מקען שוין גיין אין מקוה ב"ה
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 819
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
- האט שוין געלייקט: 434 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל
מקען שוין גיין אין מקוה ב"ה
ב"ה
יום ב' לסדר "ורחץ במים וטהר" פ' טהרה
כ"ו ניסן, יומא דהילולא קדישא דמרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע תש"פ לפ"ק
מודעה חשובה
ווי יעדער ווייסט, איז מען לאור המצב ליידער געווען געצוואונגען אפצושפארן די בתי מדרשים און מקוואות דקהילתינו הקדושה, מחמת ההכרח פון ונשמרתם מאוד לנפשותיכם, וחי בהם, לא תעמוד על דם רעך, ועפ"י הוראות כ"ק מרן רבינו שליט"א והגה"צ הדומ"ץ שליט"א, אין איינקלאנג מיט די רעגולאציעס פון די אינסטאנצן. בחסדי השי"ת האט די השתדלות וזהירות געברענגט א עקסטערע שמירה עליונה אויף אונזער שטאט כידוע, עד הנה עזרונו רחמיך ה"א ואל תטשינו לנצח.
די הנהלת הקהלה האבן נישט גערוהט, נאר כסדר געזעסן אויף מיטונגען צו טרעפן א וועג און א עצה ווי אזוי צוצושטעלן א מקוה פאר אנשי שלומינו, אויף א אופן וואס זאל ח"ו נישט גורם זיין צו א פארשפרייטונג פון די מחלה ל"ע, ווי רבינו שליט"א האט אונז אויפגעפאדערט אז מען זאל נאר עפענען באופן אז ס'קען זיין באשטעטיגט און אויסגעהאלטן לויט די דעת הרופאים, וואס אין די ענינים איז זייער דעת קובע, ווי עס ווערט גע'פסק'נט אין שו"ע.
דער מצב ביי חולי ישראל איז ליידער באוואוסט, קיינער וויל נישט ח"ו טראגן אויף זיין געוויסן אז "אפשר" האט ער אפילו א מינדעסטע שייכות אדער גורם געווען, צו דעם וואס א איד ווערט קראנק ל"ע און דארף ליגן על ערש דוי מיט יסורים, און אודאי נישט גורם זיין אז א איד זאל ליגן ח"ו אין שפיטאל און ראנגעלט זיך בין חיים למות, אדער נאך ערגער ל"ע.
לכן, נאכן אינוועסטירן צענדליגער שעות און איבערמידליכע שתדלנות מיט מומחים אין די סארט מחלות, און נאכן באקומען א באשטעטיגונג פון גאר א גרויסן דאקטאר א מומחה אין אינפעקשאנס דיזיעס וואס איז גרונטליך איבערגאנגען דעם גאנצן פלאן, און געגעבן זיינע פארארדענונגען, האבן מיר ב"ה דעגרייכט א מהלך וויאזוי צו עפענען די מקוה קומענדיגע מיטוואך אינדערפרי לשמחת לב אנ"ש, לויט די פאלגענדע אנווייזונגען אויף די קומענדיגע זייט.
דעריבער ווילן מיר מפרסם צו זיין, אז קיינער זאל נישט נעמען דאס ענין פאר לייכט, אויך זאל קיין שום משמש אדער גבאי ביהמ"ד נישט עפענען קיין ציבור'ישע מקוה אויב ס'איז נישט אין איינקלאנג מיט די פארגעשריבענע פארשריפטן. אויב ס'פעלט אפילו נאר איין תנאי פון די פארשריפטן פארלירט עס דעם גאנצן תוקף.
אזהרה:
די פאלגענדע טארן בכלל נישט קומען אין מקוה:
ווער עס איז פון 'זעכציג יאר' און העכער לאורך ימים ושנים.
ווער עס האט די מינדערסטע געזונטהייט קאנדישען אדער היסטאריע. דאס נעמט אריין אין זיך: דייעביטיס, לונגען, הארץ, אויטא-אימיון דיזיס, קראונ'ס וכדו', כראנישע פראבלעמען, בלוט-דרוק, אסטמאה, סליפ-עפניע און אפילו איבער-וואג אין געוויסע פעלער.
