לאמיר אנשטעקן דעם ציבור פאזיטיוו מיט קאראנע

[justify]אנערקענטע סייענטיסטן אין לאנדאן זענען לעצטנס אויפגעקומען אז - אנדערש ווי ביז יעצט געקלערט - איז רעקאמענדירט צו ווערן אימיונט צו קאראנע דורך זיך אליינס אנשטעקן מיט א קליין ביסל דערפון. באריס דזשאנסאן האט זאגאר פראקלאמירט אז יעדער זאל זיך אנשמירן א קליין ביסל אויפן מארדע, צו ווערן אמיונירט צום וויירוס.
מען קען דעבאטירן אויב עס איז ריכטיג, אבער עס איז זיכער דא א וועג אזוי צו טראכטן.
עס האט זיך טאקע ארויסגעשטעלט אלץ גאר ווירקזאם, ווען דזשאנסאן איז ארויס פון שפיטאל מיטן לעבן.
וויצן אין א זייט. עס איז טאג און נאכט און קאראנע. ליידער ווערט אזא שרעקלעכער פענדעמיק אויסגענוצט מיט סעלפיש אגענדעס. דער קרייסיס איז פארוואנדלט געווארן אין נערישע פארטיי-ליניע געשלעגן. יעדער ניצט אנצוצייגן זייערע אגענדעס. טראמפ שרייט אז די דעמאקראטן מיט די פאלשע נייעס קוועלער האבן אנגעשראקן דעם ציבור אומזיסט, און די דעמאקראטן שרייען אז טראמפ הארגעט טויזענטער אמעריקאנער פאר זיין איגא.
א שאד. אנשטאט מען זאל פייטן צוזאמען ניצט יעדער דעם קריזיס פאר זייערע אייגענע אגענדעס.
אה, איין מינוט, ר' מרדכי שטיינער זאגט עס קומט וועגן שייטלעך... וואס לאכסטע... איין פיקח זאגט אז עס איז וועגן עדיוקעישען, און א צווייטער ווייל מען האט נישט קיין סמארטפאונס, און ציממערמאן זאגט אז עס איז וועגן קאממען קאור.
פלוצלינג ווערט רבי אברהם יענקעל קאהן א מיינונג זאגער אז אלע שולן דארפן זיין ברייט אפן, און קאסאווער רבי איז געווארן באשטומט אויף וואטסעפ אלץ פוסק הדור, און אז אלע "רבנים" האלטן אז מנין איז רציחה.
יעדער עקסטרעמיסט שלעפט און שטויסט מיטן גאנצן אייפער, און מיר פשוטע אידן זענען די מאנקי אין דע מידל.
זאגט מיר איינער אזא וואס לאכט פון יעדער טיק-טאק, אבער פיצט די נאז ביים רויט לייט ווען קיינער זעט נישט, "הע, וואס מיינסטע זענען די ישיבות פארמאכט שלאס און ריגל?" שטייטזעך מיט א דיסקלעמער קודם "איך בין נישט אין הימל אבער.. " כאילו איך גיי אים אויספארשן צו רבינו הק' זיצט טאקע דער מיטלסטער ביים בית דין של מעלה.. "מען שפילט זיך נישט מיט בחורים!" אויג פאר אן אויג!
"יאפ זאגסט ריכטיג," שטום איך צו צי אים. "פארוואס איז אבער דער בלומען סטאר פארשפארט..."
עס איז א גרויל ווי מענטשן ניצן אויס א טראגעדיע פאר זייערע אונטערעסן. עס גיסט זיך מענטשליך בלוט אנע אויפהער, און מענטשן מיט אגענדעס זענען ביזי פארוואס זיי זענען גערעכט.
*
דער אמת איז, אונז זעמיר נישט אויפן זעלבן פעידזש.
דער מקוה גייער און דו גייען טאקע דער זעלבער רעזשוואלקע, און עסן דער זעלבער שאלעשידות סקופ בילקעלע, אבער לעבן אויף אנדערע פלאנעטן.
זיי, (עכ"פ חלק) קוקן אויף דער ווילדער מערכה אנטקעגן זיי, ווי א קאמף פון באמעס אנטקעגן פרומע, און דער ווילדער אויסשפראך פון רוצחים און בלוט צאפערס, געבט זיי א פארשטערקערטע פילינג אז אפשר דארפן מיר זיך טאקע אנטקעגנגעשטעלן. דער ריס ווערט נאר גרעסער, און די ארבעט צו פארנייען שווערער.
