די שר התורה פארן מלך המשפט

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
במדבר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 281
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:58 pm
האט שוין געלייקט: 699 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

די שר התורה פארן מלך המשפט

שליחה דורך במדבר »

בו''ה

פאליטישע און טעלעוויזיע פערזענדליכקייטן אין מדינת ישראל האבן זיך געלאזט הערן לעצטענס אז מרן, די תורה מיניסטער, ר' חיים קנייבסקי שליט''א, זאל געשטעלט ווערן פאר א געריכט, ניין! נישט איבער געפינענע קארופציע אין זיין מיניסטעריום, נאר איבער וויאזוי ער איז זיך אימגעגאנגען אין לויף פין די קאראנא קריזיס.

פאראינטערסירטע אינעם דבר ה', האבן מיט שפאנונג נאכגעפאלגט די שכינה המדברת מרשב''ם 23, קודם איז געהערט געווארן די קלארע
''דעת תורה'', אז ''תורה מגנא ומצלא'' און מיט אייפער האבען זיי געענטפערט ''נעשה ונשמע'',און מיט מסירת נפש אפן געהאלטן חדרים, ישיבות
און כוללים.

די רעזולטאטן האבן נישט געשפעטיגט צו קומען.

און נאך א וואך צוויי פון דינערן אין בליצן און ''שברי לוחות'', איז געקומען די ''לוחות שניית'' דארט איז שוין יא געשטאנען ''אש שחורה על גבי אש לבנה''

''לא תרצח''

און זאגאר גאר אז די אלע וואס פאלגען נישט די משרד הבריאות, זענען רודפים ''וגוערין בהם'' און מען דארף זיי ''מויסער'' זיין פאר די אינסטאנצען.

אבער עס איז געקומען אביסעלע צו שפעט, אין א ריף פאר גערעכטיקייט האט זיך געלאזט הערן.ווי די ווערטער פון די פיאנער זשורנאליסט, ירון לונדון אויף די פראגראם ''זמן אמת''.
"הוא צריך להיות מועמד לדין באשמת רצח או רשלנות פושעת"..."הוא הרג, במילותיו, מתו עשרות, אולי מאות אנשים. ואלפים חלו, בגללו".
אדער ווי די געוועזענע מיניסטערן פרוי לימור לבנת (הליכוד) האט גע'טוויט.
''יש למצות את הדין, כחוק, כמו עם כל מי שמפר את ההנחיות, עם ''הרב קנייבסקי'' ועם חסידיו, עד תום".

''יראה הקהל וישפוט''
די חרדי'שע פרעסע אין מדינת ישראל האט דאס זייער שארף פארדאמט און פארציילט זייערע חרדי'שע ליינער
ווי דערציטערט און פארעקלט זיי זענען גאר געווארן.(זעזוע ושאט נפש מדברי הבלע של ירון לונדון כנגד שר התורה הגר"ח קנייבסקי/זעזוע
גדול בקרב הציבור החרדי בעקבות דבריו ההזויים והמנותקים של העיתונאי ירון לונדון.....עפ''ל)
וואלט געווען אינטערסאנט צו הערן א דעה, א דערהער, פון ברידער און שוועסטער דא אויף קאווע שטיבל.

וואס איז אייער מיינונג?

1)ניין!-והשופט כל הארץ ... יעשה משפט. 2)יא!-די געריכט זאל אורטיילן.
הלוואי ויתמזגו מזרח ומערב (אהוד מנור).
אונטער חכם
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

Re: די שר התורה פארן מלך המשפט

שליחה דורך אונטער חכם »

איינער האט שוין גערופן אז מען זאל שטעלן צום משפט יורם לס, וואס גייט ארום שרייען אז די גאנצע זאך איז נארישקייטן?