ווער עס האט געהאט סימפטאמען פון די וויירוס די לעצטע "צען טאג". צב"ש אויב האט איר געשפירט איבלען nausea - פארלוירן חוש הטעם/ריח – פיבער - שווערע אטעם - שטארקע ביינער ווייטאג - פלו שוואכקייט - היסן. טאר מען נישט קומען אין מקוה ביז צעהן טאג נאך וואס איר האט שוין מער גארנישט געשפירט. אויב קומט איר יא אין מקוה אין אזא פאל, זענט איר ח"ו עובר אויף "לא תעמוד על דם רעך" בקום ועשה, און עס קען זיך גרעניצן מיט "שפיכות דמים" ממש ח"ו.
אנווייזונגען:
די אלע אנווייזונגען מוזן גענצליך אויסגעפאלגט ווערן, דורך יעדן יחיד בלי שום יוצא מן הכלל:
זהירות: פון ווען איר קומט אריין אין בנין הביהמ"ד פרובירט גארנישט אנצורירן, די ווענט, הענטלעך וכדו'. אזוי אויך מאכט זיכער נישט צורירן דעם 'פנים' אזוי לאנג ווי איר האט זיך נישט אפגעוואשן נאך די מקוה די הענט מיט זייף אדער ווארעם וואסער.
שאוער: יעדער מוז נעמען א שאוער מיט זייף 'אינדערהיים' בעפארן קומען אין ביהמ"ד. עס איז א חיוב גמור מצד 'לא תעמוד על דם רעך'. די שאוער'ס אין די מקוואות וועלן זיין גענצליך אפגעשפארט.
מאסק: אריינקומען אין בילדונג נאר מיט א מאסק, די אינסטאנצן שטעלן זיך דערויף 'זייער שטארק' מ'וועט קענען קויפן א מאסק ביים טיר פון ביהמ"ד פאר $1 מען דארף בלייבן אנגעטוהן מיט די 'מאסק' ביז מען גייט צום 'בור הטבילה'.
קראקס: מען מוז מיטברענגען 'אייגענע קראקס' אין א בעג, כדי נישט אראפצוטרעטן אויף די בלויזע ערד ביז מ'קומט צום וואסער. מ'דארף זיך אויסטוען די 'שיך' און אנטוען די 'קראקס' אינדרויסן אין האלוועי בעפאר'ן אריינגיין אין 'חדר המקוה'.
סכום מענטשן: עס מעגן נאר אריינגיין אין מקוה א מספר מצומצם מענטשן אויפאמאל, עס וועט ווערן איינגעטיילט און אינפארסירט דורך א 'סעקיוריטי גארד' ביים טיר.
סעניטייזער: אפוואשן די הענט מיט 'סעניטייזער' בעפאר מען גייט אריין אין די 'חדר המקוה'.
זיץ פלעצער: די בענק אין מקוה זענען מסודר אויף א ספעציעלע אופן מען זאל זיין אפגערוקט פונעם צווייטן כדי נישט צו שמועסן וכדו'.
קארטלעך: אויף די בענק האט מען אויפגעצייכנט 'זיץ נומערן', יעדער וועט באקומען א קארטל מיט א נומער פונעם סעקיוריטי גארד, מ'זאל זיך נאר זעצן אויפן פלאץ לויט'ן נומבער פונעם קארטל. [מאכט זיכער צוריק צוגעבן די קארטל פארן גארד אויפן וועג ארויס].
האנטוכער: יעדער זאל נעמען 2 האנטוכער, איינס צום אפווישן, און איינס אויסצושפרייטן אויפן באנק ווי מ'זיצט, און אויף דעם ארויפלייגן אייער וועש, אדער אויפהענגען. "נאכן ניצן די האנטוכער זאל מען עס אריינלייגן אינעם פאס".
אופן הטבילה: אינעם בור הטבילה מעגן נישט אריינגיין מער ווי 2 מענטשן אויפאמאל ביי די זייט פון 'אריין', און ביי די זייט פון 'ארויס'.
ווארטן ביים בור: אויב ווארט מען ביים בור, מוז מען שטיין אפגערוקט לכה"פ 6 פוס לויט די ספעציעלע אנגעצייכנטע פאסן אויף דער ערד.
רעילינגס: נישט אנכאפן די 'רעילינג' פון בור הטבילה, ביים אריינגיין און ארויסגיין.
