קאראנא וויירוס (COVID-19)
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
וועגן די כלומרשטע רציחות וואס קומט פאר אין שפיטעלער, איך ווייס נישט צו אידן ליידן מער פין גוים אדער נישט, און מען קען זיך נישט קיין עצה געבן מיט דער געזעץ אז קיינער קען נישט זיין אין שפיטאל, און ווען איינער שטארבט ל"ע ווייסט מען נישט אויב ער איז געשטארבן פין דער מחלה אדער פין נעגלעקט,
אויף דער גאנצע סומאטוכע האב איך איין הערה, אונז זענען שולדיג, פארוואס?
ווען אונז וואלטען געמעגט זיין דאקטוירים אין נערסעס וואלטען אונז געהאט היימישע אייגענע דאקטוירים און נערסעס ארבעטען אין די שפיטעלער, און מען וואלט מער געוואוסט וואס גייט פאר, בכלל וואלט מען געוועהן אפשר געוועהן רואיגער וויסענדיג אז אויף דער שטאק איז דא א היימישער נערס צו דאקטאר, און מען וואלט געקענט אפשר מער וויסן וואס גייט פאר, ועוד ועוד. אבער יעצט אז דער דאקטאר איז געווענטליך א גוי, און אמאהל אמאהל א מאדערנע איד וואס רעדט פין טאש קודש, און דער נערס איז כמעט קיינמאל נישט קיין איד צו אידענע, איז מען אויסגעשלאסן אינגאנצען.

א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 476
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 7:56 pm
- האט שוין געלייקט: 546 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
איינער וואס זעהט דעם דאזיגן פאשקעוויל אויפ'ן געוועב טאר מען אויך נישט מצרף זיין צו מנין ווייל ער האט אינטערנעט נישט לצורך פרנסה, לאמיר זיך אלע צוזאמען אויסשפייען פון כלל ישראל און פערטיג.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- זעקעל
- ידיד השטיבל
- הודעות: 165
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 17, 2020 4:44 am
- האט שוין געלייקט: 199 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 83 מאל
Re: קאראנא וויירוס (COVID-19)
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איינער וואס זעהט דעם דאזיגן פאשקעוויל אויפ'ן געוועב טאר מען אויך נישט מצרף זיין צו מנין ווייל ער האט אינטערנעט נישט לצורך פרנסה, לאמיר זיך אלע צוזאמען אויסשפייען פון כלל ישראל און פערטיג.
מנין ארויף מנין אראפ די מוסרים זענען א דיסגרעיס פאר די גאנצע הומאן ראסע
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
- זעקעל
- ידיד השטיבל
- הודעות: 165
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 17, 2020 4:44 am
- האט שוין געלייקט: 199 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 83 מאל
Re: קאראנא וויירוס (COVID-19)
א קשיא איז אמאל אויפגעקומען ביי אימעצער אז היתכן א קרוב איז אייביג פסול לעדות אפילו ווען ער טוט שאדן מאכן פארן קרוב, לכורה איז עס ערשט אמת ווייל ווער וויל דען מצער א קרוב, האט ער געענטפערט אז א קרוב וואס וויל שעדיגן זיין אייגענע בלוט און פלייש, איז קיין מענטש ניט אין נאר א אדם איז כשר פאר עדות וכן לעינינינו
- זעקעל
- ידיד השטיבל
- הודעות: 165
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 17, 2020 4:44 am
- האט שוין געלייקט: 199 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 83 מאל
Re: קאראנא וויירוס (COVID-19)
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אויב אזי דארף מען זיי אויסשפייען פון די גאנצע מענטשליכע ראסע.
