לכבוד יו"ט: אינטערוויו מיט וועלטבארימטן חכם הרזים הרב מי אני
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16680
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18071 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
איך ווער אסאך מאל נתפעל ווען איך באקום א לייק פון מי אני אויף אן אלטן תגובה פון יארן צוריק, וואס ווען איך ליין עס איבער ממש איך שעם זיך דערמיט... אמאל איז עס שטותים, צומאל קליינקעפיג, און דער קלוגער מי אני האט נישט וואס צו טון נאר דרוקן דעם לייק קנעפל!
איך ווער נתפעל פון זיין עניוות און פשטות אין דער זייט. דאס האט א באזונדערע חן!
איך ווער נתפעל פון זיין עניוות און פשטות אין דער זייט. דאס האט א באזונדערע חן!
וירח ה' את ריח הניחוח
- במדבר
- ידיד השטיבל
- הודעות: 281
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:58 pm
- האט שוין געלייקט: 699 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל
הרב דר' (על שם העתיד) ''מי אני'', איך האב א שטארקע אינטערעסע אין פיזיקס,(איך גלייב אז נאך א'סך חברי השטיבל), איז אנא הואיל בטובך, אין שרייבט וואס איר רעקאמענדירט צו ליינען פאר איינער וואס מ'דארף נאך מדדה זיין, אל שערי מעשה בראשית. (די ביכער פון ברייען גרין האב איך שוין געליינט)
א דאנק פון פאראויס.
א דאנק פון פאראויס.
הלוואי ויתמזגו מזרח ומערב (אהוד מנור).
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
לכבוד יו"ט: אינטערוויו מיט וועלטבארימטן חכם הרזים הרב מי אני
ווי אזוי איך פארשטיי רעדט מען דא פון קלאסישע פיזיקס (לעומת קוואנטום). ווי אויך אז מען זוכט דא עפעס מער ווי סתם פאפולערע בוכער איבער פיזיקס; א בוך וואס לערענט מער אויס ווי אזוי די ״שפראך״ פון פיזיקס [עקוועישאנס] ארבעטן און דאס קענען (בעסער) ״ליינען״ (איך פארשטיי אז דאס איז וואס מ׳מיינט מיט׳ן ״מדדה זיין״). א מער פארמאלן בוך.
ווי באקאנט איז מאטעמאטיקס די ״שפראך״ פון פיזיקס. אין אנדערע ווערטער, אנדערש ווי א מער לעימענ׳ס בוך, וואס פרובירט דייקא אוועק צו שטיין דערפון (ווי באקאנט האט סטיפען האווקינג׳ס פּאָבּלישער/עדיטאר, פון זיין בוך A Brief History of Time וואס איז געווען געגארט פאר א נישט דייקא סייענטיפישע אדיענץ, אים געזאגט, ״פאר יעדע עקוועישאן דו לייגסט אריין אינ׳ם בוך שניידסטו דיין ליינערשיפ אין האלב״). דעריבער שטעל איך מיר פאר אז מ׳האט שוין עפעס א באקאנטשאפט אין מער עדווענסד מאטעמאטיקס (אלדזשעברא און קאלקולוס).
דערויף וואלט איך געראטן א צאמפאר פון די בוך (איך ווייס אז ס׳איז קלישעי אבער ער איז עס גאנץ קלאר מסביר די מהלך פון זיי אויסרעכענען וכו׳; איך פערזענליך האב עס בעסער ליב געהאט פון די אנדערע וואס זיי האבן דערויף, הגם דאס איז אויך פיין) צוזאמען מיט די טעקסטבוך פון אָפּענסטעקס; אלע זייערע טעקסטבוכער (עכ״פ וואס איך האב גענוצט) זענען פראפעסיאנאל, פענאמענאל, און גענצליך פריי.
איך האף אז דאס העלפט.
