די נפש פון א פרומער

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3285 מאל

די נפש פון א פרומער

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

אלס איינער וואס האט אן אינטערעסע צו פארשטיין די הילוך ומחשבות בני אדם פון פארשידענע סארטן מענטשן, זייער אויפיהרונג, זייער טראכטונגן און זייער משוגעת'ן, האט מיר אייביג געווינדערט די פרומע סארט מענטעליטעט. מאז עמדתי על דעתי ועל דעת בני אדם, שטיי איך און שטוין איבער דער יעניגער וואס האט א געשמאק צו זיין פרומער ווי גאט.

לאמיר זיך נישט נארן, צו זיין א פרומער איז נישט קיין גרינגע עסק אדער געשמאקע זאך, נישט קיין נפקא מינא צו עס איז עס פרומע חיצונית, ווי למשל, גיין לאנג, שווארץ און ברייט. וואספארא תאוה פאר א גוט יאר, איז דאס אויסצוזעהן ווי א שווארצע זאק? אדער אפילו פרומקייט וואס האט אין זיך יא אביסעל תוך, ווי נישט עסן נאר אייגענע געמאכטע, געשחט'ענע, געבראנטענע, געמויזאכץ-עסן און שפירן אין דעם א טעם פונעם שור הבור אדער לויתן, אדער למשל שטיין אין פרעססן מאסט וואס האט א טעם פון זויערע אומגעצייטיגטע טאמאטעס, און זיך פארגלייזן די אויגן ביי קידוש און עס אויסטרונקען ווי איינער וואס טרונקט יין המשומר.

עס איש קלאר ווי די טאג אז די מענטשן נעמען ארויס עפעס א מין געשמאק פון טוען אדער זיך אויפיהרן מיט זאכן וואס ברענט פאר רוב בני אדם, עצבות, מרה שחורה, דערנידערקייט? בו בעת, וואס דער סייענטיפישער פאקט זאגט אז מענטשן טוען נישט עפס וואס ברענגט זיי דא פארקערטע ווי פלעזשור, אלא מאי?

נאך מער, אז מען באטראכט די סארט מענטשן זעט מען אויף זיי אזא מין גלאנציקייט, אין ענגליש זאגט מען אזא "גלאו" שלא מעלמא הדין. לולי דמיסתפינא וואלט איך געזאט אז די גלאנציגע אויגן פון א שפיצעל, אפגעגאלטע, בלאסע-אומגעפארבטע פרוי, שפיגעלט אפ די גלאנציקייט וואס מען זעט אין די אויגן פון א מאדעל וואס שפאצירט ארויס אין א פעשען שאו מיטן אויסגעשניטענע קלייד, ווען די האר הענגט איר ווי פון הר גלעד, די רויטע ליפן איז געפארבט ווי א חוט השני, און די שני שדים כשני עפרים שמייכלן צו די צוקוקער. און די שאלה פרעגטס זיך וואס איז די סוד ? וואס איז די גיהנום געשמאק אין פרומקייט?

ועוד יותר מזה, די מענטשן זענען אזוי איבעצייגט אין די אמת'קייט פון זייער געשמאק און זיי וועלן איבערטרעטן און איבערפארן אנדערע וואס שטייען אין וועג אבי נאכצוגעבן זייער תאוות פאר פרומקייט , גענוי ווי דער בעל תאוה'ניק פאר זייערע תאוות. און אויב חלילה א זון אדער א טאכטער איז משנה א זוז כל שהו, און נויגט אפ אביסעל פון זייער לעבנסוועג, ווערן זיי ביטער אנטוישט, עד כדי כך, אז זיי קראצען זיך די קאפ און קענען אין זייער לעבן נישט פארשטיין, ווי גענוי זיי האבן פארפאטשעקעט אין זייער חינוך, אז יוצאי חלציהם זעהן נישט די וועלט מיט זייער ברילן.

אבער יעדע שאלה האט א תשובה, און אמאל ברויך מען ווארטן ביז קאראנע טיים צו דערהערן א דערהער, און צו דערזעהן א זעה, א לעכטיקייט און עפעס א טונקעלע שאלה וואס ליגט שוין אוועקגעפאקט יארן.

אלס איינער וואס היט די קאראנע געזצען מיט אלע חומרות און הידורים, נישט ארויסגייענדיג בחוץ, און זיין איינגעשפארט בדלת, מנעול, ובריח, און פונעם פענסטער זעהן אידן גייען מיט נאסע פאות פון מקוה, און טלית ותפילין אונטער די ארעמעס, איז אנשטאט די בלוט פרעשור זאל ארויפגיין אויף די העכסטע נומערן, היתכן רוצחים וואס איר זענט? נעמט מיר איבער אזא גשמאק פון דערהויבענקייט, איך שפיר זיך ווי א קאפ העכער און הייליגער ווי מיין שכן, דער מיט די לאנגע בארד, באוואקסענע שוואנצען, שווארצע-ווייסע ברילן און פעלענע טלית בייטעל.

