאטער קען מען נישט פארגעסן. ער איז אפגזונדערט און אויסער אן אלעקסא וואס מיר האבן איך געקויפט איז קיינער נישט מיט אים. ער הייבט גראדע אן ווערן א חסיד פון אלעקסא. א סך מאל זאגט ער מיר אויף אלעקסא אז "ער" איז א מחוצף און ענטפערט אים נישט אויף אלעס. אויך פארשטייט אלעקסא נישט אלעמאל זיין אקצענט. נאר אן אנדערע מאל, נאך אלעקסא האט אים געענטפערט אויף א שאלה, "איים סארי, אבער איך ווייס נישט", זאגט ער מיר אז אלעקסא איז אן עניו.
האט מען צו אים אריבערגעפירט א סעודת שלמה המלך בשעתו. אים האט זיך קיינמאל נישט געשמעקט דער איסור פון קטניות און היי יאר איז ער זיך מורה היתר. האט מען אים צוגעגרייט מער רייז ווי ס'שטייט אורז ודוחן אין פרק כל שעה. און פלייש, און פיש, און פאלטשע פיש, און סאלאטן, און קאמפאט, און ראזעווע מצות, און מאשין מצות, און די פעפערלעך, ווי קען מען דען פארגעסן די פעפערלעך? און וויינען. בקיצור צו עסן און טרונקן כאשר צוה ה' את משה בהר סיני.
למעשה האט ער זיך גע'יישוב'ט צו קומען צו אונז אויפן סדר און מיר האבן אים געזאגט אז ער זאל נישט ריזיקירן. מיין פארהייראטער זון איז אויך נישט גקעומען מיט זיין פרוי און אונזער אייניקל און ברוך השם מיר האבן עס דערלעבט. מיר איז וואונדערליך צו זען די מיטלען און השתדלות'ן וואס פאמיליעס זענען פאריבער אבי א באבע אדער זיידע זאל קענען זיין ביים סדר. מען האט אויפגעבויעט סוכות גנב"ך און רקב"ש אין סאלאנען וואס זענען שוין אזוי אויך אנגעלייגט מיט מעבל, און וויטרינעס, מיט א שבת'דיגע טיש און צוויי אויבן־אן בענקלעך מיט אנלענער, און א קאנאפע מיט צוויי פאטעלן, און א קאווע טיש, און א בילדער טיש. צו דאס אלעס האט מען איצט צוגעבויט א כאטקע מיט א טיר וואס איז מחוייב במזוזה און אלס אז דער באבע אדער זיידע זאל קענען אנטייל נעמען ביים סדר ווי א כהן אין א בית־הקברות. אבער שוין. מיין דאגה? זאלן זיי טון וואס זיי ווילן און איך וועל מיר טון ווי מיר געפעלט, נאר שרייבן קען דאך נישט שאטן.
קומט אבער קורץ פארן דעם זמן און די שוועסטער שיקט אריין אויף וואטסאפ, אז טאמער מאכט זיך א שעת הדחק איבער יום טוב, אט זענען נומערן וואו מען קען באקומען אנטי־מאלאריע מעדיצינען. וכאן הבן שואל: מה יעשה הבן ולא יחטא? וואס טוט מען דא? וויפל איך האלט פון מטורפים ווי טראמפ און משוגעים ווי זעלענקאו דארף איך דא נישט מפרט זיין. איך זארג מיך אבער פאר מיין פאטער, און טאמער זאל עפעס חלילה פאסירן, האט ער שוין געזאגט אז מען זאל אים נישט פירן אין שפיטאל. איז וואס יא? אז מען דערטרענקט זיך כאפט מען זיך אן אין שטרוי און אז ס'איז א צווייטנ'ס לעבן ווי קען איך באשליסן ווייל מיר געפעלן זיי נישט? עס האט מיך אויך פארדראסן אז מען לייגט מיך אריין אין דיא ספיקות. דער זעלבער כלל ישראל וואס איז קליגער פון יעדן און קען נישט נעמען א האלבער טריט אויף צו פארמיידן די מגיפה און באצאלט נעבעך אויף דעם א טייערער פרייז, איז דער זעלבער וואס האט צו אלעס א מיטל און קען זיך ספראווען אפילו מיטן מלאך המוות.
האב איך אנגערופן מיין חבר וואס האט מער ווי א פוס אין מעדיצינישע וויסנשאפט און ער האט מיך בארוהיגט. ער האט געזאגט אז טאמער איז ביי מיין פאטער נישטא קיין שום סימפטאמען, וועלן לכאורה נישט נולד ווערן די ספיקות פו מעדיצינען איבער יום־טוב. אויך האט ער מיר געזאגט פון די ריזיקירונגען, און אז די היימישע חברה און הצלה'לייט וואס געבן די מעדיצינען זענען גארנישט קוואליוויקירט דערצו. ער האט מיך טאקע בארוהיגט אבער וואס איך וואלט געטון למעשה ווייס איך נישט.
ס'איז שוין כמעט יום־טוב. איך האב איינגעצאלט אין קיאסק איך זאל קענען אפנעמען א צייטונג אויף ביידע טעג יום־טוב. אנע נייעס וועט זיך שפירן אויף מוצאי יו"ט ווי דער יאפאנער אפיציר וואס האט געמיינט דרייסיג יאר נאך דער צווייטער וועלט'ס קריג אז די מלחמה ברענט נאך. איך האב אנגערופן א איד עלטער ווי מיר וועם איך קען גוט און וואס שמאכט אינדערהיים שוין אפאר וואכן. ער וויל וויסן פארוואס איך רוף, זאג איך אים צו הערן א היימישער קול. ער איז געזונט און מיר האבן זיך געווינטשן.
