שורש און מקור פון קאוויד 19: כינע פאבריצירט א וויירוס!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 923
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל

שורש און מקור פון קאוויד 19: כינע פאבריצירט א וויירוס!

שליחה דורך תורה ומדע »

דער מענטשהייט איז קראנק געווארן, מענטשן שטארבן אין אלע עקן פון דער וועלט פון א פלעדערמויז? ווער גלייבט דאס?

לדעתי איז עס נאר א ענין פון צייט ביז דער אמת וועט ארויסקומען אז די כינעזישער רעגירונג האט געהאדעוועט דער וויירוס צו מאכן מאקסימום שאדן בגוף ובממון אויף זייערס א שונא, גענוי ווי מיר גייען איצטערט אדורך. און דאס אויסברוך פון קאוויד 19 איז אן עקסידענט פון א ביאלאגישע וואפן פאבריק אין וווהאן, כינע.

אויב עס וועט ווערען פעסטגעשטעלט אז דאס איז טאקע די מצב, וועלן זיי מוזן באצאלן טריליאנען דאלארען פאר מדינות, קארפארעישנס, און יחידים עד אין סוף. און דאס וועט זיין זייער אייביגער חוב.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

תורה ומדע: דו האסט א הווה אמינא אז אמעריקע און ענגלאנד ברעכן זיך נישט יעצט דעם קאפ. און זיי שפאנען איין די בעסטע מוחות אין פעלד פון קאנטער שפיאנאזש צו דערגיין דעם מקור פון דעם וויירוס. און די מאטיוון פון די פאבריצירער און פארשפרייטער...!
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 923
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל

שליחה דורך תורה ומדע »

איך בין מתפלל נקם נקמת דם עבדיך השפוך. די כינעזער האבן בלוט אויף די הענט בלי ספק. איך האף נאר אז די אללע ליידענדע, בגוף, בנפש, ובממון וועלען באקומען קאמפענסעישאן פון כינע דוגמת פוו די דייטשען נאך'ן יוראפיש'ן חורבן.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
היסטאריקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1029
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 1704 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 310 מאל

שליחה דורך היסטאריקער »

John loftus שרייבט פאריגע וואך אין עמי מאגאזין אז עס איז קלאר אז עס קומט פון רוסלאנד.
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

די ארטיקל אין עמי פאריגע וואך פארוואס רוסלאנד איז שולדיג, איז געבויט אויף עטליכע שטאק פון דמיונות כמבואר שם באריכות. איך האב פרובירט עס צו גלייבן, עס איז מיר נישט געגאנגען.

עפעס א לעב האט זיך אויסגעקראכט די פענסטערס, די ווינט האט עס געבלאזן קיין כינע, גאנץ רוסלאנד איז שוין אימונירט... ויקץ ויחלום שנית...
אינגערמאנטשיקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 627
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 487 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

שליחה דורך אינגערמאנטשיקל »

דער Loftus איז א לאנגיעריגע בעל דמיון און קאנספירעסי טעאריסט, איין וואך פריער האט ער גאר געהאלטן אז איראן האט אן אגענדע צו פארשפרייטן די ווירוס אין קלאנג מיט איין פראקציע אין זייער רעליגיע אז בעפאר זייער שמייליגער (יעקב שונא לעשיו?) וועט זיי אויסלייזן ברויך א דריטל פין די וועלט שטארבן.
ווער ס'גלייבט איז נישט קיין נער און ווער נישט איז נישט קיין אפיקורס.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

סייענטיסטן [וויראלאגיסטן] וואס האבן אנאליזירט די סטרוקטור וכו' פונעם וויירוס זאגן אז סאַרס-קאָוו 2 איז א נאטורליכע וויירוס און נישט צאמגעשטעלט דורך מענטשן/סייענטיסטן.