"הא, איך דארף זיי גלעטן און פעמפערן בשעת זיי הרגענען מיינע עלטערן?" מעגליך נישט.
זיי קלוג נישט גערעכט.
און ניין. איך האלט נישט פאר א מינוט אז שולן און מקואות מעגן זיין אפן. איך האב - טו בי האנעסט - שוין פארפירט זינט בעפאר פורים איבער וואס קומט, און איך פארפיר נאכאלץ, ווי ווייט מיין השפעה גייט.
פאר איך האב געקלונגען מיין טאטע צו קאנוויסן נישט ארויסצוטרעטן פון דער היים, האבעך איבערגעטראכט יעדער ווארט וואס איך האב אים געזאגט. נישט נאר ווייל איך האב געוואלט זיין פראדוקטיוו (און ב"ה געווען), נאר ווייל איך האב געוויסט אז עס טוט אים וויי עד דכדוכה של נפש.
איך האב מיטגעפילט מיט אים. איך קען זעהן אז די מערהייט סטאטוס אידן האבן שוין דא דארט פארפאסט אן עלינו אן מנין. מיין טאטע רייסט דאס הארץ, ווען ער איז אנגעקומען שפעט צום מנין.
ניין, עס מיינט נישט אז שולן דארפן זיין אפן. ר' יוסל קארוי איז נישט געשריבן פאר גרים. עס איז געשריבן פארן ראדני איד, פונקט ווי פארן בעל תשובה וואס האט זיך געשניטן דעם קוקו ביי אמנון יצחק.
איך האב אבער פארשטאנען אז איך פארשטיי אים נישט. איך האב אקנאלעדזשט וואס באדערט אים.
מעגליך מיר האבן ארויס דו ריכטיגע אידישקייט וואס גאט וויל. די פרומע האבן א געוויסע סארט דזשענעטיק אידישקייט וואס פארביטערט זיי דאס לעבן אומזיסט. ווייס אבער, אונז זעמיר אויף צוויי אנדערע פלאנעטן.
זיי פראדוקטיוו נישט קאנטער-פראדוקטיוו.
עס זענען גראדע דא צוויי אשכולות וואס כ'האב געזען פראדוקטיוו דא אין שטיבל. לעיקוואד טוט צום זאך, און פארבינדט זיך מיט רבנים אויפצוקלערן איבער די טויטליכער מגיפה. אזוי אויך ראובן האט געעפנט א וויכטיגער אשכול, מיט א טיימליין וואס אונזערע מנהיגים האבן געזאגט צום וויירוס און ווען זיי האבן עס געזאגט.
נאכן קריג זעמיר געבליבן מיט האס צו די קאפאוס, אבער פון די שאנדפולע מעשים פון געוויסע רבנים האמיר גענצליך פארגעסן. עס איז וויכטיג צו דעקאמענטירן וואס זיי האבן געזאגט למען יעמדו. שטייטזעך עס דארף זיין מיטן פולן קאנטעקסט ווי זיי האבן עס געזאגט, און וואסארא טאן דער לאקאלער מעיאר, גאווערנאר און שטאטישע באאמטע, האבן דעמאלטס געהאט. כה לחי
*
עס טוט זיך א געפערליכער השמצה קעגן שול גייערס. די סטאטוסן פארפלייצן. איינער ליארעמט, א צווייטער איז מעורר, בשעת דער דריטער סטראשעט. רוצחים און בלוט זויגערס איז א שוואך טיטול, מאנסטערס וואס לייגן בלוט אין די מצות האט מיר גראדע מער געכאפט...
עניוועי, פארוואס פארפירסטו נישט אז גראסעריס דארפן האבן סאושעל דיסטענסינג, איז א לעגעטימע פראגע וואס מאנכע פרעגן. פארוואס האבעך נישט געזען קיין איין פאוסט אז פ"ג איז א רוצח? דו ווייסט וואס האטזעך אפגעטון אין זיין גראסערי געשעפט פאר יו"ט?
הערט ריכטיגע תירוצים. דאס איז נישט פון סתם א שמיגעגי, דאס איז שוין פון באמת אן אינטעליגענטער איד. פון דאס בעסטע מיר פארמאגן:
א. "געווענליך זענען די וואס דרייען זיך אין גראסערי, די וואס דרייען זיך אין שולן."