טובל'ן און ארויס: מען זאל גיין מיט די קראקס ביז צו די טרעפ וואו עס הייבט זיך אן די וואסער, דערנאך מאכן בלויז "איין טבילה" און "גלייך" ארויס פון די זעלבע זייט וואס מ'איז אריין, בשום אופן זיך נישט פארזוימען.
נישט פארברענגען: עס איז נישט ערלויבט זיך אפצושטעלן שמועסן אינעם גאנצן בנין, און אודאי נישט אין חדר המקוה.
סעניטייזער: ארויסקומענדיג פון מקוה, זאל מען זיך אפוואשן די הענט מיט זייף אדער סעניטייזער.
בית הכסא: די בית הכסא'ס אינעם גאנצן בנין וועלן זיין גענצליך פארשלאסן.
געווירבל: איבעראל זאל מען אכטונג געבן, עס זאל נישט זיין קיין געווירבל פון מענטשן, ובפרט ביים אריין און ארויס פון בנין, מען זאל אנהאלטן די 'סאשעל דיסטענס' צו פארמיידן פארשפרייטונג, ווי אויך צוליב מראית עין, וד"ל.
לידיעה: אלע בורות אין די מקואות וועלן זיין די זעלבע גראד.
געדענקט: ווער עס פארלעצט אפילו נאר 'איינס' פון די פארשריפטן, קען גורם זיין אז די שלטונות וועלן אפשפארן די מקוה ח"ו, אויסער די הארבקייט פון אנשטעקן זיך אדער אנדערע רח"ל.
דער סעקיוריטי גארד ביים טיר, וועט אינפארסירן: אויב איר זענט געווען אין שאוער אינדערהיים; איר האט א מאסק; מיטגעברענגט קראקס; נישט העכער 60; אפמעסטן אייער טעמפרעאטור. אנדערש וועט ער נישט אריינגעלאזן בשום אופן.
זמני המקוה:
בביהמ"ד הגדול: יעדן טאג פון 4 פארטאגס - ביז 4 נאכמיטאג
בחורים קענען נישט קומען צווישן די שעות 6 פארטאגס און 12 מיטאג
אנדערע בתי מדרשים דקהלתינו: פון 7 ביז 10
די פרייז פאר א מקוה איז $5
מיר זענען מתפלל צו השי"ת עס זאל שוין מקויים ווערן דער 'והסירותי מחלה מקרבך', און בקרוב זאלן מיר ווערן גענצליך אויסגעלייזט פון ביטערן גלות, בב"א.
בכבוד רב, הנהלת הקהלה
נ.ב. די זמנים וועלן מעגליך געטוישט ווערן לויטן מצב. - די זמנים פון עש"ק און שב"ק, וועט בעזה"ש געמאלדן ווערן אין א באזונדערע מעלדונג.

לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2265
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
- געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
- האט שוין געלייקט: 955 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל
- בענדזשאמין פרענקלין
- שריפטשטעלער
- הודעות: 764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
- האט שוין געלייקט: 2326 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2265
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
- געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
- האט שוין געלייקט: 955 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
Re: מקען שוין גיין אין מקוה ב"ה
שוין, כ'האב געמיינט אז דער עולם וועט ווערן נארמאלער, מ'האט אינז געגעבן אן איינמאליגע געלעגנהייט, זיך אויסצוגראדן און ס'קוקט נישט אויס ווי דער עולם האט געכאפט דעם רמז מן השמים. אבער עוד לא אבדה תקוותנו, מ'זעהט פון די אלע אזהרות אז ס'נישט געמאכט פאר נארמאלע מענטש, נאר פאר די שוטים וואס האבן זיך פשוט נישט געקענט איינהאלטן פון מקוה'ס און מנינים אשר שומר נפשו ירחק מהם אין די שווערע טעג, פאר זיי האט מען דאס געברויכט איינפירן. משא"כ פאר רוב עולם וואס זענען נארמאלע מענטשן פעהלט נישט אויס קיין תקנות ואזהרות.
איז ווי ס'קוקט יעצט אויס גייען די שוטים ווערן ערגערע שוטים און די נארמאלע גייען ווערן מער נארמאל, לאמיר האפן.
איז ווי ס'קוקט יעצט אויס גייען די שוטים ווערן ערגערע שוטים און די נארמאלע גייען ווערן מער נארמאל, לאמיר האפן.