פּוּ ריסערטש האט פארעפענטליכט א שטודיע/סורוועי וואס צייגט אז בערך 30% אמעריקאנער גלייבן אז דאס איז א מענטשליך-באשאפענע וויירוס. עס איז מער עלול אז אן אמעריקאנער גלייבט דערין טאמער איז ער/זי אינגער, א רעפאבליקאנער, אדער איז ווייניגער עדיוקעיטעד.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל

שליחה דורך פארוואס? »

לייענענדיג די עמי דעם יאמטעוו בין איך געווען זייער אנטוישט אז זיי האבן געגעבן א פלאץ פאר אזעלכע נארישע קאנספיראציעס.

עס איז אינטרעסאנט, אז פארן מענטש איז אייביג גרינגער צו טרעפן א פרעמדן מענטשליכער שולדיגער איידער ווי זיך צו אננעמען אז עס רעדט זיך פון א ווילד פרעמדן אומ-באוויסנדער באשעפעניש.

עס איז כדאי צו אנמערקן אז אינעם מיטל אלטער אין די צייטן פון די שווארצע מגיפה, זענען די שולדיגע געווען די אידן.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

מי אני האט געשריבן:סייענטיסטן [וויראלאגיסטן] וואס האבן אנאליזירט די סטרוקטור וכו׳ פונ׳ם וויירוס זאגן אז סאַרס-קאָוו 2 איז א נאטורליכע וויירוס און נישט צאמגעשטעלט דורך מענטשן/סייענטיסטן.

פּוּ ריסערטש האט פארעפענטליכט א שטודיע/סורוועי וואס צייגט אז בערך 30% אמעריקאנער גלייבן אז דאס איז א מענטשליך-באשאפענע וויירוס. עס איז מער עלול אז אן אמעריקאנער גלייבט דערין טאמער איז ער/זי אינגער, א רעפאבליקאנער, אדער איז ווייניגער עדיוקעיטעד.

די ארטיקל וואס איר לינקט האט נישט קיין שום אבסאלוט באווייזן אז ס'זאל נישט קענען קומען פון א לעבּ. אמערסטנס טענה'ן זיי אין די ארטיקל אז ס'איז זייער שטארק אנלייקלי. לדעתי, אויב איז עס יא פון א לעבּ, איז לכאורה נאכמער אנלייקלי אז מ'זאל דערפון קענען געוואויר ווערן.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

פארוואס? האט געשריבן:לייענענדיג די עמי דעם יאמטעוו בין איך געווען זייער אנטוישט אז זיי האבן געגעבן א פלאץ פאר אזעלכע נארישע קאנספיראציעס.

עס איז אינטרעסאנט, אז פארן מענטש איז אייביג גרינגער צו טרעפן א פרעמדן מענטשליכער שולדיגער איידער ווי זיך צו אננעמען אז עס רעדט זיך פון א ווילד פרעמדן אומ-באוויסנדער באשעפעניש.

עס איז כדאי צו אנמערקן אז אינעם מיטל אלטער אין די צייטן פון די שווארצע מגיפה, זענען די שולדיגע געווען די אידן.

איך ווייז נישט וואס דו האסט געהאפט פון דער עמי מאגאזין, אבער דאס איז טיפיש פאר זיי, יעדער וואך שרייבן זיי אזעלכע סארט ארטיקלן, אדער פאר געלט פון איינער וואס וויל שטופן זיין פראדוקט, אדער סתם אזוי. זיי זענען נאר איין שטאפל העכער ווי דער מאמענט, נישט מער.

דער מענשטליכע געברויך צו גלויבן אז נאר מענטשן זענען שלעכט, נישט דער אומשולדיגע בריאה, איז גאנץ פארשטענדליך. מפי עליון לא תצא הרעות, און די נאטור איז נאר אן אוסדרוק פון דער געטליכע באפעל. ט'ווי קען דער נאטור אויסהרגנ'ן טויזענטער? ממילא דער מענטשהייט, דאס זענען מיר דאך צוגעוואוינט, אי ביי זיך אין הארץ קאמערן, אי אין דער וועלט פון רוצחים רויבערס און רעפובליקאנער.

