תבשרינו בשורות טובות, במוצאי שבתות

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

די גמרא זאגט (ברכות ד:) אז אין אלגעמיין ווען דער מלאך המות ווערט געשיקט פאר א שליחות איז עס בח׳, ער דארף זיך אפשטעלן זיבן מאל (ובשעת המגיפה באחת). דער מהרש״א דארט זאגט אז די זיבן מאל זיך אפשטעלן איז כנגד די ז׳ הבלים שזכר שלמה המלך ע״ה בריש קהלת ע״ש. די מדרש זאגט (קה״ר א ג) אז די ז׳ הבלים זענען קעגן די ז׳ ימי בראשית ע״ש. דער חת״ס אין תורת משה אויף קהלת פרעגט אויף דעם אז ווי אזוי קען מען זאגן אז שבת איז הבל? ער ענטפערט אז די חלק מנוחה גשמית אין שבת איז הבל, אבער די חלק הרוחני איז למעלה מהשמש און שלמה המלך ע״ה האט נאר גערעדט פון וואס איז אונטער דעם שמש ע״ש.

ולפי״ז קען מען זאגן אז בשעת אונז הא׳מיר מנוחה אין שבת, און דאס ווערט נכלל בהז׳ הבלים, רוהט און עס שטעלט זיך אפ [לגבי אונזערע ידיעות] די מלאך המות, וואס אין אלגעמיין [שלא בשעת המגיפה] שטעלט ער זיך אפ כנגד די ז׳ הבלים.

זאל שוין טאקע דער אייבערשטער העלפן אז אנשטאט ווען ס׳איז (ב״ק ס:) כלבים בוכים מחמת שמלאך המות בא לעיר זאלן זיי זיין שוחקים מחמת שאליהו הנביא בא לעיר, וואס אים דערמאנט מען מוצאי שבת (רמ״א או״ח סימן רצה סעיף א ובמוצ״ש הוא עת רפואה שם סימן רצט סעיף י ברמ״א, וידוע הגמרא בשבת קיט:), וכהפיוט שזכר [tag]העניך[/tag].
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
אייזערנע קאפ
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 8
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 10, 2018 12:25 am
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

שליחה דורך אייזערנע קאפ »

העניך האט געשריבן:כ'מיין אז מיינע בקשות האבן אויפגעטון. ב"ה א רואיגער מוצאי שבת. כן יעזור ה' להלאה.

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... start=2350
ווען דער נאר וואלט נישט געווען מיינער וואלט איך אויך געלאכט
פארשפארט