א היתר צו שניידן די בארד אין די טעג פון ספירת העומר

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

א היתר צו שניידן די בארד אין די טעג פון ספירת העומר

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

אזויווי אונז האלטן יעצט אינמיטן די טעג פון ספירת העומר ווען אידן פירן זיך מנהגי אבילות - אויס אבלות איבער די פטירה פון רבי עקיבא'ס תלמידים, חסידישע אידן פירן זיך ווי דער הייליגער אריז"ל בכלל נישט צו שניידן די האר די גאנצע זיבן וואכן. ישראל קדושים ווילן באמת זיין גוט, און מילא מיט די אנדערע מנהגי אבלות גיבט מען זיך נאך אן עצה, אבער נישט שניידן די בארד גאנצע זיבן וואכן איז א שטיקל אפקומעניש. מילא ביי די נישט חסידים איז נישט אזוי געפערליך, מ'שניידט נישט די בארד פאר איין חודש, און ל"ג בעומר שניידט מען אפ די גאנצע בארד און פערטיג. נישט אלע חסידישע אינגעלייט קענען דאס אבער טון, וועל איך שטעלן א קעיס אז מ'מעג לכתחילה שניידן די בארד אין די ספירה טעג, וזה החלי בעזרת השם יתברך.

באמת, לויט'ן אנגענומענעם מנהג ביי רוב כלל ישראל, פירט מען זיך די מנהגי אבלות נאר 33 טעג פון די ספירה טעג, און ס'דא דריי מנהגים וויאזוי מ'רעכנט די 33 טעג. 1) די ערשטע 33 טעג ביז ל"ג בעומר, און די טעם איז ווייל אין יענעם טאג האבן די תלמידים פון רבי עקיבא אויפגעהערט שטארבן. 2) די ערשטע 33 טעג פון ראש חודש אייר און ווייטער, און די טעם איז ווייל חודש ניסן איז א פרייליכע חודש וואס פאסט נישט קיין אבלות, און די 34'סטע טאג איז שוין ערב שבועות. 3) אלע טעג וואס מ'זאגט תחנון, די איבעריגע 16 טעג זענען יומי דפגרא ווי חול המועד, ראש חודש, חודש סיון, וואס אין זיי פאסט נישט קיין אבלות. יעצט באמת שטייט אין די פוסקים אז די מנהג וועלכע 33 טעג מ'פירט זיך אבלות איז נישט אויסגע'פסק'נט. רוב וועלט פירט זיך טאקע ווי דער ערשטער וועג, אבער אז איינער וויל קען ער רואיג אננעמען ווי דער דריטער וועג, וואס לויט דעם איז די לענגסטע צייט אפשניט וואס מ'קען זיך נישט שערן נאר 15 טעג. אבער דאס איז נאר אן הקדמה צו מיין נייע היתר פאר תש"פ, וזה החלי בעזרת קל צורי וגואלי.

שטייט אין פסוק אין ספר ירמיה: "וַיָּבֹאוּ אֲנָשִׁים מִשְּׁכֶם מִשִּׁלה וּמִשֹּׁמְרוֹן שְׁמֹנִים אִישׁ מְגֻלְּחֵי זָקָן וּקְרֻעֵי בְגָדִים וּמִתְגֹּדְדִים, וּמִנְחָה וּלְבוֹנָה בְּיָדָם לְהָבִיא בֵּית השם" - ס'זענען געקומען מענטשן פון שכם, פון שילה, און פון שומרון, אכציג מענטשן מיט געגאלטע בערד, צוריסענע קליידער, און צושטאכן זייער פלייש, און ברויט מיט ווארעך (frankincense) אין זייערע הענט צו ברעגען אין גאט'ס הויז. (מא, ה) דא רעדט מען הארט נאכ'ן חורבן בית המקדש, האבן זיך ארויסגעלאזט א גרופע אידן פון שכם, שילה, און שומרון צו ברענגען קרבנות אין בית המקדש. אויפ'ן וועג האבן זיי געהערט אז די בית המקדש איז פארברענט געווארן, האבן זיי זיך אפגעשניטן די בערד, צוריסן זייער קליידער, און זיך צושטאכן זייער פלייש פון גרויס צער אויפ'ן שרעקליכן בשורה.(רש"י) פון דא זעהט מען זייער קלאר אז לאזן די האר וואקסן אויס אבלות גייט נאר אן ביי די האר פון קאפ, און נישט נאר וואס לאזן וואקסן די בארד איז נישט קיין צייכן פון צער, פארקערט גאר, אלס אויסדרוק פון אבלות זאל מען דווקא יא שניידן די בארד!