ווי באקאנט איז מאטעמאטיקס די ״שפראך״ פון פיזיקס. אין אנדערע ווערטער, אנדערש ווי א מער לעימענ׳ס בוך, וואס פרובירט דייקא אוועק צו שטיין דערפון (ווי באקאנט האט סטיפען האווקינג׳ס פּאָבּלישער/עדיטאר, פון זיין בוך A Brief History of Time וואס איז געווען געגארט פאר א נישט דייקא סייענטיפישע אדיענץ, אים געזאגט, ״פאר יעדע עקוועישאן דו לייגסט אריין אינ׳ם בוך שניידסטו דיין ליינערשיפ אין האלב״). דעריבער שטעל איך מיר פאר אז מ׳האט שוין עפעס א באקאנטשאפט אין מער עדווענסד מאטעמאטיקס (אלדזשעברא און קאלקולוס).
דערויף וואלט איך געראטן א צאמפאר פון די בוך (איך ווייס אז ס׳איז קלישעי אבער ער איז עס גאנץ קלאר מסביר די מהלך פון זיי אויסרעכענען וכו׳; איך פערזענליך האב עס בעסער ליב געהאט פון די אנדערע וואס זיי האבן דערויף, הגם דאס איז אויך פיין) צוזאמען מיט די טעקסטבוך פון אָפּענסטעקס; אלע זייערע טעקסטבוכער (עכ״פ וואס איך האב גענוצט) זענען פראפעסיאנאל, פענאמענאל, און גענצליך פריי.
איך האף אז דאס העלפט.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
לכבוד יו"ט: אינטערוויו מיט וועלטבארימטן חכם הרזים הרב מי אני
איך גיי מיר באציען צו ספרי פילאזאפיע בתוך יהדות, ווייל איך פארשטיי אז דאס איז די עיקר כוונה פון די שאלה [״מעשה מרכבה״. איך ווייס אז לפי הרמב״ם מיינט דאס בעצם מעטאפיזיקס בכלל, אבער...]. עכ״פ אויף אנצוהויבן וכדלהלן.
איך פארשטיי אויך אז מ׳האט שוין געלערענט די ערשטע 4 פרקים אין משנה תורה, ווי אויך די שמונה פרקים להרמב״ם (פאר מס׳ אבות).
במושכל ראשון וואלט איך מייעץ געווען דער מו״נ אין ענגליש (איך האב געליינט פריעדלענדער׳ס תרגום און איך האב הנאה געהאט). דאס זעלבע האב איך הנאה געהאט פון פעלדמאן׳ס תרגום און פירוש אויפ׳ן מלחמות ה׳, און ווייס׳נס תרגום ופירוש אויפ׳ן אור ה׳. איך פערזענליך וואלט געראטן אז מ׳זאל אבער כסדר קוקן אין די לשה״ק פון די ספרים אויך.
איך דערמאן דאס ווייל אין מיין עקספיריענס גיבט דאס א התחלה פאר׳ן חרדי׳שן אינגערמאן צו מיטל-אלטער פילאזאפיע פון א (ווי נישט דאך) תורה׳דיגן/רעליגיעזן פערספעקטיוו, מיט וואס ער איז שוין ווי נישט עטוואס היימיש מכח זיין אויפהאדעווינג, ישיבה יארן אא״וו. פון דארט (בפרט דורך די notes און די citations אא״וו) גיבט דאס שוין ווייטערדיגע רעפערענצן וכו׳ פון וואו צו פארשן און לערנען ווייטער אינדרויסן פון די דוקא רעליגיעזן מבט, און צו שפעטערע מער מאדערנע פילאזאפיע. למשל, אז מ׳זעהט א סארט מושג טוהט מען דאס ווייטער נאכשטודירן און פארשן קלאר צו ווערן וואס דאס מיינט וכו׳ וכו׳.
דאס זאג איך לפום ריהטא. אז איך וועל מיר דערמאנען פון פשוט׳ערע בוכער וכו׳ אין דעם, וועל איך אי״ה לאזן וויסן.
די צוויי אשכולות קענען סתם אזוי אויך בייהילפיג זיין צו די סארט בקשות/פראגעס.

א גוטן ערב שבת
איינער קען מיר נאך דא?