ולא עוד, אלא דער מענטשהייט קען מען זיך אן עצה געבן, אביסל שוחד, מאכען דיעלס, אויסהרגנ'ן דער געגענער מיט א מלחמה. מיט דער נאטור איז דאך אוממעגליך, ומי יעמוד לפניך מאז אפיך? מ'גלויבט אז מ'וועט כאטש ארעבטירן און באשטראפן די כינעזער וואס האבען דאס געמאכט, וועלן צוריק קומן אלע מתים, מ'וועט צוריק האבען תפלה בציבור, מ'וועט משלים אלע כאייאייאיילה'ס וואס מ'האט יעצט פארפעלט, און אלס וועט זיין גוט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
אריה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 54
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2019 11:02 pm
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 52 מאל

שליחה דורך אריה »

מי אני האט געשריבן:סייענטיסטן [וויראלאגיסטן] וואס האבן אנאליזירט די סטרוקטור וכו׳ פונ׳ם וויירוס זאגן אז סאַרס-קאָוו 2 איז א נאטורליכע וויירוס און נישט צאמגעשטעלט דורך מענטשן/סייענטיסטן.


זיי קענען וויסן צו די וויירוס איז בכלל געווען/בעארבעט געווארן אין א לאבאראטאריע?
אין אנדערע ווערטער, אולי איז דאס א נאטורליכע וויירוס וואס איז געווען אומשעדלעך פאר מענטשן און איז בעארבעט געווארן עס צו מאכן שעדלעך און דערנאך איז עס ארויסגערינען.
לויט די סייענטיסטן איז מיין טעאריע רחוק מן השכל, אבער אפשר דאך איז כינע יא שולדיג...
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

תורה ומדע האט געשריבן:איך בין מתפלל נקם נקמת דם עבדיך השפוך. די כינעזער האבן בלוט אויף די הענט בלי ספק. איך האף נאר אז די אללע ליידענדע, בגוף, בנפש, ובממון וועלען באקומען קאמפענסעישאן פון כינע דוגמת פוו די דייטשען נאך'ן יוראפיש'ן חורבן.

תורה ומדע: חיים גראדע פלעגט זיך באנוצן מיט דעם אויסדרוק..."פון א שטיין די ווייעכע"... דאס מיינט צו זאגן אז דו און איך וועללן נאך לכה"פ. 3 מאל מגולגל ווערן ביז דו וועסט זעהן א רויטן סענט פון די טשייניעז מענטשעלעך...!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס דו האסט געהאפט פון דער עמי מאגאזין.... זיי זענען נאר איין שטאפל העכער ווי דער מאמענט, נישט מער.

וואס מיינען די ווערטער?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

פארוואס איז געווען אנטוישט מיט די עמי מאגאזין, ווייל ער האט געהאפט אויף עפעס בעסער. דער ווייל, זאל ער וויסען אז עמי מאגאזין איז אויף א גאר נידריגער לעוועל. פונקט גוט פאר פרויען אין די באנגאלאו קאלאני. גוט פאר קייען איבער גאס שטותים, נישט ערנסט דורכטון א נושא אדער ברענגן א נייעם בליק. ׳וואס טוט זיך מיט שידוכים אין די עפאכע? ענטפער: עס ווענדט זיך, יעדער מוז טון וואס איז גוט פאר איהם׳. דאס איז זייער לעוועל. דער מאמענט, עכ״פ ווען איך האב עס געליינט, איז ענליך, אבער זייער שפראך איז שוואכער, זייער אידיש איז נישט אויף די לעוועל פון די ענגליש פון דער עמי מאגאזין, מ׳מיינט מ׳ליינט א בוך פאר קינדער.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
אריה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 54
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2019 11:02 pm
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 52 מאל