ב. בנוסח ועוד יש לומר: "עס איז שווער צו האבן טענות אויפן יחיד'ישע געשעפטסמאן, ווען רבנים זענען נישט קיין סעמפל". זינט ווען פרעגט דער געשעפטסמאן פונעם רב, אויף וועלכער שעלף צו האלטן די פאלענד ספרינג קעיסעס?
איך בין געווען פאר יו"ט אין גראסערי, מיט א מאסק שטייטזעך. עס זענען געווען עטליכע הונדערט אידן, אנשים, נשים, וטף, אינעם געשעפט. קיינער איז נישט געשטאנען ביים טיר צו קאנטראלירן וויפיל עס גייען אריין. נישט פארטיילט קיין מאסקעס און גלאווס. (נישט אז זיי מוזן פארטיילן, אבער זיי האבן אן אחריות וויפיל עס קומען אריין אינעם געשעפט. )
צו ווייסטו אז יעדעס מאל דו נעמסט די צווייטע פושקע מאקארונס, און ריקסט די ערשטע צו די בעק, האסטו שטארק מעגליך אנגעשטעקט מיטן ווירוס, און דאס קען קאסטן א צווייטנס לעבן? יעדער טאמאטע וואס האסט בודק געווען אן הענטשעך, האט שאנסן צו הרג'ענען א מענטשליך נפש?
וואו איז דער העצע? וואו זענען די וואס מיינען אונזער געזונט? אמת, מען מוז קענען איינקויפן עסן צום לעבן, און גראסעריס זענען וויכטיגער ווי שולן. אבער אזוי צו פארנאכלעסיגן?
לאנגע ליניעס אין די פיצא געשעפטן - ע"פ רוב מענטשן וואס פארשפרייטן היץ קעגן שול גייערס- קיין פיפס נישט. אה, זיי זענען יערליכע משוגעים... זיי גייט גארנישט העלפן. הייסט דער משוגענער וואס גייט אין מקוה גייט עס יא העלפן?
עניוועי, א שאד דער מערכה איז נישט (נאר) צו העלפן אידישע קינדער.
*
אונזער פנים איז פארשווארצט אויפן גאס ווי קיינמאל בעפאר. דער גרעסערער העלפט קומטצעך פאר דעם לוויה שטופער, און דער קלענערער העלפט פארן ווידעא פארשפרייטער און רכילות טרעגער.
כ'זעה נישט אז דער שנאת ישראל זאל צופיל אפשטעלן, אויב בכלל, דער אידל וואס קומט ארויס מיט טריפעדיגע פיאות פון זיך ווייקן אין מקוה. עס האט אבער יא אפגעשטעלט דער נוירס אין מיימאנעדיס, צו זי זאל לאזן די ווענטילאטאר איינגעפלאגט א מינוט לענגער.
דו מיינסט פאר איין מינוט אז דער נוירס איז בודק צו דו האסט וואדי עלען ברילן, אדער די אלטע סטייל דאבעל ברידזש? צו דו האסט א דאבל פרינדזש, אדער א פארפלעקטן טלית קטן, צו גאר א ניישלאס פאנדזשעלוי? א נעכטיגער טאג.
עד דעי וויל מאכן א געטא אויף היימישע אידן - על אף זיין אייגן טאון האט אויך די פארלאנגטע צאל פאר א לאקדאון. זיין היפאקריטיע איז נישט יעצט נוגע - קוקט ער ווער עס זענען די סטאטוס אידן, און ווער נישט?
ווען די איזרעלישע פאליציי פייניגן ביטער די פרומע אידן אין ארץ ישראל, מיט א הימל שרייענדע צוויי פנים'דיגער הנהגות כלפי די פרייע, דארף דאס אונז אויפשטורעמען.
ווען אידישע קינדער באקומען א שוואכערע באהאנדלונג אין שפיטאל, דארף דאס אונז אויפשטורעמען.
פארוואס ווען שווארצע אדער אנדערע מינאריטעטן זענען מער אפעקטירט, איז עס בהכרח ווייל מען דיסקרימענירט קעגן זיי, און יעדער פאליטישן דרייט וועלטן? אפשר ווען גוטהארציגע שווארצע, וואס זארגן זיך פאר א ברודערס לעבן, וואלטן פארשפרייט בילדער פון געפאקטע טרעינס, וואלטן זיי אנדערש געטראכט?