רביה״ק איר זענט מכובד
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
ווער שעדיגט? ער ראטעוועט זיין פלייש און בלוט. צו גוים טוט ער עס נישט, ווייל זאלען זיי אלע אויסשטארבען (עי׳ וועקער נומ׳ 17). נאר אידען דארף מען ראטעווען, מ׳גיבט א קלינג דער שטאט אינסטאנצן, און זיי פארמאכן אפ, און מענטשן לעבן צו זען נאך א טאג.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1003
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
- האט שוין געלייקט: 565 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל
Re: קאראנא וויירוס (COVID-19)
מענטשן גייען נישט אויפהערן צו פליען מיט עראפלאנען אפילו אויב אלע עירליינס גייען באנקראט, בס"ה וועלן אנדערע אפקויפן די עירליינס , פרייזן וועלן אפשר ארויפגיין, און ביז אפאר יאר וועט אלעס צוריק זיין ביים אלטן.איסר האטלקי האט געשריבן:גראף האט געשריבן:אפשר זאל מען נישט ארויס בעילען די גרויסע קארפערעישענס למשל די עירליין אינדוסטרי און אנדערע. זיי האבן געשארט גאלד ביז יעצט און האבן געדארפט אוועק לייגן אויף א רעיני דעי. זאלן זיי גיין ק***! גענוג געווען מיט די קארפערעיט סאשעליזים ספאנסערד ביי דאה גרעיט ריפובליקען קאנסערוויטיוו קאפאטעליסט פראודס וואס זענען נעוואדע קעגן געבן פאר די מענטשן וואס הונגערן עפעס צו עסן ווייל ס'איז סאשעליזים!!!!! נאר דער אן געפרעסענע סי.אי.או וואס האט נישט קיין דאגה צו רייסן געלט אין די גוטע צייטן און יעצט שיקט ער די ארבייטערס ליפטערן, ''ער'' באקומט א בעילאוט!!!
איך עקל מיר מער און מער פון די פאלשע פאוניס אזוי גערופענע קאנסערוויטיוו.
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
פון וואו נעמסטו אז די עירליין אינדוסטרי שארט גאלד? דו ווייסט אז רעגירונגען צאלן יערליך שווערע געלטער פאר די עירליינס זיי צו האלטן אפן?
דו האסט אויך נישט געטראכט אז אן קיין עירליינס איז נישטא קיין טוריזם און טרעוול, דו ווייסט וויפיל מענטשן מאכן געלט יערליך אין אמעריקע פון טרעוול און טוריזם? אסאך זענען טאקע גרויסע קארפאראציעס, אבער זיי האבן אלע פילע אנגעשטעלטע.
טראכט אריין וויפיל היימישע טראוול אגענטן, כשר'ע עסן פאר עירליינס, האטעלס, רענטעל קאמפעניס, וכו' וכו'. די ליסטע ענדיגט זיך נישט. ס'איז טויזנטער אידן און מיליאנען גויים.
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2265
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
- געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
- האט שוין געלייקט: 955 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל
אונטער חכם האט געשריבן:מענטשן גייען נישט אויפהערן צו פליען מיט עראפלאנען אפילו אויב אלע עירליינס גייען באנקראט, בס"ה וועלן אנדערע אפקויפן די עירליינס , פרייזן וועלן אפשר ארויפגיין, און ביז אפאר יאר וועט אלעס צוריק זיין ביים אלטן.
אמת יעדעס ווארט, אבער אויב וועט טראוול זיין אזוי טייער, וועלן מענטשן פארן אסאך ווייניגער און הונדערטער אינדוסטריס וועלן צוליב דעם קראכן.
דאס איז די סיבה פארוואס רעגירונגען בעילן אלץ ארויס עירליינס, און ספעציעל יעצט, ווייל ס'ברענגט טויזנטער און מיליאנען קלענערע פרנסות גלאבאל. עס לוינט זיך פאר'ן רעגירונג די פאר מיליאן, ווייל ס'ברענגט אריין ביליאנען.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 96
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 4:55 pm
- האט שוין געלייקט: 114 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 103 מאל
זעקעל האט געשריבן:רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איינער וואס זעהט דעם דאזיגן פאשקעוויל אויפ'ן געוועב טאר מען אויך נישט מצרף זיין צו מנין ווייל ער האט אינטערנעט נישט לצורך פרנסה, לאמיר זיך אלע צוזאמען אויסשפייען פון כלל ישראל און פערטיג.
מנין ארויף מנין אראפ די מוסרים זענען א דיסגרעיס פאר די גאנצע הומאן ראסע
מוסרים וואס ראטעווען פון רוצחים זענען א דיסגרעיס פאר די הומאן ראסע, קען נאר געזאגט ווערען דורך א ליידיקע זעקעל פלייש אן א מוח אדער הארץ.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
מאך זיכער האט געשריבן:זעקעל, כ'נעם זיך אן פאר דיר אז דו ווערסט שטענדיג אטאקירט דורך גימפל.
