אין קאמף פאר פרייהייט:

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

אין קאמף פאר פרייהייט:

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]סעפטעמבער 1814 למספרם – אמעריקע איז פארמישט אין א לאנג-פארצויגענע קריג מיט ענגלאנד. די יונגע דעמאקראטיע איז אין א געפאר ווידער אמאל באהערשט ווערן דורך מאנארכישע טיראניע. מעכטיגע בריטישע קריגס שיפן באלאגערן די האפנס, און אירע מעכטיגע קאנאנען האמערן אומאויפהערליך די אמעריקאנע פעסטונגען לענגאויס די ברעגעס. די שלאכטן זענען ברוטאלע אבער די אמעריקאנער צייגן נישט ארויס קיין שום צייכן פון זיך אונטערגעבן אדער אפילו פון אראפצולייגן דאס געווער. די ציטאט פון איינע פון די גרעסטע פרייהייט-קעמפער וועלכע האט נאר אמאל געלעבט, גענעראל זשארזש וואשינגטאן, שטייט זיי פאר די אויגן: עס איז ענדערש צו שטארבן אויף די פוס, ווי איידער צו לעבן אויף די קני. דאס איז דער טרייב-קראפט וואס טרייבט זיי אנצוגיין מיטן ווידערשטאנד.

דער אמעריקאנער פרעזידענט זשיעמס מעדיסאן האט באאויפטראגט א יונגער ענערגישער אדוואקאט פון די שטאט באלטימאר, מיטן נאמען פראנסיס סקאט קי, אנצופירן פארהאנדלונגן מיט די ענגלענדער איבער א אויסטויש פון געפאנגענע. אויף די בריטישע קריגס שיפן האבן דאן געשמאכט שווערע הונדרעטער אמעריקאנער זעלנער, וועלכע זענען געפאנגען געווארן דורכאויס די שלאכטן. די אמעריקאנע געפאנגענע זענען געהאלטן געווארן אונטער די שווערסטע אומשטענדן אן קיין מינימאלע הומאנעריאיסטישע איינריכטונגן, זיי זענען געהאלטן געווארן אין ענגע שטייגן ווי שטירן.

עס איז געווען א פינצטערע סעפטעמבער נאכט, ווען פראנסיס קי האט זיך אריינגעזעצט אין א קליין שיפל, און א ווייסער פאן אלס א צייכן פון אונטערטעניקייט איז געווען אנגעהאנגן אויפן שפיץ מאסט. ער האט אנגעהויבן פארזיכטיג צו רודלען צום ריכטונג פונעם בריטישער קריגס שיף עדזש. עם. עס. מינדאן. אנקומענדיג אויפן דעק האט אים שוין דארט אפגעווארט דער בארימטער בריטישער אדמיראל, ראבערט ראָסס. די פארהאנדלונגן איבער די אויסטויש צווישן אמעריקאנע און בריטישע געפאנגענע האבן זיך באלד אנגעהויבן, און אפגעזען פונעם קריגס צושטאנד זענען די געשפרעכן צוגעגאנגן פארהעלטמעסיג רואיג, און ביז א קורצע וויילע איז א זאכליכער אפפמאך אויסגעארבייט געווארן. קי האט דאן אראפגענידערט צום אונטערשטן טייל פונעם שיף, וואו די געפאנגענע האבן זיך אויפגעהאלטן, און ער האט זיי איבערצוגעבן די גאר גינסטיגע נייעס אז זיי גייען אט אט באפרייט ווערן פון זייער געפענגעניש קייטן, און זיי גייען זיך ווידער פאראייניגן מיט זייערע בענקענדע פאמיליעס. זעלבסטפארשטענדליך אז צו די פרייד פון די זעלנער איז גאר נישט געווען קיין גרעניץ. אבער צום באדויערן איז זייער פרייד געווען פריצייטיג.

ווען קי איז צוריק ארויף אויפן אויבערשטן דעק פונעם שיף האט אים אדמיראל ראָסס אפגעווארט מיט א אומאנגענעמע איבעראשונג. ראָסס זאגט צו אים: קוק ארויס צום אפענעם ים. קי נעמט באלד אפיר זיין שפאקטיוו און ווענדעט זיינע אויגן צום ריכטונג וואו ראָסס האט אים אנגעוויזן. ווי שאקירט איז קי געווארן ווען ער האט געזען אינעם ווייטן האריזאנט - ווי הונדרעטער מעכטיגע בריטישע קריגס שיפן איילן זיך מיט א אויסטעלישער שנעלקייט צום ריכטונג פון די אמעריקאנע ברעגעס. קי האט באלד פארשטאנען אז די ענגלענדער גרייטן זיך אויף א מאסיווע אפענסיווע. די ענגלענדער האבן זיך געגרייט אין יענע נאכט - דורכצופירן א מעכטיגער באמבעדירונג אויף דעם מאַק הענרי פעסטונג, א מיליטערישער פעסטונג וואס שטייט אין די האפנס פון די שטאט באלטימאר. ראָסס האט געזאגט פארן צושראקענעם קי, אז די באמבארדירונגן וועלן אנהאלטן ביז ווי לאנג די אמעריקאנער נידערן נישט אראפ דעם אמעריקאנער פאן - וועלכע האט געפלאטערט מיט שטאלץ אין צענטער פון פעסטונג. קי האט גאר שווער אויפגענומען די נייעס, ווארום אינעם פעסטונג האבן זיך אויפגעהאלטן גאר א סאך אמעריקאנע זעלנער מיט זייער פאמיליעס. זיין גייסט איז איינגעפאלן און ער איז געווארן זייער אנידערגעשלאגן. ער האט צוריק אראפגענידערט צו די געפאנגענע און ער האט זיי אינפארמירט איבער די פרישע אנטוויקלונג.

הארט ביים זון אונטערגאנג זענען שוין די בריטישע שיפן געשטאנען אין א שיס גרייכענדע פאזיציע, זייער ארטילעריע האט שוין געקענט דערגרייכן דעם ברעג. דער נאכט איז געווען גאר א פינצטערע נאכט, די לבנה האט זיך כמעט נישט אנגעזען אויפן הימל. און צוגאב האבן שווארצע כמארעס געשוועבט אין די לופטן און א שלאקס רעגן האט געשמיסן אין פנים, דער ווינט האט געפיפן און געיאוועט אזש עס האט זיך צוגעדאכט אז דאס גאנצער נאטור שטייט גאר אויף די זייט פון די ענגלענדער. פייער! האט זיך געהערט א האסטיגער געשריי! בום... בום...בום... די מעכטיגע הארמאטן פון די שיפן האבן אנגעהויבן צו שפייען פייער און האגל. דער אנגריף איז געווען מיט אזא אויסטערלישער קראפט, אזש דאס גאנצער ארום האט געטרייסלט. די פעך שווארצער הימל איז העליש באלאכטן געווארן פון די שיין פון די מעכטיגע פייער צינגער וואס די אויפרייסן האבן פאראורזאכט. די קנאקאדעס און די דינערן האבן אנגעהאלטן דורכאויס די גאנצע נאכט...

