אידן שטארבן און ענק זארגן זיך פאר לבם נקפם!
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
איך האב קיינמאל נישט געהערט פון דער פארשוין, און איך ווייס נישט פון וועמען ער זאגט נאך, אבער די טפשות פון זיין ווערטער איז דאך נורא ואיום, און די שאלה דא איז נישט אים אפצופרעגן, נאר וויאזוי לאזט מען צו אזעלכע טפשות פירען אן עדה אידן און הרגנ'ן מענטשן?
ווי קומט חסידות דא אריין? זייט ווען איז דא אן ענין אין חסידות אויף תפלה בצבור מער ווי ביי נישט חסידים? דאס איז א ריינער חידוש פון נאך דער ג' אייר משוגעת, נאך דער ל"ג בעומר פייער, נאך די אלע נייע מצוות און עבודות וואס מ'האט אונז ערפינדן! א נייעם שטות אין דער נעמן פון דער בעש"ט!
שקר גס! לא היו דברים מעולם! חסידות האט גארנישט מיט תפלה בצבור, חסידים האבען קיינמאל נישט מער מקפיד געווען אויף תלה בצבור ווי סיי וועמן, והכל בטל ומבוטל.
זיין איבעריגע רייד איז סתם אויסגעגאסענע טינט, נישט קיין ווערטער און נישט קיין הגיון און ניטאמאל קיין שקר, בלויז נאנסענס.
איך האפ אז דער פארשוין נוצט א נאמען און איז נישט מפרסם אזעלכע הבל אויף זיין אייגענע נאמען. עס קען דאך שאטען פאר די קינדער ווען מ'ווייסט וואס ער איז ווערט..........

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
ווען איך האב געליינט די אייוועלט אשכול אויף דער טעמע מיט א פאר וואכן צוריק, האב איך געוואלט שרייבן די ווערטער, נאר מיין ניק דארט האט מען דאך אויסגעשפארט לפני כמה שנים.
עס איז אמאל געווען א גרויסע לוויה אין ירושלים אין מיטן אלול, פאר איינער פון די גדולי ישראל. דער ישיבה אין פונוביז האט צוגעשטעלט באסעס אז דער עולם זאל גיין למען כבוד התורה. ווען זיי זענען צוריק געקומען האט ר' חצקל געגעבן א שטארקן שמועס, און אפגעריסן דער עולם היתכן מ'גייט און מ'מאכט פאראכצן אין מיט'ן אלול. דער עולם איז צו אים צוגעגאנגן און געפרעגט אז די ישיבה האט דאך צוגעשטעלט די באסעס, וואס וויל מען פון זיי?
האט ר' חצקל געזאגט אז דער פסוק זאגט ויחמל העם ושאול על אגג ועל מיטב הצאן, אז שאול המלך האט געהאט רחמנות אויף אגג'ן, און דעריבער עובר געווען אויף דער מצוה. האט ר' חצקל געזאגט אז די אידן זענען געגאנגן אין מלחמת חרמה מיט עמלק, און זיי אויסגעהרג'ט אן רחמנות, און פאר דעם האט שאול מורא געהאט אז מ'וועט זיך אויסלערנען מדת הרציחה. האט ער צוערשט געגעבן א פייערדיגע שמועס און א חיזוק אויף דער ענין פון רחמנות. פון דעם האט כלל ישראל זיך טועה געווען און רחמנות געהאט ווי מ'טאר נישט. האט ר' חצקל געזאגט, "און וואס איז געווען די טעות זיינער? יא, דער שמועס דארף מען זאגען, אבער לאחר המעשה נישט לפני המעשה. אריין דארף מען גיין לכתחלה טון א מצוה, נאך דעם קען מען פאררעכטן די פראבלעם פון רחמנות". יא, מ'האט געמוזט גיין קיין ירושלים, אבער וויסען דארף מען אז עס פאסט נישט אין מיטן אלול.
מ'מוז פארמאכן שולן, און מ'מוז לכתחילה גיין דאווענען אין שטוב, מיט א התלהבות און א ברען, אז אזוי וויל דער אויבישטער. נאך דעם וואס אלסדינג ענדיגט זיך, דארף מען געבן מוסר אז עס מוז זיין לבו נוקפו, אבער בשעת מעשה מוז עס זיין הונדרעט פערצענט.

-
- חבר ותיק
- הודעות: 2056
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
- האט שוין געלייקט: 2815 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל
Re: אידן שטארבן און ענק זארגן זיך פאר לבם נקפם!
דער אמת איז, ווען איך האב אנגעהויבן ליינען זיין בריוו בין איך געווען זיכער אז ער שרייבט סארקאסטיש סתם צו מאכן דאס גענאר פון די וואס האלטן די שוהלן אפן.
ביים אויספיר האב איך איינגעזען אז מ'רעדט דא פון גאנץ א קנאפער חכם.
ביים אויספיר האב איך איינגעזען אז מ'רעדט דא פון גאנץ א קנאפער חכם.