ס'דא נאך א נקודה וואס איז נוגע אהער, און דאס איז די מנהג פונעם אריז"ל זיך בכלל נישט צו שערן אין ספירה, ווי זיינע תלמידים שרייבן אינעם ספר פרי עץ חיים: "מורי זלה"ה, לא היה מסתפר מערב פסח עד ערב שבועות כלל ועיקר, לא בר"ח ולא בל"ג בעומר, ואמר לי הטעם שלא לגלח בימים אלו, כי כבר ידעת, כי יש תיקון א' בגולגלתא, והוא נקרא עמר נקי. ויש תיקון הב' הנקרא טלא דבדולחא" - מיין רבי זכרונו לברכה, האט זיך אינגאנצן נישט געשוירן פון פסח ביז ערב שבועות, אפילו נישט ראש חודש און ל"ג בעומר. און ער האט מיך געזאגט אז די טעם זיך נישט צו שערן אין די טעג איז וועגן די צוויי השפעות פונעם "גולגלתא", "עמר נקי" און "טלא דבדולחא". (שער ספירת העומר פרק ז)

די זעלבע זאך זעהט מען אויך ביי א נזיר, ווי ס'שטייט אין זוהר הקדוש: "גדל פרע שער ראשו, משום הא דכתיב "וּשְׂעַר רֵאשֵׁהּ כַּעֲמַר נְקֵא" (דניאל ז, ט), דבהאי דמי לגוונא דלעילא." - פארוואס דארף א נזיר זיך לאזן וואקסן די האר פון קאפ? ווייל ס'שטייט אין פסוק "און די האר פון זיין (גאט כביכול'ס) קאפ איז ווי ווייסע וואל", ווייל אזוי איז ער ענליך צו אויבן. ד.ה. אז סיי א נזיר, און סיי די טעג פון ספירת העומר, האבן אזא קדושה, אז זיי טארן זיך נישט שערן ווייל זיי האבן אויף זיך די קדושה און השפעה פון "וּשְׂעַר רֵאשֵׁהּ כַּעֲמַר נְקֵא".

יעצט, די איסור פאר א נזיר זיך צו שערן גייט נאר אן ביי די האר פון קאפ, נישט די בארד אדער אלע אנדערע האר פונעם קערפער, לויט דעם קומט אויס אז די טעם פונעם אריז"ל אויף זיך נישט שערן אין ספירה גייט אויך נאר ארויף אויפ'ן האר פון קאפ, ווייל ביידע זענען אלס דעם זעלבן טעם, די בארד קען מען געהעריג שניידן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:שטייט אין פסוק אין ספר ירמיה: "וַיָּבֹאוּ אֲנָשִׁים מִשְּׁכֶם מִשִּׁלה וּמִשֹּׁמְרוֹן שְׁמֹנִים אִישׁ מְגֻלְּחֵי זָקָן וּקְרֻעֵי בְגָדִים וּמִתְגֹּדְדִים, וּמִנְחָה וּלְבוֹנָה בְּיָדָם לְהָבִיא בֵּית השם" - ס'זענען געקומען מענטשן פון שכם, פון שילה, און פון שומרון, אכציג מענטשן מיט געגאלטע בערד, צוריסענע קליידער, און צושטאכן זייער פלייש, און ברויט מיט ווארעך (frankincense) אין זייערע הענט צו ברעגען אין גאט'ס הויז. (מא, ה) דא רעדט מען הארט נאכ'ן חורבן בית המקדש, האבן זיך ארויסגעלאזט א גרופע אידן פון שכם, שילה, און שומרון צו ברענגען קרבנות אין בית המקדש. אויפ'ן וועג האבן זיי געהערט אז די בית המקדש איז פארברענט געווארן, האבן זיי זיך אפגעשניטן די בערד, צוריסן זייער קליידער, און זיך צושטאכן זייער פלייש פון גרויס צער אויפ'ן שרעקליכן בשורה.(רש"י) פון דא זעהט מען זייער קלאר אז לאזן די האר וואקסן אויס אבלות גייט נאר אן ביי די האר פון קאפ, און נישט נאר וואס לאזן וואקסן די בארד איז נישט קיין צייכן פון צער, פארקערט גאר, אלס אויסדרוק פון אבלות זאל מען דווקא יא שניידן די בארד!
אפשר זענען זיי געווען ערליכע ווארימע אידן וואס האבן פשוט געוואלט שניידן די בארד, אבער זענען אויפגעוואקסן אין חסידישע משפחות און נישט געקענט אזוי פשוט... גלייך ווען זיי האבן געהערט פון די חורבן הבית, האבן זיי זיך שנעל אפגעשניטן די בארד מיט א תירוץ..
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