ווואס טייטש ? די בעלי תאוות קענע זיך נעבך נישט איינהאלטען פון פלאטשקענען אין מקוה, און פון סאצעליזירן און שול, אדער פון טוען זאכן וואס זיי זענען געווינט און מאכט זיי פיהלן הייליג, נישט קיין נפקא מינא אז עס איז געפארבט מיט גרויסע גראבע רויטע בלוט פלעקן. איך אויף דער אנדערע זייט, געלויבט גאט, האב די כוחות צו זיך שטעלן לכו נרננה ביים דייניג רום בענקעל, און הערן מיינע דריי מיידלעך זינגען מיט לכה דודי מיט לא תיבושו, ווען עס מישט זיך צאם מיט כגוונא און ברכו פונעם מנין אין חצר. ווי נעמט מען אזא דערהויבענקייט? ווי נעמט מען אזא געפיהל פון גדלות? וואס איז באמת ריין געבויט אויף קטנות פון אנדערע בעלי תאוה דקדושה, וואס האבן ל"ע נישט די כוחות וואב מיר האבן.

נו, אויב דאס איז די געפיהל וואס דער פרומער האט, ווען ער מיט ווייב גאלן זיך אויף טריפעל זירא, און ווען ער מאכט פסחדיג זיין קאר מיטן לאנגען פארפלעקטע געלע טלית קטן און משומר פאון אין וועסטעל, און מיט א פאראכטענדע שמירת ענים בליק בליקט ער אראפ אויפן שכן מיט זיין באקוואקסענע האר און זיין טלית קטן אונטערן העמעד און סמארט פאון אויפן הויזן פאסיק, דאן פארשטיי איך שוין אלעס.

פאר אזא געפיהל וואלט איך געקענט באשטיין צו בלייבען נאל פיר וואכן אין דערהיים
חמין במוצאי שבת מלוגמא
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

נאך אביסל איבער דעם נושא.

https://www.gotquestions.org/holier-than-thou.html
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

די נפש פון א פרומער

שליחה דורך מי אני »

ווי באקאנט איז די הצלחה פון אינסולער (פונדאמענטעליסט) סאסייעטיס געווענטליך צו האבן עפעס א דרויסענדיגע ״שונא״ קעגן וועם מ׳דארף זיך אפהיטן און זיין אפגעזונדערט וכו׳ פון. ווי מער מ׳איז אזוי אלס מער דארף מען (ליידער) דעמאניזירן די ״דרויסענדיגע״ מיט זייער ״עקלדיגע״ געפירעכץ (ועיין מזה ב[tag]עקפערעמענטירער[/tag]’ס שטארקע ״יעקב שונא לעשו״ ארטיקל אין די יעצטיגע וועקער). די שאנדנפרייד וואס מ׳האט (ליידער) פון אראפקוקן די ״אנדערע״ דאס גיבט א פסיכאלאגישן סיפוק און תענוג ווייטער אנצוגיין מיט׳ן אייגענעם מהלך הגם עס איז פיזיש (און אויך עטוואס פסיכאלאגיש צומאל) שווער און אומבא׳טעמ׳ט. (די ריכטיגע וועג וואלט געווען צו נעמען די פסיכאלאגישע סיפוק אין טאקע אנערקענען דאס ריכטיגקייט פון זיין מהלך החיים, לעומת פראסטע שאנדנפרייד אויפ׳ן ״דרויסענדיגער״, ועיין בדברי [tag]עקפערעמענטירער[/tag] הנ״ל.) איז יעצט ווען עס שטארצט ליידער ארויס די ״פרומיסטישע׳ס״ אומאראלישע געפירעכץ, קען עס (איראניש) אויסדרייען אויף זיי און ברענגן די זעלבע סארט שאנדנפרייד, פון וואס זיי טוהן אין אלגעמיין פרובירן צו שטארקן ביי זיך און זייערע ארומיגע זייער לעבנסשטייגער, אויף פארקערט און שטארקן די וואס פיהרן זיך יא מאראליש און ריכטיג אין די יעצטיגע תקופה.

ועיין ג״כ כאן במהלך המחשבה שלהם.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]ס'הערשט א פינסטערניש אין בית מדרש, דער רבי זי''ע פארענדיגט אצינד זיין פלאם פייערדיגער שובבי''ם תורה. דער צדיק רבי הערשלע ספינקער זי''ע זיצט מיט פארוויינטע אויגן און שטרענגט זיך אן נישט צו פארפאסן קיין איין ווארט וואס קומט ארויס פון רבי'נס הייליג מויל בקדושה ובטהרה. מיטאמאל הערט הער ווי דער רבי זאגט "דער אויבישטער זאל העלפן אז איטליכער זאל ניצול ווערן פון תאוות סיי די גשמיות'דיגע און סיי די רוחניות'דיגע". רבי הערשלע האט נישט פארשטאנען וואס דאס באדייט א רוחניות'דיגע תאווה... א יאר דעראויף ווען די ציונים האבן איינגענומען דעם כותל המערבי און דער רבי זי''ע האט געאסערט פאר זיינע תלמידים צו גיין צום כותל, האט רבי הערשלע זיך אויסגעדרוקט אצינד פארשטייט ער שוין וואס דער רבי האט געזאגט אז מ'זאל ניצול ווערן פון די רוחניות'דיגע תאוות. נעמליך, אין וועלכער אידישער הארץ פלאקערט דען נישט קיין תאווה צו באזוכן דעם שריד בית מקדשנו און זיך אויסגיסן דארט דאס הארץ אויף צער גלות השכינה? אט דאס האט דער רבי געמיינט מיט די רוחניות'דיגע תאוות האט רבי הערשלע אויסגעפירט מיט פאטאס.