פון צייט צו צייט באקום איך אזא נאטעפעקאציע פון דזשימעיל אז [tag]מי אני[/tag] האט מיר געלייקט. ווי עס קוקט אויס לערענט ער דורך בעיון גאנץ קאווע שטיבל. אזוי ווי [tag]אדנירם[/tag] האט געטוהן בשעתו (אגב שש, איך האב דיר געשיקט עפעס מעגסט ענטפערן)
די אינטערוויו האב איך נאכנישט געליינט אבער ס'איז ארויסגעפרינט און מ'וועט מעיין זיין דערין איבערן שבת
[tag]כוכב[/tag] איך שטעל דיר אויפן חזקה אז איך וועל הנאה דערפון
לאוו יו אלל
הק' שלום
איינער קען מיר נאך דא?
פון צייט צו צייט באקום איך אזא נאטעפעקאציע פון דזשימעיל אז [tag]מי אני[/tag] האט מיר געלייקט. ווי עס קוקט אויס לערענט ער דורך בעיון גאנץ קאווע שטיבל. אזוי ווי [tag]אדנירם[/tag] האט געטוהן בשעתו (אגב שש, איך האב דיר געשיקט עפעס מעגסט ענטפערן)
די אינטערוויו האב איך נאכנישט געליינט אבער ס'איז ארויסגעפרינט און מ'וועט מעיין זיין דערין איבערן שבת
[tag]כוכב[/tag] איך שטעל דיר אויפן חזקה אז איך וועל הנאה דערפון
לאוו יו אלל
הק' שלום
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
לכבוד יו"ט: אינטערוויו מיט וועלטבארימטן חכם הרזים הרב מי אני
[tag]כוכב[/tag] זאגט ״וועלטבארימט״, איז אז גברא רבה אמר למילתיה האב איך געטראכט אז די פסוק זאגט (אסתר ט ד) ושמעו הולך בכל המדינות. ״הולך בכל״ איז גימטריא ״מי אני״ עם התיבות...
טאקע א פורים תורה...
ס׳איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען דאס וואס ארעלע ווישוואנאט האט דערמאנט אין זיין אינטערוויו אין וועקער 17 בנוגע די לערע וואס ליגט אפילו אין די דזשאנרע פון הויך פאנטאזיע בוכער. דאס זעלבע קען מען לכאורה צושטעלן צו (פארשטייט זיך, תוכנ׳דיגע) פילמס.
טאקע א פורים תורה...
ביבער האט געשריבן:געוויסע מאוויס זענען אנגעפילט מיט מער חכמה ווי צען ביכלעך.
ס׳איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען דאס וואס ארעלע ווישוואנאט האט דערמאנט אין זיין אינטערוויו אין וועקער 17 בנוגע די לערע וואס ליגט אפילו אין די דזשאנרע פון הויך פאנטאזיע בוכער. דאס זעלבע קען מען לכאורה צושטעלן צו (פארשטייט זיך, תוכנ׳דיגע) פילמס.
- חוקר ודורש
- היימישער באניצער
- הודעות: 423
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2019 3:01 pm
- האט שוין געלייקט: 738 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל
אינטערוויוס אויף קאווע שטיבל
איך וויל צוצייכענען אז דאס איז נישט דער ערשטער אינטערוויו אויף קאווע שטיבל, דער ערשטער אינטערוויו וואס איך האב געטראפען איז טאקע פון אונזער באליבטע @כוכב ווי ער אינטערוויוט די קינדליין אויסגאבע.
די צווייטע אינטערוויו איז פון @שמעקעדיג ווי ער אינטערוויוט @ראשעקאל
די דריטע איז פון @העניך ווי ער אינטערוויוט א שרייבער פון די תהילים כולל
די פערדע איז פון @חקרן ווי ער אינטערוויוט יואל צימערמאן
די פיפטע איז פון אדנירם ווי ער אינטערוויוט @שמעקעדיג
די זעקסטע איז פון @שטילע אינגערמאן ווי ער אינטערוויוט @אדנירם איבערן אינטערוויו מיט שמעקעדיג
די זיבעטע איז פון @קל וחומר ווי ער אינטערוויוט @שטילע אינגערמאן איבערן אינטערוויו מיט @אדנירם
און צום לעצט איז דאס נישט אויף קאווע שטיבל אבער דאך ווערד צו צוצייכענען דאס איז די אינטערוויו פון @לאשיצער מיט @אבטולמוס איבערן וועקער
איך האפ איר האט הנאה פון דעם ליסטע.

