קל וחומר האט געשריבן:די טענה פון ווייעלעישען אוו פרייוועסי שיינט צו קומען פון איגנארענס.
אין די גאנצע וועלט ווערט טוריזם באטראכט ווי א פאזיטיווע זאך סיי פאר די טוריזם וואס קריגן א שאנס צו זעהן פון דער נאנט, פארשן און פארשטיין אן אנדערן קולטור און לעבנסשטייגער און סיי פאר די ארטיגע איינוואוינער וואס באקומען א שאנס צו צייגן זייערע הילוך החיים אויף א פאזיטיווע און אויפריכטיגע אופן און צו דער זייט גיבט עס אויך צו פארן עקאנאמיע.
אנדערש ווי מען לערנט אויס אין סאטמאר, געהערט די גאס פארן ציבור וואס דאס רעכנט אריין יעדער עובר ושב ווילאנג ער/זי טוט נישט עפעס קעגן די געזעץ. אויב איינער פיהלט אז ער האט באקומען אזא שוואכע חינוך אזש ווען א פרעמדער וועט אים באטראכטן די הלוך ילך אויפן גאס וועט ער האבן פון וואס צו שפעטן, קען ער מסתמא נעמען א לעקציע אויף עטיקס און זיך לערנען די בעיסיק דרך ארץ וסדר העולם.
ווארפן בייזע בליקן אויף א טוריסט וואס וויל בסך הכל זעהן און פארשטיין א צווייטע קולטור קען שאפן אומנויטיגע סטיריאוטייפס אויף א קאמיוניטי וואס וואלט געמעגט ארבעטן אויף צו ארויסשטעלן א בעסערע אימעדש פארן כלל.
הפנים, די גאס איז נישט פרייוועט, און דאס איז די שיינקייט דערפון, אז יעדער קען באטראכטן יעדעם אין זיך לערנען לטוב ולמוטב.
איך ווייס נישט ווי עטיש עס איז צו קריטיקירן אנדעם וואס מ'זאל בכלל אויסהערן א צווייטע צד, ספעציעל ווען ס'איז בנמצא גרינגערהייט.
אוודאי איז א גאס נישט פריוואט און מקען באטראכטען איעדע מענטש, אבער און מיין מענטשליכע געפיל וואס גאט האט מיר צוגעשאנקען, שפיר איך אומעטיש צו באטראכטען א צווייטען מענטש,יא איך בין אויך זייער א נייגעריגער,און ווען איך קלאפ מיך אן און א מענטש, א טעקסי דרייווער, וכדומה, און סזעעט מיר אויס ווי יענער וויל שמועסען און זיך עקספרעסען, וועל איך אויסגעבען מיין נייגער,
אבער סתם קלאצען אויף א מענטש פון ווייטענס,
איך גלייב אז רובא דרובא מענטשען זענען אומבאקוועם ווען איינער באטראכט זיי,און וויל זיי אויספיגערען, און אויב ביסטו מיר מודה לזה אז מענטשען שפירען זיך אומבאקוועם ווען מבאטראכט זיי, וועסטו מיר לכאורה מודה זיין אז באטראכטען מענטשען איז אומעטיש, היות סאיז אומעטיש צו מאכען מענטשען אומבאקוועם.
בנוגע וואס די זאגסט פון טורוזים, געווענטליך טוריזים איז פון א לאנד, פון די בנינים, די מוזיאמס,
שטודירען א קולטור און באטראכטען מענטשען איז אומעטיש, ווייל רוב מענטשען האבען נישט ליב ווען מבאטראכט זיי.
סאיז דא עונשו וועגען וויאזוי א מענטש קען שטודירען א קולטור, ער גייט אריין און געשעפטען איינער אליינס, ער קויפט זאכען,, וכ״ו אויף א אויפען וואס מענטשען שפירען נישט אז זיי ווערען באטראכט.
א טור וואס קומט און באטראכט א קאממיונוטי איז לכאורה אומעטיש, אויב א בחורעל צו א ווייבעל שפאצירט אויפען גאס, און פלוצים קוקען 10 פאר אויגען אויף עם, און ער שפירט אומבאקוועם, איז דער אחראי דערויף אומעטיש פארען גורם זיין די אומבקוועליכקייט.
איך פארשטיי וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין דא.