פאר אונז פשוטע לייט וועלע ליידן נישט אזוי שטארק אויף צער גלות השכינה, איז דאס נישט גיין צום כותל היפש ווייט פון א ווירקליכע תאווה... זאגאר אצינד אין די דאזיגע אומשטענדן אין וועלכע מיר זענען אצינד געשטראנדעט, ליידט כמעט יעדער איינער עטוואס פון רוחניות'דיגע תאוות... יענער וויל לויפן אין מקוה אריין, זיין געוויסן ערלויבן אים נישט אנקומען צו הודו פרייטאג צו נאכטס מיט טריקענע פיאות, ער מוז זאגן הודו דייקא מיט א בארד וועלכע ס'זאל טראפן פון פרישע מקווה וואסער ווי יוחנן המטביל זעלבסט... דער צווייטער וויל נישט פארציכטן אויף די הערונג ביי שלוש סעודות... דער דריטער קען נישט גיין קיין הכנות בלויז בציבור, ווייזט אויס דאס הכנה ביידל אין שטוב רייניגט נישט אזוי גוט ווי דער בית כסא אין סמעדריש... א פערטער וויל נישט פארציכטן אויפן שמעק טאביק פרייטיג ביינאכט... און אזוי ווייטער... זאל דער אויבישטער העלפן אז איטליכער זאל ניצול ווערן רוחניות'דיגע תאוות...[/justify]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום קאך_לעפל, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

מי אני האט געשריבן:די שאנדנפרייד וואס מ׳האט (ליידער) פון אראפקוקן די ״אנדערע״ דאס גיבט א פסיכאלאגישן סיפוק און תענוג ווייטער אנצוגיין מיט׳ן אייגענעם מהלך הגם עס איז נישט געבויעט אויף גארנישט, און ס'איז מלא סתירות און היפאקריטיש, און אויך פיזיש (און אויך עטוואס פסיכאלאגיש צומאל) שווער און אומבא׳טעמ׳ט.
כצ"ל, ואולי ליגט דאס אין דיינע ווערטער "פסיכאלאגיש אומבא'טעמ'ט".
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

עס מאכט זיך אפט אז דער 'פרומער' אונזערע טרעפט זיך שווער מיט די ידיעה אז ער מוז נאכגעבן זיין פרומקייט.

זענען מיר אין די זעלבע מצב? עס עפענט זיך שוין אלסדינג, טאמער איך וויל, קען איך גיין לערנען אין ביהמ"ד. מיין חברותא בעט זיך ביי מיר צו קומען. איך האלט נאכאלס אין מיטן מסדר זיין אינטרנט אין יענער ביהמ"ד, אז מיין חברותא זאל קענען זומן מיט מיר. עס האט זיך פארזוימט, באשמתי און שלא באשמתי, אבער האפעדיג ביז מארגן גייט זיין ערלעדיגט. אבער נאכגעבן די פרומקייט פון סאושעל דיסטענצינג איז מיר זייער שווער.

וואס טון די פרומערע ווען זיי דארפן עפעס נאכגעבן? איך אליינס האב אמאל געדארפט וויילן ר"ה אין א מאדערנע שול, וואס האט זיך געשטעלט דאווענען זיבענער און גע'ענדיגט עלעף אזייגער, מיט א דרשה און פארקויפן די עליות. איך האב זיך דערמאנט אגאנצע צייט אז איך טו די ריכטיגער זאך, צוליעב ענייני רפואה, אבער עס איז געבליבן שווער. וויאזוי זעט מען זיך ארויס יעצט? (איך רעד אלס אויף די הנחה אז די געזונט אינסטאנצן לאזן שוין צו, ווי אויך אז איך האב שוין געהאט די וויירוס. איך ווארט נאך אויף די רעזולטאטן פון מיין אנטי באדדי טעסט).
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »


האבן עפעס א דרויסענדיגע ״שונא״ קעגן וועם מ׳דארף זיך אפהיטן און זיין אפגעזונדערט וכו׳ פון


איך וואלט נישט באטיטעלט די פרומע עלעמענט אלץ א דרויסענדיגע שונא. כאטש א שונא זענען זיי פין די נישט פרומע עלעמענט.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
פארשפארט