שוב יום אחד לפני מיתתך
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2595
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
- האט שוין געלייקט: 4455 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל
חוקר, אז דו ווילסט וויסן אלטע פאליטיק...
דער אינטערוויו מיט קינדליין האט מיך א מנהל אריינגעשיקט פיקס פערטיג און געוואלט ס'זאל גיין אויף מיין נאמען.
דער אינטערוויו מיט ראשעקאל האב איך געשריבן און פאר א סיבה וואס איך געדענק נישט האט עס שמעקעדיג געפאוסט אונטער זיין נאמען.
ס'איז דא נאך סקעלעטנס אין קלאזעט, אבער נישט אלעס קען מען שרייבן...
דער אינטערוויו מיט קינדליין האט מיך א מנהל אריינגעשיקט פיקס פערטיג און געוואלט ס'זאל גיין אויף מיין נאמען.
דער אינטערוויו מיט ראשעקאל האב איך געשריבן און פאר א סיבה וואס איך געדענק נישט האט עס שמעקעדיג געפאוסט אונטער זיין נאמען.
ס'איז דא נאך סקעלעטנס אין קלאזעט, אבער נישט אלעס קען מען שרייבן...
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
Re: לכבוד יו"ט: אינטערוויו מיט וועלטבארימטן חכם הרזים הרב מי
מ׳קען אויך נעמען חיזוק אין דעם וואס ארטור שׁאָפּענהאוער האט געזאגט:חתן בחור האט געשריבן:געוואלדיג! אלץ אן אינטראווערט וואס האט אויך די Affliction פון פארפאסן סאשיעל קלוס, וויל איך דיר דאנקן פאר'ן קוראזש עס ארויסצוברענגען און פובליק. איך בין אנציקט ווייל וויאזוי ס'זעהט אויס קוקסטו עס בכלל נישט אן ווי א פעלער, נאר פארקערט די נוצט עס אויס זיך צו אנזאפען מיט חכמה. א געוואלדיגע אויפטו!
A high degree of intellect tends to make a man unsocial.
אגב, ער האט אויך געהאט געזאגט:
Almost all of our sorrows spring out of our relations with other people.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
לכבוד יו"ט: אינטערוויו מיט וועלטבארימטן חכם הרזים הרב מי אני
דאס איז בפרט בחוה״מ פסח וואו עס איז נישט ״חלוקין״ בקרבנותיהן (ערכין י:)...
און נאכמער ווייל די ב״י (או״ח סימן תצ) לייגט צו דערצו [בנוגע למה אין גומרין בכל הפסח את ההלל] מהשבלי הלקט (סימן קעד) ווייל (משלי כד יז) בנפול אויבך [המצריים] אל תשמח ע״ש. אויך אן ענין פון שלום.
ווי אויך טרעפט מען כידוע אז ווען חוה״מ פסח דארף זיך אנצופאנגען ווערט עס אנגערופן ״ממחרת השבת״ (ביי ספירת העומר). און ביי מוצ״ש טרעפט מען דאך (רמ״א באו״ח סימן רצה סעיף א) דעם ענין צו דערמאנען ביאת אליהו לע״ל. ואליהו בא (לעתיד) לעשות שלום בעולם (עדיות ח ז).
דאס איז נישט מיין כוונה מכל וכל בכלל (פשוט מער אלס אי-יכולת און שלאבערישע שרייבן...). איך צייכען דאס נאר צו אלס אינטרעסאנטקייט.