לעצם הענין, האלט איך אז מען דארף שטעלן צו א משפט, אבער נישט ר' חיים, נאר זיינע שטוב מענטשן, ער איז גארנישט שולדיג, אן אלטער איד וואס איז אייביג אנטלאפן פון הנהגה, און יעצט אויף דער עלטער שלעפן די שטוב מענטשן פשוט ארויס וואס זיי ווילן פון אים, אזוי ווי יעדער האט געקענט זעהן אויף די ווידעא וויאזוי דער באשלוס צו האלטן אפן די ת''ת איז צוגעגאנגען.
אינגערמאנטשיקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 627
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 487 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

שליחה דורך אינגערמאנטשיקל »

מיין לייק איז געווען פאר'ן בו"ה, איט נעילד איט.

ולגופו של ענין, ס'איז דא איין חרדישע דזשורנאליסט וואס האט זיך ארויסגעשטעלט ללא מורא גלייך פין אנפאנג אז הגאון האדיר רבי חיים שליט"א איז באגאנגען א קריים. הגם דער דזשורנאליסט איז גוט פאריקט למיטב ידיעתי איז עס באגריסנד אז ער האט די גאטס דערפאר.

ישראל פריי, http://mobile.twitter.com/freyisrael1

ולעצם הענין, אין די גאנצע וועלט זענען געווען מענטשן, פראפעסארן און פאליטיקאנטן וואס האבן אפען געלאכט פין די גאנצע פאניק. ובפרט אין ישראל וואס די פאניק איז געקניפט און געבינדען מיט די פאליטישע און קרימינאלע צוקונפט פין די ארטיגע פרעמיער יר"ה. מי יודע וויפיל בלוט די אלע אפשפעטערס האבן אויף זייערע הענט ובפרט רבנים ובאי ביתם, אבער שטעלן צום געריכט דא אויף די וועלט קען מען נישט. אבער לפני בי"ד של מעלה בין איך נישט מקנא וואס מען גייט אריינפראקן.

און צו די שטוב מענטשן פין די רבנים, ובפרט די נכד הידוע המכונה סגן שר במעמד שר למטיבי לכת, אחוץ ענקער עונש אויף יענע וועלט זאלט עטס נאר וויסן אז די דעמעדזש אינעם דעת הקהל אויפן אופן קבלת החלטות (און די "מרן"שאפט באגלייט מיט מיסטישקייט אזויווי אבישי בן חיים איז דאס מגדיר) ביים יעצטיגען קריזיס וועט געדוירען יארן לאנג צוריקצודרייען. וגם אני בתוכם.

ולמטיבי לכת, חצר ראב"ד האט געוואונען מיט א נאק-אוט חצר רשב"ם מיט קלארע אומצוויידייטיגע הוראות לחומרא אין ונשמרתם. סיי ביי חרדים און כש"כ ביים ציבור המסורתי. און נאכמער ביי די פרייע.
באניצער אוואטאר
במדבר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 281
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:58 pm
האט שוין געלייקט: 699 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

שליחה דורך במדבר »

אינטערעסאנט אנצוצייכענען אז בעת דער גאלף קריג (1990-1991), איז ר' חיים (דאן נאר עוזר שר) אונטערגעשטאַנען אז קיין מיסילס וועלן נישט פאלן אין בני ברק, און מען קען פאָרזעצן די רוטין.

נישט נאר מוסדות התורה, וואס זענען ''באשיצט'' אינטער קריגס געזעצן אלס ''תורה מגנא ומצלא''.

נאר וויבאלד אין בני ברק! האט געוואוינט א דערהויבענע איד, ווי זיין פעטער די חזון איש ז''ל,

נו! איז ווי קען זיין!!! ווי קען זיין!!! רבונא דעלמא כולא!!!, ווי קען זיין אז אין אזא שטאט!, אזא שטאט!!! זאל א איד גשעדיגט ווערן.

אויף די געסעלעך ווי די חזון איש האט שפאצירט, האט סאדאם כוסעין ימ''ש, נישט קיין שליטה! קיין שליטה!!! ...........נו! פארשטייסט!!! זייער פשוט!.



..........יענקוש איז נישט געווען דארטן, צו שישקענען אין אויער.