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:שוין, כ'האב געמיינט אז דער עולם וועט ווערן נארמאלער, מ'האט אינז געגעבן אן איינמאליגע געלעגנהייט, זיך אויסצוגראדן און ס'קוקט נישט אויס ווי דער עולם האט געכאפט דעם רמז מן השמים. אבער עוד לא אבדה תקוותנו, מ'זעהט פון די אלע אזהרות אז ס'נישט געמאכט פאר נארמאלע מענטש, נאר פאר די שוטים וואס האבן זיך פשוט נישט געקענט איינהאלטן פון מקוה'ס און מנינים אשר שומר נפשו ירחק מהם אין די שווערע טעג, פאר זיי האט מען דאס געברויכט איינפירן. משא"כ פאר רוב עולם וואס זענען נארמאלע מענטשן פעהלט נישט אויס קיין תקנות ואזהרות.
איז ווי ס'קוקט יעצט אויס גייען די שוטים ווערן ערגערע שוטים און די נארמאלע גייען ווערן מער נארמאל, לאמיר האפן.
די מקוואות פארלירן שווערע געלטער זייענדיג פארשפארט מוז מען עפעס טון. קיינער מיינט נישט קדושתן של ישראל ווייל טאמער יא וואלט מען געעפענט די מקוואות שבת נאכמיטאג פאר מנחה וד"ל. אבער דעמאלטס קען מען דאך נישט בעטן קיין געלט איז עס פארשפארט
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
דער גאלדענער אדלער: איך מוז דיר מעורר זיין. אז כאטש דו זאגסט א ריכטיגע זאך לגופו של עניין. אבער דיין תגובה איז פול מיט אפיקורסות. דו באניצט דיך רחמנא ליצלן מיט אפיקורס'ישע אויסדרוקן שאסור לשומען. דו האסט נאך א מזל אז איצא שייגעץ ליינט נישט קאווע שטיבל. ווייל אויב יא וועט ער אויסרופן מחאות והפגנות אקעגן דיר. דו זאגסט... (פארשטאפטץ ענקערע אויערן)..."עוד לא אבדה תקותינו"...! צי ווייסטו דען נישט אז אפילו ר' סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו איז נישט געווען צופרידן פונ'ם מחבר פון דעם פסוק. נפתלי הערץ אימבער. ר' סענדער האט געטענה'ט אז נישט גענוג וואס ער איז געווען א ציוני, רחמנא ליצלן מהאי דעתא איז ער נאך געווען א שיכור אויכעט. און ר'האטציך געוואלגערט אין אלע קרעטשמעס...! דו דארפסט טון א תשובת המשקל. שרייבן א תגובה. און אויף א יעדע שורה דארפסטו שרייבן...רח"ל, שר"י, ימ"ש, עפ"ל, ארענדז"ש...!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
Re: מקען שוין גיין אין מקוה ב"ה
ר' בערל; לעצטענס דרייַ איך זיך ארום מיט א מחשבה אז די אלע גרויסע פירמע פירערס ווי איצא גליק, משה גבאי ועוד, פון ביידע פראקציעס, זיצן דא אין ק"ש מיט ניקס און שרייבן כסדר און לייקן, אזוי צו האבן ביידע וועלטן.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 349
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2018 1:04 pm
- האט שוין געלייקט: 246 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 396 מאל
שמעון וואלף האט געשריבן:דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:שוין, כ'האב געמיינט אז דער עולם וועט ווערן נארמאלער, מ'האט אינז געגעבן אן איינמאליגע געלעגנהייט, זיך אויסצוגראדן און ס'קוקט נישט אויס ווי דער עולם האט געכאפט דעם רמז מן השמים. אבער עוד לא אבדה תקוותנו, מ'זעהט פון די אלע אזהרות אז ס'נישט געמאכט פאר נארמאלע מענטש, נאר פאר די שוטים וואס האבן זיך פשוט נישט געקענט איינהאלטן פון מקוה'ס און מנינים אשר שומר נפשו ירחק מהם אין די שווערע טעג, פאר זיי האט מען דאס געברויכט איינפירן. משא"כ פאר רוב עולם וואס זענען נארמאלע מענטשן פעהלט נישט אויס קיין תקנות ואזהרות.
איז ווי ס'קוקט יעצט אויס גייען די שוטים ווערן ערגערע שוטים און די נארמאלע גייען ווערן מער נארמאל, לאמיר האפן.