מאך זיכער האט געשריבן:אזויווי איר זאגט אז איר זענט נישט סאצעאל קענען מיר נישט בעטן אז איר זאלט יא עפענען אשכולות און צייגן אייערע קענטעניסן, אבער פונעם אינטערוויו זעט אויס אז שריפטליך קענט איר זיך יא ארויסברענגען און דייקא גאר קלאר, דעריבער אויב קענט איר פרובירן אז מיר פשוט'ע מענטשן זאלן מער פארשטיין די קאנסעפטס וואס איר זענט מסביר מיטן שרייבן א טראפ קלארערע שפראך אז מיר זאלן אויך קענען טרונקען פון אייער מעיין החכמה.
א ריזיגן יישר כח.
דאס איז נישט מיין כוונה מכל וכל בכלל (פשוט מער אלס אי-יכולת און שלאבערישע שרייבן...). איך צייכען דאס נאר צו אלס אינטרעסאנטקייט.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
לכבוד יו"ט: אינטערוויו מיט וועלטבארימטן חכם הרזים הרב מי אני
מי אני האט געשריבן:מ׳קען אויך נעמען חיזוק אין דעם וואס ארטור שׁאָפּענהאוער האט געזאגט:חתן בחור האט געשריבן:געוואלדיג! אלץ אן אינטראווערט וואס האט אויך די Affliction פון פארפאסן סאשיעל קלוס, וויל איך דיר דאנקן פאר'ן קוראזש עס ארויסצוברענגען און פובליק. איך בין אנציקט ווייל וויאזוי ס'זעהט אויס קוקסטו עס בכלל נישט אן ווי א פעלער, נאר פארקערט די נוצט עס אויס זיך צו אנזאפען מיט חכמה. א געוואלדיגע אויפטו!
A high degree of intellect tends to make a man unsocial.
אגב, ער האט אויך געהאט געזאגט:
Almost all of our sorrows spring out of our relations with other people.
ובנוגע דאס מער סאציאלע איינזאמקייט, איז לפי וואס איך האב געזאגט דא איבער פשט אין מיין ניק ובנוגע דאס פארמירונג פונ׳ם אידענטיטעט [דעם ״אני״] איז קען מען אין דעם זאגן נאך טיפער עפ״י די מהלך פונ׳ם סימבּאליק אינטערעקשאן טעאריע אין סאציאלאגיע. אין (גאר אין) קורצן לויטעט די מהלך אז די מעשים פון מענטשן (וואס אלע מעשים אין בּיהעיוויארס פון מענטשן פאסירן אין א סאציאלן קאנטעקסט) זענען באזירט אויף ״מיִניִנגס״/באדייטן וואס מענטשן גיבן דערצו אין די סאציאלע סעטינג/מצב. ולאור זה זאגט דער סאציאלאג דר. פּיטער בערגער איז דאס ״אידענטיטעט״ פונ׳ם מענטש נישט עפעס ״באהאלטן״ און (אזוי ווייט) אָנקאַנשׁעס, נאר עס ווערט ״געגעבן״ און ״ערהאלטן״ געזעלשאפטליך.
ואולי אפשר לומר לפי״ז אז פאר איינער וואס איז (אסאך) מער צוריקגעצויגן אין דעם פון געזעלשאפטליכע פארברענגונגען וכו׳, איז טאקע זיין אידענטיטעט טאקע מער ״פלוּאיד״.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
Re: לכבוד יו"ט: אינטערוויו מיט וועלטבארימטן חכם הרזים הרב מי
viewtopic.php?p=448187#p448187
מי אני האט געשריבן:לגבי דער חרדי׳שער געזעלשאפט באופן כללי איז פון מיין פערספעקטיוו זע איך אן אינטערעסאנטע פאראדאקס. פון איין זייט, פון א מעקרא לעוועל פערספעקטיוו, ציהט עס מער רעכטס, וכמבואר באריכות בספרי שמואל היילמאן ועוד, והחוש מוכיחו והמפורסם אינו צריך ראיה, אבער פון די אנדערע זייט, פון א מייקרא פערספעקטיוו ציהט עס מער לינקס. (איך וואלט געפרעגט א לעגיטימע פראגע צי, צי די אלטע טעמעס פון קאווע שטיבל זענען נאך היינט אזוי קאנטראווערסיאל?)
