מהדרין טשיז סנעק: רייטן אויפן ציבור!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
הדסים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 354
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 343 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 282 מאל

שליחה דורך הדסים »

קורקלענד האט געשריבן:יעדער מעג בעטן וויפיל ער וויל. ס'מאכט זיך א שאלה פון יושר/נארמאל/עטיש/מאראליש/חיה/חזיר וכו' ווען ס'האנדלט זיך פון א פראדוקט וואס יעדער מוז האבן צום לעבן און נאר איינער קען עס פארקויפן און יענער שרויפט הויעך ארויף די פרייז.

יעצט אויב איינער מאכט א נייע פראדוקט, און יעדער הייבט אן צו קויפן. און די קומענדיגע דור חסידים מוזן שוין גיין מיט די חסיד'ישע שיך בענדלעך, דארף ער יעצט אראפלאזן די פרייז וויל יעדער מוז?

נאכאמאל, איך זאג נישט דו ביסט נישט גערעכט. אבער דו דארפסט קענען דעפיינען אלע פרטים און גדרים פון די פיליזאפיע, אויב נישט איז עס פשוט געפילן וואס שפילן.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

מוז מיינט. אז ס'איז לעבנסוויכטיג. א רעליגיעזע פראדוקט קען נישט זיין קיין מוז. ס'פעציפיש א נייע מין פראדוקט. ס'שוין לאנג גע'פסק'נט און אנגענומען אז אפי' פיש פאר שבת טאר מען נישט קויפן אויב די סוחרים שרויפן ארויף די פרייז וויסנדיג אז אידן דארפן עס רעליגיעז וויכטיג.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קורקלענד האט געשריבן:אפשר קענט איר מיר לייען א קאַפּי פון אייער תורה? פון מיין תורה איז עס אויסגעהאלטן.

חיה? וואס עפעס. וויאזוי ווערט מען א חיה פון הייבן א פרייז פון א פראדוקט וואס איז לכ''ע א לוקסוס.

קורקלענד: גיי פארצייל פאר די קינדער אז טשיעז סנעק איז א לוקסוס...! און ס'קאסט $ 3:16.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

נישט פארציילן דארף מען. לערנען דארף מען זיי. איך האב עס פרובירט די פסח. און ס'איז אדורך זייער בשלום. אויב נישט יעצט ווען דען? ביי די אכט אלפים'דיגע שטריימל?

מ'דארף די הנהגות שיסן ווילאנג זיי זענען קליין. 3.16 איז גרינגער ווי 8000.
החוקר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1098
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל

Re: מהדרין טשיז סנעק: רייטן אויפן ציבור!

שליחה דורך החוקר »

קורקלענד האט געשריבן:אז ס'איז דא צו קריגן פאר 7-8 פארוואס זאל א צווייטער נישט מעגן בעטן 15 דאלער. ס'נישט אז ער לאזט אייך נישט קויפן פאר 7-8.

דו האט נישט פארשטאנען מיין נקודה. קען זיין איך האב עס נישט קלאר ארויסגעברענגט וה' הטוב יכפר.

איך האב געוואלט ארויסברענגן א ביישפיל פון א פראדוקט וואס קאסט טייער פשוט ווייל "איך מעג בעטן וויפיל איך וויל", און נישט ווייל עס מוז קאסטן אזויפיל. און בכלל, וויפיל מענטשן חלומען אז די צוויי אייניגע פראדוקטן זענען אזא חילוק אין פרייז? מען נעמט און מען קויפט.

אגב, די טייערערע קאמפאני איז אסאך עלטער. וויפיל יאר האבן זיי געשינדן די הויט פשוט ווייל איך קען? איך גלייב נישט אז זיי זענען נאר ארויף כדי די קאמפעטישן זאל קענען מאכן געלט.
פארוואס איז א סמארטפאון ווייניגער וויכטיג ווי א טלית. ביי מיר איז עס די זעלבע חוצפה. זייט זיי האבן אזוי ארויפגעשרויפט די סמארטפאון פרייז, האב איך אויפגעהערט קויפן. ענדערש א ביליגע מיט אביסל שוואכערע פּיטשיווקעס, ווי זיך צו ברעכן פאר איבערגעפּרייזע מאדעל.

מ'דארף נישט קויפן יערליך א טלית. מ'קען עס אויסוואשן. מ'קען עס האלטן שיין. און אמאל מעג מען זיך באגיין מיט א טלית וואס איז אביסל געלעכל.

הוא אשר דיברתי. איך קען קויפן א סמארטפאון פאר א פערטל די פרייז. ווייניגער פיטשעווקעס, אביסל שוואכער אבער נאכאלס א סמארטפאון. קען איך באקומען א טלית גדול פאר $40?