רביה"ק זי"ע: מיין שעיוו מאשינדל האטציך פונקט צובראכן. אפשר קענסטו מיר בארגן דיינס...?!

דאס איז שוין נישט סארקאסטיש: די וואנצעס (שנאוצן) מעג מען זיך אייביג שערן. אפילו אום חול המועד. און אין די 3 וואכן/ניין טעג אויך. (עיין בהלכות חוה"מ)...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

יין שרף האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:שטייט אין פסוק אין ספר ירמיה: "וַיָּבֹאוּ אֲנָשִׁים מִשְּׁכֶם מִשִּׁלה וּמִשֹּׁמְרוֹן שְׁמֹנִים אִישׁ מְגֻלְּחֵי זָקָן וּקְרֻעֵי בְגָדִים וּמִתְגֹּדְדִים, וּמִנְחָה וּלְבוֹנָה בְּיָדָם לְהָבִיא בֵּית השם" - ס'זענען געקומען מענטשן פון שכם, פון שילה, און פון שומרון, אכציג מענטשן מיט געגאלטע בערד, צוריסענע קליידער, און צושטאכן זייער פלייש, און ברויט מיט ווארעך (frankincense) אין זייערע הענט צו ברעגען אין גאט'ס הויז. (מא, ה) דא רעדט מען הארט נאכ'ן חורבן בית המקדש, האבן זיך ארויסגעלאזט א גרופע אידן פון שכם, שילה, און שומרון צו ברענגען קרבנות אין בית המקדש. אויפ'ן וועג האבן זיי געהערט אז די בית המקדש איז פארברענט געווארן, האבן זיי זיך אפגעשניטן די בערד, צוריסן זייער קליידער, און זיך צושטאכן זייער פלייש פון גרויס צער אויפ'ן שרעקליכן בשורה.(רש"י) פון דא זעהט מען זייער קלאר אז לאזן די האר וואקסן אויס אבלות גייט נאר אן ביי די האר פון קאפ, און נישט נאר וואס לאזן וואקסן די בארד איז נישט קיין צייכן פון צער, פארקערט גאר, אלס אויסדרוק פון אבלות זאל מען דווקא יא שניידן די בארד!
אפשר זענען זיי געווען ערליכע ווארימע אידן וואס האבן פשוט געוואלט שניידן די בארד, אבער זענען אויפגעוואקסן אין חסידישע משפחות און נישט געקענט אזוי פשוט... גלייך ווען זיי האבן געהערט פון די חורבן הבית, האבן זיי זיך שנעל אפגעשניטן די בארד מיט א תירוץ..

יין שרף: אדער זענען זיי געווען מעמבערס פון הרב שוואב'ס קהילה אין וואשינגטאן הייטס...!
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

אדער האבן זיי פשוט געוואלט מ'זאל זיי מקרב זיין אין טאהש...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: א היתר צו שניידן די בארד אין די טעג פון ספירת העומר

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

א גוטע וואך @רביה"ק זי"ע

קודם כל תתחדש פארן שרייבן א נייעם אשכול, געווענליך ביזטו פון די מגיבים.

דאס וואס דו שרייבסט וועגן דעם אר"י ז"ל, וועגן זיך נישט שערן די בארד, דאכט זיך אז די אלע וואס האלטן דאס, שערן זיך נישט די בארד א גאנץ יאר, אזוי ווי אין ליבאוויטש, אדער ביי געווענליכע חסידים. אבער ווער ס'נעמט אגאנץ יאר קער פונעם בארד, מעג די צייטן אויך, ספעציעל אין די מצב וואו אינז האלט יעצט. נישט כדאי צו באמוטשען דעם עולם מיט עקסטרע חומרות, ענדערש מיקל זיין וואו מ'קען
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

וואלווי האט געשריבן:אדער האבן זיי פשוט געוואלט מ'זאל זיי מקרב זיין אין טאהש...