די אמעריקאנער אויפן שיף האבן מיט אויסטערלישער אנגסט נאכגעפאלגט די אנטוויקלונגען פון די שלאכטן. דורכאויס די גאנצע נאכט איז קי נאכאנאנד געגאנגען ארויף און אראפ צו האלטן די געפאנגענע אינפארמירט איבער די סיטואציע. די אמעריקאנער האבן נאר געוואלט וויסן בלויז איין זאך – צו דער אמעריקאנער פאן אויפן פעסטונג פלאטערט נאך, מער האט זייי גארנישט אינטערעסירט. נעמליך, צוליב דער שטאק פינסטערקייט פון די נאכט האט קי ווי שטארק ער האט נאר פראבירט דאס נישט געקענט פעסטשטעלן. ערשט אין די בעגינען ווען די שטראלן פונעם אויפשפראצנדען זון האבן ענדליך אנגעהויבן צו פארטרייבן דעם נאכט-פינצטערניש, האט קי צו זיין גרויס פרייד געזען ווי דער אמעריקאנער פאן פלאטערט נאך אלס אין די הייעך מיטן גאנצן שטאלץ. ער האט דאס באלד באריכטעט פאר די געפאנגענע וועלכע האבן דאס אויפגענומען מיט שאלן פון פרייד און מיט אן אויסטערלישער עקסטאז.

פראנסיס סקאט קי איז אזוי אינספירירט געווארן פון די דאזיגער איבערלעבעניש, אזש ער האט זיך אנידערגעזעצט און פארפאסט א רירנדע פאזיע אין וועלכע ער שילדערט זיינע שטורמישע געפילן אין יענעם שרעקעדיגער נאכט אויפן דעק פונעם עדזש. עם. עס. מינדאן.

אט איז א טייל פון זיין פאזיע:
זאגט איר, קענטסטו נאך זען? דורך די פרימאָרגן ליכט פון דער פאַרטאָגס,
וואס אזוי שטאלץ מיר באַגריסן, ביי די שוואכע שיין פון די לעצטע שפראצונג,
וועמענס ברייטע פאסן און שיינענדע שטערנס, דורכאויס דעם שרעקליכער שלאכט,
איבער דעם פעסטונג וואס מיר האבן אבזערווירט, וואו אזויפול העלדישקייט האט געשטראמט?
און די ראקעטן מיטן רויטן שיין, און די באמבע קנאקאדעס אין די לופט,
איז געווען א באווייז אז דער פאן איז נאך אלס דארט,
זאגט איר, צו דער שטערן באַפליטערטער פאן פלאטערט נאך,
איבער דאס לאנד פון די פרייע, און די היים פון די בראווע.

יארן שפעטער איז דער דאזיגער פאזיע באשטומט געווארן אלס דער נאציאנאלע הימנע פון די פאראייניגטע שטאטן.

[center]***[/center]

די דאזיגער געשיכטע ווארפט עטוואס א שיין ווי שטארק די אידאלאגיע פון פרייהייט האט געטוליעט אין די הערצער פון די ערשטע אמעריקאנע גענעראציעס. דער אמעריקאנער פאן, וואס איז אייגענטליך אויך דער אונטערנאציאנלע פאן פון פרייהייט - איז געווען אין זייער אויגן מער הייליג ווי זייער אייגענעם לעבן. דאס שפריכווארט פון זשארזש וואשינגטאן, ענדערש שטארבן אויף די פוס איידער ווי צו לעבן אויף די קניען, איז געווען די אינספיראציע וואס האט זיי געטריבן.

פרייהייט באדייט נישט בלויז פרייהייט פון טיראניע, פרייהייט באדייט אויך אינדיווידואלע פרייהייט. די ערשטע טאטעס האבן הייליג געגלייבט אז פרייהייט איז א פונדאַמענטאלע רעכט פון א מענטש וואס קומט פון ג-ט זעלבסט, עס איז די נאטורליכער געבורטס רעכט פון יעדע מענטש, און עס איז נישט פארהאן קיין שום מאכט אויף די וועלט וואס זאל דאס קענען אוועק רויבן פון אים. אט איז וואס טאמעס זשעפארסאן שרייבט אין די דעקלעראציע פון פרייהייט:

"מיר האלטן די דאזיגע ווארהייטן אלס זעלבסטפארשטענליך, אז אלע מענטשן זענען באשאפן געווארן אייניג, אז זיי זענען באשאנקן געווארן דורך זייער באשאפער מיט דייטליכע אומטוישבארע רעכטן, וואס צווישן זיי זענען די רעכט צו לעבן, פרייהייט, און א שטרעבונג צו צופרידנקייט. און צו פארזיכערן די דאזיגע רעכטן, איז א רעגירונג איינגעשטעלט געווארן צווישן מענטשן..."


די סאציאליסטן זענען נישט איינשטימיג מיט די דאזיגע נאבעלע אידאלאגיע, זיי האלטן אז די רעכטן פון מענטש קומט גאר פון די רעגירונג, און נישט פון ג-ט. דאס באדייט אז די רעגירונג איז באפולמעכטיגט אוועק צו רויבן און איינצוימען די פרייהייט וואס זיי זעלבסט האבן אנגעבליך געשאנקן. און זיי קענען דאס טאן לויט ווי זייער פארשטאנד דיקטוטירט.

עס צו לייגן אין פערספעקטיוו:

דער שטענדיג גערעגטער זקן פון ווערמאנט רבי בערל סאנדער זז''ג, אינאיינעם מיט זיין פילגש די צוקאשקעטע לאפע טאנצערין אָקזיאָ קאָרטעז ארבייטן אצינד זיך אריינצוצווינגען און גענצליך איבערצונעמן די רעגירונג. די דאזיגע צוויי פאסקודניאקעס ווילן עמטליך ווערן די פולשטענדיגע באלעבאטים אויף יעדע עספעקט פון אונזער לעבן. זיי גייען אונז זאגן וואס עס איז עטיש און וואס נישט, וואס מיר מעגן יא עסן אדער נישט עסן, מיט וועלכע טראנפארטאציע מיטלן מיר זענען ערלויבט זיך צו באנוצען און מיט וועלכע נישט, וועלכע געזונטהייט פארזיכערונג עס איז גוט פאר אונז, וואס פאר א קאריקאלעם מיר זאלן לערנען מיט אונזערע קינדער. און די ארגסטע פון אלעם זיי גרייטן זיך מיט זייער טיפער פארשטאנד אפצומאכן גענוי וויפול געלט איטליכער מענטש זאל מעגן פארדינען. די דאזיגע בייזע באשעפענישן דעקלערן עמטליך - אז אין זייער רעגירונג אויב א מענטש וועט פארדינען מער וויפול זייערע קארטאפל קעפ האלטן אז ער איז ערלויבט, גייען זיי דאס פשוט קאָנפיסקירן... דאס קען מען נישט אויפמאכן...

