אויף די סיבה פארוואס (טראמפ) האט גענאסן פון שטיצע ביי חסידים און חרדישע אידן, האט שוין יעדע צייטונג פארגאסן טינט, אבער הצד השוה שביניהם איז ווייל חסידים זענען גאר געלטגייציג, און די סיבה דערצו איז קלאר, ווייל זיי האבן נישט קיין געשמאקע וועלט, נאר געלט רעדט צו זיי.
חתונה האבן ביי חסידים איז א ביזנעס, נישט קיין ליבע שפיל, דעריבער געבן זיי זיך אויס די **** דרייוו אין די דזשאב, זיי ארבעטן אווערטיים און קומען קוים אהיים ווייל זיי האבן נישט ליב די ווייב, עס איז נאר א מיטל צו די קינדער פראדוקציע וואס יעדער פירט ביי זיך אין שטוב.
רעד צו א חסיד וועגן גיין פארברענגען אין א פארק אליין, אדער מיט די ווייב, אן קיין 'חבירים מיט בארביקיו'ס און גיטארס' און עס זאל נישט זיין 'ליל שישי', נאר סתם א דינסטאג נאכמיטאג, ער וועט נישט וויסן וואס איר ווילט פון אים, פארוואס זאל ער גיין אין פארק? ס'גייט אים ברענגען געלט?
דו דאזיגע פאר שירות האבען באדארפט זיין א באזינדערע ארטיקעל אין איר קעפעל שרייענדיג ''J'accuse'' ''איך באשילדיג''.
און מיין מיינונג, האט ''מאך זיכער'' געטון א פעלער אריינמשענדיג פאליטיק, ווארום גערעכט צו נישט, פארבלענדעט עס מענטשן. און צוליב דעם האבן די אלע נאכפאלגענדע ''רעאקציענערען'' די אזוי וויכטיגע קריטיק פארזען.
איין מינוט! פארזען?! א חשד האב איך זאגאר אז דאס זיכט מען גאר, צו היטן פון די אייגענע אויגן, פארשטעקן! פארשלייערן-פון-די-אייגענע-געוויסן!.
די רוב קאווע טרינקער, האבן נישט געלייגט די רינגל, אויף די פינגער פין זייער באליבטן, נאר אויף די מיידל וואס האט פארשווארצט די מערסטע קעסטלעך; {}סאטמער, {}פריזעט, {}שיינע?! יא! יא! מיין ווייב זאגט מיר אז זי איז גוט אויסזעהנד, {}נישט צו הויעך, {}נישט צו נידריג, {}איך האף זי איז נישט א נארישע, {}איך האב געהערט אז זי איז א אויפגעקלערטע? ניין! ניין! נו! ווייסט דאך מענטשען רעדען.
נאך אפאר יאר שוועבן, אוריענטירט מען זיך מ'שפרייט אויס די פליגלן מ'עפנט דעם פאראשוט גרייט צו לאנדן, קוקט מען אראפ, אין מ'זעט דעם גרויסן אקעאן פין אינטער זיך, און וואסער ווי ווייט די אויג קען זען.מ'הייבט די הענט, אין מאכטלאז פאלט מען אריין אין וואסער, פלאטשקענדיג די רעשט פינעם לעבן.אין אז מ'שפירט אז מ'דעטרענקט זיך,שווימט מען צי אלע סארטען טעראפיסטן, (טרענירט למחצה ולשליש ולרביע) רבנים, (קודם נעם אראפ די פרוכת פון דיין קודש קדשים) און ווייסע בערד, (בטעם זקנים) למיניהם. זיך פארזיכערנעדיג קיינמאל נישט ארויסצוגיין פון די פלאנטער.
נו! אודאי איז די נושא ''טאבו''.
ולסיום ''געלט גייציקייט איז א רעזולטאט פון די זיכעניש פאר ליבע, וואס גייט קיינמאל נישט צושטאנד קומען''.