א דאנק ''אינגערמאנטשיקל'' און ''אונטער חכם'' פאר אייערע באלערענדע רעאקציעס.(אין פאר די לייק)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום במדבר, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
הלוואי ויתמזגו מזרח ומערב (אהוד מנור).
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

נו, אי ער נישט גערעכט געווען דעמאלטס? כ'מיין אז די מימרא קומט נאך פון זיין טאטע דער סטייפלער, ביי א צווייטן געלעגנהייט. עס איז טאקע אמאל נישט געפאלן דארט, חוץ אויף איין מחלל שבת אין א קאר. היינט פאלט שוין דארט אין גרויסן...
אינגערמאנטשיקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 627
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 487 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

שליחה דורך אינגערמאנטשיקל »

במדבר האט געשריבן:אינטערעסאנט אנצוצייכענען אז בעת דער גאלף קריג (1990-1991), איז ר' חיים (דאן נאר עוזר שר) אונטערגעשטאַנען אז קיין מיסילס וועלן נישט פאלן אין בני ברק, און מען קען פאָרזעצן די רוטין.

נישט נאר מוסדות התורה, וואס זענען ''באשיצט'' אינטער קריגס געזעצן אלס ''תורה מגנא ומצלא''.

נאר וויבאלד אין בני ברק! האט געוואוינט א דערהויבענע איד, ווי זיין פעטער די חזון איש ז''ל,

נו! איז ווי קען זיין!!! ווי קען זיין!!! רבונא דעלמא כולא!!!, ווי קען זיין אז אין אזא שטאט!, אזא שטאט!!! זאל א איד גשעדיגט ווערן.

אויף די געסעלעך ווי די חזון איש האט שפאצירט האט סאדאם כוסעין ימ''ש, נישט קיין שליטה! קיין שליטה!!! ...........נו! פארשטייסט!!! זייער פשוט!.

יענקוש איז נישט געווען דארטן, צו שישקענען אין אויער.


א דאנק ''אינגערמאנטשיקל'' און ''אונטער חכם'' פאר אייערע באלערענדע רעאקציעס.(אין פאר די לייק)

די פראבלעם דאס מאל איז געווען אז יענקוש האט "נישט געשישקעט אין אויער", רעב חיים וואס כל רז לא אניס ליה אין כל התורה כולה האט נאכאלץ נישט קיין השגה וואס קאוויד פינעם יארע 19 באדייט. ער מעג נישט פסק'נען קעגן א גאווערמענט רולינג אויב קען ער נישט די מציאות.
ווי איז יענקוש געווען איהם צו אינפארמירן אדער נעם אוועק פין איהם די מחליט פאזיציע אויף די נושא.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

צו דעם זשורנאליסט ירון לונדון קענמען נישט האבן קיין טענות. ער איז אין בעסטן פאל אן עם הארץ. ער קען נישט מעריך זיין די ווערט און כבוד התורה וואס אונז אידן האבן. ספעציעל פאר ר' חיים קנייבסקי.

אבער אונז כשלעצמנו דארפן מיר צו וויסן אז דאס איז 2 אנדערע וועלטן. ווען ס'קומט צו ערנסטע עניינים פון פיקוח נפש, דארפמען זיך שואל עצה זיין מיט אזעלכע גדולי ההוראה ווי דער ראב"ד וועלכע זענען מיט ביידע פיס אויף די וועלט. נישט מיט א איד וואס איז כלוא בבית. און איז אויסגעטון פון די הוויות דעלמא שוין פאר יארן.