ווען זיי זענען ביי דער איין מענטש, צוזאמען מיט מאך זיכער, וואלט עס מיר נישט געווען קיין חידוש
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 766 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: קאראנא וויירוס (COVID-19)
זייענדיג אריינגעטון אין סטאקס עטליכע יאר איז מיר שוין כמה פעמים אויסגעקומען צו ליינען די ווייסע צעטלעך (white balance sheets) פון די גרויסע עירליינס, און אלע פון זיי האבן נישט קיין גרויסע קעש אוועקגעלייגט!איסר האטלקי האט געשריבן:גראף האט געשריבן:אפשר זאל מען נישט ארויס בעילען די גרויסע קארפערעישענס למשל די עירליין אינדוסטרי און אנדערע. זיי האבן געשארט גאלד ביז יעצט און האבן געדארפט אוועק לייגן אויף א רעיני דעי. זאלן זיי גיין ק***! גענוג געווען מיט די קארפערעיט סאשעליזים ספאנסערד ביי דאה גרעיט ריפובליקען קאנסערוויטיוו קאפאטעליסט פראודס וואס זענען נעוואדע קעגן געבן פאר די מענטשן וואס הונגערן עפעס צו עסן ווייל ס'איז סאשעליזים!!!!! נאר דער אן געפרעסענע סי.אי.או וואס האט נישט קיין דאגה צו רייסן געלט אין די גוטע צייטן און יעצט שיקט ער די ארבייטערס ליפטערן, ''ער'' באקומט א בעילאוט!!!
איך עקל מיר מער און מער פון די פאלשע פאוניס אזוי גערופענע קאנסערוויטיוו.
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
פון וואו נעמסטו אז די עירליין אינדוסטרי שארט גאלד? דו ווייסט אז רעגירונגען צאלן יערליך שווערע געלטער פאר די עירליינס זיי צו האלטן אפן?
דו האסט אויך נישט געטראכט אז אן קיין עירליינס איז נישטא קיין טוריזם און טרעוול, דו ווייסט וויפיל מענטשן מאכן געלט יערליך אין אמעריקע פון טרעוול און טוריזם? אסאך זענען טאקע גרויסע קארפאראציעס, אבער זיי האבן אלע פילע אנגעשטעלטע.
טראכט אריין וויפיל היימישע טראוול אגענטן, כשר'ע עסן פאר עירליינס, האטעלס, רענטעל קאמפעניס, וכו' וכו'. די ליסטע ענדיגט זיך נישט. ס'איז טויזנטער אידן און מיליאנען גויים.
יעדע גרויסע פירמע (אייגנטלעך יעדע אחריות'דיגע מענטש) מיט א שכל'דיגע מענעדשמענט האט אוועקגעלייגט אסאך קעש פאר רעגנדיגע צייטן און פאר אונטערקומענדיגע געלעגנהייטן / אפארטוניטיס (א שטייגער ווי עפל, גוגל, מייקראסאפט, בערקשייער העטהעוועי, ועוד)
יעצט אזוי, ווען עס קומט א רעסעסיע צו סיי וועלכע וועלט אויפשאקלונג (טעראר אטאקע וכדומה) וועלכע קאמפאניס פארלירען די ערשטע????
די עירליינס און טוריזם!
מענטשן האבן נישט קיין איבעריגע געלט צו פליען אויף מינדערוויכטיגע זאכן.
אם כן וואלטן דאך די עירליינס [וועלכע פלאגן זיך סתם אזוי ארויסצוקוועטשן א פראפיט] געדארפט זיין די ערשטע מיט א גרויסע קעש באלאנס ניין?
איז וואס גייט דא פאר?
איז אין קורצן אזוי:
די עקזעקוטיווען נעמען די קעש און זיי קויפן צוריק די סטאקס פונעם קאמפעני (וואס אין א נארמאלע געזונטע קאמפעני איז גאנץ א פארשטענדליכע זאך) - אסאך מאל אפי' איגנארירנדיג די חובות (דעבט) וואס דאס הייבט די פרייז פונעם סטאק,
אויב / ווען די פרייז הייבט זיך צו א געוויסע סכום באקומען זיי גרויסע באנוסעס (דורך אפשען'ס אין אנדערע קאמפאני פראגראמען) און פארדינען פאר זיך פריוואט גאר אסאך!!!!!!
