רבי ישעיה'לעס כולל עפענט אירע טויערן
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 64
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 20, 2014 3:12 pm
- האט שוין געלייקט: 38 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל
קאך_לעפל האט געשריבן:ג' אייר צייכנט זיך אפ, אלס דער אונטערנאציאנאלער אידישער פרעס טאג.
מ'בייסט אריין אינעם הייסן זענפט רינעדיגער פאסטאראמע זעמל, אונטערגעשלאגן מיטן קראך פונעם פיקל. און הארט איידערן מעלה גרה זיין, שרייט מען אויס מיט פארגלייזטע אויגן שייע בן רעב משה.... סארא שאנדע.
ווי פאסיג זענען די ווערטער פינעם הייליגען רמב״ם און סוף הלכות טומעת צרעת פרק ט״ז הלכה י׳
וזה לשונו הטהור.. דרך ישיבת הלצים הרשעים בתחילה מרבין בדברי הבאי כענין שנאמר וקול כסיל ברוב דברים ומתוך כך באין לספר בגנות הצדיקים כענין שנאמר תאלמנה שפתי שקר הדוברות על צדיק עתק ומתוך כך יהיה להן הרגל לדבר בנביאים ולתת דופי בדבריהם כענין שנאמר ויהיו מלעיבים במלאכי האלהים ובוזים דברים ומתעתעים בנביאיו ומתוך כך באין לדבר באלהים וכופרין בעיקר... כענין שנאמר ויחפאו בני ישראל דברים אשר לא כן על י"י אלהיהם והרי הוא אומר שתו בשמים פיהם ולשונם תהלך בארץ מי גרם להם לשית בשמים פיהם לשונם שהלכה תחילה בארץ...
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2265
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
- געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
- האט שוין געלייקט: 955 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל
קאך_לעפל האט געשריבן:די גמרא זאגט אין מסכת יומא: כל האוכל ושותה בתשיעי – מעלה עליו הכתוב כאילו התענה תשיעי ועשירי...
פראגע: פארוואס זעט מען נישט די די מאסיווע פרעסעריי ערב יום הקדוש, ווען די תורה הק באפעלט צו עסן?
פארוואס האט מען פונקט אויסגעקליבן ג' אייר אלס דער אונטערנאציאנאלע פרעס טאג, און עס אין פרעצעדענטלאזע שריט אנגעשמירט אויפן הייליגן צדיק רבי ישעי'לע זי''ע?
מען זעט יא! אין אלע אידישע צענטערן שעכט מען טוינטער לעבעדיגע הינדלעך, יעדער איד באקומעט א גאנצע, נאכן עס באקוקן און באטראכטן דורכן ארומדרייען פון אויבן אוו שטויסן צו זען ווי שטארק עס איז, שעכט מען עס אויפן פלאץ. אפי' די קינדער באקומען א הינדעלע.
אלע שמשים טיילן קלעבעדיגע האניג קוכן מיט קאקאש קעיק אין שול. דער עולם טוט זיך אן שטריימלעך און מען עסט סעודות בשר ודגים וכל מטעמים.
קוק וויפיל מענטשן לויפן בשעת'ן כל נדרי דרשה אין בית הכסא וועסטו וויסן וויפיל מען עסט...
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
שמעקעדיג האט געשריבן:דער וואס האט דאס געשריבן, מוז זיין גאר אן איידעלער, דארער איד, מיט די עכטע אמאליגע קערעסטירע נוסח. ער עסט ווארשיינליך נישט מער ווי איין קרעפל יעדן שבועות. ער קוקט אויך אויס צו זיין נעבעך אין א טיפע מרה שחורה, ה"י.
שמעקעדיג: א גוטע וואך. איך זעה אז איך האב דיר שוין געגעבן א לייק פאר דיינע שכל'דיגע ווערטער.
אלס אן אייניקל און זון פון קערעסטירער חסידים, ) מיין זיידע ע"ה ליגט אין קערעסטיר. נישט ווייט פונ'ם ציון הק' פון ר' ישעי'לע זצוק"ל. ס'טוט מיר וויי דאס הארץ וויאזוי ס'איז געווארן א מקום להתגדר פאר אלע ערליי לצים און פראסטאקעס צו מאכן ליצי ליצנות פון דעם גרויסן און הייליגן צדיק און זיינע הייליגע מנהגים פון ארויסווייזן זיין אהבת ישראל און זיין געוואלדיגע מידה פון הכנסת אורחים. און דורכדעים משריש זיין אמונה בהשי"ת אין זייערע הערצער. אזוי ווי אברהם אבינו. און זיי (די ליצני הדור) מאכן חוזק און שפעטן פון די אידן וועלכע וויללן זיך מתקשר זיין צו די עבודה פונ'ם הייליגן צדיק. און זיי וויללן האבן א חלק אין די גרויסע מצווה פון הכנסת אורחים אזוי ווי דער צדיק הק' אליינס.