מיין מימע אין בני ברק האב איך אויך גערופן. זי איז איינגעשפארט אינגאנצן אליין און קוקט אויף טעלעוויזיע. זי האט מיר דערציילט ווי מען באגראבט אין ניו־יארק טויטע סתם אין פעלדער, "ווי הינט". זי איז פון טשערנאוויץ און האט א רייכער שפראך אויף זיך אויסצודרוקן. "וואס טויג מיר דעם גאלדענעם בעכער אז ס'איז פול מיט טרערן?" האט זי אמאל געזאגט. מיט איר האב איך מיך אויך געווינטשן.
און מען דארף זיך אויך שערן לכבוד יום טוב. ממילא דער קאפ האב איך געשוירן באלד נאך פורים און ס'וועט גוט זיין אויף נאך אפאר וואכן, אבער דאס בערדל געדעכטעט זיך אויס און וואקסט אין דער לענג און אין דער ברייט, און די וואנזשעס קריכן מיר אריין אין נאז. ערב פסח מצות האב איך טאקע נישט געבאקן, נאר דער שער מאשין האב איך אנגעכאפט ווי א חסיד כאפט אן א וועלגער־העלצל, און איך האב מיך גענומען צום בארד ווי דער חסיד נעמט זיך צו א טייגל. און מיין בארד האט בערך אזוי אויסגעזען. א לעכעל דא און א צי דארט. אויף איין זייט דיק ווי א ברעט און אויפן אנדערן זייט דורכזיכטיג ביז דער הויט. און דערנאך ווי א קריסט האב איך מיך אויסגעדרייט דעם צווייטן באק.
מה אדברה, מה אספרה, צוויי אויסגעפליקטע באקן. נישט געגאלט און נישט באוואקסן. א לעכל במקום אחד, א מגולח במקום אחר און א געלעכטער אומעטום. מיין טאכטער האט געזאגט, נאך א מזל מען טאר נישט ארויסגיין וועט מיך קיינער נישט זען. און מיין זון דער מחמיר האט געזאגט, אז איך זאל ארויסגיין בלויז מיט א מאסקע וועט קיינער נישט באמערקן. האט איר שוין אידיש נחת.

ד. דער ערשטער סדר נאכט תש"פ
יו"ט איז ענדליך דא. ליכט־צינדן איז שפעטער אבער אן עירוב תבשילין דארף מען אנשטעלן פארן זמן מיט א מצה א שלימה און אן איי און א נוסח וואס ענדלט אין כל חמירא. אביסל טועם געווען פון דער שלל פון עסנווארג וואס איז מוכן מבעוד יום און זיך געגרייט צום דאווענען. שול איז נישטא און ביים דריטער וואך איז נישטא א סך צו זאגן. מען דאוונט, מען זינגט און מען זאגט עלינו. אזוי איז, און אויף דערווייל אזוי בלייבט עס. די וואס שעפן מיך שלנו פאר בדיקת חמץ און מאכן א סיום ערב פסח אינדערפרי און באקן מצות נאך חצות האבן עס אוודאי מער געשפירט, אויסער אז זיי האבן זיך אן עצה געגעבן אפילו היינטיגס יאר. איך האב פארקויפט מיין חמץ אויף וואטסאפ כדת משה וישראל, בשעת ווען די רבנים וואס זענען מוציא לעז אויף דער אינטערנעט באנוצן זיך מיט טעלעפאנען. אדער האלטן זיי נישט איין שטרענג די אנווייזונגען, ווייל ווי אלעס און ווי עס שטעלט זיך איצט אויס, ווייסן זיי שטענדיג בעסער ווי יעדן.
אבער מיר האלטן שוין ביי יום־טוב איז לאמיר זיך אביסל פארגעסן. ס'איז חג המצות און זמן חרותנו. די ביימער שפראצן, די בלומען בליען, די פייגלעך זינגען, שיר השירים איז אין דער מחזור, און דער וועלט איז יום־טוב'דיג כאטש אויף א פאר שעה. נישט פאר יעדן און זיי טאר מען נישט פארגעסן אבער אז מען לעבט וויל זיך לעבן. און אז די תורה הייסט שמור את חודש האביב, וויל מען פייערן דער פרילינג ווען דאס באשעפעניש טוט זיך אן א בעקעשע און זינגט הילכיג א יום־טוב'דיגע ליד.
מען האט געדאוונט און אויך געזאגט הלל. ס'איז שוין געווארן א געוואוינהייט אז מען דאוונט צוזאמען, צום ווייניגסטנס ביינאכט ווען שבת און יו"ט קומען אריין, און דאס איז אויך חשוב. אויף דער גאס איז געווען א מנין נאר איך האב מיך נישט געוואלט מצרף זיין. איך האב א שכן וואס טוט אויך ווי מיר. מען האט געבעטן בלייבן אינדערהיים און זיי נישט שטענדיג אן אויבער־חכם.
אז מען האט געענדיגט דאס דאווענען האט זיך אנגעהויבן מיטן סדר. קליינע קינדער זענען ביי אונז נישט געווען ממילא צי דער טאטע קומט אהיים פון שול צי פון דער היים איז נישט אזא גרויסער חילוק. מיין זון דער מחמיר איז געגאנגען צו מיין פאטער צו זיין מיט אים אויפן סדר. דער פלאן איז געווען ער וועט זיין אונטן די שטיגן און ארויף שרייען. ביז ער איז אנגעקומען האט מיין פאטער זיך שוין געהאט געלייגט. ער איז געווען גוט געלוינט נאר ער האט שוין געהאלטן נאך חד גדיא ווען ביי אונז האט מען נאכנישט גע'קדש'ט. ער האט געזאגט אז מלאכים האבן מיט אים געפראוועט דעם סדר און אויך געכאפט זיין אפיקומן. וואס זיי האבן געבעטן, האט ער נישט געוואלט דערציילן.
