"דארפן" מיר זיך פירן מאראליש ?

מחשבה, השקפה ועיון
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל

שליחה דורך פארוואס? »

נהורא נפישא האט געשריבן:ווילסט מיר זאגן אז ס'איז נישט פארהאן קיין פיזישע ראיות אז אויב איך האב באקומען צוויי מאל הונדרעט דאללאר, דאן האב איך צוויי הונדרעט דאללאר ?
לאגיק איז א מאטעמאטישע מעטאד פון פעסשטעלן דבר מתוך דבר וואס דער מעטאד איז פעסגעשטעלט געווארן און איז אין איינקלאנג מיט רעאליטעט.

יא. איך וויל דיר זאגן אז מיט ״לאגיק״ אליינס קענסטו נישט צוקומען צו דו מסקנא אז 100+100=200.
דו וועסט מוזן קודם אראפלייגן עקסיאמעס.
אדער אפילו בכללות, ווייס מיר אויף מיט ריין לאגיק, אז ווען איך טוה אריטמאטישע פעולה מיט צוויי נומערן, קען די תוצאה זיין ״בלויז״ איין נומער.
סתם, דיר צו לאזן וויסן, עס איז דא מאטעמאטישע פעולות וואס ס׳דא מער ווי איין סאלושן פאר א פראבלעם. (למשל, וואס איז דער סקווער רוט פון די סקווער פון צוויי. 1) צוויי. 2). מינוס צוויי.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל

שליחה דורך פארוואס? »

מאטי האט געשריבן:
פארוואס? האט געשריבן:
מאטי האט געשריבן:איך טייטש אפ "פארוואס'ס תגובה אין אנדערע ווערטער ווי פאלגענד :
"מ'דארף גלייבן אז מאכן א בעסערע באשלוס אין לעבן, ברענגט א בעסערן לעבן, בלויז דאן איז דאס מחייב אויסצוקלויבן די בעסערע באשלוס.

מאכן א בעסערע באשלוס איז קיינמאל נישט קיין חיוב, עס איז נאר א ״בעסערע אפציע״. עס גייט גארנישט געשעהן אויב דו גייסט נישט מאכן די בעסערע באשלוס.

אויב ס'גייט "גארנישט" געשען, דאן מיט וואס איז דאס בעסער?

איך מיין צו זאגן עס גייט גארנישט געשעהן אויסער מיט דעם וואס ס׳איז בעסער. יו גאט מיי פוינט.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

נו...ווען איך לויף דורך די גאס מיט פארמאכטע אויגן גייט אויך "גארנישט" געשען חוץ פון די קאנסעקווענצן וואס נישט קוקן האט קעגן די בעסערקייט פון יא קוקן. איז דאס מחייב צו קוקן?
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל

שליחה דורך פארוואס? »

פארוואס? האט געשריבן:
נהורא נפישא האט געשריבן:ווילסט מיר זאגן אז ס'איז נישט פארהאן קיין פיזישע ראיות אז אויב איך האב באקומען צוויי מאל הונדרעט דאללאר, דאן האב איך צוויי הונדרעט דאללאר ?
לאגיק איז א מאטעמאטישע מעטאד פון פעסשטעלן דבר מתוך דבר וואס דער מעטאד איז פעסגעשטעלט געווארן און איז אין איינקלאנג מיט רעאליטעט.

יא. איך וויל דיר זאגן אז מיט ״לאגיק״ אליינס קענסטו נישט צוקומען צו דו מסקנא אז 100+100=200.
דו וועסט מוזן קודם אראפלייגן עקסיאמעס.
אדער אפילו בכללות, ווייס מיר אויף מיט ריין לאגיק, אז ווען איך טוה אריטמאטישע פעולה מיט צוויי נומערן, קען די תוצאה זיין ״בלויז״ איין נומער.
סתם, דיר צו לאזן וויסן, עס איז דא מאטעמאטישע פעולות וואס ס׳דא מער ווי איין סאלושן פאר א פראבלעם. (למשל, וואס איז דער סקווער רוט פון די סקווער פון צוויי. 1) צוויי. 2). מינוס צוויי.

