טראמפ מיט זיינע חסידישע טראמפייטערס

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
במדבר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 281
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:58 pm
האט שוין געלייקט: 699 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

שליחה דורך במדבר »

כמעט אימבאמערקטערהייט האט ''מאך זיכער'' געשריבען איינס פון די באדייטנדסטע און נויטיגסטע קריטיק, אויף אינזער געפלאגטע געזעלשאפט, איך צוטיר.

אויף די סיבה פארוואס (טראמפ) האט גענאסן פון שטיצע ביי חסידים און חרדישע אידן, האט שוין יעדע צייטונג פארגאסן טינט, אבער הצד השוה שביניהם איז ווייל חסידים זענען גאר געלטגייציג, און די סיבה דערצו איז קלאר, ווייל זיי האבן נישט קיין געשמאקע וועלט, נאר געלט רעדט צו זיי.

חתונה האבן ביי חסידים איז א ביזנעס, נישט קיין ליבע שפיל, דעריבער געבן זיי זיך אויס די **** דרייוו אין די דזשאב, זיי ארבעטן אווערטיים און קומען קוים אהיים ווייל זיי האבן נישט ליב די ווייב, עס איז נאר א מיטל צו די קינדער פראדוקציע וואס יעדער פירט ביי זיך אין שטוב.

רעד צו א חסיד וועגן גיין פארברענגען אין א פארק אליין, אדער מיט די ווייב, אן קיין 'חבירים מיט בארביקיו'ס און גיטארס' און עס זאל נישט זיין 'ליל שישי', נאר סתם א דינסטאג נאכמיטאג, ער וועט נישט וויסן וואס איר ווילט פון אים, פארוואס זאל ער גיין אין פארק? ס'גייט אים ברענגען געלט?

דו דאזיגע פאר שירות האבען באדארפט זיין א באזינדערע ארטיקעל אין איר קעפעל שרייענדיג ''J'accuse'' ''איך באשילדיג''.

און מיין מיינונג, האט ''מאך זיכער'' געטון א פעלער אריינמשענדיג פאליטיק, ווארום גערעכט צו נישט, פארבלענדעט עס מענטשן. און צוליב דעם האבן די אלע נאכפאלגענדע ''רעאקציענערען'' די אזוי וויכטיגע קריטיק פארזען.

איין מינוט! פארזען?! א חשד האב איך זאגאר אז דאס זיכט מען גאר, צו היטן פון די אייגענע אויגן, פארשטעקן! פארשלייערן-פון-די-אייגענע-געוויסן!.

די רוב קאווע טרינקער, האבן נישט געלייגט די רינגל, אויף די פינגער פין זייער באליבטן, נאר אויף די מיידל וואס האט פארשווארצט די מערסטע קעסטלעך; {}סאטמער, {}פריזעט, {}שיינע?! יא! יא! מיין ווייב זאגט מיר אז זי איז גוט אויסזעהנד, {}נישט צו הויעך, {}נישט צו נידריג, {}איך האף זי איז נישט א נארישע, {}איך האב געהערט אז זי איז א אויפגעקלערטע? ניין! ניין! נו! ווייסט דאך מענטשען רעדען.

נאך אפאר יאר שוועבן, אוריענטירט מען זיך מ'שפרייט אויס די פליגלן מ'עפנט דעם פאראשוט גרייט צו לאנדן, קוקט מען אראפ, אין מ'זעט דעם גרויסן אקעאן פין אינטער זיך, און וואסער ווי ווייט די אויג קען זען.מ'הייבט די הענט, אין מאכטלאז פאלט מען אריין אין וואסער, פלאטשקענדיג די רעשט פינעם לעבן.אין אז מ'שפירט אז מ'דעטרענקט זיך,שווימט מען צי אלע סארטען טעראפיסטן, (טרענירט למחצה ולשליש ולרביע) רבנים, (קודם נעם אראפ די פרוכת פון דיין קודש קדשים) און ווייסע בערד, (בטעם זקנים) למיניהם. זיך פארזיכערנעדיג קיינמאל נישט ארויסצוגיין פון די פלאנטער.

נו! אודאי איז די נושא ''טאבו''.

ולסיום ''געלט גייציקייט איז א רעזולטאט פון די זיכעניש פאר ליבע, וואס גייט קיינמאל נישט צושטאנד קומען''.
הלוואי ויתמזגו מזרח ומערב (אהוד מנור).
באניצער אוואטאר
במדבר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 281
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:58 pm
האט שוין געלייקט: 699 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

שליחה דורך במדבר »

[center][/center]א פאעזיע איך האב געשריבן, ברוח הדברים.

במדבר האט געשריבן:כמעט אימבאמערקטערהייט האט ''מאך זיכער'' געשריבען איינס פון די באדייטנדסטע און נויטיגסטע קריטיק, אויף אינזער געפלאגטע געזעלשאפט, איך צוטיר.

[center]זיי פליען, פארפליען

פייגעלעך אין די ווילדע ענדלאזיקייט

קיין אינזל אויף ווי צו רוהן

יעדעס שטיקל ערד א פייער מאסע

די פליגלעך פלאטערען שוין שווער

קיין ברעג ווי זיך צו קילן

טשוויטשקען זיי א העלפס ריף

די טשוויטשקען קערן זיך קיינמאל צוריק

איז עס ערגעץ געגאנגען?