וואס כ'מיין צו זאגן. אונזערע רעכטן טאר נישט ווערן דערדריקט און ליידער ווערט עס יא. ווען א קליפ פון חסד של אמת וואס באגראבט בחינם עלענדע מענטשן, אדער לאקאלע חסד ארגענעזאציעס, אדער א אידישע מאמע וואס קאכט מאכלים פאר אן עלענדער עלטערער איד, וואלט דערגרייכט העדליינס, אנשטאט נאך א נעגאטיווער בילד, און נאך א נעגאטיווער ווידעא, וואלט אונז בעסער געווען.
אדרבה, פארשפרייט א פאזעטיווע בליק אויף אידן. טויזנטער אידן זענען איינגעשפארט פאר וואכן לאנג, די קינדער טאנצן אויף די געהירן, און פרובירן אויסצופאלגן סאושעל דיסטענסינג. טויזנטער אידן האבן אויפגעגעבן אלץ הייליג און טייער, צו ראטעווען זיך, און ארומיגע, מיט סעיפטי מעזשערס, אבער ווערן אויפגענומען אויפן גאס אלץ אידישע מאנסטערס, וואס ברענגען אלע קרענק אויף דער וועלט.
דו לויפסט צו די נייעס קוועלער, שטעל עס כאטש אוועק אלץ א געוויסע גרופע, און נישט אלץ א גאנצער קאמיונעטי. פארוואס דארף איך ליידן, ווייל אומפאראנטווארטליכע מענטשן האלטן נישט סאושעל דיסטענסינג, און גוטהארציגע אידן פארשפרייטן עס אנע ריכטיגן קאנטעקסט?
יעדער יחיד דארף ווערן געמשפט אויף זיינע אייגענע מעשים.
געוויס זאג איך נישט, ווי דער וואס ווייסט ערשטהאנטיג אז די גאווערמענט זענען אנטיסעמיטן, דערנאך די פאליציי רשעים פאר צו שטערן לוויות, דערנאך די שפיטאל באאמטע פארן נישט אריינלאזן געקוועטשע וויין, און דערנאך יעדער איינער אנדערש, חוץ איינערקענען די אייגן פריקן פראבלעם פון זיך נישט איינשפארן אינדערהיים. דער פראבלעם איז נאכאלץ נומבער איינס.
דזשאסט געכאפט א ליידיג געבליבענע שטעלונג אין שטיבל.
פאר דו שיקסט ארויס נאך א מעסעדזש אנגעפילט מיט נעגאטיוועטי און האס, טראכט צו די ביסט אמת'דיג, און אפי' ביסט נישט, טראכט כאטש צו עס גייט סערוון די פורפעס.
לאמיר אנשטעקן דעם ציבור פאזיטיוו מיט קאראנע.
אוקעי, איך מוז לויפן צו מעריב...[/justify]

-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 271
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 8:05 pm
- האט שוין געלייקט: 225 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 121 מאל
Re: לאמיר אנשטעקן דעם ציבור פאזיטיוו מיט קאראנע
באריס האט שנעל צריקגעדרייט אין זיינע אייגענע מענטשן שאצן אז דאס וועט קאסוטען 250k טויטע.
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
איך הער עפעס מנוצט דא מיין נאמן מזלזל זיין אין אנדערע. מאך איך קלאר נאר אפאר פונקטן לגבי דעם בקיצור.
להוי ידוע איך האב געטוהן און טוה וויאזוי איך האב געהאפט וועט ברענגען די מערסטע רעזולטאטען.
דאס מיינט נישט אז יענער'ס טאקטיקען זענען פסול אדער עקסטרעם. אין אזא פאל איז יעדער איינער מחוייב צו טוהן וואס ער קען.
אויב סתם שרייען און שיקען בילדער אויף סושאל מידיע מאכט בכלל עפעס א חילוק בין איך שטארק מסופק, עס וואלט אוודאי בעסער געווען צו טוהן מער צו די זאך אויף אופנים וואס טוהן מער דירעקט אויף.
אבער אז עס טוהט וויי שרייט מען.
און להוי ידוע מען האלט דא לאנג נאכ'ן מסביר זיין שיין און קלאר על פי שכל און על פי תורה פאר וועם נאר מען קען.