שליחה דורך אריה »

אריה האט געשריבן:זיי קענען וויסן צו די וויירוס איז בכלל געווען/בעארבעט געווארן אין א לאבאראטאריע?
אין אנדערע ווערטער, אולי איז דאס א נאטורליכע וויירוס וואס איז געווען אומשעדלעך פאר מענטשן און איז בעארבעט געווארן עס צו מאכן שעדלעך און דערנאך איז עס ארויסגערינען.
לויט די סייענטיסטן איז מיין טעאריע רחוק מן השכל, אבער אפשר דאך איז כינע יא שולדיג...

יעצט זעה איך אז קאנספיראציע טעאריקער ראשיד בוטאר אויף (חבירו בדומה לו) גערי פרענטשי'ס שאו, האלט אז ס'איז טאקע אזוי געווען נאר ער האלט אז מען האט עס באשאפן אין אמעריקע און דערנאך געגעבן פאר כינע צו פארשפרייטן, וכידוע מחלוקת הפוסקים בנידון.
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

* SHOCKING * ⤵️

The Japanese professor of physiology or medicine, Professor Dr Tasuku Honjo, caused a sensation today in the media by saying that the corona virus is not natural. if it is natural, it will not have affected the whole world like that. Because, depending on the nature, the temperature is different in different countries. if it were natural, it would only have affected countries with the same temperature as China. instead, it spreads to a country like Switzerland, the same way it spreads to desert areas. whereas if it were natural, it would have spread in cold places, but would have died in hot places. I have done 40 years of research on animals and viruses. It is not natural. It is manufactured and the virus is completely artificial. I have been working for 4 years in the Wuhan laboratory in China. I know all the staff of this laboratory well. I called them all after the Corona accident. but, all of their phones have been dead for 3 months. It is now understood that all of these laboratory technicians are dead.

Based on all of my knowledge and research to date, I can say this with 100% confidence that Corona is not natural. It did not come from bats. China made it. if what I say today turns out to be false now or even after I die, the government can withdraw my Nobel Prize. but China is lying and this truth will one day be revealed to all.
https://en.m.wikipedia.org/wiki/Tasuku_Honjo
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

Re: שורש און מקור פון קאוויד 19: כינע פאבריצירט א וויירוס!

שליחה דורך מי אני »

"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

תורה ומדע האט געשריבן:דער מענטשהייט איז קראנק געווארן, מענטשן שטארבן אין אלע עקן פון דער וועלט פון א פלעדערמויז? ווער גלייבט דאס?

לדעתי איז עס נאר א ענין פון צייט ביז דער אמת וועט ארויסקומען אז די כינעזישער רעגירונג האט געהאדעוועט דער וויירוס צו מאכן מאקסימום שאדן בגוף ובממון אויף זייערס א שונא, גענוי ווי מיר גייען איצטערט אדורך. און דאס אויסברוך פון קאוויד 19 איז אן עקסידענט פון א ביאלאגישע וואפן פאבריק אין וווהאן, כינע.

אויב עס וועט ווערען פעסטגעשטעלט אז דאס איז טאקע די מצב, וועלן זיי מוזן באצאלן טריליאנען דאלארען פאר מדינות, קארפארעישנס, און יחידים עד אין סוף. און דאס וועט זיין זייער אייביגער חוב.


יעדער נוצט אויס די געלעגענהייט צו פראפאגאנדירן די נייע וויירוס פאר זייערע אגענדעס...
איינער שרייט ס׳קומט וועגן שייטלעך איינער וועגן סמארטפאון׳ס, עירוב, שמואלי ניימאן, ווייל מ׳רעדט אין שול, ווייל מ׳באצאלט נישט די מלמדים, גלאובעליזם, אינטערגעשטעלט דורך כינע וכו׳ וכו׳ אפילו געוויסע לינקע שרייען ס׳קומט ווייל מ׳האט נישט אכטונג געגעבן אויף נאטור און די ענווייערמענט...