מיין זון איז אהיימגעקומען און ער איז נישט געווען צופרידן אז מיר האבן זיך נאך גארנישט גערירט. ער האט געמיינט ער וועט כאטש פארדינען אז מען וועט שוין האלטן טיף אינדערמיט. מען דארף דאך אבער ברענגן די סימנים, מישן זאלץ־וואסער, אויסוועלן דריי שלימות, ארומריקן די בעכערס, איינטיילן די הגדות, דער וויל דער געפארבטער מיט בילדער און דעם שמעקט זיך קלענערע אותיות, און ברענגן פאר איטליך דער וויין און טרויבן זאפט וואס זיי געפעלט, און וואו איז דאס גארטל פון דער קיטל? און בקיצור אלע הכנות וואס מען פארגעסט פון זיי און ווען ס'קומט למעשה זעט מען אז מען איז נאכנישט גרייט.
מען זאגט שוין קדש און די מיטאלאגישע אורות פון דער סדר נאכט האבן מיטאמאל אויפגעשיינט אזש נתמלא הבית כולו אורה. מיין יונגסטער האט נישט געוואלט אדער ס'הט אים נישט געפאסט צו זאגן, האב איך איבערגענומען. איך האב געטייטשט, אז דער טאטע קומט אהיים פון שול... איך האב מיך באלד פארראכטן, אז דער טאטע קומט אהיים פון דער היים... און איך האב מיך ווידער פארראכטן. ניין, ס'איז פון שול. דער פסוק זאגט, בכל מקום אשר אזכיר את שמי אבא אליך וברכתיך און אז מען מוז דאווענען אינדערהיים ווערט דער היים דער שול. זאגן דען נישט אזוי די בעלי דרשנים ביי יעדער שבע־ברכות, ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם, אז א אידישע היים איז א בית המקדש? ממילא בלייבט עס ביי, "ווען דער טאטע קומט אהיים פון שול...".
און דאן האבן מיר זיך אנגעגאסן די בעכערס. איך קען מיך אליין אנגיסן און דרך חירות מוז נישט מיינען אז א צווייטער איז מיין באדינער. און אט אזוי מיר האבן צוזאמען אנגעהויבן אויפן יום־טוב'דיגן נוסח, סברי מרנן, ברוך אתה ה' אלקינו מלך העולם בורא פרי הגפן. ברוך אתה ה' אלקינו מלך העולם אשר בחר בנו מכל עם...
רבותי, איך האב נישט געקענט ווייטער גיין. שריפטליך קען איך דא זיין א גרויסער גיבור אבער דארט ביים טיש, מיט די ברענעדיגע יום־טוב ליכט, די פיר הויכע מה־נשתנה ליכט, די ווייסע רויזן און ליליען וואס מיין זון האט אריבערגעברענגט ערב יו"ט, דער אויסגעמאלטער פארצעלייענער קערה טעלער אנגעלאדנט מיט גרינע בלעטער, רויטע חרוסת, כרפס רעטעכלעך, כריין און אן איי, הגדות מיט טראפן פון פילע פרייליכע סדרים און בילדער פון פרייליכע פנימ'ער, שטייענדיג דארט מיט א בעכער אין דער האנט בין איך ביי קידוש שטעקן געבליבן.
דער אויבן־אן שטייט ליידיג. מיין טאטע איז ברוך השם געזונט אבער ער איז נישט מיט אונז און מיר הערן נישט אויף זארגן אויף אים. מיין שווער און שוויגער זענען אויך הינטער שלאס און ריגל. אין שטאט און אויף דער וועלט איז אין בית אשר אין שם מת. צענדליגע טויזנטע פאמילעס באוויינען נאנטע און באליבטע אדער זארגן זיך אויף קראנקע און יעדער קען עמעצער וואס האט פארלוירן. און דער אשר בחר בנו מכל עם האט זיך נישט געוואלט רירן. ר' קטלא איז נישט קיין אידענע אבער אז ס'גייט נישט, גייט נישט.
א פאר ווערטער האבן זיך ארויסגעצווינגען און אודך. דאס זאלץ־וואסער איז געקומען פון די אויגן, דער קול האט זיך געשטיקט, און ווייטער גייט נישט. און ווידער זיך גערירט אביסל, ותתן לנו ה' אלקינו באהבה, און נאכאמאל זיך פארהאנקעט. איך האב שוין געזען דעם שהחיינו און זיך געשפירט ווי א לויפער ווען ער זעט דער ענדע ליניע און זאמעלט איין די לעצטע כוחות ציטערטיג צי ער האט די קראפטן אהין אנצוקומען. איך האב אנגעהויבן ברוך אתה מיט א גייסט אבער ביז וקימנו האט דער קול נישט געהאט קיין קיום. האט מען געגעבן א זאג אפ שטיל און ביי לזמן הזה בין איך שוין געווען איינגעזינקן אין דעם קישן און איינגעשלינגען מיין רוב כוס. איך האב מיך אנטשולדיגט צו מיין הויזגעזינד און דער סדר איז ווייטער געפארן.