ווען אונזערע זיידעס זענען געקומען פון אייראפא מיט די דאמף שיפן אויפן וועג צו אליס איילענד, און זיי זענען דורכגעפארן די סטאטוע פון פרייהייט וואס שטייט ביים אריינגאנד צום ניו יארקער האפן, האבן זיי אויסגעבראכן אין שטרומישע געוויינען, זיי האבן זייער גוט געוויסט ריכטיג צו שעצן אינדיווידואלע פרייהייט. זי זענען געקומען פון לענדער וואס אלעס איז קאנטראלירט געווארן דורך די רעגירונג וועלכע איז מערסטייל געווען העסליך צו אידן, אין רעזולטאט האבן זייער ווייניג מענטשן, הויפזעכליך אידן, זיך געקענט דערשלאגן צו א לייטישער און גליקליכע לעבן. דאקעגן מיר וואס זענען שוין אויפגעצויגן געווארן מיט די גאלדענע לעפעלע אין מויל ווייסן גארנישט גענוג צו שעצן אינדיווידואלע פרייהייט... מיר ווערן עטוואס איבערגענומען פון די אלע פאלטשע צוגעזאגעכצער פון די סאציאליסטן איבער דעם אנגעבליכע גאלדענע צוקניפט וואס ערווארט אמעריקע אויב זיי דערשלאגן זיך חלילה צו די מאכט. דאס איז די שטייגער פון די קאראפטירטע סאציאליסטן זאגן צו בערג פון גאלד און האלטן איין א פייג...

אינדיווידואלע פרייהייט איז אונטער אטאקע.[/justify]
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

זייער שיין @קאך
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

דער פאליטישער וויגליד.

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]דער אנגייענדער קאמף קעגן פרייהייט אין לאנד איז אין פילן שוואונג. די דעמאקראטן האבן אויסגעקליבן דעם לעגאנדארן באלשאוויק פון די גרינע בערג פון ווערמאנט, דער זעלבסט האסנדער יעוורעי, קאמאראד בערני סאנדערס - פאר די נאמאנאציע פאר פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן. די דעמאקראטישער פארטיי איז עמטליך געווארן די פארטיי פון סאציאליזם און קאמוניזם און טאָוטאַליטעריזאַם. די לאנגיעריגע האראוואניע פון די ליבעראלע אקטיוועטיסטן צו פארסמען און שווענקן די מוחות פון די סטודענטן אין די אוניווערסיטעטן איבער אמעריקע, האט ענדליך אנגעהויבן צו שלאגן ווארצלן. די יונגווארג איז פולשטענדיג דורכגעפוילט מיט אלערליי קאמוניסטישע און סאציאליסטישע אנטשויאונגען. אידיאלען און פרינציפן ווי פרייהייט און פאטריאטיזם, זעלבסט-טראכטן, פרייהייט פון אויסדרוק, ווערט אלס מער און מער אונטערדרוקט אין אמעריקע. ווער עס האלט אנדערש ווי דעם משוגענעם באלשעוויק סאנדערס אדער פון זיין פילגש טיפוש קאָרטעז - ווערט באטראכט דורך די לינקע אלס א וויסטער ראסיסט און אלס א דעפּאָרטאַבלע באשעפעניש. אומגלויבליך!

דער דאקטערין פון באלשאוויק סאנדערס איז ווי פאלגענד. יעדער איינציגער בירגער האט א רעכט צו פרייע וואוינונג, פרייע ערציאונג, און פרייע געזונטהייט פארזיכערונג. אפגעזען צו ער ארבייט יא צו ער ארבייט נישט. די פעדעראלע רעגירונג איז פארפליכטעט דאס צו באצאלן. און פון וואו זאל די רעגירונג נעמען די געלט דערפאר? דאס קאסט דאך אפ הונדרעטער טריליאנען דאללאר, און דער גאנצער באדזשעט פון די רעגירונג באשטייט דאך בלויז 4 טריליאן דאללאר, און מיט דעם אלעם איז נאך פארהאן א דעפעציט פון נאנט צו א טריליאן דאללאר? נישט געזארגט זאגט באלשאוויק סאנדערס! אט איז זיין שווארצע וויזיע פאר די צוקניפט פון אונזער אמעריקע.

א פןלשטענדיגע מארקסיסטישע רעזשים ווערט איינגעשטעלט אין לאנד. די רעגירונג נעמט איבער קאנטראל אויף די גאנצע אקאנאמיע אין לאנד. פרעזידענט סאנדערס אינאיינעם מיט זיינע העכסט-סאפיסטעקירטע קאבינעט מיטגלידער, א שטייגער ווי זיין הויעכגעשעצטע פינאנץ מיניסטארישע אָקזיאָ קאָרטעז, זיין אויסערן מיניסטארישע אילהאן אומאר, זיין יוסטיץ מיניסטארישע ראשידא טאליב, גייען קאָנפיסקירן די איינקנופטן פון אלע בירגער אין לאנד צו גלייך. די גוטע זייט דארף ארויסגעברענגט ווערן, אז דאס גייט נישט דורכגעפירט ווערן דורך דעם סטאלינישע און לענינישע שטייגער - מיטן שארף פונעם שווערד און מאכט פונעם ביקס, נאר דאס גייט אימפלימענטירט ווערן דורך הויכע אומדערטרעגליכע שטייערן. איטליכע אמעריקאנער בירגער וועט זיין געצווינגען אראפצוגעבן א באדייטענעם טייל פון זיין אויסגעהארעוועטע פארמעגן פאר די פעדעראלע רעגירונג. ווי אויך גייט די סאנדערס-קאָרטעז רעזשים אויספלינדערן דאס מיליטער און די גרעניץ וואך, ווארום אז עס איז פארהאן אפענע גרעניצן, און נאציאנאלע זיכערהייט האט נישט קיין שום באדייט, דארף מען דאך נישט אויפהאלטן קיין שטארקע מיליטער אדער קיין ווירקזאמע גרעניץ וואך.

אין רעזולטאט פון סאנדערס- קאָרטעז מארקסיסטישע רעפארמען גייט דאס לאנד פארארעמט ווערן ווי קיינמאל בעפאר. א מענטש וועט בלויז זיין בארעכטיגט צו א מינומום פון זיינע באדערפענישן, די רעזשים וועט איינטיילן פארן מענטש גענוי וואס זיינע באדערפענישן זענען. די גאנצע עקאנאמישע איינקנופט וועט גיין צו באצאלן פאר זאכן וועלכע זענען וויכטיג פאר די סאנדערס- קאָרטעז באלשאוויקישע רעזשים. א שטייגער ווי קלימאט ענדערונג און ראטעווען די אטמוספערע א.ד.ג. אינדיווידואלע פרייהייט גייט גענצליך אפגעשאפן ווערן אין לאנד. א פייערדיגער קלאַסנקאַמף וועט זיך צונויפ-פלאקערן אין לאנד. מען וועט זיין געצווינגן צו שטודירן מארקסיסטישע לערעס און סאציאליסטישע אידיאלען אין די שולעס און אוניווערסיטעטן. מאָנומענטן און סטאַטועס פון זשארזש וואשינגטאן און טאמאס זשעפערסאן ווען ערזעצט ווערן מיט סטאַטועס פון וולאדימיר לענין און קארל מארקס, די ווירקליכע העלדן פון די סאנדערס- קאָרטעז באלשאוויק רעזשים.