די מקוואות פארלירן שווערע געלטער זייענדיג פארשפארט מוז מען עפעס טון. קיינער מיינט נישט קדושתן של ישראל ווייל טאמער יא וואלט מען געעפענט די מקוואות שבת נאכמיטאג פאר מנחה וד"ל. אבער דעמאלטס קען מען דאך נישט בעטן קיין געלט איז עס פארשפארט
אבי גערעדט,
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
נחום הסופר האט געשריבן:שמעון וואלף האט געשריבן:דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:שוין, כ'האב געמיינט אז דער עולם וועט ווערן נארמאלער, מ'האט אינז געגעבן אן איינמאליגע געלעגנהייט, זיך אויסצוגראדן און ס'קוקט נישט אויס ווי דער עולם האט געכאפט דעם רמז מן השמים. אבער עוד לא אבדה תקוותנו, מ'זעהט פון די אלע אזהרות אז ס'נישט געמאכט פאר נארמאלע מענטש, נאר פאר די שוטים וואס האבן זיך פשוט נישט געקענט איינהאלטן פון מקוה'ס און מנינים אשר שומר נפשו ירחק מהם אין די שווערע טעג, פאר זיי האט מען דאס געברויכט איינפירן. משא"כ פאר רוב עולם וואס זענען נארמאלע מענטשן פעהלט נישט אויס קיין תקנות ואזהרות.
איז ווי ס'קוקט יעצט אויס גייען די שוטים ווערן ערגערע שוטים און די נארמאלע גייען ווערן מער נארמאל, לאמיר האפן.
די מקוואות פארלירן שווערע געלטער זייענדיג פארשפארט מוז מען עפעס טון. קיינער מיינט נישט קדושתן של ישראל ווייל טאמער יא וואלט מען געעפענט די מקוואות שבת נאכמיטאג פאר מנחה וד"ל. אבער דעמאלטס קען מען דאך נישט בעטן קיין געלט איז עס פארשפארט
אבי גערעדט,
זיי מסביר
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1003
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
- האט שוין געלייקט: 565 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 187
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 4:48 am
- האט שוין געלייקט: 87 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 194 מאל
נחום הסופר האט געשריבן:שמעון וואלף האט געשריבן:דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:שוין, כ'האב געמיינט אז דער עולם וועט ווערן נארמאלער, מ'האט אינז געגעבן אן איינמאליגע געלעגנהייט, זיך אויסצוגראדן און ס'קוקט נישט אויס ווי דער עולם האט געכאפט דעם רמז מן השמים. אבער עוד לא אבדה תקוותנו, מ'זעהט פון די אלע אזהרות אז ס'נישט געמאכט פאר נארמאלע מענטש, נאר פאר די שוטים וואס האבן זיך פשוט נישט געקענט איינהאלטן פון מקוה'ס און מנינים אשר שומר נפשו ירחק מהם אין די שווערע טעג, פאר זיי האט מען דאס געברויכט איינפירן. משא"כ פאר רוב עולם וואס זענען נארמאלע מענטשן פעהלט נישט אויס קיין תקנות ואזהרות.
איז ווי ס'קוקט יעצט אויס גייען די שוטים ווערן ערגערע שוטים און די נארמאלע גייען ווערן מער נארמאל, לאמיר האפן.
די מקוואות פארלירן שווערע געלטער זייענדיג פארשפארט מוז מען עפעס טון. קיינער מיינט נישט קדושתן של ישראל ווייל טאמער יא וואלט מען געעפענט די מקוואות שבת נאכמיטאג פאר מנחה וד"ל. אבער דעמאלטס קען מען דאך נישט בעטן קיין געלט איז עס פארשפארט
אבי גערעדט,
לכאורה איז [tag]שמעון וואלף[/tag] גערעכט, אויב נישט, דאן פארוואזשע בעטן זיי 5 דולער אנשטאט 2 (אדער נאך ביליגער, אויב האט מען א מקוה קארטל קאסט עס בערך א דולער פיפציג) אזוי אויך ווערט מיט דעם פארענטפערט פארוואס זיי לאזן אריין די בחורים ווייניגער שעות...
We buy things we don't need
with money we don't have
to impress people we don't like
(קרעדיט: @טייערע ברודער)
with money we don't have
to impress people we don't like
(קרעדיט: @טייערע ברודער)