סארי, כ׳האב אביסל געמישט צווישן סאלושנס און רעזולטאטן, אבער דער פוינט איז די זעלבע.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

יאיר האט געשריבן:נהורא נפישא, לערן דאס דורך נאכדעם וועלן מיר רעדן. http://plato.stanford.edu/entries/induction-problem/

ייש"כ פארן צו לינקן אזא געדאנקן פראוועצירנדן ארטיקל, די איינציגע פראבלעם מיר זענען אין די סאמע ברען פון די הייליגע טעג, און ווי נעמט די צייט דורכצוטאהן אזעלכע קאמפליצירטע נושאים, איך האף אז לכשאפנה אשנה.
האמת אגיד ולא אכחיד אז איך בין בכלל נישט אויסגעקאכט אין פיליזאפיע, נישט און איר היסטאריע, נישט אין איר פילפארביגע שיטות, נישט און אירע טערמאנאלאגיעס, דאן ערלויבט מיר אראפצושטעלן עטליכע הנחות, און זאגט מיר וואו איר זענט נישט מסכים, לאור דעם צוגעלינקטן שמועס.
דעקארט האט געזאגט אז די איינציגע זאך וואס ער איז זיכער איז דאס אז ער טראכט, פשט ווייל אפילו ער דמיונט אז ער טראכט, דמיונן איז אויך טראכטן.
האט דאס ווירקלעך דעקארט געזאגט, האט ווירקלעך עקזעסטירט א פיליזאף מיטן נאמען דעקארט ?
דער מעגליכער אויבנדערמאנטער דעקארט וואלט געענטפערט אז קען נישט זיין הונדרעט פראצענט זיכער
צו דעקארט האט יא עקזעסטירט צו נישט קען איך זאגן דעם זעלבן אויבנדערמאנטן סטעיטמענט
נו אז איך טראכט פון וואס טראכט איך ?
פון א געוויסע רעאליטעט, א רעאליטעט פון נאטור, א ריאליטעט פון מענטשן וואס טיילן מיט די זעלבע רעאליטעט ( אין מיין רעאליטעט ודו"ק)
דער רעאליטעט וואס אין מיין רעאליטעט האלט איך אז מענטשן טיילן מיט די זעלבע רעאליטעט באצייכן איך אלס אמת
די דעפעניציע פון אמת איז "הנחות אדער מציאותן וואס איז און איינקלאנג מיט מיין עקספיריענס און ערווארטונגן און אין וואס איך שטויס זיך נישט אן מיט קיין סתירות"
דאס איז די מינימאלסטע דעפעניציע פון די הגדרה פון אמת,
מקען זיך טועה זיין אז אין עקספיריענס, אבער דער ווארט אמת איז דעזעגנירט פאר די הגדרה
יעצט אינזער מח איז א לאגיש פראצעסירנדער מאשין, דאס מיינט אז מיר דארפן נישט קענען מסביר זיין די פארמולע פון לאגיק צו טראכטן לאגיש, נאר הייני דאהני ליה די עקספיריענס פונעם מענטש ברענגט אז דער מח זאל אדאפטירן צו טראכטן לאגיש, ווייל נאר דורך טראכטן לאגיש קען מען צוקומען צו ווירקזאמע מסקנות וואס זענען נוצליך צום לעבן.
יעצט איך בין מודה אז די אמת וואס איך בין מגדיר איז לאו דוקא אמת לאמיתו, עס אבער פארהאן דער אמת פון רעאליטעט וואס מיר פערסיווען, און אריבער די גרעניץ פון אט די רעאליטעט איז זינלאז אריבערצוגיין ווייל סאיז ארויס פון די ראמען וואס קען מיר נוגע זיין.
[tag]פארוואס[/tag], אמת אז לאגיק איז אויפגעוויזן צופרידנצושטעלן מסקנות און איינקלאנג מיטדי הגדרה פון אויבנדערמאנטן אמת, דאס איז בכלליות לגבי די עצם מעטאד פון לאגיק אבער לגבי א געוויסע ספעציפישע לאגישע טענה, דארפטו טאקע וויסן צו די הנחות אויף די בויעסט דיין לאגיק, איז אליין אויפגעוויזן בלי שום ריעזאנעבל ספיקות.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

