מיין ארומע אטעם
אויף דיין גענאדע ווארט,
די לונגען זיי גייען
ווער קען זיי אומקערן.
די אנהייב פונעם ענדע
איז נענטער ווי ווייטער,
א געלעגער אין זאמד
וויל מיך שוין ענטפאנגען.
מיין וועלט שפירט ביטער
איר עק איך מערק,
די חושך טאפט זיך
א וויסטעניש בלאזט.
די געפיהלן שפרינגען
פארכט מיט זארג,
נאסטאלגישע זיכרונות
שפרינגען אפיר.
מיין פאמיליע פארהוילן
פרעמדע באזארגן,
הילף גייסטישע
אויך נישט פארהאן.
ווער גייט מיך הערן
מיינע ווערטער ביים ענדע,
מיין טרער דען ווערד
אויב קיין נאנטע פארהאן.
איז דער צענער אזוי וויכטיג
אז מיין פלייש צו ווערים,
וואסארא געבעט האסטו געפלעפט
און מיין שיקזאל פארשפראכן.
מיין ארומע אטעם
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
מיין ארומע אטעם
ס׳איז באקאנט די מדרש (ב״ר יד ט) וואס דרש׳נט אויפ׳ן פסוק (תהלים קנ ו) כל הנשמה תהלל וגו׳ על כל נשימה ונשימה שאדם נושם צריך לקלס לבוראו ע״ש. דער ב״י אין או״ח סימן תכב ברענגט אראפ פון די שבלי הלקט (סימן קעב) אז אין די מזמור איז דא 12 ״הללוהו״ס וואס זענען קעגן די 12 חודשים און די פסוק פון כל הנשמה גייט ארויף אויף חודש אדר (און וועגן דעם איז מען עס כופל קעגן דעם שנת העיבור) ע״ש.
ולענינינו קען מען אפשר זאגן אז דאס איז דער רמז אז אין פורים אין חודש אדר איז ספעציעל דא א מצוה פון מתנות לאביונים און זיך אומקוקען אויף די ארומע, ווייל די חודש איז קעגן די פסוק כל הנשמה המרמז אל הנשימה; די ארומע אטעם. און דא האט זיך טאקע אנגעהויבן די וויירוס וואס ווייזט אויף וויפיל רחמים מ׳דארף האבן פאר׳ן נשימה טאקע אין חודש אדר.
נאך מער, ווי דר. ריטשערד לעוויטאן זאגט איז א גרויס חלק פון די פראבלעם מיט קאָוויד-19 אז עס ברענגט צום ערשט אן א שטילע הייפּאַקסיע, וואו מ׳כאפט נישט צום ערשט אז מ׳האט א פראבלעם מיט׳ן אטעמען און אז מ׳האט ווייניג אקסידזשען ביז מ׳האלט שוין טיפער אינ׳ם קראנקייט.
יעצט, אונז ווייסן מיר דאך אז (נדרים מא.) אין עני אלא בדעה ע״ש. און אונז טרעפן מיר אז (אבות ג יג) סייג לחכמה שתיקה (הגם ק״ו לטיפשים, פסחים צט.). איז דעריבער איז מען מרמז צום ״ארעמען״ אטעם, היפך ענין שתיקה וואס ס׳איז דא ביי די נישט-קלוגע וואס ווערן גערעכענט ווי עניים, אז דאס זאל ראטעווען און מ׳זאל נישט האבן די שטילע הייפּאַקסיע וואס קומט פון קאָוויד-19.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מי אני, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.