איך וועל אייך נישט סקוטשנע מאכן מיט אונזערע תורות, מיר דאכט זיך אז איך חזר זיי צוביסליך איבער יערליך אבער וואס איז דען? די הגדה זאגט מען אויך דער זעלבער יערליך, און טאקע פארדעם בלייבט עס איינגעקריצט אין זכרון. איז זאלן מיינע אידעען אויך זיין איינגעקריצט ביי מיינע קינדער און אייניקלעך, און אזוי וועל איך מקיים זיין ולמען תספר באזני בנך ובן בנך.
נאר דאס וואס איז געווען ווען איך בין אנגקומען צו מצה זו שאנו אוכלים על שום מה, דאס קען איך מיך נישט איינהאלטן. מיט דער כהן מצה אין דער הייך אין מיין אויסגעשטרעקטער ארעם און פלאטערטיג אויף רעכטס און אויף לינקס האב איך געזאגט די פסוקים. אז דער טייג האט נישט דעריאגט צו יערן עד שנגלה עליהם מלך מלכי המלכים הקדוש ברוך הוא וגאלם שנאמר, און דער פסוק וואס קומט דערנאך.
איך האב געזאגט אז אן אמעריקאנער אז ער פייערט זיין פרייהייט טאג אום דעם פערטער יולי קוקט ער צוריק א קנאפע צוויי הונדערט און פופציג יאר, און אויף דאנקטאג איז עס פיר הונדערט יאר. א פראנצויז אויף באסטיל טאג גייט צוריק צוויי הונדערט דרייסיג יאר, און אן ענגלענדער אז ער וויל צוריק גיין צו דער אנהייב פון זייער היינטיגער סיסטעם איז עס ווייניגער ווי טויזנט יאר. קומט אבער פסח ביי נאכט און א איד דערציילט א געשיכטע און ליינט פון פסוקים וואס זענען אלט טויזנטע יארן. דאס גיט דער געפיל אז מיר כאפן זיך אן אין א לאנגע קייט וואס ציט זיך פון דארט, מיט פסוקים געשריבן דעמאלסט. אידן דערציילן שוין טויזנטע יארן אלע יאר אויף אלע פלעצער ביים זעלבן סדר טיש איטליך מיט זיין צי איר פאמיליע די זעלבע געשיכטע. אנדערע פעלקער האבן זיך זייערע היסטאריעס און מיר זענען טאקע נישט דער איינציגסטער און קען זיין אז אנדערע זענען אפילו עלטער. דאך בין איך אבער צופרידן מיט וואס אונז האבן גע'ירש'נט און אז די קייט ציט זיך ווייטער ביי מיין טיש. און לאנג זאל דיך די קייט ציען.

דאס גיבט אפשר א נייע באדייט צו (עירובין מ:) זמן אומרו אפילו בשוק. דהיינו, אז עס זענען דא אידן וואס דאווענען בשוק (מחמת המצב) מוז די גמרא דערמאנען אז פונדענסטוועגן דאך זאגט מען דעם ברכת הזמן/שהחיינו על אף אז ס׳איז שווער/עמאציאנאל (עס דאנקט אז מ׳האט דערלעבט, וואס אנדערע האבן ליידער נישט).
- קטלא קניא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 127
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 08, 2018 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 70 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 607 מאל
ה. דריי טעג יום־טוב תש"פ
(זייט מוחל אז מפני קדושת המועד איז עס שנעל צאמגעשטעלט און נישט געהעריג רעדאקטירט)
דער סדר האָט זיך געענדיגט פריער ווי געווענליך און אינדערפרי האָב איך מיך געשטעלט אסך פאר די גאַס מנינים. איידער דער עולם קומט אַרויס אין דרייט זיך אויף די גאַסן, בין איך געגאַנגען אָפּנעמען דער צייטונג צו זען וואס טוט זיך אויף דער וועלט. דאַווענען איז געווען ווי איך געוויין מיך שוין היינט צו. פון אדון עולם ביז נאך שמונה עשרה מיט דא א דריי און דארט א קרעכץ. נאר אז איך בין געגאנגען נעמען א מחזור פון דער פאליצע האב איך מיך אנגעקלאפט אין א קינות און א סליחות וואס זענען א גאנץ יאר שכינים אין דער שאנק. האט מען א קלאג געטון אויף אונזער מצב און אויסגעקוקט צו די סליחות טעג ווען מען וועט שוין אוודאי צוריק הערן די הייליגע נסחאות.
ליינען איז היינט פון א חומש, און דערנאך מפטיר, הפטרה, אשרי און מוסף. פאר יו"ט האט מיין שול וואטסאפ גרופע מודיע געווען אז ביחידות זאגט מען נישט מוריד הטל ביי מוסף. איז נישט. טל קען מען דאך אבער זאגן, איז ביי מיר געווען פתח ביאסעלע וסיים בחבית, ווי איינער זינגט אריין אין א פאס. איך האב באמערקט אז כמעט יעדער שטיקל פון טל הייבט זיך אן מיט א תפילה פאר ברכות פון דער סעזאן, טוי, פירות, קארן און וויין, און דער צווייטער האלב איז א נעבעך געוויין אויף כלל ישראל'ס ביטערער מצב. ענליך צו אונזער מצב. א שיינער פרילינג פול מיט ברכות אין דער נאטור בשעת ווען מענטשן פאלן ווי פליגן.