און מיר אידן וועלן אנהייבן לייגן אונזער קינדער שלאפן, מיטן וויגליד וואס מ'האט נאך געזינגן אין די גוטע צייטן פון די גרויסע רעוואלוציע - ווען די קלאַסנקאַמף איז געווען אזוי פארשפרייט ביי אונז אידן, אזש מ'האט אפילו געשאפן א פאליטישער וויגליד צו לערנען מיט די פּיצלעך אין די וויגן וועגן עקספּלואַטאַציע פון די ארעמע איבער די רייכע...

שלאף, מיין קינד, שלאף כסדר,
זינגען וועל איך דיר א ליד,
אז דו וועסט עלטער ווערן –
וועסטו וויסן אן אינטערשיד,

אז דו מיין קינד, וועסט עלטער ווערן,
וועסטו ווערן מיט לייטן גלייך,
דעמאלס וועסטו געוואויר ווערן
וואס הייסט ארעם און וואס הייסט רייך.

די טייערסטע פאלאצן, די רייכסטע הייזער,
דאס מאכט אלעס דער ארעמאן,
נאר ווייסטו ווער עס טיט אין זיי וואוינען –
נאר נישט ער, נאר דער רייכער מאן.

דער ארעמאן, ער וואוינט אין קעלער,
דער ווילגאטש רינט אים פון די ווענט –
דערפין באקומט ער א רעמאטן פעלער
אין די פיס און אין די הענט.


לעבן זאל ר' בערל סאנדערס! לעבן זאל אָקזיאָ קאָרטעז! לעבן זאל חבר יאזעף סטאלין! לעבן זאל די גרויסע רעוואלוציע![/justify]
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל

Re: אין קאמף פאר פרייהייט:

שליחה דורך גראף »

איין ניגון דערמאנט א צווייטע וואס מען האט אמאל אין באבוב געזינגען ביי א פורים שפיל. איך געדענק נאר דער ניגון אבער פון דער ווערטער געדענק איך נאר "יא סיביר סיביר פאראשע" עפעס אזוי. אפשר געדענקט איינער דא און קען אפילו לינקן צום יוטוב.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]מיר שטייען אצינד אינעם סאמען הייליגן יום טוב פון פסח, די יום טוב וואס אידן איבער די גאנצע גארער וועלט צייכענען אפ זייער פרייהייט. די יום טוב וואס רעפלעקטירט דאס וואס די תורה זאגט: כי לי בני ישראל עבדים - עבדי הם ולא עבדים לעבדים. דער הייליגער אבן עזרא דעקלערט אויף א ארט, אז ס'איז נישט פארהאן קיין גרעסערע דערנידערונג פאר א מענטש ווי אונטערדריקונג, און עס איז נישט פארהאן קיין בעסערע זאך פאר מענטש ווי זעלבסט-פרייהייט!
ווען די טאטעס פון אמעריקע האבן געשריבן די קאנסטעטוציע – האבן זיי פארשפראכן פאר אלע אמעריקאנע בירגער צוגלייך, פרייהייט. רעליגיעזע פרייהייט, פרייהייט פון רעדן, פרייהייט פון זיך פרידלעך פארזאמלן, פרייהייט פון זיך אויסדרוקן פריי. דאס זענען פון די סאמע גרונד-פרינציפן פון די פאראייניגטע שטאטן. דאס מאכט דאס אמעריקאנער פאלק אזוי אייגנארטיג ווי פון אנדערע פעלקער.

אין די דאזיגע שווערע טעג אין וועלכע מיר געפונען זיך אצינד, פראבירן מאנכע גיבערנאטורן אוועק צו רויבן פון אונז אט די דאזיגע פרייהייטן, הויפטזעכליך די ליבעראלע פון זיי. זיי גלויבן נישט אין קיין אינווידואלע פרייהייט. זיי פראבירן מיט מאכט ארויפצוצווינגן אויף אונז א טאָוטאַליטעריזירע רעזשים!
אין די קאנסטאטוציע שטייט נישט אז אין פאל פון א מגיפה פארלירט א מענטש זיינע פרייהייטן. די רעגירונג איז בלויז באפולמעכטיגט צו שאפן רעקאמענדאציעס און אנווייזונגן אבער נישט קיין געזעצן וועלכע באשרענקן די ג-ט-געגעבענע פרייהייטן פון א מענטש. און אויב עמיצער פארלעצט די רעקאמענדאציעס און אנווייזונגן קען מען אים נישט באשטראפן, ווארום ער האט נישט פארלעצט קיין שום געזעץ. אין די ליבראלע שטאטן באנוצן זיך די באערדע מיט אויסטיילן שטראפן פאר די וואס פארלעצן די סאציאלע-דערווייטערונג רעגולאציעס! דאס איז ריין טאָוטאַליטעריזאַם! און עס איז קעגן די קאנסטעטוציע!

די דעמאקראטישע פארטיי האט אין די לעצטע יארן אדאפטירט די פילאזאפיע פונעם פארשאלטענעם משומד קאַרל מאַרקס. זיי זוכן איינצושטעלן אין אמעריקע סאציאליזם,קאמוניזם, און טאָוטאַליטעריזאַם. זיי דארשטן נאך מער און מער מאכט צו קעגן אוועק רויבן פון אונז אונזערע פרייהייטן, און ארויפצווינגן אויף אונז זייערע לינקע אנטשויאונגען. און אז מיר וועלן נישט שטעלן קיין נאכאנאנדע העפטיגע ווידערשטאנד צו די דאזיגע טינקעלע עלעמענטן, וועלן מיר נאך אלע איין טאג פארלירן אונזער פרייהייט, אריינגערעכנט די פרייהייט פון רעליגיע...[/justify]
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]אין די דאזיגע טעג שטארצן אויסטערליש ארויס די צווישנשייד צווישן אלגעמיינע אמעריקאנער און ליבעראלן. און נישט בלויז ביי גוים נאר באשיינפערליך אויך ביי אידן.

די אמעריקאנע באפעלקערונג איז א בראווע פאלק זיי גלייכן נישט צו לעבן אין קיין שרעק. זיי באהאנדלן די שווערסטע סיטואציעס ווען און ווי אזוי זיי אנטוויקלן זיך. סיי ווערן נישט איבערגענומען פון קיין סייענטיסטישע פאראויסגעזאגעכצער און פרעדיקציעס אז די וועלט האלט אט אט ביים אונטערגיין! נעמליך, אז די וועלט וועט טאקע אונטערגיין, וועלן מיר דאס דאן באהאנדלן ווען עס קומט דערצו. אומנויטיגע שרעק און אנגסט וועט דאס אין יעדנספאל נישט אפהאלטן!

דאקעגן די ליבעראלן ווילן אז דאס לאנד זאל דייקא יא לעבן אין שרעק און אנגסט, ווארים דאס גיבט זיי די געלעגנהייט צו דערפולן זייער אויסטערלישע דראנג צו אטאראטעריאניזם און צו באצווינגן און הערשן אויף אנדערע. זיי זייען אן שרעק איבער קלימאט ענדערונג און גלאבאלע אנווארימונג, און פראבירן אונז איינצורעדן אז בלויז אויב נאר זיי וועלן איבערנעמן די מאכט אין לאנד און ארויפצווינגן אויף די באפעלקערונג זייער ענווייערמענטאלע און סאציאליסטישע אנטשויאונגען, בלויז דאן וועט די וועלט אפגעשוינט ווערן פון א טאטאלע אונטערגאנג. און אח און וויי פאר ווער ס'גלייבט זיי נישט אדער פארמאגט גאר די פרעכהייט אפצולאכן פון זייערע גלויבונגען.