און זיי פארלאזן זיך לכתחילה אז אין א צייט פון נויט וועט די רעגירונג זיי קומען צו די האנט!
איי צו קען מען זיי לאזן אויך הפקר?
די גאנצע עקאנאמיע און אסאך אינדוסטריעס בפרט וועלן דאך שטארק ליידן?!?
גערעכט, אבער פארוואס זאלן זיי נישט ליידן קיין קאנסעקווענצן?
פארוואס זאלן קעפ נישט פליען?
פארוואס זאל די רעגירונג נישט זיי רעגולאטירן פון היינט און ווייטער?
פארוואס נישט גרויסע פראצענטן צינזן בעילאוט?
אפשר גאר א ליציטאציע?
די סמאל ביזנעס וועלכע פאלגט אלע כללים פון ביזנעס יענער דארף מען לאזן אויף הפקר?????
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
דאס איז די סוד פון ביג ביזנעס, די ריסק לייגט מען אויף די ציבור, און די ריוח נעמן זיי. די גרויסע עקזעקיטיווס נעמן מיליונען אין פוד סטעמפס, און די קליינע מענטשעלע דארף זיך שעמן פאר זיין נישטיגע הונדרעט צוואנציג דאללאר א חודש.
און דאס איז די סתירה פון קאפיטאליזם. טאמער די קאנסערוואטיווע וואלטן עכו געגלויבט אין די פריי עקאנאמיע, וואלטן זיי אדער געלאזט די גרויסע באננס פאלן, אדער וואלטן זיי פארשטאנען די נויט פאר א שטרענגערע שמירה אויף ביזנעסער וואס פארלאזן זיך אויף די ציבור זיי צו ראטעווען.
און דאס איז די סתירה פון קאפיטאליזם. טאמער די קאנסערוואטיווע וואלטן עכו געגלויבט אין די פריי עקאנאמיע, וואלטן זיי אדער געלאזט די גרויסע באננס פאלן, אדער וואלטן זיי פארשטאנען די נויט פאר א שטרענגערע שמירה אויף ביזנעסער וואס פארלאזן זיך אויף די ציבור זיי צו ראטעווען.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
פאליטיקאנט
די שרייבסט כאילו די עקזעקיוטיוו נעמט די געלט פין די רעגירונג און קויפט פריוואט סטאק פין די קאמפאני.
ווי איך האב פארשטאנען קויפען זיי צוריק פאר די קאמפאני, נישט פאר זיך, שפעטער ווען עס גייט צוריק ארויף צאלען זיי צוריק פאר די גאווערמענט די געלט דורך פארקויפן די סטאק.
די שרייבסט כאילו די עקזעקיוטיוו נעמט די געלט פין די רעגירונג און קויפט פריוואט סטאק פין די קאמפאני.
ווי איך האב פארשטאנען קויפען זיי צוריק פאר די קאמפאני, נישט פאר זיך, שפעטער ווען עס גייט צוריק ארויף צאלען זיי צוריק פאר די גאווערמענט די געלט דורך פארקויפן די סטאק.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 766 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
איך מיין האסט נישט פאשטאנען מיין פוינט.
זיי נעמען די רווח פון די קאמפעני טאקע, אבער אנשטאט האלטן א גרויסע סכום קעש פאר רעגנדיגע צייטן, וואס דאס איז די ריכטיגע שריט פאר יעדע קאמפעני בפרט איינס מיט הויכע ריזיקעס פאראויס, טוען זיי וואס עס לוינט זיך זיי פריוואט און קויפן צוריק סטאק.
און זיי פארלאזן זיך אז אין א צייט פון נויט וועט די רעגירונג העלפן.

- עוקר הרים
- ידיד השטיבל
- הודעות: 171
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 26, 2020 3:49 am
- האט שוין געלייקט: 174 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל
איינער קען מיך מסביר זיין פארוואס די גאווערמענט זאגט נישט אז נאר מענטשן העכער זעכציג און אומגעזונטע זאלן נישט ארויסגיין און חוץ פון זיי זאל די לאנד אנגיין נארמאל?? און אזוי ביז אפאר וואכן וועט די גאנצע עולם זיין immune און יעדער וועט זיך קענען דרייען, ווייל וויאזוי עס איז יעצט זעה איך נישט מען זאל קענען עפענען פאר נאך א שיינע פאר חדשים ביז מען טרעפט א וואקסין...