בכלל מערקט זיך עס אן ביים דאווענען און ביים ליינען אז ווערטער באקומען אלס מער משמעות און דערהער. וויפל מאל האט מען שוין געליינט דער פרשה פון יציאת מצרים און ס'איז נישט איינגעפאלן דער פשוט'ער פשט אין פסוק. ס'איז געווען א מגיפה און מען האט געבעטן מענטשן נישט ארויס גיין פון דער היים. דער זעלבער ביי א מצורע וואס מען וועט לייענען איז צוויי וואכן ארום. א מענטש ווערט קרעציג שיקט מען אים מחוץ למחנה. אזוי אויך די דריי וועטער "ויהי אחרי המגפה" אין פרשת פנחס, וואו ס'איז דא א פסקא באמצע פסוק, באקומען א גאנץ אנדערע באדייט. א מגיפה איז א געשעעניש וואס טוישט אלעס. ווי א קריג איז דא פאר דעם און נאך דעם. און דער ערשטער זאך מען האט געטון נאכדעם איז געווען צו ציילן צו זען ווער איז געבליבן. און באלד דערנאך האט משה רבינו אויך ממנה געווען יהושע פאר זיין יורש. א דור גייט אוועק פריער ווי מען האבן זיך געראכטן און א פרישע דור דארפן ארויפטרעטן. מיר דארפן נייע פירער זיך צו פארמעסטן מיט דעם זמן וואס קומט ווען ס'וועט זיין, און לאמיר האפן בקרוב, ויהי אחרי המגפה. אונזער דור טאר נישט בלייבן כצאן אשר אין להם רועה.
אויסער דאווענען שפירן זיך אויך ענדערונגען ביי זיך אליין. פחדים פון יעדער קיצל אין האלז אז אפשר איז עס דאס. ס'קומט א הוס און מען פרואווט עס איינשלינגען און חלומ'ען אז ס'הוסט זיך נישט. א טרייסל אין דער שדרה מיינט שוין א פיבער און א לייכטקייט אין קאפ קען נישט זיין עפעס אנדערש ווי דער קלאנג פון דעם מלאך המוות. אבער דאך לעבט מען. בעל כרחך אתה חי, און אז מ'לעבט זאל שוין זיין געלעבט. לאכן, וויינער, זיך פרייען, קלאגן און זאגן מודה אני אז מען שטייט אויף פריש יעדן פרימארגן.
יום־טוב אינדערפרי בין איך געגאנגען באזוכן מיין שווער און שוויגער און אויף דער צווייטער טאג יום טוב מיין פאטער. מיין שוויגער זאל זיין געזונט האט צו מיר גערעדט פון אן אויבירשטן פענצטער. ס'וואלט אפשר געווען ראמאנטיש ווען ס'איז ביי דער שיין פון דער לבנה און מיר זענען ביידע אביסל יונגער. אזוי איז עס אבער געווען טרייסנדיג אז זי'ז געזונט. מיין שוויגער וואס פאררופט אונז אויף יום־טוב סעודות און אויף מוצאי־שבת צאמקומען, און שיקט אריין אירע געבעקס יעדן ערב שבת האט זיך נישט געשמעקט אז איצט פאסן אונז אויף אויף איר. זאגט זי מיר, אז זי ווארט נישט א קינד און מען דארף נישט קומען בודק זיין צי ס'איז אן אינגל אדער א מיידל.
אויף אנצוקומען צו מיין פאטער זענען מיר דורך סיי פארשלאסענע און טונקעלע שולן און סיי מנינים וואס שפראצן אויף די גאסן ווי בלעטער אויף צווייגן. אלגעמיין זענען די שאסייען געווען שטיל און מיך האט עס געקיצלט. איך האב געזאגט פאר מיין זין, געב נאר א קוק. אויף א געהעריגן יום־טוב וואלט מיר געזען אידן גיין אין שול, טאקע שפעטליך נאך זיך לייגן שפעט נאכן סדר אבער אלץ אין שול אריין. מיר וואלטן געזען קינדער מיט פרישע פיאות, שטאלץ מיט זייערע נייע מחזורים, נייע אנצוגער מיט דאס קלעפ נאך אויפן ארבל, לויפן אין שול אויפגעהייטערט צו דערציילן פאר די חבירים ווען מען האט ביי זיי געפארטיגט דעם סדר און וואס זיי האבן אויסגע'פועל'ט אויף אפיקומן, זיך פארמאסטן איבער חומרות און ווער האט געהאט מער תורות און אפשר אפילו זיין אייגענע קישן, און איצט גארנישט. שא שטיל. שולן שלאפן, קיינער קומט נישט, קיינער גייט נישט. קיין מוק הערט זיך נישט פון דערין. אין קול ואין עונה. שושקעט מיר מיין זון אריין אין אויער, "אינד'זוי איט ווייל איט לעסטס". פּיור אידיש נחת.
גיין מיר זיך ווייטער און די געסער זענען אנגעקלעפט מיט צעטלעך. מען וויינט פאר געלט פאר פרישע יתומים, נארוואס געווארענע אלמנות, ווייכע קברים, יונגעלייטלעך וואס זענען אוועק אין אייביקייט און איבערגעלאזט משפחות. און פון אלע זייטן ארום הערט זיך שחרית'ן. דער זאגט גאל ישראל און יענער זאגט ברוך שאמר. דא גארגלט מען זיך א ממקומך און דא האלט מען ביים לייענען. און ביי אן אנדערן פלאץ זאמלט מען זיך איין אויף א מנין כאילו לא היה. טאקע נישט געזען אבער מען הערט פון זיי איבעראל. איך ווייס נישט וואס זייער חשבון איז און איך ווייס נישט צי זיי האבן א חשבון. אין די ערשטע טעג האט מען אפשר נישט געוויסט אבער נאך אזויפיל מתים איז דער תירוץ שוין נישטא. זיי וועלן טון וואס זיי פארשטיין און אונזערע מסירת נפש רבנים וואס זענען פול מיט קוראזש מיט שיינע ווערטער ביי אנדערע ענינים, טרעפן זיך נישט די צונג ווען ס'האנדלט זיך פיקוח נפש ממש.