איך געדענק אז מיט עטליכע יארן צוריק איז געווען א פאל פון א איד וואס איז זיך געגאנגען..."שואל עצה"...זיין מיט איינעם פון די גדולי ראשי הישיבות. וואס איז שוין בעלמא דקשוט. בעצם איז ער נישט געגאנגען צו איהם ווייל ער האט נישט געוואוסט וואס ער האט צו טון. ער איז נאר געגאנגען ווייל ער האט געוואלט האבן יענעם קרייז אויף זיין זייט. זיין ווייב איז געלאפן פאר א פאליטישן אמט. נו' ס'פאסט דאך נישט פאר א אידענע צו קומען צום ראש הישיבה. איך געדענק האבנדיג געזעהן דעם קליפ פונ'ם דיאלאג. אייגנטליך איז עס געווען א מאנאלאג. דער איד האט גערעדט. און איבערגעזאגט עטליכע מאל זיין בקשה. און דער ר"י ז"ל האט נעבעך נישט אנגעהויבן צו וויסן וואס ער רעדט. נאך 2 מאל איבערזאגן זיין סיפור הדברים האבן די שטוב מענטשן. נישט דער ר"י מדובב שפתות געווען דעם ר"י כאילו ער געט א ברכה פאר דעם איד. און די אינטערוויו איז געווען געענדיגט...!

אויך איז ער געווען ביי א זיסן, טייערן חסיד'ישן רבי'ן וואס איז אויכעט שוין נסתלק געווארן לחיי עלמא. אבער דער רבי האט כאטשיג צוגעשאקלט מיט'ן קאפ אויף אלעס וואס דער איד האט געזאגט...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אינגערמאנטשיקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 627
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 487 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

שליחה דורך אינגערמאנטשיקל »

הגה"ח רבי בערל, איך האב גראדע נישט געמיינט דער ראב"ד הגר"מ שטערנבוך שליט"א וואס שמואל דער ווידער (בבחינת סענדער וכו') האט מכתיר געווען אלס פוסק הדור תיכף נאכן מכתיר זיין דער דיין ויחיד מומחה בענייני סת"ם הגרא"ה וואזנער אלס פוסק העיר אין מאנסי.

געמיינט האב איך הגר"ג אדלשטיין שליט"א וואס וואלט ווען בעצם געדארפט זיין דער מנהיג ביי די ליטאים, (כ'מיין אז ס'איז דא א שוואכע אינטערעסע דא אין שטיבל אויף ליטווישע פאליטיק העל איך נישט מאריך זיין אין די נושא)

אבער איה"נ, רב שטערנבוך איז אויך באקאנט אלס איינער וואס איז אויף די וועלט מיט ביידע פיס. (חוץ בדברים הנוגעים במחלוקת לבית התמרים און זייערע צווייגען אויסגעשפרייט אין ישראל)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אינגערמאנטשיקל: ייש"כ. דער ראב"ד שליט"א איז גראדע יא א גרויסער פוסק. (איך ווייס נישט אויב פוסק הדור. איך האב נישט קיין אגענדא. לכאן או לכאן. און איך הייס נישט שמואל ווידער.) די ארונים גראדע האבן זייער שטארק געשטופט דעם הייליגן גאב"ד בתחילת נשיאותו. ער איז אבער א פלאטשיגער. און ער בתמימותו איז ענדערש נוטה צו האלטן מיט די צד הזאלונים. און ממילא האט ער געוואלט פסל'ען דעם ראב"ד. ער איז בכלל א קנאפער חכם. ער איז לכאורה נישט מער ווי א פאפפעט. נישט קיין סאך בעסער ווי ר' חיים...!. אבער דער ראב"ד אפילו ר'איז א קנאי, איז ער דאך א רעאליסטישער מענטש...!
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

berlbalaguleh האט געשריבן:אינגערמאנטשיקל: ייש"כ. דער ראב"ד שליט"א איז גראדע יא א גרויסער פוסק. (איך ווייס נישט אויב פוסק הדור. איך האב נישט קיין אגענדא. לכאן או לכאן. און איך הייס נישט שמואל ווידער.) די ארונים גראדע האבן זייער שטארק געשטופט דעם הייליגן גאב"ד בתחילת נשיאותו. ער איז אבער א פלאטשיגער. און ער בתמימותו איז ענדערש נוטה צו האלטן מיט די צד הזאלונים. און ממילא האט ער געוואלט פסל'ען דעם ראב"ד. ער איז בכלל א קנאפער חכם. ער איז לכאורה נישט מער ווי א פאפפעט. נישט קיין סאך בעסער ווי ר' חיים...!. אבער דער ראב"ד אפילו ר'איז א קנאי, איז ער דאך א רעאליסטישער מענטש...!