א מגיפה האט אויסגעבראכן! די דאקטוירים זאגן אז מ'דארף בלייבן אין שטוב און איינהאלטן סאציאלע דערווייטערונג מאסנאמען. מערסטייל פונעם פאלק פאלגט ערליך! אז דער דאקטאר הייסט דארף מען פאלגן, און מען שפארט זיך איין אינדערהיים.

די ליבעראלן זענען אבער נישט צופרידן בלויז מיט דעם! זיי נוצן אויס די מגיפה צו פארמערן זייער אטאראטעריאניזם. די ליבעראלע גובערנאטורן זענען אויסן אז די באגרענצונגען און באשרענקונגען אויף זייערע אונטערטאנען זאלן זיין וואס גרעסער און וואס לענגער. אפגעזען פון דעם אז דאס פאלק ליידט שרעקליך גייסטיש און עקאנאמיש. און נישט ווייל זיי רעדן זיך דורך מיט סייענסטיסן, נאר צוליב דעם וואס צו זייער דראנג צו מאכט און צו הערשאפט איז נישט פארהאן קיין שום גרעניץ. זיי שפאנען איין די מידיע צו זייען שרעק און כאאס ביים פאלק אזוי אז זיי זאלן קענען געניסן פון זייער מאכט וואס מער און וואס לענגער.

דאס פאלק דערשפירט דאס זייער גוט און רעוואלוציע איז אין גאנג...

דאס איבערציען דאס שטריקל מיטן אויסנוצן די מגיפה זיך צו שטילן דאס דארשט פאר מאכט איז געפארפול ביז גאר! און עס וועט ווארשיינליך קאסטן מענטשליכע לעבנס. אז דאס פאלק וועט פארלירן ציטרוי אין די רעגירונג וועלן מענטשן ענווענטועל פארלעצן די לעגעטימע אנווייזונגען פון די געזונטהייט באמטע, און דאס וועט זיין פאטאל פארן לאנד! מענטשן זענען נישט משוגע, זיי ווייסן גענוי וואס זיי האבן צו טאן. קיינער האט נישט קיין רעכט ארויפצוצוינגן זיינע מיינונגן אויף אנדערע.

מענטשן מאכן געהיימע מינינים, זיי זענען ביי די מיינונג אז אויב מ'האלט איין די סאציאלע דערווייטערונג מאסנאמען איז דאס נישט קיין געפאר. קומען אנדערע וועלכע זענען אנגעגעסן מיט אומזיסטיגע שרעק פון די ליבעראלע מידיע און מאכן א רעש און א טימול! ר' איד איר האלט אז מען טאר נישט מאכן קיין מינינים? דאן מאכט נישט, אבער לאז לעבן אנדערע מענטשן וואס האלטן אנדערש ווי אייך! ס'איז נישט דיינע געשעפטן וואס יענער טוט! רוף נישט דיבאלאזיא'ס בלויע קאפאוס, און מסור נישט קיין אידן וואס זענען ווארשיינליך קליגער פון אייך און ווייסן גענוי וואס זיי האבן צו טאן.[/justify]
אויסער געווענדליך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 76
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 24, 2018 2:26 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל

שליחה דורך אויסער געווענדליך »

געווענדליך שרייב איך נישט אנליין, אבער.........

עס זעט מיר אויס ווי דו ווילסט זאגן א די לינקער זענען שולדיג פאר דעם אז די רעכטע פארלעצן די אנווייזונגן, ווארום די לינקער מאכן די אנווייזונגן, און דעריבער איז עס נישט גוט. און די לינקער זענען אייביג די וואס באשולדיגן אנדערע פאר זייער פראבלעמן, נישט ווי די רעכטער וואס ווייסן פונקט ווי אזוי צו נעמן אחריות פאר זיך.
ווי אויך אז די רעכטע גלויבן נישט די סיענטיסטן, ווייל זיי זאגן אז מיר דארפן זיך נישט ספראוון מיט פראבלעמן וואס קומן שפעטער, ווייל מיר וועלן זיך דעמאלס ספראוון מיט זיי, אפילו אז די סייענטיסטן זאגן אז מיר וועלן נישט קענען.

דאס האסטו טאקע געמיינט? דאס איז די מיינונג פון אלע רעכטע?
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

נישט קיין ביקסן, נישט קיין פאליציי, וואס יא?

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]ווען מען האלט אזוי מיט די איצטיגע אנטוויקלונגן אין לאנד, שווימט באלד ארויף אויף די געדאנקן א אנאקדאט וואס דער בריטישער פרעימער מיניסטער, ווינטסטאן טשערטשיל, האט אמאל געזאגט. אויב זענט איר נישט קיין ליבעראל ביי די צוואנציג פארמאגט איר נישט קיין הארץ, און אויב איר זענט נישט קיין קאנסערוואטיוו ביי די פערציג פארמאגט איר נישט קיין מוח...

נאך דעם וואס די ביקסן געוואלטאטען וועלכע האבן פארפלייצט אמעריקע, נישט צו לאנג צוריק, האבן די ליבעראלן פארפירט אז מען ברויך זאפארט אפשאפן די קאנסטאטוציאלע רעכט צו טראגן וואפן. זיי האבן ארגומענטירט אז אין מערסטייל פון ציווילזירטע לענדער, איז פארבאטן פאר ציווילע בירגער צו טראגן וואפן. פארוואס זאל די פאראייניגטע שטאטן זיין אנדערש? איי וועט איר פרעגן, פארוואס זאל א מענטש נישט האבן די רעכט צו טראגן וואפן זיך זעלבסט צו באשוצן פון אלעם בייזן? איז דער אנטווארט געווען, אז פאר דעם איז דא די פאליציי! פיין! אצינד נאך דעם טראַגישער אינצידענט אין מינעאַפּאָליס, פארפירן זיי אז מ'מוז זאפארט אויפלעזן די פאליצייאישע קרעפטן. און אויב אן אונטערוועלטניק ברעכט זיך איין ביי אייך אין שטוב אין מיטן די נאכט, אדער א שוואצער פראבירט צו פארגעוואלדיגן אייער טאכטער? נישט געזארגט! פארבינט אייך זאפארט צו די סאציאליע אינסטאנצן, און זיי וועלן באלד ארויסשיקן א טרענירטע סאציאלע ספעציאליסט, וואס וועט פראבירן אויסצורעדן דעם אונטערוועלטניק מיט שיינעם...

אין אנדערע ווערטער אזוי: איר זענט פארבאטן צו טראגן געווער זיך צו באשוצן און צו שוצן אויף אייערע פארמענגנס. די פאליציי קענט איר נישט רופן ווארום זיי זענען ניקסט צום האבן. און דאן ווען איר זענט שוין גענצליך שוצלאז, לאזן זיך די "איידעלע פרידערליכע דעמאנסטרירער" ארויס אויף די גאסן צו פלינדערן און רויבן, אלעס אינעם הייליג נאמען פון זשארזש פלויד, זאל ער זיין א גוטער אין דער ערד ליגער... און איר שטייט אומבאהאלפן און איר קענט גארנישט טאן.