נו, איז וואס ווילסטו יעצט? כ'מיין לגבי דיין ארגינעלע שאלה.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

איך באצוה זיך צו דעם, און אגב איז מאדנע אז ער זאגט אז ס'איז נישט ריכטיג, און דערנאך קלעימט ער אז ס'איז אוממעגליך אויפווייזן זאכן צו זיי זענען אמת צו נישט, כמיין פון ווי ווייסט ער אז ס'איז נישט ריכטיג, אחוץ אז ער וועט ענטפערן אז ער האט אמונה אין לאגיק.
יאיר האט געשריבן:
נהורא נפישא האט געשריבן:דאס איז שוין נאנסענס, וויל מיר פערסיוון רעאליטעט און איר אייגנארטיגע וועג, ס'איז נישט שייך זיך צו דינגען אויב אינזער רעאליטעט איז אמת צו נישט, ווייל דאס איז די איינציגסטע אמת וואס מיר ווייסן.

דאס אליין איז אויך נישט ריכטיג. אבער מיין שאלה איז, וואס איז די ראיה אז אויב דו האסט יעצט א הונדערטער און דו גייסט מארגן קריגן נאך איינס וועסטו האבן צוויי הונדערט. ווייל היינט האט עס פאסירט מיינט נאכנישט אז מארגן וועט זיך עס איבער'חזר'ן. ווען דו קומסט אויף מיט א ראיה, וועסטו נאכדעם מיר דארפן אויפווייזן פארוואס איך דארף גלייבן די ראיה, און נאכדעם פארוואס איך דארף גלייבן די ראיה אז איך דארף גלייבן די ראיה.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

יאיר, ארויפצוברענגן ספיקות איבער די חשיבות פון לאגיק מיט "לאגישע ארגומענטן" איז אבסורד.
איך מאך נישט אוועק דאס אז טעכניש דארף מען גלייבן אין די חשיבות פון לאגיק אז זי איז א הונדרעט פראצענטיגע נוצבארע און ווירקזאמע מעטאד, כאטש אינזער עקספיריענס זאגט אינז אז יא, אבער ווער זאגט אז מיר זענען נישט אין פאר סופרייז, אבער דאס איז אזוי ווי איינער זאגט אז דאס וואס ער זעהט און הערט און שמעקט מוז ער גלייבן אז זיינע חושים נארן אים נישט, אבער דאס איז נישט די זעלבע ווי גלויבן אין עפעס וואס ער האט נישט קיין שום מוחשיות'דיגע באווייז.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

וואס איך זאג איז אז לאגיק "אליין" איז self defeating, מען מוז צוקומען צו אן "אמונה" אין לאגיק. באמת איז דאס נישט קיין סאך אנדערש ווי וואס דו זאגסט, נאר אויף אן אנדער נוסח. והשתא דאתית להכי, פונקט ווי ס'איז זינלאז צו זאגן אז לאגיק עקזיסטירט נישט, כאטש ס'איז נישטא קיין לאגישע ראיות דערויף, אזוי איז זינלאז צו זאגן אז דער קאנצעפט פון מאראל עקזיסטירט נישט. דאס מיינט נישט אז מען "דארף" זיך פירן מאראליש ווייל כך גזרה חכמתו ית', דאס מיינט אז מאראל איז אן אינטעגראלער חלק פון אונזער רעאליטעט, אויב נישט איר יסוד, און מיר פירן זיך לויט דעם אפגעזען אויב מיר דארפן יא אדער מיר דארפן נישט. וזה ביאור על כרחך אתה עתיד ליתן דין וחשבון.
האדם לא נברא אלא להתענג
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