שוין ווייטער האסטי אריינגעטרעטן אין צואה און שמירסט עס ארום. רבש"ע, ווי קומט דא אריין די גאב"ד מיט ארונים?! נאכדעם ווינדערט ער זיך ווי זענען מיינע לייקס? פארוואס ווער איך איגנארירט?

@במדבר די ביסט פיינע סחורה.

ס'איז רחמנות צו זעהן ווי מ'מאכט פורים פון אזא הייליגע גאון שאין לו בעולמו אלא ד' אמות של הלכה, און א גרעסערע רחמנות איז צו זעהן ווי מ'מאכט ליצנות פון כלל ישראל ווי אפאר ראצערס זענען די טאן געבער מה לקרב ומה לרחק.

אוי מה היה לנו
אינגערמאנטשיקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 627
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 487 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

שליחה דורך אינגערמאנטשיקל »

ס'איז נארוואס אויפגעדעקט געווארן דורכ'ן דזשורנאליסט יאיר שרקי פין טשענעל 12 (באקאנט פינעם ברוקלין של קודש סעריע) אז הגר"ח קנייבסקי האט נעכטן געשריבען א בריוו אז עס איז א 'חוב קדוש שכל מוסדות התורה ייפתחו מיד' פארשטייט זיך אפהיטענדיג די זיכערהייט מאסנאמען פארלאנגט דורך די ארטיגע רעגירונג.

ער האט די בריוו צוגעשיקט צום ליטווישען 'יתד נאמן' צייטונג, אבער זיי האבן עס נישט געדריקט עפ"י די דיירעקטע הוראה פין הגר"ג אדלשטיין.

עד כאן די טרוקענע פאקטן.
באניצער אוואטאר
במדבר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 281
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:58 pm
האט שוין געלייקט: 699 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

שליחה דורך במדבר »

איי! איי !איי! עס אנטוויקלט זיך א ערנסטע מחלוקת צווישען די רשב''ם(23) און ראב''ד(17), אין די ישיבות און כוללים זענן פארמאכט!!!. :lol:



נ''ב זעט אויס אז קאראנא איז א היילונג פאר געוויסע קרענק.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום במדבר, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
הלוואי ויתמזגו מזרח ומערב (אהוד מנור).
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

כ'האב געהערט זאגן אז גימל גייט פארלירן די תיק התורה.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
אינגערמאנטשיקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 627
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 487 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

שליחה דורך אינגערמאנטשיקל »

במדבר האט געשריבן:איי! איי !איי! עס אנטוויקלט זיך א ערנסטע מחלוקת צווישען די רשב''ם(23) און ראב''ד(17), אין די ישיבות און כוללים זענן פארמאכט!!!. :lol:

זעט אויס אז קאראנא איז א היילונג פאר געוויסע קרענק.

מען האלט שוין טיף טיף אינעם מחלוקת, הגם דעיס איז א פרישע שטאפל.
אינגערמאנטשיקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 627
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 487 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

שליחה דורך אינגערמאנטשיקל »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:כ'האב געהערט זאגן אז גימל גייט פארלירן די תיק התורה.

לטובת רבי שאול אלתר?
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

כ'מיין אז גאנץ גייט עס באקומען. :lol:
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:כ'האב געהערט זאגן אז גימל גייט פארלירן די תיק התורה.