וואס איז איר זענט נישט איינשטימיג?? עס איז זונלאז? דאן זענט איר א וויסטער ראסיסט, און אייער בלוט איז הפקר פאר די אנטיפא טעראריסטן...[/justify]
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

ווען די וועלט האט געשוויגן:

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]אמעריקע פארט אויף רעדער, אייגענטליך די גאנצע וועלט פארט אויף רעדער. געשעפטן ווערן אויסגעפלינדערט, פאליציי אפיצירן ווערן צושלאגן און צוהרג'עט, סטוטועס און היסטארישע מאנימענטן ווערן וואנדאלאזירט, אַוטאָמאָבילן גייען אויף אין העלישע פלאמען... וואס האט פאסירט? א פאליציי אפיציר האט אומבאוויסטזיניג גע'הרג'עט א שחור ערגעצוואו אין די פאראייניגטע שטאטן.

נישט אין די ווייטע פארגאנגנהייט, ווען די פארשאלטענע נאציס האבן געפירט מיליאנען אידן צו די שחיטה ווי די קעלבער, מענער, פרויען, קליינע קינדער זענען אויפגעגאנגען אין העלישע פלאמען אין די אוישוויצע קרעמאַטאָריומ'ס, און זייער פעטנס זענען פארוואנדלט געווארן צו ריין אידן פעט זייף, מיליאנען אידן זענען אינטערנירט געווארן אין בירקענאַו און אין בוכנוואלד, ווי איז דאן געווען דער וויי געשריי? פארוואס האט די רייכע אמעריקע זיך נישט פאגינען מנדב צו זיין איין קליינע באמבעלע, ענדגילטיג פטור צו ווערן פון דעם גרעסטן טויט-פארבריק וואס האט נאר אמאל עקזעסטירט אונטער די מילך וועג גאלעקסיע. פארוואס האט מען נישט געהערט קיין פיפס פונעם שמייליגן וואס זיצט אין וואטיקאן. דער הייליגער טראן דאווענט פאר די נשמות פון די אומגעקומע האט דער שטאקיגער שטיר געזאגט. מיסטער אפיפיור, דאווענט עטוואס ווייניגער און טיט צו דער זאך. וואו איז די וועלט געווען ווען דער סט. לואיס שיף איבערפילט מיט נאנט צו צען טויזענט אידן וואס האט זיך קוים מיט צרות ארויסגעראטעוועט פונעם ברענעדיגען אייראפע, האט ארום געבלאנזשעט אויף די וועלטס אקעאנען, און קיין שום לאנד האט זיך נישט דערבארעמט זיי אריינצולאזן, אין רעזולטאט איז דער קאפיטאן הער שראָעדער געווען געצווינגען צו פאקירעווען דעם שיף צוריק קיין האמבורג. און וואס האט דארט פאסירט צו די אידישע פאסאזשירן? יא! איר האט צוגעטראפן! פארברענט צו אש, דערשאסן ווי הונט, צושלאגן צום טויט, געשטארבן פון דיזענטעריע און עפּידעמיע אין די לאגערן... וואו איז דער וועלט געווען? אין היינט ווען מ'הרג'עט אומבאוויסטזיניג איין מענטש... קערט זיך א וועלט!

נאר וואזשע דען? ער ארט נישט קיינעם ווירקליך אזוי שטארק אז זשארזש פלויד ליגט שוין טיף אין דער ערד... אין באווייז, ווען די ליבעראלע כוליגאנעס האבן ברוטאליש גע'הרג'עט א שווארצער פאליציי אפיציר, הערט מען נישט קיין פיפס פון זיי... די גאצע סימוטאכע ארום דער טויט פון פלויד, ווערט בלויז אויסגענוצט דורך די ליבעראלע טעראריסטן צו זייען אנארכיע און כאאס אין אמעריקע, האפנדיג דאס וועט זיי געבן די רעגירונג מאכט, און זיי וועלן ענדליך קענען ארויצווינגען אויף אונז א מארקסיסטישע ארדענונג...[/justify]
מצפצף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 322
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2018 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 178 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 218 מאל

שליחה דורך מצפצף »

אומבאוויסטזוניג??
ציפור דרור המצפצף ואינו מקבל מרות
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

יא!
מצפצף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 322
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2018 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 178 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 218 מאל

שליחה דורך מצפצף »

וויפיל מאל דארץ מען
איהם זאגן "דו הרג'סט
אים" עס זאל שוין זיין
באוויסטזוניג ??
ציפור דרור המצפצף ואינו מקבל מרות
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]לאמיר זיך א מינוט פארשטעלן ווי דאס ארגסטע פאסירט חלילה. אן אראבישער טערארריסט כאפט זיך אריין אין שולע פיל מיט קליינע קינדער, און שרייט אויס אללא אכבאר! און רייסט זיך ספאנטאן אויף. הונדערטער קליינער אומשולדיגע קינדער ווערן ברוטאליש צופליקט אויף פיצלעך. וואס וועלן די לינקע כוליגאנעס דאן זאגן? אז אלע אראבער זענען בארבארישע מאסן מערדער? זיכער אז נישט! און זיי וועלן אייגענטליך זיין הייליג גערעכט. עס זענען פארהאן ביליאנען אראבער אויף די וועלט וועלכע זענען ווירקליך גוטע לייט. עס איז פארהאן צווישן זיי מערדער? זיכער יא! פארוואס אצינד ווען איין פאליציי אפיציר האט איינגעמאכט, באשולדיגען זיי אלע פאליציי אפיצירן פון איבער די גאנצע וועלט מיט אנגעבליכע סיסטעמאטישע ראסזים? ווען נוצט מען דעם קאָלעקטיוויזם קארטל און ווען נישט?

ווען היפאקריטע און פאלטשקייט וואלט ווען געמאכט וואקסן וואלט ווען יעדע ליבעראל געזיצן אויף די לבנה און מיט די פיס זיינע געשאקלט א יאכעט אין טייך.[/justify]
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

קאך_לעפל האט געשריבן:[justify]לאמיר זיך א מינוט פארשטעלן ווי דאס ארגסטע פאסירט חלילה. אן אראבישער טערארריסט כאפט זיך אריין אין שולע פיל מיט קליינע קינדער, און שרייט אויס אללא אכבאר! און רייסט זיך ספאנטאן אויף. הונדערטער קליינער אומשולדיגע קינדער ווערן ברוטאליש צופליקט אויף פיצלעך. וואס וועלן די לינקע כוליגאנעס דאן זאגן? אז אלע אראבער זענען בארבארישע מאסן מערדער? זיכער אז נישט! און זיי וועלן אייגענטליך זיין הייליג גערעכט. עס זענען פארהאן ביליאנען אראבער אויף די וועלט וועלכע זענען ווירקליך גוטע לייט. עס איז פארהאן צווישן זיי מערדער? זיכער יא! פארוואס אצינד ווען איין פאליציי אפיציר האט איינגעמאכט, באשולדיגען זיי אלע פאליציי אפיצירן פון איבער די גאנצע וועלט מיט אנגעבליכע סיסטעמאטישע ראסזים? ווען נוצט מען דעם קאָלעקטיוויזם קארטל און ווען נישט?