פריינט! ענדיגט זיך דאס אמאל?

ענדיגט זיך דאס אמאל?

זיי פליען פארפליען, זיי פליען, פליען

ענדיגט זיך דאס אמאל?!

כא! כא! כא! קיינמאל![/center]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום במדבר, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
הלוואי ויתמזגו מזרח ומערב (אהוד מנור).
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

במדבר אפשר עפנסטו אויף אזא אשכול? ביי מיר איז דאס נאך א קלכר אין די פעלערהאפטיגע חסידישע לעבנסשטייגער, אבער אויב קענען מיר עפעס טאן אז עס זאל ווערן גוט אנערקענט און באוואוסט די פראבלעם, אפשר טוט איר דאס?
באניצער אוואטאר
במדבר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 281
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:58 pm
האט שוין געלייקט: 699 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

שליחה דורך במדבר »

מאך זיכער האט געשריבן:במדבר אפשר עפנסטו אויף אזא אשכול? ביי מיר איז דאס נאך א קלכר אין די פעלערהאפטיגע חסידישע לעבנסשטייגער, אבער אויב קענען מיר עפעס טאן אז עס זאל ווערן גוט אנערקענט און באוואוסט די פראבלעם, אפשר טוט איר דאס?

''מאך זיכער'' א אשכול אויף דעי נושא, וועט זייער שנעל יורד זיין לתהום הנשיה, און באגראבען ווערן אינטער בערג פון אשכולות - אויף די קריזיס פון טייערע טשיז-סנעק'ס (צודק! מאה אחוז!) וכדומה.
וואס יא מ'דארף קימען צום אנערקענטעניס אז שוין, איך, איך בין שוין פארשפילט, אבער אינזערע קינדער, פאר זיי קימט זיך עפעס בעסער. אינז האבען א'סך גיטע זינען און אסך גיטע טעכטער, לאמיר אויך מאכען, גיטע, צופרידענע און ליבפולע פארעלעך.
הלוואי ויתמזגו מזרח ומערב (אהוד מנור).
באניצער אוואטאר
במדבר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 281
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:58 pm
האט שוין געלייקט: 699 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

שליחה דורך במדבר »

:לשוןהרע: טייערע ברידער און שוועסטער, פארשטאפטס נישט אייער אויערען! רעדטס דערפון צו וועם מעגליך, און ווי מער! אין א טויש וועט בעז''ה נאכפאלגען. :לשוןהרע:
הלוואי ויתמזגו מזרח ומערב (אהוד מנור).
באניצער אוואטאר
במדבר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 281
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:58 pm
האט שוין געלייקט: 699 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

שליחה דורך במדבר »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:טעמע: טראמפ מיט זיינע חסידישע טראמפייטערס

במדבר האט געשריבן: :לשוןהרע: טייערע ברידער און שוועסטער, פארשטאפטס נישט אייער אויערען! רעדטס דערפון צו וועם מעגליך, און ווי מער! אין א טויש וועט בעז''ה נאכפאלגען. :לשוןהרע:

זאג נאר, דו האסט אפשר שלום בית פראבלעמען?

אזוי ווי איך האב געשריבען אין [tag]שלום עליכם! לאמיר זיך פארשטעלן פאר אייך.[/tag]

בלאנד בלויע אויגען אין די צוואנציג'ער יארן קיין קינדער מיט א ווייב וואס ער ליבט מיטען גאנצע הארץ.
אינטעלעקטואל ברויזנד צימאל שטיפעריש ציניש כריזמאטיש אבער שטיל.
אנטריסטעט מיט די לעבנס שטייגער ער האט נישט געוועלט אבער געפילפול אירע מענטשען.
צעמישט זאל ער איר איבער לאזען אדער פראבירען מאכען א טויש הגם זייער פסעמיסטיש איבער דעם לעצטען.
זיין הומאר האט ער אין זיינע עסענישען פארלוירען.

און טאקע צוליב דעם פיל איך באקוועם ארויפצולייגן, די ברנעדיגע נושא אויפן טיש. בפרט אין די יעצטיגע טעג ווען מ'איז אזוי לאנג צוזאמען אין שטוב, בין איך געווארען מער באוויסטזיניג צו דער פראבלעם, ווען איך האלט אין איין הערן, פון פריינט און פאמיליע, וויאזוי טראגסטו עס אריבער? ווי קענסטו זיין אזוי לאנג איינגעשפארט, ס'שאט נישט פאר דיין שלום בית?.
איך וויל זיי נישט ענטפערן אז איך בין זיך מחיה יעדע מינוט, און אז איך ווארט טאקע אז די פאנדעמיק זאל זיך ענדיגען, אבער נישט די קווארענטין.

צום לעצט א דאנק ''רביה''ק'' פאר דיין ווילען צו העלפן. איך לייג אוועק דיין אדרעס. (ס'זאל זיך נישט מאכען ;) )
הלוואי ויתמזגו מזרח ומערב (אהוד מנור).
פארשפארט