איך וויל דערפון שוין נישט רעדן, נאר אלעס צו טון מיט דער מגיפה הערט מען נישט אויף איבערצוקייען. איך האב מיך געדינגען מיט מיין זון דער מחמיר איבער די זעקס פיס. ער זאגט אז לעולם איז זעקס פוס נישט גענוג נאר מער ווי זעקס פוס איז א גזירה שאין רוב הציבור יכולין לעמוד בה. ווייטער איך האב גע'טענה'ט אז פיר פוס איז אויך גענוג ולה אמרו זעקס? כדי להרחיק את האדם מן העבירה. שטיין מיר ביי מעריב דער צווייטער נאכט אין אונזער חצר פון פארנט און איינער שפרייזט ארויף און אראפ אין אונזער ד' טפחים. האב איך אים שוין געזאגט וואו אהין ער זאל פארשווינדען ווערן. עפעס א קרענק וואס מענטשן פארשטיין נישט וואס מען רעדט צו זיי.
ביי נאך איינס פון די שמועסן ביים יוט־טוב טיש האב איך געפרואווט מלמד זכות זיין אז די אידן וואס דאווענען אין די מנינים וואלטן אפשר אויך געווען די וואס וואלטן ווייטער געלערנט אין א ביהמ"ד אין דער ווארשאווער געטאו, אדער אומגעוקומען על קידוש השם אין די צייטן פון דער אינקוויציע, אדער געצינדען חנוכה ליכטלעך אין אוישוויץ.
מיין טאכטער האט זיך געבייזערט אז ס'איז נישט קיין פארגלייך. איך האב מסביר געווען אז איך געב זיי נישט גערעכט און איך פרעג נאר צי אז דאס נישט די זעלבער סארט טיפן און כאראקטערן. פשוט, דא פארשטיין זיי נישט גענוג אז ס'רעדט זיך נישט פון רדיפות נאר פון ראטעווען לעבן. רופט זיך אן מיין זון, די רבי'ס פון היינט וואלטן זיך נישט מוסר נפש געווען אין קיין שום געטאו נאר זיי וואלט געמאכט פליטה ווי זייערע פעטערס און זיידעס. דאס איז נישט מסירת נפש נאר פראסט טפשות פון מענטשן אן אחריות. נו, האב איך אייך געזאגט אז בעסער אז מען רעדט נישט.
האלטן מיר פרייטאג נאכמיטאג עם דמדומי חמה ביי דער צייט ווען מען זאגט שוין, עשרתם, ערבתם, הדליקו את הנר. אלע טעפ שטיין שוין אויפן פלאטע ווייל מ'האט דאך צוגעגרייט אן עירוב תבשילין, און מען דערווארט נאר די פלאטע זאל אנקומען, אבער אין קול ואין לאמפ ואין היץ. די פלאטע וויל נישט וויסן פון קיין חמין, פון קיין טשולנט, פון עופות, זופ פון גארנישט. א גוי גמור איז זי מיר געווארן און נאך א בן נח ששבת אויך. קומט זיך איר ערשט מיתה.
איז געווארן א רעדע וואס טוט מען דא. רופן א גוי? איז גיי געפון א גוי אין אן עיר שכולה ישראג און סייווי וויל מען קיינעם נישט אריינלאזן אין שטוב. אנצינדן א פייער? האב איך נישט חשק, איבערהויפט אז אלעס איז איבערגעדעקט מיז זילבער פאפיר און דער היץ קען זיך איינזאמלען אונטער דעם ווי ס'האט שוין לא עלינו פאסירט. אפילו צודעקן א פלאטע מיט זילבער פאפיר איז מסוכן וויבאלד די פלאטע הייסט זיך איבער. האב איך מיך אנטשולדיגט צו מיין ליבשאפט און צו די קינדער. ווייטער איך דער שלימזל און צוליב מיר וועט קיין טשולנט נישט זיין. איך האב מיך פארענטפערט אז איך האב עס נישט אנגעשטעלט אין אן איילענישט ביים לעצטן מינוט נאר מיט יישוב הדעת, און איך קען נאר יעדן איבערבעטן. די קינדער האבן מיר פארזיכערט אז ס'איז נישט געפערליך. דערנאך האט מיין טאכטער אויסגעטראפן אז מען קען לייגן טשולנט אויפן טשייניק, און ס'וועט שוין גוט זיין. וכך הוה. שבת אינדערפרי האב איך פרי אנגעשטעלט דער טשולנט און ביז נאכן שפאציר איז עס געווען נישקשה'דיג הייס.
און אזוי איז דער סדר היום צום דריטן מאל נאכאנאנד. מען שטייט אויף און מען טוט זיך אן, מען זאפט איין אביסל פרימארגנדיגע לופט און מען ציט זיך אויס די גלידער, מען וואשט זיך די הענט און מורמלט ברכת התורה ביים טרוקענען און ביים אויפזוכן דעם טלית, מען וויקלט זיך איין אין א טלית און די ליפן לאזן זיך ארויס אויף א רייזע. אדון עולם, עקדה, מה אנו מה חיינו, פסוקי דזמרה מיט א נשמת, אז ס'איז יו"ט בעל־תפלה'ט מען מיט א הקל און א רננו, (דער אידישער ליד, "רייזעלע", גייט גאָר גוט אויף "בפי ישרים"), אז ס'איז שבת פאַרזינגט מען זיך ביי קל-אדון, קרי"ש און שמונה עשרה און נאך א ואתם הדבקים הייבט מען אן צו ליינען פון א חומש.