יאיר דיין ארגומענט איז לעכערליך ביז גאר
דו טענה'סט אזוי היות מ'דארף גלייבן אז לאגיק איז מעטאד צו דערגיין רעאליטעט
און אויב שוין גלייבן גלייב און עטיקס אויך.
גלייבן אין עטיקס אז וואס ?
אוודאי עקזעסטירט סיסטעמן פון עטיקס אבער מיט וואס איז סופיריער די עקזיסטענץ פון עטיקס מיט די עקזיסטענץ פון מאראל קאראפציע
ביידע עקזעסטירן.
עס מאכט סענץ צו פרעגן אויף סיי וועלעכע סיסטעם פארוואס גלייבסטו אין דעם
ס'מאכט אבער נישט קיין סענס צו פרעגן פארוואס גלייבסו אין לאגיק
ווייל ס'איז ניטאמאל דיין גלייבן וואס פעלט זיך דא אויס דיין גאנצע עסענס איז לאגיק
דאס אז דיין מחשבה איז מאטיווירט אין סיי וואספארא וועג איז לאגיק
אינזער מח איז א לאגיק פראצעסירנדן מאשין און מיר לעבן אין דא ראמען פון לאגיק
און ס'איז זינלאז אריבער צו גיין די גרעניץ ווייל דאס קענסטו אויך נאר טוען מיט לאגיק
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

פסיכאלאגן האבן שוין לאנג פעסטגעשטעלט אז דער עסענס פון דעם מענטש איז נישט לאגיק. רוב מענטשן מאכן רוב געווענליכע טאג טעגליכע באשלוסן נישט לויט לאגיק נאר לויט אינטואישענס וכדו'.
מאראל איז דער עסענס פון דעם מענטש אסאך מער ווי לאגיק. יעדע פעולה וואס דו טוסט איז ווייל דו זעסט עפעס א וועליו דערין. דאס וואס דו געפינסט פאר וויכטיג זיך צו טענה'ן איבער מאראל איז אויך נאר ווייל דו האסט א מאראלישע שטופ צו דערגיין דעם אמת.
און ווען איך רעד פון מאראל רעד איך נישט פון א ספעציפישע סיסטעם פון מאראל, ווי יוטיליטעריעניזם וכדו', איך רעד פון דעם שורש פון מאראל. פונקט ווי ווען מען רעדט פון לאגיק רעדט מען נישט ספעציפיש פון יוקליד.
האדם לא נברא אלא להתענג
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

....
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום נהורא נפישא, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום נהורא נפישא, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

איך האב נישט קיין סאך צייט היינט, און איך וועל נאכצוריקומען בקרוב, אבער די מישט דא ארום.
אמת אז די זוכעניש פארן אמת איז א מאראלישע וועליו אבער סאיז צו זי זעלבע צייט א פראקטישע וועליו וויאזוי זיך אומצוגיין נוצליך , די סיבה פארוואס איך טענה זיך איז פשוט און פראסט ווייל איך האב הנאה צו דערגיין אמת'ן נישט ווייל איך האב א מאראלישע פליכט צו דערגיין דעם אמת
משא"כ מאראל לשם מארא איז לאו דוקא פראקטיש, פארוואס זאל איך זיך צוריקהאלטן פון גנבנ'ן לדוגמא אויס'וועט נישט זיין קיין קאנסעקווענצן.
דאס וואס די זאגסט אז די מח איז נישט קיין לאגישע מאשין נאר איז לעכעריג מישטו אביסל
אמת ס'איז לעכעריג אבער נישט ווייל די מח מאכט נישט קיין לאגישע באשלוסן נאר וויבאלד ס'איז געמישט מיט הנחות קדומות דערפאר זענען די באשלוסן לאו דוקא לאגיש סאביעקטעוולי
איך וועל נאך צוריקומען מסביר סיין וואס איך מיין
דערווייל לאז איך דיר איבער מיט דעם
פארוואס גלויבסטו אין עטיקס מער ווי אין מאראל קאראפציע ?
פאר מער, פון ווי איך קום ליינט דא
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