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
קען זיין אז ס'דא אזעלכע וועלכע זענען שאקירט פון די דאזיגע רייד, פאר מיר אבער איז די סארט געדאנקענגאנג גארנישט קיין חידוש. כ'האב אמאל געשמועסט מיט אן אנגעזעהענע תלמיד חכם איבער א געוויסע יסודיות'דיגע פסק הלכה וואס איז זייער שטארק אנגענומען אין וויליאמסבורג/בארא פארק/קרית יואל וואס איז אינגענצן אפגעפרעגט און האט נישט קיין שום פשט, יענער האט אבער גע'טענה'ט אז די רבנים האלטן אז מ'דארף פרעזערווירן די צורה פון אידישקייט. האב איך איהם געפרעגט אז ס'קומט אויס אז טויזענטער אידן זענען עובר טאג טעגליך אויף זייער הארבע איסורים פארלאזנדיג זיך אויף די דאזיגע פסק, אין א צווייטן פאל וואלט מען ארויסגעקומען מיט קול קוראס און חרמות און פלוצלונג ווערט אלס אראפגעפלאשט אין טוילעט נאר כדי צו "פרעזערווירן אידישקייט"?! יענער איז געווארן זייער אומבאקוועם, ער האט מער ווייניגער מודה געווען אז ס'איז א פראבלעם אבער מיט דעם אלעם איז "פרעזערווירן אידישקייט" וויכטיגער. דעמאלטס האב איך אנגעפאנגען פארשטיין וויאזוי די מהלך הפסק פון די היימישע רבנים ארבעט, זיי אליינס גלייבן נישט אין די אלע שרעקעדיגע ווערטער דאורייתא/דרבנן/עוברת על דת/משהו חמץ/וואסאימער, די פוינט איז צו פרעזערווירן די צורה פון אידישקייט צו וואס אונז זענען צוגעוואוינט, די אלע שרעקעדיגע ווערטער זענען נאר באבע תירוצים. איך זאג נישט אז זיי זענען נישט גערעכט, קען טאקע זיין אז פרעזערווירן אידישקייט איז וויכטיגער פון די שלוש חמורות. ייתכן אז אביי ורבא, די ראשונים און בעלי התוספות האבן נישט עומד געווען אויף די טיפע חכמה פון די וויליאמסבורגע דיינים. מ'דארף אבער וואוסן מיט וועם מ'האנדלט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
פארוואס האט ער א פראבלעם מיט די אחריות פון ׳דער גייט יא, דער גייט נישט׳, און נישט די אחריות פון לאזן אפען? אפשר וועט אן עלטערע איד זאגען ״איך האב אין לעבן נישט פארפעלט קיין מנין, און איך קען דאס נישט טון יעצט״?
פרעזערווירן וואס? וואס פונקט איז אידישקייט? א מין עסן? א ניגון? פארוואס איז מיר דאס אינטרעסאנט? איך האב א חבר וואס רופט אן אזעלכע חברה ׳די פון די אנדערע זייט בארג׳, נייע דיג אז ביי אונזער הר סיני האט מען באקומען א תורה, נישט אידישקייט און נישט אזעלכע נאנסענס.
פרעזערווירן וואס? וואס פונקט איז אידישקייט? א מין עסן? א ניגון? פארוואס איז מיר דאס אינטרעסאנט? איך האב א חבר וואס רופט אן אזעלכע חברה ׳די פון די אנדערע זייט בארג׳, נייע דיג אז ביי אונזער הר סיני האט מען באקומען א תורה, נישט אידישקייט און נישט אזעלכע נאנסענס.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1003
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
- האט שוין געלייקט: 565 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל
Re: אידן שטארבן און ענק זארגן זיך פאר לבם נקפם!
מאכסט מיר נייגעריג, פון וועלכע נושא רעדסטו?רביה''ק זי''ע האט געשריבן:קען זיין אז ס'דא אזעלכע וועלכע זענען שאקירט פון די דאזיגע רייד, פאר מיר אבער איז די סארט געדאנקענגאנג גארנישט קיין חידוש. כ'האב אמאל געשמועסט מיט אן אנגעזעהענע תלמיד חכם איבער א געוויסע יסודיות'דיגע פסק הלכה וואס איז זייער שטארק אנגענומען אין וויליאמסבורג/בארא פארק/קרית יואל וואס איז אינגענצן אפגעפרעגט און האט נישט קיין שום פשט, יענער האט אבער גע'טענה'ט אז די רבנים האלטן אז מ'דארף פרעזערווירן די צורה פון אידישקייט. האב איך איהם געפרעגט אז ס'קומט אויס אז טויזענטער אידן זענען עובר טאג טעגליך אויף זייער הארבע איסורים פארלאזנדיג זיך אויף די דאזיגע פסק, אין א צווייטן פאל וואלט מען ארויסגעקומען מיט קול קוראס און חרמות און פלוצלונג ווערט אלס אראפגעפלאשט אין טוילעט נאר כדי צו "פרעזערווירן אידישקייט"?! יענער איז געווארן זייער אומבאקוועם, ער האט מער ווייניגער מודה געווען אז ס'איז א פראבלעם אבער מיט דעם אלעם איז "פרעזערווירן אידישקייט" וויכטיגער. דעמאלטס האב איך אנגעפאנגען פארשטיין וויאזוי די מהלך הפסק פון די היימישע רבנים ארבעט, זיי אליינס גלייבן נישט אין די אלע שרעקעדיגע ווערטער דאורייתא/דרבנן/עוברת על דת/משהו חמץ/וואסאימער, די פוינט איז צו פרעזערווירן די צורה פון אידישקייט צו וואס אונז זענען צוגעוואוינט, די אלע שרעקעדיגע ווערטער זענען נאר באבע תירוצים. איך זאג נישט אז זיי זענען נישט גערעכט, קען טאקע זיין אז פרעזערווירן אידישקייט איז וויכטיגער פון די שלוש חמורות. ייתכן אז אביי ורבא, די ראשונים און בעלי התוספות האבן נישט עומד געווען אויף די טיפע חכמה פון די וויליאמסבורגע דיינים. מ'דארף אבער וואוסן מיט וועם מ'האנדלט.