ווערט רעד פון יערליך? איך האב שוין נישט געקויפט א נייע טלית העכער 5 יאר. אבער ווען איך דארף א נייע איז עס $150.
האנט מצה קאסט טייער. ס'איז דא גרויס קאמפעטישן. ועל עולם קאסט עס טייער. ווייל ס'קאסט באמת טייער.

איך בין נישט מסכים. והראי' זיי גייען רוב מאל ארויף מיט די פרייז צוזאמען. דאס ווייזט אז בעצם וואלטן זיי געבטן $50, נאר קיינער וויל זיין דער רשע איז ווען יענער גייט ארויף גיי איך אויך ארויף. קיינעמס ביזנעס מאדעל איז נישט צושטעלן מצות פאר ביליג. בינגא וואס האט עס יא געטון האט טאקע געבעטן קארגע $10-15. (חוץ פון דעם וואס עס איז נאר דא איינצעלנע גרויסע בעקערייען וואס באקן רוב סחורה, די אנדערע זענען צו קליין).

ווי איך האב אויבן געשריבן. איך נוץ נישט די דריי פראדוקטן, מילך, טלית און מצות אלס ביישפיל פון רויבערישע פרייזן, קען זיין אז עס קאסט טאקע אזויפיל צו מאכן. מיין נקודה איז געווען אז נישט אלעמאל האב איך די ברירה נישט צו קויפן אדער קויפן פאר ביליגער.
moneyminded
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 546 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל

שליחה דורך moneyminded »

פלייש האסטו פארגעסן.

באלד וועט איינער שרייבן אז דו קענסט עסן פלייש נישט גלאט...[emoji3]

פלייש ביי חסידים קאסט מער מיט אפאר דאלאר א פונט,

ביי די ארוינים קאסט די זעלבע פלייש ווי די זאליס מיט $3 מער א פונט פשוט וועגן דו מוזט קויפן ביי מיר קען איך נעמען מער.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

נבהל ונשתומם וויאזוי מאנכע דא ערווארטן אלס פריי... ס'וואקסט אונטער א דור. וויפיל טשיז סנעקס דארף מען עסן זיך צו ערווארבן צו אזא שטאפל פון ענטייטלמענט?
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: מהדרין טשיז סנעק: רייטן אויפן ציבור!

שליחה דורך פאליטיקאנט »

קורקלענד האט געשריבן:נבהל ונשתומם וויאזוי מאנכע דא ערווארטן אלס פריי... ס'וואקסט אונטער א דור. וויפיל טשיז סנעקס דארף מען עסן זיך צו ערווארבן צו אזא שטאפל פון ענטייטלמענט?
כ'וואלט ענדערש געשריבן:

אה, ענדליך הייבט די דור אן איבערצוטראכטן צו זיי ווערן נישט אפשר בא'גנב'ט אויף טריט און שריט.

אפשר איז צייט מיר זאלן זיך נעמען דערצו?
(נישט אז איך גלייב אז דא דורך רעדן וועט אויפטון).
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

רעדן טוהט אייביג אויף, ווייל אפי' איר טוהט גארנישט וועט אבער א צווייטער הערן און ער וועט מעגליך יא טוהן. דערפאר איז יא וויכטיג צו רעדן.

אין דער פאל אבער איז לדעתי סופּלי און דימענד זייער עפיציענט. די אידישע מארקעט איז געווענליך שטארק קאמפעטיטיוו. מיינסט טאקע אז דער גויאישער קאטאג האט די זעלבע טעם ווי מהדרין אפשר האט עס די טעם פון הטוב? מעגליך אז געוויסע סוחרים וואס זענען פאר א צייט ידו על העליונה נעמען עדווענטידזש, אבער טאקע דערפאר פארלירן זיי עווענטועל זייער אויבערהאנט. און אין די לענגערע עתיד וועלן מיר קונדן פארדינען דערפון, ווייל ס'גייט זיין מער אויסוואל פאר בעסערע פרייזן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קורקלענד, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: מהדרין טשיז סנעק: רייטן אויפן ציבור!

שליחה דורך פאליטיקאנט »

ַנאכען איבערליינען תגובות זע איך אז מ'איז בעיקר געלאפן צו מהדרין (און אלע אנדערע כשר'ע קאמפאניס) "מעג" אדער מעג נישט בעטן א געשוואלענע פרייז.