דרייטס נישט קיין קאפ!

די פשוטע טרוקענע מציאות איז:

סאיז מסתם דא מעהר וויירוסעס אין אונזער פלאנעט ווי סאיז דא שטערנס אין הימל... זיי האלטן זיך אין איין טוישן דורך mutations פונקט ווי אלע אנדערע לעבעדיגע באשעפענישן...

א וויירוס קען נישט אליינס מאכן קאפיס פון זיך נאר אז ס׳טוט עפעקטן א לעבעדיגע צעל.

סאיז דא שווערע ביליאנען פון זיי. רוב דערפון איז נישט שעדליך און די גוף ווארפט עס גלייך ארויס. אבער ס׳מאכט זיך אמאל אז איינס פון ביליאנען איז זייער קלעבעדיג און שעדליך...

פונקט ווי אונז הארגענען טשיקענס און קיען פאר אונזערע געברויכן עפעקטירן וויירוסעס אנדערע לעבעדיגע צעלן פאר זייערע געברויכן...

גארנישט מיט כינע און קיין שייטלעך...

א גוטן פורים.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

איך פארשטיי נישט, האט נישט דאנאלד טראמפ באשאפן די ווירוס? כ'בין געווען זיכער אז טראמפ האט דאס אנגעווערטשאפט!
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

קאך_לעפל האט געשריבן:איך פארשטיי נישט, האט נישט דאנאלד טראמפ באשאפן די ווירוס? כ'בין געווען זיכער אז טראמפ האט דאס אנגעווערטשאפט!


ניין ער איז נישט אזוי קלוג דאס צוטוהן.

וואס יא. ער האט דאס זייער שלעכט באהאנדעלט. אילו זכינו אז דער אנטיסעמיט קענעדי אדער רוזעוועלט, און אפילו דער שחור פון קעניע וואלטן יעצט געוועהן אויפן בענקל וואלט שוין לאנג געוועהן גענוג טעסטס און ווענטעלעיטארס.

אבער דער קליין קינד איז דאך אינגאנצן נישט ביים דעת. ער איז פארנומען זיך ארומצושלאגן מיט יעדע גאווערנער. און אז מ׳זאל שרייבן אויף די Stimulus check זיין נאמען כאילו סאיז עפעס ״זיין געלט״ און ער טיילט עס פאר יעדען איינעם...

יא יא... דיינע רעכטע האבן ווידער אויסגענוצט די גלעגענהייט צו באשענקן אלע רייכע און corporate America מיט ביליאנען וואס קומט פון שטייערן פון די מיטעל-קלאס.
און פאר די ארימע האבן זיי אויך אריינגעווארפן אפאר נישטיגע דאללער אז קיינער זאל נישט כאפן וואספארא גניבות די גרויסע-פישלעך האבן געכאפט...

וואס איז 1200 פארשטינקע דאללער פארן נישט ארבעטן צוויי חדשים פאר א עוורידש מענטש??? גארנישט!!!!
אבי ס׳שטייט טראמפ׳ס נאמען אויפן טשעק... און אז איינער איז שולדיג פאר די באנק און קרעדיט קארדס קענען עס זיי גלייך כאפן די געלט- אויסער אין די לינקע שטעט... אוואדי! די רעכטע זענען דאך נישטא פאר די המון עם! זיי זענען דא צו באשיצן די בענקערס און פריצים...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

זיכער האט ער עס שלעכט באהאנדלט! אפילו ער וועט היילן קענסער וועט דאס אויך זיין שלעכט....
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

קאך_לעפל האט געשריבן:זיכער האט ער עס שלעכט באהאנדלט! אפילו ער וועט היילן קענסער וועט דאס אויך זיין שלעכט....


האסט שוין איינגענומען בליטש היינט???

שטופ עס אריין דורך די נאז לעכער...

משוגענער, דער...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
פארשפארט