סיי אין קערעסטיר און סיי אין אנדערע פלעצער דארף מען ארויסהייבן די טייערע אידן וועלכע שטייען און גרייטן צו די מאכלים, ספעציעל פאר דעם עולם וואס קומט קיין קערעסטיר צו די יומא דהילולא דצדיקיא. אין בארא פארק איז דא א געז סטעישן מיט א רעסטאראנט וואס דער בעה"ב איז א היימישער איד. האט ער א מנהג טוב צו טיילן ביומא דהילולא אום ג' אייר אומזינסטע סענדוויטשעס. איך בין אמאל אריינגעגאנגען אין דעם טאג. און כ'האב געזאגט פאר דעם ארבעטער וואס שטייט ביים רעדזשיסטער אז איך ווילל איהם געבן $100 כדי צו האבן א חלק אין די מצוה. אבער גיי לערן מיט א גוי ברטנורא. און ביז ער האטציך געטענה'ט מיט מיר האט דער בעה"ב
אויסגעפונען. און ער האט בשום אופן נישט געוואלט אז איך זאלל מיך משתתף זיין. די לצים און פראסטאקעס האבן דאך נישט קיין השגה וואספארא טייערע אידן די אלע וועלכע גרייטן צו און ערמעגליכן די געוואלדיגע מצוה פון הכנסת אורחים זענען. קיין איינער פון זיי טוט עס נישט פאר געלט. איך האף אז די אלע אפשפעטערס וועללן תשובה טון און קומען צום ריכטיגן שכל.
דער זכות פון דעם גרויסן צדיק זאלל מגין זיין אויף אלע אידן און אונז זאללן זוכה זיין בביאת משיח צדקינו מתוך בריות גופא ונהורא מעליא. אמן..!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:קוק עס פון די אנדערע זייט.
יענקל גביר איז, אחוץ א גרויסען עושר, א פייערדיגע חסידישע איד. יעדער ענין וואס חסידישע אידען פייערען, איז זיינס. ער האט א גראבען סידור געוויקעלט מיט ברוינע פאפיער, און ער טרינקט זיין קאווע צוזאמען מיט פתח אליהו פאר׳ן דאווענען, וואס ער וועט בשום פנים ואופן נישט אנהייבען צוזאמען מיט דער בעל תפלה, כמנהג חסידישע אידען. נאכ׳ן דאווענען, און אויסזאגען דער יום אין חק און י"ג זכירות\אני מאמין׳ס, טוט ער זיך אויס די רבינו תם תפילין, און ער לייגט צוזאם די טלית, ווען ער גיבט זיך א דערמאן ׳ג׳ אייר איז דאך היינט׳. ער גייט אין פאליש און טרעפט זיך א פלאץ אויפ׳ן באנק צו עסען בייגעלס, קיכעל, קריעם טשיז, לאקס, העררינג פון קאצק ראפשיץ און וואלאזין (נאך איינער האט באמערקט די נייע רעקלאמעס פון פלאומ׳ס העררינג?), קאקאש קעיק מיט ראגעלעך, קעיז דעלקעלעך, סתם קעיז, עשרת........ פארשטייט זיך מיט מאראנצען זאפט און בראנפען (סקאטש, נישט אלד וויליאמסבורג). אלס באפעפערט מיט א זאג ׳אדער לייגט ער אדער בייגט ער׳ און א זכיתאוי יוגייען עולייעני צום סוף. ווייל דאס טוהן חסידישע אידען אין מזרח אמעריקא אין די לעצטע צען יאר.