מיר קוקט אויס אז נהורא איז אנגעפיקעוועט מיט עקזיסטענציאליזם און ער ווייסט דאס ניטאמאהל.
Existentialism - צווישן אנדערע - זאגט אז פילאזאפן קענען נישט באשטימטן געזעצן פארן מין האנושי, בעצם איז נישט פארהאן בכלל אזא זאך ווי א שם הכולל פון "היומאן ביאינג". דאס וואס איך בין יעצט ערב יום כיפור מיט מיין גאנצן היסטאריע, געפילן, גוסטע, ענווייראנמענט, און אלעס ארום דעם, איז בכלל נישט דער "היומען ביאינג" ווי דער פאר וועם אריסטאטל שרייבט עטישע געזעצן, קאנט מעג פילאזאפירן ווי לאנג ער וויל מיט Categorical_imperative געזעצן, אבער ער ווייסט נישט צו וועמען ער רעדט בכלל אז ס'זאל שייך זיין כולל צו זיין אלע אונטערן שוץ פון זיינע געזעצן.

ליתר שאת עיין פה
ותמצא נחת. (בעיקר נאך 20 מינוט אינעם קליפ.)
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

[tag]לעיקוואד[/tag] וואס פרובירן מאראל פיליזאפן צו דערגיין ?
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

זיי זענען פארנומען אריינשטעקן א ריינדיכע נאגל און א פירעקעדיגע לאך, און האבען נאך טענות אז עס גייט זיי נישט.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

"דארפן" מיר זיך פירן מאראליש ?

שליחה דורך מי אני »

אפאר הערות:

1). די עצם שאלה פונ׳ם אשכול וועט אנרירן אויף די דעבאטע איבער טאמער מאראל קען טאקע מחייב זיין אן קיין ג-ט המצווה על זה, ועיין כאן. (און דאס איז, ווי נישט, א חלק (פון אן אספעקט) פון די ארגומענט פון מאראליטי [פאר ג-ט].)

2). ואגב, בנוגע מאראל האט אפיקורוס געהאלטן אז דאס וואס מ׳פיהלט איז ריכטיג איז אסאך מער א (לאגישע...) קובע אויף וואס איז מאראליש ריכטיג, ווי אפילו עפעס וואס מ׳קומט צו דערצו סתם אזוי דורך סברא וכדומה. דאס גייט אביסל צוזאמען מיט אריסטו׳ס דאקטרין פון ענטעלעטשי וואס לויטעט אז מענטשן האבן א נאטורליכע נייגונג צו ראציאנאל און דאדורך אויסצופארמען א ווירטואס כאראקטער. דאס פירט שוין אריין אין צום שמועס פון דאס עצם באזיס פון לאגיק.