הגרש"ב סורוצקין האט עס שוין פארלאנגט...
אינגערמאנטשיקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 627
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 487 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

שליחה דורך אינגערמאנטשיקל »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:כ'מיין אז גאנץ גייט עס באקומען. :lol:


פאר די וואס האלטן מיט אביסל, ח"כ יעקב אשר וואס איז נענטער מיט ר גרשון פראקציע איז גראדע געווען דער וואס האט געהאלטן די קשר צווישן גימל און גאנץ.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעון וואלף האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:אינגערמאנטשיקל: ייש"כ. דער ראב"ד שליט"א איז גראדע יא א גרויסער פוסק. (איך ווייס נישט אויב פוסק הדור. איך האב נישט קיין אגענדא. לכאן או לכאן. און איך הייס נישט שמואל ווידער.) די ארונים גראדע האבן זייער שטארק געשטופט דעם הייליגן גאב"ד בתחילת נשיאותו. ער איז אבער א פלאטשיגער. און ער בתמימותו איז ענדערש נוטה צו האלטן מיט די צד הזאלונים. און ממילא האט ער געוואלט פסל'ען דעם ראב"ד. ער איז בכלל א קנאפער חכם. ער איז לכאורה נישט מער ווי א פאפפעט. נישט קיין סאך בעסער ווי ר' חיים...!. אבער דער ראב"ד אפילו ר'איז א קנאי, איז ער דאך א רעאליסטישער מענטש...!


שוין ווייטער האסטי אריינגעטרעטן אין צואה און שמירסט עס ארום. רבש"ע, ווי קומט דא אריין די גאב"ד מיט ארונים?! נאכדעם ווינדערט ער זיך ווי זענען מיינע לייקס? פארוואס ווער איך איגנארירט?

@במדבר די ביסט פיינע סחורה.

ס'איז רחמנות צו זעהן ווי מ'מאכט פורים פון אזא הייליגע גאון שאין לו בעולמו אלא ד' אמות של הלכה, און א גרעסערע רחמנות איז צו זעהן ווי מ'מאכט ליצנות פון כלל ישראל ווי אפאר ראצערס זענען די טאן געבער מה לקרב ומה לרחק.

אוי מה היה לנו

שמעון וואלף: איך האב דאך געוואוסט אז איך בין אין ..."ענעמי טערריטארי"...(כ'בין שוין גענוג לאנג דא.). דו, כאטש דו ביסט בדרך כלל א נייטראלער און אביעקטיווער מענטש. און א בר שכל. דאך האסטו (אזוי ווי נאך עטליכע חשוב'ע ניקס דא) א סענסיטיוויטעט צו געוויסע עניינים. און ווען מ'טרעט אויף די הינער אויגן האטציך אלעס אויפגעהערט. און. ליידער דא אין דעם פלאטץ זענען דא די מערסטע זאלוני-סימפאטישע מענטשן. דאס איז (מסתמא) די הויפט סיבה (אמאל קומט עס ארויס) פארוואס איך האב די ווייניגסטע לייקס און תגובות צו מיינע מאמרים. גלייב מיר. איך האב באמת ליעב אהבת הנפש ביידע צדיקים לבית התמרים. אבער דאך, וועלל איך מיך נישט צוריקהאלטן פון ארויסזאגן דעם אמת כמות שהיא. כאטשיג ס'גייט ארויס פון די קאמפארט זאון פון געוויסע חשובע' אידן. לויט ווי איך געדענק דעם השתלשלות (מלשון שילשול) הדברים האט די ארונים גרופ שטארק געשטופט, און פארארבעט מעשים איבער די התמנות פונ'ם גאב"ד שליט"א. פארקערט. זיי האבן נאך אפילו פראפאגאנדירט אין בלאט אז די התמנות איז "די געשעעניש פון יאר". אבער זיי האבן באלד איינגעזעהן אז "ס'איז נישטא מיט וועם צו גיין צום טיש"...ווייל ער האט שטארק נוטה געווען צום צד הזאלונים. (אפשר זיינע יועצים). דאס האטציך ארויסגעוויזן ביי פארשידענע עניינים. (תוא"י/תו"א. ועוד). ספעציעל ביי דעם ענין פון די קברים פון לבנציץ. וואו ער האט געהאט שטארקע חילוקי דיעות מיט'ן ראב"ד און מיט ר' אהרן. און נאך אנדערע עניינים.