פארוואס האט ער זיך איינגערעדט אז דאס זיך צוזעצען צו א מאלצייט אום א גרינע מיטוואך איז א חסידישע זאך צו טוהן? וויאזוי האט מען דאס אריינגעשטופט אין די געוויסען אין אזא שפעטען דאטום ווי 2010? די קשיא איז נישט אויף דער וואס גיבט, ער איז גרייט צו געבען פאר יעדעם, אבי אן עכטע ארימאן זאל קענען געניסען. אבער דער עיקר איז דאך דער עכטע ארימאן. און ווען אזוי, פארוואס נישט געבען פאר תומכי שבת צו עפעס וואס איז כל כולו געווידמעט צו ארימעלייט? פארוואס מוז ער זיך פאטשקען אויפ׳ן וועג מיט׳ן צולייגען וואג פאר דער וואס דארף עס ווי א לאך אין קאפ?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ליטוואק פון בודאפעסט: במחכת"ה האסטו נישט געכאפט די נקודה פון דעם מנהג פון ר' ישעי'לע פון קערעסטיר זצ"ל. אט דאס האט ער געמיינט. ער האט איינגעפיהרט צו געבן ברייטע סעודות פאר א יעדן. אפגעזעהן צו יענער איז אן עושר. אדער אן ארימאן. וואס דארף באמת האבן די סעודה צו זעטיגן זיין הונגער. כדי דער ארימאן זאלל זיך נישט שעהמען אז ער איז אנדערש פון א 2'טן. און אט דאס טוען די היינטיגע אידן וועלכע זענען עוסק אין די מצווה. קיין איינער פון זיי טוט עס נישט פאר געלט. נעם למשל דעם געז סטעישן עקססאן/זום אין בארא פארק. די לעצטע עטליכע יאר פיהרט ער זיך אז ער געט אין טאג פון די יארצייט פון ר' ישעי'לע מ'קערעסטיר זצ"ל אומזיסטע סענדוויטשעס. כדי אז אויב ס'איז דא א איד וועלכער דארף עס אמת'דיג צו האבן זאלל ער קענען געניסן פון דעם...!
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 627
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 487 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל
אני הגבר הייתי, איך האב פאריאר געהאט די זכייה צו זיין אין קערעסטיר צום יארצייט. רבותי! ס'איז אויסדריקליך נישט דא צו עסן דארט אויף א הויעכע קוואליטעט, אודאי נישט צום פרעסן! איך בין געבליבען הונגעריג אפילו נאכן באזוכען ביידע הכנסת אורחים'ס אויפן פלאץ!
אום תשע"ח האב איך געהאט מער און בעסער צו עסן אין מיין לאקאלע סמעדריש ווי אום תשע"ט אין עיר ואם בישראל באדראג.
אויף אזויפיל יא, אז אין פארגלייך צו אנדערע קברי צדיקים אין אייראפע איז דא בקביעות ובהרחבה צו עסן אין קערעסטיר.
אום תשע"ח האב איך געהאט מער און בעסער צו עסן אין מיין לאקאלע סמעדריש ווי אום תשע"ט אין עיר ואם בישראל באדראג.
אויף אזויפיל יא, אז אין פארגלייך צו אנדערע קברי צדיקים אין אייראפע איז דא בקביעות ובהרחבה צו עסן אין קערעסטיר.
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:אני הגבר הייתי, איך האב פאריאר געהאט די זכייה צו זיין אין קערעסטיר צום יארצייט. רבותי! ס'איז אויסדריקליך נישט דא צו עסן דארט אויף א הויעכע קוואליטעט, אודאי נישט צום פרעסן! איך בין געבליבען הונגעריג אפילו נאכן באזוכען ביידע הכנסת אורחים'ס אויפן פלאץ!
אום תשע"ח האב איך געהאט מער און בעסער צו עסן אין מיין לאקאלע סמעדריש ווי אום תשע"ט אין עיר ואם בישראל באדראג.
אויף אזויפיל יא, אז אין פארגלייך צו אנדערע קברי צדיקים אין אייראפע איז דא בקביעות ובהרחבה צו עסן אין קערעסטיר.
אנטשולדיגס, אויב די אפעטיט האט אייך נישט געכאפט, מיינט עס אז איר דארפט נאך ארבעטען אויף אייער אמונת צדיקים...
ביזדערווייל, עס דיך אן אין דיין לאקאל"ע סמעדרי"ש...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 627
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 487 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל
אויף היי יאר האב איך אנגעזאגט די פרינציפעל פין מיינע טעכטערס מוסדות - וואס אלס סייד דזשאב דינט זי אויך אלס רייניגער און קעכער אין מיין לאקאלע סמעדריש (זי וואשט די האנטיכער ביי מיר אין מקווה אויך), די פונקטליכע מעניו וואס איך גלייך...
זי האט מיר געענטפערט אז זי וואלט זיך ממילא דורכגערעדט מיט'ן גבאי הביהמ"ד וואס דינט אויך אלץ מנכ"ל און בילדינג מענעדזשער פון די אויבנדערמאנטע מוסדות.