וואלווי: ס'איז אבער אינטרעסאנט אז די אלע (יא. אלע אן אויסנאם.) מוחים וואס שרייען די העכסטע פארוואס מ'איז מקרב ..."מגולחים"...און מאדערנע, שטייען אין די ליין מיט זייערע שמאלציגע כאלאטן אפן און אלע סעודות פון די לעצטע 3 חדשים קענמען אפליינען פון זייער געלן (אדער שווארצן) טלית קטן...! צו באקומען די חלוקה וואס די רבי געט. וואס קומט פון די בענק אקאונטס פון די מאדערנע רייכע עשירים וועם די רבי איז מקרב...!
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

berlbalaguleh האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:אדער האבן זיי פשוט געוואלט מ'זאל זיי מקרב זיין אין טאהש...

וואלווי: ס'איז אבער אינטרעסאנט אז די אלע (יא. אלע אן אויסנאם.) מוחים וואס שרייען די העכסטע פארוואס מ'איז מקרב ..."מגולחים"...און מאדערנע, שטייען אין די ליין מיט זייערע שמאלציגע כאלאטן אפן און אלע סעודות פון די לעצטע 3 חדשים קענמען אפליינען פון זייער געלן (אדער שווארצן) טלית קטן...! צו באקומען די חלוקה וואס די רבי געט. וואס קומט פון די בענק אקאונטס פון די מאדערנע רייכע עשירים וועם די רבי איז מקרב...!


מ'דארף נישט האבן א באנק אקאונט פול מיט געלט.

כ'האב עס אמאל פרובירט. אפגעפוצט דעם בארדע, אנגטוהן א בארסעלינא, אנגע'קנופט א פלעשי נעקטיי, זיך באשפריצט מיט ברענד נעים קאלאון, געפארן קיין סקווערע שטעטל, און זוכה געווען צו דאבל פארשאן פונ'ם רבינ'ס קאשע און צוויבל קוגל...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

וואלווי: ס'איז ווייל די רבי שליט"א האט ברוח קדשו געזעהן אז דו גייסט אמאל זיין אן עושר. האט ער דיך שוין מקרב געווען אויף קרעדיט...! דו דארפסט דיך פרייען און גלייבן באמונה פשוטה אז די העיליגע רעבע האט געמעינט אז דו ביסט אן עושר. וועסטו טאקע (אי"ה) זיין...!

איך האב אמאל ביי מיין רבי'ס טיש באקומען טרויבן. וואס איז געווען רעזערווירט נאר פאר עשירים. ביניך אהיימגעגאנגען מלא שמחה. כ'האב געזאגט צו מיין ווייב אז אונז גייען ווערן עשירים...ווייל די רבי האט מיר געגעבן טרויבן שיריים. וואס איז נאר געווען רעזערווירט פאר עשירים.
(כ'האב נישט אויסגעזאגט דעם סוד אז דעם רעבע'ס טיש האט אויסגעזעהן זייער נעבעכ'דיג. אז די רעבע האט שוין נישט געהאט פאר וועים צו געבן טרויבן נאר פאר מיר.)...!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

באמת ווייסן מיר דאך אז וואלווי און בערל-בעלעגלה זענען טאקע רייכע לייט, ווי ס'שטייט אין גמרא נדרים מא. אין עני אלא בדעה, ומכלל לאו אתה שומע הן, שאין עשיר אלא בדעה. קען זיין אז דאס איז טאקע די מכוון, אז ענק זאלן משפיע זיין פון ענקער דעת פאר די חסידים די בהעימעת. וואס דער העיליגער רבי ווייסט אבער נישט אז אז יוסיף דעת יוסיף מכאוב, נישט פאר'ן חסיד דער בהעימע, אויף דעם שטייט דאך דעה קנית מה חסרת, די מכאובים וועט דער רבי האבן ווען די חסידים וועלן אביסל שכל באקומען.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
פארשפארט