איך וויל צולייגן אז מיין פוינט לכתחילה איז נישט אזוי ווייט טענות אויף די קאמפעניס נאר מער אויף אונז קאסטומערס!
אונז דארפן זיך צוזאמנעמען און אויפפאדערען, באיקאטירן, אראנזשירן קאמפעטישן, פאר אונזער טובה (ענליך צו וואס בינגא טוט פאר זייער אייגענער אינטערעסן וועלכע בענעפיטירט אונז אויך).
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

בינגאו גייט צוריקקומען אייך צו בייסן. יעצט בויעט ער, ווען ער האט דיר אין דער האנט וועט ער נישט זיין בעסער. און נישט נאר בינגאו. איר זענט לכאורה גארנישט בעסער, ווען איר זיצט אינעם עקזעקיוטיוו אפיס אין מהדרין שטעל איך זיך פאר ס'וואלט נישט געווען צופיל בעסער.

די סיבה פארוואס מיר לאזן זיך איז פשוט ווייל ס'איז אונז ווערד אזויפיל. ווען נישט וואלטן מיר זיך נישט געלאזט.
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: מהדרין טשיז סנעק: רייטן אויפן ציבור!

שליחה דורך פאליטיקאנט »

פאליטיקאנט האט געשריבן: (ענליך צו וואס בינגא טוט

קוד: וועל אויס אלע

פאר זייער אייגענער אינטערעסן
וועלכע בענעפיטירט אונז אויך).


פארדעם האב איך געשריבן אייגענע אינטערעסן.
איך פערזענליך האב זייער נישט ליב בינגא.
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

קורקלענד האט געשריבן:בינגאו גייט צוריקקומען אייך צו בייסן. יעצט בויעט ער, ווען ער האט דיר אין דער האנט וועט ער נישט זיין בעסער. און נישט נאר בינגאו. איר זענט לכאורה גארנישט בעסער, ווען איר זיצט אינעם עקזעקיוטיוו אפיס אין מהדרין שטעל איך זיך פאר ס'וואלט נישט געווען צופיל בעסער.

די סיבה פארוואס מיר לאזן זיך איז פשוט ווייל ס'איז אונז ווערד אזויפיל. ווען נישט וואלטן מיר זיך נישט געלאזט.


קאסקא און בינגא קומען זיך נישט אויס..
#קורקלענד
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

דאס יאר האט מען יא געקענט טרעפן טשיז סנעק אויף פסח פיל מער צוגענלעך געפרייזט ווי פאר יאר. זעהט אויס אז רייסן די הויט האט יא געהאט א גבול.
קלוגע יודל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 610
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 12:40 am
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 329 מאל

שליחה דורך קלוגע יודל »

קורקלענד האט געשריבן:דאס יאר האט מען יא געקענט טרעפן טשיז סנעק אויף פסח פיל מער צוגענלעך געפרייזט ווי פאר יאר. זעהט אויס אז רייסן די הויט האט יא געהאט א גבול.
ווי סאך האט עס געקאסט פאריאר?
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

קלוגע יודל האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:דאס יאר האט מען יא געקענט טרעפן טשיז סנעק אויף פסח פיל מער צוגענלעך געפרייזט ווי פאר יאר. זעהט אויס אז רייסן די הויט האט יא געהאט א גבול.
ווי סאך האט עס געקאסט פאריאר?
די יאר איז עס געווען צו קריגן פאר 2.19 וואס איך האב געזען. פאר יאר איז עס געווען איבער דריי דאלער.
פאלגזאם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 135
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2022 5:41 pm
האט שוין געלייקט: 71 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל

שליחה דורך פאלגזאם »

קורקלענד האט געשריבן:
קלוגע יודל האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:דאס יאר האט מען יא געקענט טרעפן טשיז סנעק אויף פסח פיל מער צוגענלעך געפרייזט ווי פאר יאר. זעהט אויס אז רייסן די הויט האט יא געהאט א גבול.
ווי סאך האט עס געקאסט פאריאר?
די יאר איז עס געווען צו קריגן פאר 2.19 וואס איך האב געזען. פאר יאר איז עס געווען איבער דריי דאלער.
זעט אויס אז די קאסטן פאראיאר איז געווען העכער.
ווען מען לייגט אריין, נעמט עס מער ווי די לבנה.
מילך טראק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 808
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
האט שוין געלייקט: 448 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל

שליחה דורך מילך טראק »

ס'איז נישט נאר די טשיס סנעק די גאנצע היימישע עסן אינדוסטריע די איינציגסטע עצה איזדי אלע גראסעריס זאלן אריינברענגען או-יא לייגען פאר האלב די פרייז מיט גרויסע ווערטער
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

וואסי מיט חלב ישראל? ווען נישט דער פראבלעם מיט או. יו. וואלט איך נאר געקויפט או. יו. פראדוקטס.
פארשפארט