דער בלאט צייכנט אפ צוואנציג יאר (וועקער 17)

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
קאווע קריטיק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 73
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 8:10 pm
האט שוין געלייקט: 125 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל

דער בלאט צייכנט אפ צוואנציג יאר (וועקער 17)

שליחה דורך קאווע קריטיק »

מיין ארטיקל האב איך געוויס געשריבן אלס א פארזעצונג צו מיין ארטיקל א מילשטיין פאר דער בלאט וואס כ'האב געשריבן צו דער פייערונג פון צען טויזנטסטער בלאט.

כ'וועל אויסזאגן דעם אמת אז ווען כ'האב געענדיגט שרייבן האב איך געשפירט ממש ווי א שמאטע און ווי איינער וואס פארברענגט צייט. כ'שרייב און אנאליזיר, איך צענעם און איך לייג אריין מחשבה, אין דער צייט וואס איך אליין טענה אז ס'איז נישטא צו וועמען צו רעדן און דא איז נישטא קיין שום אפעראציע פון מחשבה אדער שכל.

אריינשיקנדיג מיין ארטיקל האב איך געזאגט אז ס'איז צייט צו ענדיגן וועקער'ס אבסעסיע מיט דער איד און דער בלאט און דער כלל היימישער פרעסע. זיי דעזערוון נישט אונזער אטענשאן און ס'איז צייט אויפצוהערן פארלאנגען א ניווא וואס זיי קעירן נישט און קענען נישט נאכקומען.
באניצער אוואטאר
אמת וצדק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 180
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 559 מאל

דער בלאט צייכנט אפ צוואנציג יאר (וועקער 17)

שליחה דורך אמת וצדק »

א גרויסען יישר כוח @קאווע קריטיק פאר דיינע שיינע אנאליזן. איך פארשטיי דיין ווייטאג, די פילסט ווי די שרייבסט און.. גארנישט די בלאט הארכט נישט אייערע רייד. למעשה לא כן הדבר, איך בין זיכער אז דאס קומט אן צו זייערע אויערן און לאזט איבער א רושם. און חוץ פון דעם האבן מיר די וועקער/קאווע שטיבל ליינער הנאה פון דיינע אנאליזן, ווייל נישט קיין חילוק ווי אזוי די בלאט טראכט פון זיך שפילט זי א גרויסע ראלע און איז דערפאר ווערד א אנאליז, און ווי מ׳זאגט to hold them accountable, במילא לאמיר זיי ווייטער קאמפלעמענטן ווען ס׳קומט זיך זיי אזוי ווי @אבטולמוס און די טוהן, און זיי אפירהאלטען ווען ס׳קומט זיך זיי, ווייל דאס איז וואס איז ריכטיג צו טוהן, און דאס איז וואס די עולם וויל און האט הנאה, יישר כוח נאכאמאל.
גמליאל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 30
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 4:13 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל

דער בלאט צייכנט אפ צוואנציג יאר (וועקער 17)

שליחה דורך גמליאל »

איינע פון די ערשטע ארטיקלען וואס איך האב געלייענט אינעם וועקער, איז טאקע אט דעם ארטיקל, וויבאלד @קאווע קריטיק איז פון מיינע פעוואריט שרייבער, און איך באלעק מיר מיט יעדעס איינציגע תגובה זיינעם!

איר האט ממש ווי אפגעלייענט מיינע מחשבות וואס איך האב געהאט בשעת׳ן לייענען די 20 יאר ביילאגע, אלס איינער וואס קויפט קיינמאל נישט דער בלאט און האט דאס בלויז געקויפט צוליב דעם ביילאגע, האב איך זיך געשפירט באשווינדלט.

איין הערה נאר: איר שרייבט אז איר ווייסט נישט פון וויפיל זייטן די ביילאגע איז באשטאנען, וויבאלד עס האט נישט פארמאגט קיין נומערן אויף די עמודים, איך האב געהאט עקסטערע מינוטן, עס באשטייט פון 144 זייטן... (וואס דאס רעגט נאך מער אויף...)

אז איך האב שוין די פענע אין די האנט, מיר קענען שוין קוים ווארטן אויף אייער איבערזיכט אויף די פסח מאגאזינען, מיין גרעסטע פרייד אויף די פארגרעסערטע אויסגאבעס איז אז דערנאך קומט אן איבערזיכט פון @קאווע קריטיק...
פארשפארט