ווער עס פארשטייט נאכאלץ נישט ווייס איך נישט וואס מען קען מער טוהן. אפשר שרייען און מבייש זיין און מסר'ן קען העלפען כולי האי ואולי. אויב איז אפילו א צד אז דאס קען ראטעווען אידען דארף מען דאס טוהן.
אויך קענט איר זיין זיכער אז אויב א חלק פון די חסידיש'ע חאניאקישע רבנים וואס איך האב געשמועסט מיט וואלטן ווען געווען צוגעוואוינט צו זאגן זייערע דעות אויף סושאל מידיע און נישט נאר אין קיפקעס ביי זיך און בית מדרש וואלט איר געהערט פון אידען מיט גרויסע בערד און שווארצע זאקען אסאך ערגער ווי איר הערט פון מאטי און יענקי...
דאס האט גארנישט מיט קיין באמס ווערסוס חאניאקעס. בסך הכל חאניאקעס זענען נישט רגיל צו שרייען אויף טוויטער זעהט איר נישט וואס די חאניאקעס בעלי דעת זאגן און שרייען אויף די אנדערע...

I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- זעקעל
- ידיד השטיבל
- הודעות: 165
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 17, 2020 4:44 am
- האט שוין געלייקט: 199 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 83 מאל
לאמיר אנשטעקן דעם ציבור פאזיטיוו מיט קאראנע
עמעזאן האט געשריבן:@לעיקוואד פארוואס לייגט איר טאקע נישט ארויס די אינפארמאציע פון די געשעפטן וואס פאלגען נישט אויס די הוראות.
זייער פשוט פיצא און סלאש יהרוג ואל יעבור, משא״כ שולן רציחה אין פיקוח נפש, מיין פארשלאג אדער ביידע אדער קיין איין, אדער פארגינסטו פאר די איזרעילי ביקיני׳ס זיך צו בראטען ביים ביעטש אבער צו דעים אויך פארגין כאטש דעים קאשויער א דיפ אינעם בור טבילה וק״ל
די טעות און אומרעכט פון די מוסרים
א רעאקציע צו דער געוואגטער אינגעל.
קודם כל א ריזיגן יישר כח פארן זיך נעמען די מיה און אראפשרייבן א גוטער ארטיקל וואס גיבט פלאץ פאר דעם מח צו קלערן פון א צווייטן ווינקל, אין די יעצטיגע איבערקערענישן איז דאס גאר א וויכטיגע זאך.
זייענדיג אביסל פארמישט ביי מיר אין געגנט איבער איינער וואס האט ארומגעשמירט פילע קליפס און ווידעא'ס ווי חרדים היטן נישט די געזעצן, און אויך זייענדיג פארקנאקט אינדערהיים שוין פון פאר פורים, האלט איך אז כ'קען מוסיף זיין עטליכע נקודות.
קודם כל, די קאראנע סומעטאכע איז אזא ווילד פרעמדע זאך פאר די גאנצע וועלט, אזש יעדער יחיד מוטשעט זיך דאס צו אקצעפטירן, דעריבער בעפאר מיר גייען אריין אינעם דיון פון דעם חרדי'ס אויפפירונג דורכאויס די תקופה מוזן מיר פארשטיין אז קיינער אריינגערעכנט די געזעצגעבער האבן זיך נישט געהעריג געגרייט אויף די תקופה.
פאר פורים ווען עס האט זיך אנגעהויבן רודערן אז קאראנע איז אויפן וועג, און מאנכע האבן שוין געשריגן אז עס איז דא, מען האט שוין געקענט זען אין וואלמארט א פארמאסקירטער מענטש, דעמאלטס האב איך זיך אפגעזאגט פון מיין ארבעט און זיך איינגעשפארט פאר צוויי וואכן, ווייל כ'האב זיך נישט געשפירט אמבעסטן און כ'האב נישט געואלט אנשטעקן קיינעם, און איינער האט געלאכט פון מיר.
ווען פורים האב איך נישט געהאלזט קיין מענטשן, נישט געגעבן די הענט, נישט געפארן מיט קיינעם אין קאר, נישט געגאנגען צו קיין גרויסע פארזאמלונגען, האט דער זעלבער געלאכט פון מיר.
אבער באלד נאך פורים ווען קיינער האט שוין נישט געלאכט, און די מענטשן האבן אנגעהויבן פאלן ווי פליגן, דעמאלטס האב איך איינגעזען ווי גוט כ'האב געטון.