אבער פאווליע. אז ס'איז שבת חול המועד פסח קומט א שיר השירים און דאס לאזט מען נישט אויס אפילו פאר א פארמעגן. וועלכער פשט איר לערנט נאר, און וועלכער דרך פון דעם אבן עזרא'ס דריי מאל, און אפילו אז איר לערנט עס בלוז מיטן אלשיך, קענט איר זיך נישט פארהוילן פון די רייכע מעטאפרן פון נאטור און אויך פון א פרוי'ס געשטאלט און פארעם. האט אינזינען וואס איר ווילט אבער פארגינט אייך אויך זיך צו פאסמאקעווען.
און דערנאך ליינט מען. אין דער קריאה פון פרשת כי תשא וויל משה זען דעם באשעפער און דער באשעפער וויל זיך יא באווייזן, נישט באווייזן און צום סוף, כי לא יראני האדם וחי. איז ווען יא? ביים טויט? האט מען דאך ערשט געזאגט אין הלל, לא המתים יהללו יה ולא כל יורדי דומה. קומען זיך אן די חכמים אז דווקא אין דער איצטיגער מגפה ווען וויסנשאפט געט זיך נישט אן עצה זעט מען דעם אמת'ן יד ה'.
די זעלבע נביאי שקר שרייען תורה מגיני ומצלי און אין דעם זכות איז געשטארבן עם רב בישראל. און אז ס'וועט קומען א רפואה אדער א וואקסין וועט עס זיין פון פארשטערס און סייענטיסטן נישט פון די כותלי ביהמ"ד און פון מענטשן וואס האבן אין זייער לעבן נישט אריינגעקוקט אין א מיקראסקאפ אויסער בודק צו זיין שעטנז אדער אויפזוכן ווערעם אויף זייערע שאלאטן צו מרור. נאר וואס דען, דער וואס וויל גלייבן, זאל ווייטער גלייבן. אונז האבן טאקע א הייליגער קוואל פון פסוקים און מאמרי חז"ל אויף זיך מחזק צו זיין אבער זייט מוחל, חוש'ט נישט מיט וואס דאס קומט צו ווייזן. עס ווייזט ווי מען פירט אונז אין קבר אריין און אויף אונזערע מנהיגים קען מען טייטלען, אתם המיתם את עם ה'.
אז מען ענדיגט לייענען נעמט מען זיך צו דער הפטרה פון די עצמות יבשות. ווי אן אנימארטירטן מאווי, זעט מען ממש ווי די ביינער ווערן איבערגעדעקט מיט פלייש, אדערן און הויט, ווי זיי באהעפטן זיך ווי לעגאוס און מען קען כמעט אפילו הערן ווי זיי קליקן זיך צוזאמען ווי קעינעקס.
און דערנאך קומט דער באמבע. די ביינער זענען נישט טרוקן און אונזער האפענונג איז נישט אויסגעוועפט. בלאזט נאר אריין א גייסט אין די ביינער און באלד ווערן זיי אלע צוריק לעבעדיג. דאס איז א נביא, נישט ווי די וואס האבן נישט געהאט קיין ווארט אין זייערע שבת־הגדול דרשות אויפצופאסן אויף עלטערע, קיין אות נישט מחזק צו זיין די איינגעשפארטע און פארשלאסענע. זיי קענען נאר רעדן פון שמחה כאילו אז מען זאגט קאפיטל ל"צ פינף מאל מיט א סענדוויטש פון א יהי רצון לפני ואחרי און אברא קאדאברא ס'ווערט שמחה. נאר וואס דען, עמפאטיע לערנט מען נישט אויס אין א בית הוראה, מיטלייד האבן די רבי'ס נישט גע'ירש'נט ביי זייערע פאטערס און פעטערס און אביסל שכל האט זיך נישט מיטגעכאפט ביי די גדולים מיט זייער חכמת התורה.
אבער שוין, איך האב אנגעהויבן א טאגבוך און איך ווער דא פארהאנקעט. איצט ווייסט איר שוין וואס די קינדער זאגן מיר ווען איך ווער צופייערט.
האטס מיר א גוטן מועד און א פרייליכן יום־טוב, פאסמאקעוועט אייך מיט די קניידלעך, און איך ווינטש אייך אלע א געזונטן זומער.
נ"ב אז איר האט ליב ווערטער שפיל איז דא זייער א שיינער אין די יוצרות אויף דעם צווייטן טאג פסח. צוויי מאל ווערן דריי ווערטער איבערגע'חזר'ט נאר אנדערש געשריבן און מיט אן אנדערן טייטש:
עִבְרִים בְּאֶבְרָתֶךָ סַכְתָּ, עִוְּרִים בְּעֶבְרָתֶךָ חָשַׂכְתָּ

מ׳קען דאס אפשר פארענטפערן בדרך דרש/רמז מיט א צווייטע קטלא...
והיינו, כי לא יראני, דאס וואס מ׳קען אים נישט (דער)זעהן איז, וחי, ווייזט אז דער באשעפער איז א א-ל חי וכנ״ל. (און משרע״ה האט דאך דעמאלטס געהאט דערמאנט זכור ״לאברהם״ וגו׳.)
קטלא קניא האט געשריבן:און דערנאך ליינט מען. אין דער קריאה פון פרשת כי תשא וויל משה זען דעם באשעפער און דער באשעפער וויל זיך יא באווייזן, נישט באווייזן און צום סוף, כי לא יראני האדם וחי. איז ווען יא?
מ׳קען דאס אפשר פארענטפערן בדרך דרש/רמז מיט א צווייטע קטלא...