איך האב נאר געזאגט דעם אמת וויאזוי איך זעה עס. למשל ביי די ילדי צרפת האביך זייער שטארק הנאה געהאט פון מהרז"ל'ס החלטה דאס צו שטיצן. און איך האבמיך טאקע שטארק געוואונדערט פארוואס מהר"א האט עס נישט געשטיצט. פארשטייצעך, פאליטיק. און ווען די תלמידים פון ר' שמואל אויערבאך זצ"ל האבן ארומגערודערט און געמאכט א טומל. און די זאלונים זענען אריינגעשפרונגען זיי צו שטיצן מיט ביידע פיס. און ס'האטציך אויסגעשטעלט אז ר' אהרן איז געווען גערעכט...!
באניצער אוואטאר
במדבר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 281
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:58 pm
האט שוין געלייקט: 699 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

שליחה דורך במדבר »

אפשר קען די נארוועגישע געזעץ (Alternate Member Bill) צוניץ קימען, אין געבען פאר ביידע זייערע ''מויצקעס''
ריפטס ציזאם די מועצת! מגייט שטימען!.
הלוואי ויתמזגו מזרח ומערב (אהוד מנור).
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

במדבר: די פועל יוצא פון די גאנצע מחלוקה אין ארץ ישראל איז אז ס'האטציך אויפגעוויזן אז כאטש א יעדער רעדט אין נאמען פון די תורה. מיינט א ייעדער איינער נאר זיינע אייגענע שמאלע אינטרעסן פון זיין קרייז און זיין..."גדול"...!
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

berlbalaguleh האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:אינגערמאנטשיקל: ייש"כ. דער ראב"ד שליט"א איז גראדע יא א גרויסער פוסק. (איך ווייס נישט אויב פוסק הדור. איך האב נישט קיין אגענדא. לכאן או לכאן. און איך הייס נישט שמואל ווידער.) די ארונים גראדע האבן זייער שטארק געשטופט דעם הייליגן גאב"ד בתחילת נשיאותו. ער איז אבער א פלאטשיגער. און ער בתמימותו איז ענדערש נוטה צו האלטן מיט די צד הזאלונים. און ממילא האט ער געוואלט פסל'ען דעם ראב"ד. ער איז בכלל א קנאפער חכם. ער איז לכאורה נישט מער ווי א פאפפעט. נישט קיין סאך בעסער ווי ר' חיים...!. אבער דער ראב"ד אפילו ר'איז א קנאי, איז ער דאך א רעאליסטישער מענטש...!


שוין ווייטער האסטי אריינגעטרעטן אין צואה און שמירסט עס ארום. רבש"ע, ווי קומט דא אריין די גאב"ד מיט ארונים?! נאכדעם ווינדערט ער זיך ווי זענען מיינע לייקס? פארוואס ווער איך איגנארירט?

@במדבר די ביסט פיינע סחורה.

ס'איז רחמנות צו זעהן ווי מ'מאכט פורים פון אזא הייליגע גאון שאין לו בעולמו אלא ד' אמות של הלכה, און א גרעסערע רחמנות איז צו זעהן ווי מ'מאכט ליצנות פון כלל ישראל ווי אפאר ראצערס זענען די טאן געבער מה לקרב ומה לרחק.