ווען היפאקריטע און פאלטשקייט וואלט ווען געמאכט וואקסן וואלט ווען יעדע ליבעראל געזיצן אויף די לבנה און מיט די פיס זיינע געשאקלט א יאכעט אין טייך.[/justify]


ס'איז גייט נאך מיט א סטעפ ווייטער, ביים אראבער זאגט ער קלאר אז ער טוט עס דערפאר, משא"כ דא איז נישטא קיים שום פרוף אז ראסיזם איז געווען אריינגעמישט.. (ס'קען דאך סתם א שלעכטער פאליציאנט, און לויט די שמועות האבן זיי דאך זיך געקענט)
לשם יחוד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 37
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 10:47 am
האט שוין געלייקט: 45 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 50 מאל

שליחה דורך לשם יחוד »

איך קען נישט פארשטיין פארוואס יעדער דארף אייביג גיין עקסטרעם.
די לינקע שרייען אז וויבאלד די פאליציאנט איז א מערדער זענען זיי אלע מערדערס, דארפסטו קומען זאגן אז ער איז אויך נישט קיין מערדער סגעווען אומבאוויסטזוניג.

זאג נאר, דו האסט געזען די גאנצע ניין מינוטיגע ווידיאו? די האסט נאך א ספק אז ער איז נישט קיין מערדער?
האסט נישט געהערט ווי פלאודס קול ווערט שוואכער ביז ער ווערט שטיל? ער האט עס אויך געהערט
האסט נישט געזען ווי זיין קאפ איז שוין צוריקגעפאלן מיט א פארחלשטע בליק בשעת דער אכזר adjust זיינע קניען אויף זיין האלז זיכער צומאכן אז סבלייבט גארנישט איבער??

סאיז ביי מיר נישט קיין ספק אז דער דארף אנגעקלאגט ווערן אויף first degree murder.
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

לשם יחוד האט געשריבן:איך קען נישט פארשטיין פארוואס יעדער דארף אייביג גיין עקסטרעם.
די לינקע שרייען אז וויבאלד די פאליציאנט איז א מערדער זענען זיי אלע מערדערס, דארפסטו קומען זאגן אז ער איז אויך נישט קיין מערדער סגעווען אומבאוויסטזוניג.

זאג נאר, דו האסט געזען די גאנצע ניין מינוטיגע ווידיאו? די האסט נאך א ספק אז ער איז נישט קיין מערדער?
האסט נישט געהערט ווי פלאודס קול ווערט שוואכער ביז ער ווערט שטיל? ער האט עס אויך געהערט
האסט נישט געזען ווי זיין קאפ איז שוין צוריקגעפאלן מיט א פארחלשטע בליק בשעת דער אכזר adjust זיינע קניען אויף זיין האלז זיכער צומאכן אז סבלייבט גארנישט איבער??

סאיז ביי מיר נישט קיין ספק אז דער דארף אנגעקלאגט ווערן אויף first degree murder.


First degree איז אין אלגעמיין נאר ווען ס'געווען געפלאנט פון פאראויס.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

נידער מיט די מאסקעס...

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]אין די תורה הק' ווערט דערציילט, אז גלייך נאכדעם וואס די אידן האבן געמאכט דעם גאלדענעם קעלבל אין מדבר, האט משה רבינו אויפגעשטעלט א געצעלט אינדרויסן פון דאס אידישער לאגער, ווארים דער אויבישטער האט אויסטערליש געצארנט אויף די אידן, און ער האט אויף קיין פאל נישט געוואלט שטיין אין ווארט מיט משה אזוי לאנג ווי ער געפונט זיך אינעם אידישן לאגער. ס'איז געווען דאן זייער שווערע צייטן... משה האט דאן אויפגעשטעלט א געצעלט אינדרויסן פון די לאגער, און בלויז דארט אין יענעם דעזיגנירטע געצעלט האט ג-ט ווייטער געפירט מיט אים געשפרעכן. יעדער אינדערפרי ווען משה איז ארויס פונעם לאגער צום געצעלט, האט דער גאנצער אידישער לאגער אים נאכקוקט מיט עהרע און שעצונג. און ווי נאר משה האט ערייכט צום געצעלט האט זיך א וואלקן-זויל באוויזן ביים עפענונג פונעם געצעלט, און גאנץ כלל ישראל האט באשיינפערליך געזען ווי ג-ט רעדט מינדליך צו משה רבינו... דער עולם האט זיך ספאנטאן געווארפן צו דער ערד און געפאלן כורעים, איטליכער ביים טיר פון זיין געצעלטל. די תורה פארציילט ווייטער אז ווען משה איז געקומען און געגאנגן האט אים דאס געזיכט געלאכטן מיט א הייליגע שיין, אזש מ'האט אים נישט געקענט קוקן אין פרצוף אריין. משה איז געווען געצווינגן צו טראגן א מאסקע אויף זיין געזיכט. דער תורה הק' בצייכנט אויך א וויכטיגע קרישקעלע, אז ווען משה האט זיך געוויזן דאס געזיכט פארן באשעפער, האט ער פון זיך אראפגעצויגן די מאסקע. ווארשיינליך האט ער געהאלטן אז ס'איז נישט קיין כבוד צו רעדן צום באשעפער מיט א געזיכט-פארשמירטע מאסקע...

אנהייב פון דעם אנגייענדעם כינעזער אונטערגאנג האט דער גרעסטער עפידעמיאלאג אין לאנד הער ד''ר אנטאני פאושי דערקלערט, אז לויט זיין מיינונג איז נישט נויטיג זיך צו פארשמירן דאס געזיכט מיט א מאסקע. ער האט ארגומענטירט אז דער קאָראָנאַווירוס גייט בלויז אריבער פון איינעם צום צווייטן דורך דירעקטע אנרירונג, און טאקע צוליב דעם האט ער איינגעשטעלט א גאנצע רייע פון דערווייטערונגן, פול מער ווי מ'איז פארפליכטעט צו פראקטעצירן ווען דאס ווייב האלט אין איר מאנאטליכער צייט, אלעס אז מ'זאל זיך חלילה נישט אנרירן איינער דעם צווייטן. היינט שרייט דער פאושי אז מ'זאל אויסשליסליך יא טראגן מאסקעס. וואס האט זיך געטוישט? וואס האט אים געמאכט ענדערען זיין אקאדעמישע מיינונג? איז א מאסקע יא ווירקזאם זיך אויסצוהיטן פון קאָראָנאַווירוס צי נישט? ער זאגט טאקע פארשידענע עקלערונגן און אויסריידן, זאגאר ס'לייגט זיך נישט אויפן גלייכן שכל...