אבער דער וואס האט געלאכט איז מיר פלוצים געווארן א וועלטס פארטרעטער און האט אנגעהויבן מאכן שעימינג פאר אלע גאסן מנינים און סיי ווער עס האט געוואלט טון א זאך וואס איז געשריבן אינעם תורה, ער האט סטאטוסירט זיינע בילדער און געשיקט פאר זיינע באקאנטע ווי א ווילדער צאפ... דאס איז דער וואס האט פורים געהיסט אין זיין טאטנס פנים, געגלעט זיין שוואגער און געשפיגן ביי זיין שווער אינדערהיים און דערנאך געשעיקט הענט מיט זיין הייליגן רבי'ן.
די חרדי'שע מענטאליטעט איז צעשפליטערט אין עטליכע פראקציעס, נאכן אויסשמועסן וועלן מיר פארשטיין צוליב וואס קיינער איז נישט שולדיג אבער קיינער איז נישט גערעכט און מיר וועלן קומען צו אן החלטה.
1) דער פרומער וואס זוכט ווי איבערצוקלוגן דעם סיסטעם, דינגט א דירה כל ימי חייו, האט ליב די ספארט פון 'כאפן' חצות/ר"ת/עלות וכו' און ער האלט אז דער וואס פוצט זיך די צאן איז עובר אויף לא תלבש און אז דאבל פרינזשעס איז א סטייל פון פאריזע שיקסעס.
2) דער מעסיגער פרומער וואס ארבעט, האט א טעבלעט לצורך פרנסה, ציט אויף א שטוב מיט קינדער, האט א אידישע שטוב לכל הדיעות, פרעגט אלס א דיין, א בעל הבית.
3) דער סעקולארער פרומער וואס וואוינט אינדרויסן פון געגנט, גייט זומער מיט א פאלא שירט, האט תכלת אויף זיין שבת ציצית, גייט שבת מיט גרויע הויזן און טיילמאל אנע שטריימל, ארבעט פאר א עושר, טינטעד ווינדאו'ס, האט ליב אז זיינע חברים זאלן זען זיין ווייב, האלט פון שמואל ניימאן (פון נאכן חרם כמובן).
4) דער האספולער באם וואס האלט נישט קיין שבת, האט פיינט א פרומער חסיד, געווארן מאלעסטעד אלס קינד, האט פארגעסן אידיש און דערמאנט זיך נישט ענגליש, פארט קיין אומאן אבער בלייבט אין קיעוו.
5) דער ציוויליזירטער באם, טוט וואס ער וויל און שעדיגט נישט.
ווען די שוידערליכע קאראנע שמועות זענען אנגעקומען פון כינע, האבן זיך 2 און 5 צוטון געמאכט, בעת ווען 1 און 3 און 4 האבן זיך אנגעפיפן, יעדער צוליב אן אנדערע סיבה פארשטייט זיך.
ווען די פאנדעמיע האט אנגעגריפן ניו יארק און די שולן און געשעפטן זענען געשלאסן געווארן, האבן זיי זיך ווידער אויסגעלאכט און פורים האבן זיי געהאקט א לעבן בעת 1 און 5 האבן זיך געהיטן.
אבער ווען די שולן זענען געשלאסן געווארן האט פאסירט א אינטערסאנטע זאך, 1 איז געלאפן זוכן וואו אנצוקאקן דעם סיסטעם, און 3 און 4 האבן אים פאטאגראפירט, 3 האט עס געשיקט צו די מידיא פארגעסנדיג אז ער שיסט זיך אליין אין די פיס, און 4 האט סתם געשאלטן ביי זיך אין בעט אז די חסידים געבן נישט קיין קראץ פאר די וועלט.
געבליבן אויסגעשפילט זענען 2 וואס דאווענט אין גאס און 5 וואס ליגט אין בעט אן א דזשאב שוין איבער א חודש...
די לעצטע פאר טעג האבן עטליכע אידן אונטערגענומען א שמוציגער קאמפיין אראפצורייסן די היימישע אידן אין די מידיא, א זאך וואס ברענגט נישט קיין נוצן פאר קיינעם, יא, זעלענקא איז שולדיג אז די מעקסיקאנע ווילן נישט ארבעטן, דעבלאזיא איז שולדיג אז די שפיטעלער אפערירן נישט גוט און קאומא האלט זיין עגא וויכטיגער ווי אלעם און טראמפ איז אויך נישט הינטערשטעליג...