אוי מה היה לנו

שמעון וואלף: איך האב דאך געוואוסט אז איך בין אין ..."ענעמי טערריטארי"...(כ'בין שוין גענוג לאנג דא.). דו, כאטש דו ביסט בדרך כלל א נייטראלער און אביעקטיווער מענטש. און א בר שכל. דאך האסטו (אזוי ווי נאך עטליכע חשוב'ע ניקס דא) א סענסיטיוויטעט צו געוויסע עניינים. און ווען מ'טרעט אויף די הינער אויגן האטציך אלעס אויפגעהערט. און. ליידער דא אין דעם פלאטץ זענען דא די מערסטע זאלוני-סימפאטישע מענטשן. דאס איז (מסתמא) די הויפט סיבה (אמאל קומט עס ארויס) פארוואס איך האב די ווייניגסטע לייקס און תגובות צו מיינע מאמרים. גלייב מיר. איך האב באמת ליעב אהבת הנפש ביידע צדיקים לבית התמרים. אבער דאך, וועלל איך מיך נישט צוריקהאלטן פון ארויסזאגן דעם אמת כמות שהיא. כאטשיג ס'גייט ארויס פון די קאמפארט זאון פון געוויסע חשובע' אידן. לויט ווי איך געדענק דעם השתלשלות (מלשון שילשול) הדברים האט די ארונים גרופ שטארק געשטופט, און פארארבעט מעשים איבער די התמנות פונ'ם גאב"ד שליט"א. פארקערט. זיי האבן נאך אפילו פראפאגאנדירט אין בלאט אז די התמנות איז "די געשעעניש פון יאר". אבער זיי האבן באלד איינגעזעהן אז "ס'איז נישטא מיט וועם צו גיין צום טיש"...ווייל ער האט שטארק נוטה געווען צום צד הזאלונים. (אפשר זיינע יועצים). דאס האטציך ארויסגעוויזן ביי פארשידענע עניינים. (תוא"י/תו"א. ועוד). ספעציעל ביי דעם ענין פון די קברים פון לבנציץ. וואו ער האט געהאט שטארקע חילוקי דיעות מיט'ן ראב"ד און מיט ר' אהרן. און נאך אנדערע עניינים.

איך האב נאר געזאגט דעם אמת וויאזוי איך זעה עס. למשל ביי די ילדי צרפת האביך זייער שטארק הנאה געהאט פון מהרז"ל'ס החלטה דאס צו שטיצן. און איך האבמיך טאקע שטארק געוואונדערט פארוואס מהר"א האט עס נישט געשטיצט. פארשטייצעך, פאליטיק. און ווען די תלמידים פון ר' שמואל אויערבאך זצ"ל האבן ארומגערודערט און געמאכט א טומל. און די זאלונים זענען אריינגעשפרונגען זיי צו שטיצן מיט ביידע פיס. און ס'האטציך אויסגעשטעלט אז ר' אהרן איז געווען גערעכט...!

זיידע בערל, יור מיסינג דע פאינט
די פראבלעם איז נישט וואס די זאגסט נאר ווי די זאגסט עס. דא איז די רעדע איבער הגר"ח קנייבסקי. קענסט טרעפן גענוג אשכולות וואס אנאליזירן גאב"ד, ארונים והמסתעף און דארט שרייבן איבער דעם.

--------

צוריק צום ענין
איך פארשטיי אז רב עדעלשטיין איז אביסול מער מעורב בין הבריאות ווי ר' חיים, אבער די שאלה איז טאמער אין די יארן (איבער די הינדרעט) קען מען נאך טראסטן פסקים וואס קומט ארויס פון זיין שטוב. האט ער נישט באי ביתו וואס פארדרייען אים א קאפ ארויסצובאקומען הוראות וואס זיי שמעקט?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעון וואלף: הגע בעצמך. דיין לשון. וויאזוי דו זאגסט עס ווייזט אז דו האסט א געוויסע סענסיטיוויטי און געוויסע נטיות. אזוי ווי א יעדער.איך האב נאכנישט באקומען קיין איין לייק. אדער א פאזיטיווע תגובה צו סיי וועלכן מאמר וואס איך האב געזאגט בשבחו של ר' אהרן. ווען איך קריטיקיר איהם, יא...! והשנית. מ'מעג ארומרעדן אן ענליכן ענין פון א צווייטן מענטש אין א יעדן אשכול וואו מ'באהאנדלט א צווייטן גדול בישראל. עטליכע נארישע מענטשן שרייען אז דאס הייסט פארדרייען אן אשכול. אבער דאס איז נאר א תירוץ. אין דעם פאל פאר די גענז...!
פארשפארט