א דוגמא פון די פראצענט ״אויפגעקלערטע״, דאס הייסט לאו דוקא עכטע אינטעלעקטואלס; ווי אזוי דער טערמין ווערט גענוצט בסתם, אדער ״קילע״ וואס מ'זעט היינט אין דער היימישער געזעלשאפט וואס איך גלייב האט זיך געהעכערט.
דאס האט אויך א פרעצעדענט אין סאציאלאגיע, אז ווען א גרופע וואקסט פאלט די קאנפארמיטעט. למעשה ווייס איך נישט וויאזוי צו פאראייניגן די אינטערעסאנטע טענשאן.
viewtopic.php?p=448187#p448187
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 627
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 487 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל
כוכב האט געשריבן:חברה, כ'האב עס געמאכט אויף די לייקס ראנגען ליסטע.
יאפ יאפ, די אשכול שטייט שוין אויפן אויבערשטען העלפט פונעם לייקס ראנגען ליסטע, עוד יזכור לנו אהבת איתן ווען [tag]אדנירם[/tag] הארץ (הגם היפש אונטערדריקט פונעם גיגאנטישען מח זיינער וואס איז שליט על הלב) איז געווארן אנגעפילט מיט פרייד אז ער האט עס געמאכט צום ערשטען מאל צום עמוד ראשי און הגם [tag]כוכב[/tag] איז רגיל בכגון דא זייענדיג זיין פיפטן אשכול אויפן לייקס ראנגען ליסטע ברענג איך ארויס די נקודה בשבחו פונעם חכם הרזים [tag]מי אני[/tag], לשיטתי לעיל.
וויאזוי אויך איז ווערט אנצומערקן אז ס'איז די איינציגסטער אשכול געשריבען נאך יארע 2016 (מיטן אויסנאם פון איינס אין 2017) וואס איז אנגעקומען אויפן ליסטע. אפשר האט דער גאון הגאונים מי אני באוויזן דאס אומגלויבליכע צוריקברענגען די גאלדענע עפאכע פונעם שטיבל? אדער גאר קאראנע?
מי אני חזק ואמץ, תורתך וחכמתך מגן לנו, הוא מאירת עינינו!
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
Re: לכבוד יו"ט: אינטערוויו מיט וועלטבארימטן חכם הרזים הרב מי
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן: אפשר האט דער גאון הגאונים מי אני באוויזן דאס אומגלויבליכע צוריקברענגען די גאלדענע עפאכע פונעם שטיבל? אדער גאר קאראנע?
מי אני חזק ואמץ, תורתך וחכמתך מגן לנו, הוא מאירת עינינו!
א גרויסן ייש״כ פאר די שבחים!
״קַוֶה״ איז בגימטריא ״קאָוִד״ און איז אויך בגימטריא ״מי אני״. און דאס זאגסטו האט צוריקגעברענגט די ״כבוד״ פון שטיבל...
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
Re: לכבוד יו"ט: אינטערוויו מיט וועלטבארימטן חכם הרזים הרב מי
א גאר אינטרעסאנטע (ווייכע) סייענס-פיקשין מיניסיריס וואס גייט (אויך) אריין אין די געדאנק פון דעטערמעניזם/בחירה חופשית (ווי אויך די מאלטי-ווערס המסתעף ממנה) איז דעווס אויף הוּלוּ פון אלעקס גארלאנד (וועלכער איז, אזוי ווי איך האב פריער געזאגט, גאר א גוטע און טיפע שרייבער).הוגה האט געשריבן:
וועסטווארלד איז א טיפע פילעזאפישע סייענס פיקשען שאו וואס איז מייסטערפול אראפ געלייגט מיט א ציענדע מעשה וואס גרייכט די גרעניצן פון בלי הגבלה, אין סוף, שכר ועונש, ריאליטי, אלוהות ועוד. שטארק רעקאמענדירט. (דיסקלעימער, כ'האב נאך נישט געזען די יעצטיגע דריטע סעזאן.)