דער ביטערער אמת איז אז דער נאציאנאלער עפידעמיאלאג פאושי, איז נעבאך טראגיש אנגעשטעקט געווארן פון א צווייטער ווירוס. אין דעם מאדאגאסקאר פון ליבעראל-לאנד, וואס איז אויך באקאנט אלס וואשינגטאן די.סי. בושעוועט שוין לאנגע יארן א שרעקליכער עפידעמיע, די ווירוס וואס רופט זיך ליבעראליזם שטעקט דארט אן די מאסן אויף א מאסנשטעבליכער פארנעם. די ליבעראליזם ווירוס איז זייער ענדליך צו די די היפאקריטיזם ווירוס. פאר די דאזיגע אנגעשטעקטע פון דעם ביטערן ליבעראליזם-ווירוס גייט אין לעבן אז יעדער אמעריקאנער זאל זיין געצווינגן דורך די פעדעראלע רעגירונג זיך צו פארשמירן דאס געזיכט מיט א מאסקע. זיי זעלבסט פארשטייען נישט גענוי פארוואס, אבער זיי זענען אויסגעשלאסן עס צו אינפארסירן מיט די הארבסטע מיטלן. אויסער ביי די שווארצע לעבן מאכט אויס דעמאסטראציעס, דאן דארפן מען נישט טראגן קיין מאסקע. זייער פאליטישער מאטיוו איז ווארשיינליך, אז דער גערוך פון דעם קאָראָנאַווירוס זאל זיך שפירן ביז צו די פארשטייענדע נאוועמבער וואלן. די ריפאבליקאנער ווילן זיך נישט לאזן באצווינגן פון די ליבעראלע מאלפעס און זיי פייפן זיך אריין אין זיי מיט א גרויסער פייפער, אזש די ליבעראלער געמיינדע אין וואשינגטאן גייען באנקערס... ווען די רעפובליקאנער האבן ווען עטוואס הומער זאל זיך יעדער אנטאן בלויז איין הענטשוך אויף די לינקע הענד... און דערמיט טרייבן אקאטוועס פון די דערנערווירטע פארביטערטע ליבעראלע שוויינען...[/justify]
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]אָבזערווירענדיג די לעצטע פרעזידענטליכע דעבאטע האט זייער ארויסגעשטארצט, דאס צווישנשייד איבער דעם צוגאנג צו באקעמפן דעם כינעזער אונטערגאנג, פון דעם קאנסערוואטיווער פרעזידענט טראמפ און דער סאציאליסט-קאמוניסט רבי יאשע ביידן.
פרעזידענט טראפ: איך וועל צואיילן טעראַפּיוטיקס און וואַקסינאציעס, און שניידן וואס מער רעגולאציעס אז ס'זאל ערשינען וואס שנעלער צו ראטעווען מענטשליכע לעבנס.
יאשע ביידן: איך וועל צווינגן דאס מענטשהייט צו גיין מיט מאסקעס, און ארויפצוויגנען אפשפארונגען אויפן פאלק.
ס'איז ווירקליך נישטא ווער ס'זאל לאכן...

דער קאמוניסט איז בלויז דא, אוועק צונעמען אונזער פרייהייט און אונז איינטיילן וואס צו טאן. אפגעזען פונעם פאקט אז זיי זעלבסט לאכן זיך אויס פון זייער אייגענע באפעלען. א שטייגער ווי דער ניו יארקער מעיאר דעבלאזיאו, און דער גרעסטער שלאנג אין וואשינגטאן, שקאלפטע נעסטי פעלאוסי, און דער גאווערנאר פון מישיגן, גרעטשען וויטמער, פארלוירן זאלן זיי אלע ווערן פונעם האריזאנט. און קאנטראסט פון די קאנסערוואטיווער וואס שרייען: לאז לעבן די מענטשהייט, באשרענק נישט זייער פרייהייטן, יעדער פאר זיך ווייסט גענוי וואס ער האט צו טאן.

די איצטיגע פרעזידענטליכע וואלן איז א קאמף פון פרייהייט איבער טיראני אויף א פארנעם ווי קיינמאל בעפאר...[/justify]
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]די רעפובליקאנער פירן אצינד קאמף אויף לעבן און טויט אז אמעריקע זאל פארבלייבן א פרייער לאנד, און אז די רעגירונג זאל וואס ווייניגער איינטיילן פאר די בירגער וואס צו טאן. אינדיוויאלע פרייהייט אין אמעריקע איז אצינד אויפן וואגשאל. אידילאגיעס וועלכע זענען אמאל געווען גענצליך אפגעפרעגט ביי די אמעריקאנע מאסן איז היינט געשעצט ביי די יונגווארג. דער געפאר פון סאציאליזם שיינט אויפן האריזאנט ווי קיינמאל פריער.

שטודירנדיג אביסל די אידילאגיע פון סאציאליזם האב איך מיך אנגעשטויסן מיט א פאקטאר וואס איז געווען פון מיר פארהוילן ביז היינט.

די ערשטע חלוצים אין ארץ ישראל זענען געווען פארברענטע מארקסיסטן, זיי האבן ווירקליך געהאלטן אז קיינער טאר גאר נישט פארמאגן קיין זאך וואס א צווייטער האט נישט, יעדער איז אייניג גלייך. זיי האבן זיך באזעצט אין די קיבוצים ווי יעדער אייניג האט געדארפט ארבייטן, עס איז דארט נישט געווען קיין ארט פאר קיין פוילניאקעס און פראזיטן. יעדער איינער יונג און אלט, יונגל און מיידל אן קיין אויסנאם האט געארבייט ביטער שווער פון פרי באַגינען ביז שפעט אין אווענט. זאגאר קיינער האט אבער גארנישט פארמאגט. דאס גערעטעניש און די פרוכט פון די ארבייט איז געגאנגען פארן קיבוץ. אין אויסטויש האט יעדער באקומען אן ארט צו שלאפן און עסן און זיין אלע אנדערע מאטריאליסטישע געברויכן. און אנדערע ווערטער מען האט געארבייט ביטער שווער בלויז אז מ'זאל האבן וואס צו עסן און וואו צו שלאפן. איי מיט וואס איז מען מער ווי דער בהמה וואס מען פאשעט? א מענטש איז פאראנטווארטליך פאר די מענטשהייט, א מענטש איז נישט באשאפן געווארן צו פארמאגן א זאך וואס יענער זאל נישט האבן, און איך ארבייט פאר מיין חבר אויך און מיין חבר ארבייט פאר מיר אויך, אין קאנראסט פון דער בהימה וואס ארבייט בלויז פאר זיך.
וואס כ'האב נישט געוויסט איז, אז דאס האט ארייגענומען ווייבער און מיידל-פריינדינס אויך. מ'האט זיך מיט דעם אויך געטיילט גלייך אויף גלייך. דאס מיידל-פריינדינס פון דעם אידיאלאגישער חלוץ האט נישט געהערט בלויז פאר אים, ניין, ס'האט געהערט פאר אלע חלוצים אייניג גלייך גענוי ווי זיין פארמעגן וואס ער פארדינט געהערט פאר יעדעם אייניג גלייך, טא מיט וואס איז דער ווייב אנדערש?
אין רעזולטאט האט יעדע מאן געהאט קינדער פון הונדרעט באזונדערע מאמעס, און יעדע מאמע האט געהאט קינדער פון הונדרעט באזונדערע טאטעס...

א סארט לעבן געווען...[/justify]
פארשפארט