אבער... רוב פון אונז זענען פון די 2 אדער 5 מענטשן, מיר האבן זיך געהיטן פון דעם ווירוס און מיר געבן זיך אכטונג עס נישט צו פארשפרייטן, צוליב וואס דארף אונזער פנים פארשמוצט ווערן אין די מידיא ווייל מארדי געטץ און יענקי קארנבלי ווילן ווייזן אז זיי גייען אויספירן?
פארוואס מוז איך יעצט ווערן באשריגן אין די גאסן ווייל יענקי האראוויץ פון מאנסי האט אפגעמאכט אז ער גייט רעפארטן אז מען האט אים געסטראשעט מיט מיתה?
און איך כאפ אן דירעקט די נעמען ווייל זיי זענען שוין אין די גאס, איך וויל נישט זיין דער וואס גייט ארויסווארפן מענטשן און זיך שלאגן, אבער בין איך דען נישט גערעכט? זענען מיר דען נישט גערעכט?
יענקי האראוויץ איז זיך סותר אויף טוויטער, ער שרייבט אז ער וועט פארשפארן שולן און פון די צווייטע זייט שרייבט ער אז מען ברויך עפענען די פארקס...
מיר מוזן נעמען די זאך אין די הענט אריין! די וועלכע גייען אין די שולן פארמאגן בלוט אויף די הענט, אבער די וועלכע כאפן בילדער און שיקן ארום, פארמאגן אויך בלוט אויף די הענט, אבער די חילוק איז אז זיי טראגן אונזער אומשולדיג בלוט אויף זייערע הענט, ווייל זיי באשמוצן אונז, די וועלכע היטן זיך יא אויס! און מי היטן זיך נאך פון פאר ווען די אלע (אומגעבעטענע) עסקנים האבן אנגעהויבן צו בונטעווען!
נאך פארבליבן אסאך צו צולייגן ועוד חזון למועד בעז"ה.

- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
ייש״כ הרב געוואגטער און מאך זיכער.
הרב געוואגטער, לשיטתך, האסטו געקענט שרייבן א מאמר אז מ׳דארף זיין פארזיכטיג ווען מ׳גיבט מוסר פאר די אנווייזונגן פארלעצערס, צו נוצן א שפראך וואס נעמט אריין זייער ווייטאג און טראכטסגאנג, ווייל האקן און שרייען האט א פארקערטן עפעקט. האסט אבער מוסיף געווען, כיד הוי״ה הטובה עליך, אויף די סטאטוס שרייבערס וכו׳. איי, קומט דאך די זעלבע טענה אויף דיר? מיינסט דער וואס פארשפרייט וידיאוס פון נאסע פאות גייט זיך טוישן ווען דו מאכסט אזוי חוזק פון אים? דון מינה ואוקי באתרה.
דיין לעצטע שטיקל פארשטיי איך בכלל נישט. דער נוירס אין מיימאנידעס באקוקט נישט מיין סטאטוס, ממילא האב איך באנג אויף די אנווייזונגן פארלעצערס. זי גייט מיר אנדערש באהאנדלן צוליעב זייער מעשים. עד דעי גייט נישט אוועק היינט, ממילא מוזען מיר זיין פארזיכטיג פון אים וכיוצא בו, און ממילא איז אפי ער סטאניסלאווער ביהמ״ד א סכנה פאר׳ן סקווערער יונגערמאן. היא הנותנת!
מאך זיכער, איך קען צופיל מענטשן וואס זענען א מיט פון אלע דיין נומערסש ממילא איז שווער צו מאכן א כלל.

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- זעקעל
- ידיד השטיבל
- הודעות: 165
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 17, 2020 4:44 am
- האט שוין געלייקט: 199 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 83 מאל
לאמיר אנשטעקן דעם ציבור פאזיטיוו מיט קאראנע
לעיקוואד האט געשריבן:איך הער עפעס מנוצט דא מיין נאמן מזלזל זיין אין אנדערע. מאך איך קלאר נאר אפאר פונקטן לגבי דעם בקיצור.
להוי ידוע איך האב געטוהן און טוה וויאזוי איך האב געהאפט וועט ברענגען די מערסטע רעזולטאטען.
דאס מיינט נישט אז יענער'ס טאקטיקען זענען פסול אדער עקסטרעם. אין אזא פאל איז יעדער איינער מחוייב צו טוהן וואס ער קען.