3). עס איז אינטרעסאנט אבער דוד הום וויל פארענטפערן די דערמאנטע פראבלעם פון אינדאקשן [זיך פארלאזען עפ״י ריזען/לאגיק אז ווי אזוי ס׳איז געווען מיט די אקסיאמן וכו׳ וכו׳ איז ווי אזוי ס׳וועט זיין אינ׳ם עתיד די זעלבע - אפגעטייטשט דא אלס ״ווער זאגט מ׳קען זיך פארלאזן אויף לאגיק מעיקרא?״], אז דאס וואס מ׳פארלאזט זיך פון וואס מ׳ווייסט יעצט אויפ׳ן עתיד וועט אויך אזוי זיין [למשל ״די זון האט אויפגעשיינט אין מזרח יעדן אינדערפרי עד האידנא עפ״י די געזעצן פון פיזיקס וכו׳, וועט עס אויך אויפשיינען מארגן אינדערפרי פונקט אזוי״] איז נישט מכח ריזען והנפש המשכלת נאר מכח די נפש המדמה [די אימעדזשינעטיוו פאקולטי]. דער מו״נ (ח״ב פל״ו ול״ח) זאגט אז פון דעם קומט אויך די כח הנבואה ע״ש (ועיין כאן באות א). קען מען מיט דעם זאגן אז יעדע מענטש וואס איז זיך אביסל משלים מיט זיין כח הגיון ונפש המשכלת אויף צו מאדעלן דעם עתיד עפ״י לאגיק און אירע געזעצן וכו׳ קומט צו צו א מדריגה פון נבואה (ועיין להלן במו״נ שם בפמ״ה במדריגות הנבואה). דהיינו אז ער נוצט יעצט/נאכדעם זיין כח המדמה [שמשם הנבואה] אויף צו טאקע אינדאקטן דעם עתיד (וה״ה אפשר אפילו לדידאקשען. ולאידך גיסא זענען דא וואס פארענטפערן פונקט פארקערט. דהיינו אויב וויל מען אזא שטארקע לאגישע חיזוק פאר אינדאקשן, קומט דאך אויס אז אינדאקשן איז פשוט נאך א מין דעדאקשן! (ואגב האט דר. קארל פּאפּער געוואלט ענטפערן עפעס ענליך, עכ״פ לגבי סייענס.)).

4). די פראבלעם גייט אויך מיט א (ווי נישט) מער עמפירישע מהלך אין עפיסטעמאלאגיע. משא״כ אויב נעמט מען אן שטערקער א ראציאנאלישע (עי פריארי) מהלך אין דעם איז נישט אזוי שווער (קאנט האט פרובירט צו ענטפערן עפעס אזוי); די יסוד, אפילו פאר סינטעטישע מציאות׳ן [די ״למעשה׳דיגע״ מציאות׳ן אין די וועלט, ועיין כאן] איז ל״ד עקספיריענס. ועיין מענין זה מכאן ולהלן.

5). די פראבלעם רירט אן אויף דעם צו ס׳קען זיין עפעס וואס איז מער ווי סתם א גלויבונג - עס איז דזשאסטיפייד. עיין (מ)כאן (ולהלן לגבי סקעפטיסיזם בכלל).

6). אל-גאזאלי און וויליאם פון אקהאם האבן מקשר געווען די פראבלעם מיט ג-ט׳ס יכולת. דהיינו, אז ג-ט קען טוישן די געזעצן וכו׳ ווען ער וויל, וממילא ווער זאגט אז די געזעצן וועלן אנהאלטן דאס נעקסטע מאל ‏(עכ״פ ביי זאכן וואס זענען נישט שני הפכים בנושא אחד וברגע אחד)? דאס גייט צוזאמען מיט דעם וואס ער האט געהאלטן אז בעצם גייט נישט ממש די עפעקט נאך די קאוז נאר זיי ווערן געשאפן (אין א בחינה) ביינאנזאם (יעדעס מאל עקסטער, מכח דעם רצון פון ג-ט, און דאס איז טאקע ווי אזוי נסים פאסירן).

7). די פילאזאפן לודוויג וויטגענשטיין, (דר. פּיטער סטראסאן,) דר. קיט קעמפבעל, און דר. קלאדיאוי קאסטא האבן געענטפערט ענליך צו [tag]נהורא נפישא[/tag]’ס תירוץ. דהיינו, עס איז נישט שייך און מען קען זיך אפילו נישט פארשטעלן א וועלט וואו מיר לעבן און מען זאל נישט קענען מאכן קיינע (לאגישע) אינדאקשנס [עס איז אבסורד]. דאס אליין גיבט (עפעס) א קרעדיביליטי דערצו.