והיינו, כי לא יראני, דאס וואס מ׳קען אים נישט (דער)זעהן איז, וחי, ווייזט אז דער באשעפער איז א א-ל חי וכנ״ל. (און משרע״ה האט דאך דעמאלטס געהאט דערמאנט זכור ״לאברהם״ וגו׳.)
- קטלא קניא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 127
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 08, 2018 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 70 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 607 מאל
מי אני האט געשריבן:קטלא קניא האט געשריבן:און דערנאך ליינט מען. אין דער קריאה פון פרשת כי תשא וויל משה זען דעם באשעפער און דער באשעפער וויל זיך יא באווייזן, נישט באווייזן און צום סוף, כי לא יראני האדם וחי. איז ווען יא?

א רמב"ם, אדער קטלא, לשיטתיה ווי מ'פלעגט זאגן אין ישיבה קטנה.
העלפט פאַררעכטן דער עתיד פון אונזערע ייִנגלעך!
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
- קטלא קניא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 127
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 08, 2018 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 70 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 607 מאל
איך האלט אינמיטן אפרשרייבן עפעס לענגער איז אויף דערווייל האב איך דאס לכבוד ראש חודש.
העלפט פאַררעכטן דער עתיד פון אונזערע ייִנגלעך!
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
מי אני האט געשריבן:קטלא קניא האט געשריבן:און דערנאך ליינט מען. אין דער קריאה פון פרשת כי תשא וויל משה זען דעם באשעפער און דער באשעפער וויל זיך יא באווייזן, נישט באווייזן און צום סוף, כי לא יראני האדם וחי. איז ווען יא?
מ׳קען דאס אפשר פארענטפערן בדרך דרש/רמז מיט א צווייטע קטלא...
והיינו, כי לא יראני, דאס וואס מ׳קען אים נישט (דער)זעהן איז, וחי, ווייזט אז דער באשעפער איז א א-ל חי וכנ״ל. (און משרע״ה האט דאך דעמאלטס געהאט דערמאנט זכור ״לאברהם״ וגו׳.)
מי אני: מ'קען אפשר מאכן אן אנאליטישן פארגלייך...Analogy...צו א בעלל. א קלינגער. דאס ארבעט אויך דורך עלעקטרא-מאגנעטיזם. דאס הענטל/האמער קומט מיט אן עלעקטרישן קאנטאקט. און ווען דער עלעקטרישער קרייז (סירקויט) ווערט פארמאכט און די 2 מאגנעטן באקומען חיות. און זיי שלעפן צו זיך דעם האמער אז ער זאלל קלינגען. אין די זעלבע צייט טוט זיך אפברעכן דער קאנטאקט. און די 2 מאגנעטן פארלירן זייער כח. און די האמער פאלט צוריק. אבער ווען ער פאללט צוריק מאכט עס צוריק דעם קאנטאקט און א פוללן סירקויט...וחוזר חלילה...והמבין יבין...!
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
למנוע משחית ומגפה מעלינו - ר' קטלא'ס קאראנאווירוס טאגבוך
די רמז דא איז טאקע אז מ׳גייט ארויף פון מספר 5 וואו מ׳האט אנגעהויבן ביז מספר 18 [חי], וואס די חילוק ביניהם איז מספר ״אחד״ [13]. ווייל אז מ׳וויל האבן ״חיים״ אין די יעצטיגע תקופה דארף מען דאווענען ״ביחידות״ [אחד], ווי איידער בציבור וואו מ׳פארקויפט עליות.קטלא קניא האט געשריבן:איך האלט אינמיטן אפרשרייבן עפעס לענגער איז אויף דערווייל האב איך דאס לכבוד ראש חודש.
berlbalaguleh האט געשריבן:מי אני האט געשריבן:קטלא קניא האט געשריבן:און דערנאך ליינט מען. אין דער קריאה פון פרשת כי תשא וויל משה זען דעם באשעפער און דער באשעפער וויל זיך יא באווייזן, נישט באווייזן און צום סוף, כי לא יראני האדם וחי. איז ווען יא?
מ׳קען דאס אפשר פארענטפערן בדרך דרש/רמז מיט א צווייטע קטלא...
והיינו, כי לא יראני, דאס וואס מ׳קען אים נישט (דער)זעהן איז, וחי, ווייזט אז דער באשעפער איז א א-ל חי וכנ״ל. (און משרע״ה האט דאך דעמאלטס געהאט דערמאנט זכור ״לאברהם״ וגו׳.)
מי אני: מ'קען אפשר מאכן אן אנאליטישן פארגלייך...Analogy...צו א בעלל. א קלינגער. דאס ארבעט אויך דורך עלעקטרא-מאגנעטיזם. דאס הענטל/האמער קומט מיט אן עלעקטרישן קאנטאקט. און ווען דער עלעקטרישער קרייז (סירקויט) ווערט פארמאכט און די 2 מאגנעטן באקומען חיות. און זיי שלעפן צו זיך דעם האמער אז ער זאלל קלינגען. אין די זעלבע צייט טוט זיך אפברעכן דער קאנטאקט. און די 2 מאגנעטן פארלירן זייער כח. און די האמער פאלט צוריק. אבער ווען ער פאללט צוריק מאכט עס צוריק דעם קאנטאקט און א פוללן סירקויט...וחוזר חלילה...והמבין יבין...!
ואולי איז דאס אפשר א שטיקל רמז פון דעם וואס מ׳טרעפט לגבי מחזה ה׳ כביכול (מלכים א יט יב) ואחר הרעש וגו׳ קול דממה דקה.