אויב סתם שרייען און שיקען בילדער אויף סושאל מידיע מאכט בכלל עפעס א חילוק בין איך שטארק מסופק, עס וואלט אוודאי בעסער געווען צו טוהן מער צו די זאך אויף אופנים וואס טוהן מער דירעקט אויף.
אבער אז עס טוהט וויי שרייט מען.
און להוי ידוע מען האלט דא לאנג נאכ'ן מסביר זיין שיין און קלאר על פי שכל און על פי תורה פאר וועם נאר מען קען.
ווער עס פארשטייט נאכאלץ נישט ווייס איך נישט וואס מען קען מער טוהן. אפשר שרייען און מבייש זיין און מסר'ן קען העלפען כולי האי ואולי. אויב איז אפילו א צד אז דאס קען ראטעווען אידען דארף מען דאס טוהן.
אויך קענט איר זיין זיכער אז אויב א חלק פון די חסידיש'ע חאניאקישע רבנים וואס איך האב געשמועסט מיט וואלטן ווען געווען צוגעוואוינט צו זאגן זייערע דעות אויף סושאל מידיע און נישט נאר אין קיפקעס ביי זיך און בית מדרש וואלט איר געהערט פון אידען מיט גרויסע בערד און שווארצע זאקען אסאך ערגער ווי איר הערט פון מאטי און יענקי...
דאס האט גארנישט מיט קיין באמס ווערסוס חאניאקעס. בסך הכל חאניאקעס זענען נישט רגיל צו שרייען אויף טוויטער זעהט איר נישט וואס די חאניאקעס בעלי דעת זאגן און שרייען אויף די אנדערע...
איך ציטאט דא מסור @לעיקוואד אין ווי די וועלט זאגט א בילד רעדט מער ווי 1000 ווערטער
ממילה אויב פאר דיר איז נישט קיין פראבלעם צו מסר׳ן אידישע קינדער זייט מוחל הייבט אייך אויף במחילתך אין מופט אריבער צו איי וועלט אימפארטיר נישט קיין העיט דא, ביטע
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
ווי קומט העיט דא אריין? לעיקוואד וואוינט נישט אין ב.פ. און נישט אין ווסמב"ג, ער וואוינט דאך אין קראון הייטס. ער טוט א מעשה, ער זאגט אז ער טוט עס מתוך אחריות פאר אנדערע, פארוואס זאלסטו זאגען אז עס קומט פון העיט? ווען ער טוט עס לש"ש, וואלט ער דען נישט גענוצט די רעגירונג? אין שו"ע שטייט אז מ'מעג איבערגעבן דער מזיק את הרבים פאר די רעגירונג, אפילו ווען זיי וועלן אים מזיק'ן מער ווי די שיעור וואס די תורה פארלאנגט. אלזא, זעי איך נישט קיין העיט, ווי אויך נישט קיין איסור מסירה.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 271
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 8:05 pm
- האט שוין געלייקט: 225 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 121 מאל
Re: לאמיר אנשטעקן דעם ציבור פאזיטיוו מיט קאראנע
א געוואגטער שריט דורך א א נער א יונגל. דאס קאסט מער נפשות ווי די פלעצער ווי סאסועל דיסטענסינג איז אין קראפט. שוועדן דרייט צוריק פינקט ווי באריס.
https://www.dailymail.co.uk/news/articl ... lives.html
https://www.dailymail.co.uk/news/articl ... lives.html
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 271
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 8:05 pm
- האט שוין געלייקט: 225 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 121 מאל
Re: לאמיר אנשטעקן דעם ציבור פאזיטיוו מיט קאראנע
סארקאזים האט קיין פלאץ וועט דאס גוט אן עפענונג פאר סכנות נפשות. דרך אגב זייער טויט ראטע איז העכער צען פראצענט לויט די איצט ידע נומערן.
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
דער מענה איז א רעאקציע אויף דעם קונטרס פון התלמיד חכם הידוע רבי דוד אייכענשטיין הרבי מבורשטין לפנים פודהייץ בית הסוהר
https://drive.google.com/file/d/1OgVMla ... sp=sharing

"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)

- ידיד ותיק
- הודעות: 627
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 487 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
זכור ימות עולם, דער 'אבותינו' פון וועמען דער בורשטינער רעדט...
https://mail.google.com/mail/u/0?ui=2&i ... effd77_0.2