8). ובנוגע עקזיסטענשעליזם האט דער פילאזאף סארען קירקעגארד געזאגט אז די פונקט [סינגולעריטי] פון א מענטש׳נס עקזיסטענץ קומט טאקע אפיר ווען ס׳דא א סתירה צווישן געהעריגע אנגענומענע עטיקס און זיין גלויבונג. ווייל זיינע רעליגיעזע מעשים זענען דאס וואס גיבן זיין עקזיסטענץ א ״מינונג״/תכלית/משמעות (בלא יודעים). אבער דאס קלאפט זיך אן אין א שוועריקייט און ברענגט ארויס אין די עפענטליכקייט זיין אפשאצונג איבער (דאס תכלית פון) זיין עקזיסטענץ ווען דאס איז אין קאנטראסט צו די שכליות׳דיגע מאראל וואס ער אנערקענט. ווייל דאס איינהאלטן די אלגעמיינע מאראל/עטיקס ברענגט דעם מענטש צום קישור מיט די יוניווערסאל/כלל [אלס א כעין מציאות] און גיבט פאר׳ן לעבן א משמעות. משא״כ די געבאט וואס גייט דערקעגן פאוקוסט אויף דעם איינצעלנעם און מאכט דאס עקזיסטענץ פונ׳ם יחיד חשוב׳ער ווי דעם. איז דעמאלטס ווערט נולד די [מעטא] פראגע אז יעצט וואס איז טאקע די ״כלל״ וואס גיבט א משמעות צום עקזיסטענץ? אין דעם אליין מוז זיין א ״כלל״.

ער פארענטפערט אז די ״כלל״ דערביי איז דעם/יעדע מענטש׳נס אייגענע סאביעקטיווע געפיל צו וואס ער פיהלט איז ״אמת״ און גיבט א משמעות צו זיין עקזיסטענץ; דאס איז ״אמת״ (עכ״פ) לגבי דאס משמעות פון עקזיסטענץ. די היפך דערפון איז פשוט קאנפארמיטי צום ציבור. ניטשע האט אין דעם כלל טאקע אריינגעשטעלט מאראל אליין, וואס קומט דאך פון דעם ציבור׳ישן קאנסענסוס.

9). ניטשע האט ווי באקאנט געהאלטן נאך שטערקער אז מאראל, און רעליגיע וואס באשטעטיקט דאס און שטארקט דאס, איז צושטאנד געקומען (אלס אן אנטאלאגישע מציאות) פון אזא סארט ״מרידה פון די שוואכע״ כדי די שטארקע זאלן נישט קענען געוועלטיקן אויף זיי כאוות נפשם. אין אנדערע ווערטער, עס איז א ״ווילן צו געוועלטיקן״ פון די שוואכע וואס האט זיך משריש געווען אינ׳ם קאנשענס פון מענטש. און עס קומט אויס אז דער מענטש איז אין א שטענדיגע מלחמה פון זיין אינסטינקט קעגן זיין ווילן, וואס מאכט אים קראנק.

ער האט געהאלטן אז דער שטארקער ״אובערמענטש״ ווען ער אנערקענט דאס האט די פאטענציאל צו גיין ווייטער אין זיין זעלבסט-געוועלטיגונג וכו׳ ווי (סתם) ״גוט און שלעכט״ און צוקומען דערצו אז טאקע אט דאס איז עקזיסטענץ. (אווערסימפליפייד אין גרויסן.)
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

Re: "דארפן" מיר זיך פירן מאראליש ?

שליחה דורך מי אני »

10). ארטור שאָפּענהאוער איז געווען פון די ערשטע פילאזאפן זיך צו דינגען אויף די (אימפּליסיט) הנחה פון די פריערדיגע פילאזאפן וואס האבן געהאלטן אז די וועלט/יקום איז מיסודה ראציאנאל. ער האט נישט געהאלטן אז דאס איז מיסודה ל״ד ראציאנאל בכלל. ס׳איז דא א (סארט) ״רצון״ אינ׳ם בריאה וואס פירט אלעס מער מכח אינסטינקט (און אן א טעלעאלאגישע מטרה), און אונז טוהן מיר פּערסיווען די רעפרעזענטאציעס דערפון.

דאס אז יעדע זאך ווערט געפירט דאדורך פאר זיך אליין, מאכט אז דאס נאטור פירט אזוי ווי א כסדר׳דיגע קאמף צווישן אירע באשטיינדלען. דאס איז אחוץ אויב מען טוהט פאָקוּסירן אויפ׳ן חלק ה״רצון״ וואס ליגט אונטער די בריאה, ווי איידער די פּערסיווד מאניפעסטעישאן דערפון אין נאטור, וואס בשורשו איז עס יוניווערסאל און אייניג (ועיין כעי״ז כאן ובאשכול זו מעין ענין זה).

דאס האט אים געפירט צו פארמולירן אז מ׳דארף/זאל זיך פירן מאראליש , ווייל די ״שלעכטס״ וואס ווערט געטוהן וכו׳ צו א צווייטן איז נאר מכח די אינדיווידוּעישאן וואס אונז פּערסיוון אין די בריאה, אבער משורשו ביים ״רצון״ איז דאך אלעס איינס, און דעריבער זאלן מיר זיך פירן מאראליש איינער צום אנדערן, ווייל אזוי פירן אונז זיך גוט צו זיך אליינס (קוק אין [tag]חתן בחור[/tag]’ס ארטיקל די איי אין וועקער 16), ול״ד אז נאר מכח ראציאנאל דארף מען זיך פירן מאראליש (וכדוגמת מהלכו של קאנט).
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מי אני: את חטאי אני מזכיר...איך האב נישט אדורכגעליינט דיינע לאנגע דיסערטאציעס. איך לאז עס איבער פאר די צייט ווען איך וועלל זיצן אין א ראקינג טשעיר און זיין אנגעטון אין א בעיסבאלל קעפ אז די זונשטראללן זאללן מיר נישט פארבלענדן די אויגן.אבער איך וועלל עס זאגן בקיצור...נמרץ. אז מאראל איז נאר ווערט ווען ס'איז געפלאכטן מיט, און ס'קומט דורך, רעליגיע...די קאמוניסטן האבן אויך א מאראלישע קאוד. אונז זעהמיר דאך וויאזוי זייער מאראלישע קאוד זעהט אויס. טעארעטיש איז זייער סיסטעם די פיינסטע און בעסטע אויף די וועלט. אבער וויפיהל אומ-שולדיג בלוט האבן די באלשעוויקן פארגאסן...?!. ס'איז נישט אז זיי האבן געהאט א שלעכטן פיהרער, סטאלין. ווייל טראצקי און בעריא און כרושטשעוו זענען אויך נישט געווען בעסער...!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

berlbalaguleh האט געשריבן:אבער איך וועלל עס זאגן בקיצור...נמרץ. אז מאראל איז נאר ווערט ווען ס'איז געפלאכטן מיט, און ס'קומט דורך, רעליגיע...

ISIS תוכיח
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

רביה"ק זי"ע: אבער די רעליגיע דארף צו זיין די ריכטיגע ... איך ווייס אז ביי דיר איז דאס נישט קיין ארטיקל. אבער, ביטע זאג מיר, וויפיהל מענטשליכע נפשות האבן די אידן אויסגעהרג'ט אין די לעצטע 2000 יאר...?!

איך רעד נישט, ווען אונז זעמיר דאס ערשטע מאל אריינגעקומען קיין ארץ ישראל אלס א פאלק. דאמאלס האמיר אויסגעהרג'ט די זיי"ן (אדער זאיע"ן) עממים. און ספעציעל די עמלקים. וויפיהל ס'איז אריינגעגאנגען. אבער זייט דאמאלס זעמיר שוין געווארן מער ציוויליזירט...לאל.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

הקיצור, לויט דיר איז די אידישע רעליגיע נאר געווארן די ריכטיגע פאר ארום צוויי טויזענט יאר צוריק ווען אונז האבן אנגעפאנגען ווערן ציוויליזירט, ביז דאן איז עס געווען אזוי פאלש ווי אלע אנדערע רעליגיעס. א שיינע טעאריע, איך האב אבער אן אנדערע טעאריע...
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
פארשפארט