זי האט מיר געענטפערט אז זי וואלט זיך ממילא דורכגערעדט מיט'ן גבאי הביהמ"ד וואס דינט אויך אלץ מנכ"ל און בילדינג מענעדזשער פון די אויבנדערמאנטע מוסדות.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 627
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 487 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
מ'טראגט דא ערנסטע דאגות. די עיקר פון די עסן אין קערעסטיר איז אז מ'זאל האבען אויף וואס צו לעבן דאהי. וואסי די חילוק וואס מ'גיבט דארט?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:אויף היי יאר האב איך אנגעזאגט די פרינציפעל פין מיינע טעכטערס מוסדות - וואס אלס סייד דזשאב דינט זי אויך אלס רייניגער און קעכער אין מיין לאקאלע סמעדריש (זי וואשט די האנטיכער ביי מיר אין מקווה אויך), די פונקטליכע מעניו וואס איך גלייך...
זי האט מיר געענטפערט אז זי וואלט זיך ממילא דורכגערעדט מיט'ן גבאי הביהמ"ד וואס דינט אויך אלץ מנכ"ל און בילדינג מענעדזשער פון די אויבנדערמאנטע מוסדות.
אינגערמאנטשיקל: אין וועלכע שטאט זענען די מוסדות...? אינטרעסאנטע מוסדות. וואו די סגן מנהלת איז אויך די האנטוכער וואשער און ביהמ"ד רייניגער. און אויך די קעכערין. און דער סגן מנהל איז אויכעט דער מעינטענענס מען וואס מאכט זיכער אז אלע ביה"כ פונקציאנירן גוט...
ווער ווייסט אויב דער רב שליט"א איז נישט אויך דער ש"ץ, מוהל, שוחט און מקוה איד. און קאר סערוויס דרייווער...!
בכל אופן, האביך אן עצה פאר דיר. אויב דו ווילסט טאקע פארן אויף די יארצייט, זאלסטו גיין קויפן אין בוטשער סטאר א פאר פעקלעך פראוזען פאסטראמי סענדוויטשעס, און העווי סילווער פויל, וואס דו קענסט אויך אריינלייגן אין סיי וועלכן גוי'אישן אויוון. ניין, די עצה מיט סילווערפויל וועט נישט ארבעטן, ווייל ס'איז א סכנה אריינצולייגן סילווער פויל אין א מייקראו וועיוו. דו זאלסט נאר פרעגן ביי אן עכטן מורה הוראה וויאזוי דאס אנצעווארעמען.
פארוואס זאג איך "עכטן"...? ווייל אונז האמיר דא אין קאווע שטיבל עטליכע (און ספעציעל איינער) אויבער חכמים (כ'מיין נישט דער ניק.) וואס אויב איינער זאגט עפעס. צי א דבר הלכה צי אין מילי דעלמא. למשל די ענגלישע שפראך. אדער א סייענטיפישע אדער טעכנישע פאקט, וועט יענער מכח זיין אויבער חכם'שאפט און די אפשטאם פון זיינע זיידעס פון ערגעץ אין די ליטא מוזן זאגן ונהפוך הוא... משה קאפויער. פונקט פארקערט...!
איכ'ל דיר אויסזאגן א סוד. איך האב איין צייט געטראכט פון אריבערכאפן זיך קיין אומאן אויף ר"ה. נאר דאס איז געווען מיין פחד, אז מיט די אלע גרויסע קאכערייען און אנגרייטן סעודות וועל איך פאלן צווישן די שפאלטנס און בלייבן הונגעריג פאר 3 טעג...!
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 627
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 487 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
בכל אופן, האביך אן עצה פאר דיר. אויב דו ווילסט טאקע פארן אויף די יארצייט, זאלסטו גיין קויפן אין בוטשער סטאר א פאר פעקלעך פראוזען פאסטראמי סענדוויטשעס, און העווי סילווער פויל. וואס דו קענסט אויך אריינלייגן אין סיי וועלכן גוי'אישן אויוון. ניין, די עצה מיט סילווערפויל וועט נישט ארבעטן, ווייל ס'איז א סכנה אריינצולייגן סילווער פויל אין א מייקראו וועיוו. דו זאלסט נאר פרעגן ביי אן עכטן מורה הוראה וויאזוי דאס אנצעווארעמען.
פארוואס זאג איך "עכטן"...? ווייל אונז האמיר דא אין קאווע שטיבל עטליכע (און ספעציעל איינער) אויבער חכמים (כ'מיין נישט דער ניק.) וואס אויב איינער זאגט עפעס. צי א דבר הלכה צי אין מילי דעלמא. למשל די ענגלישע שפראך. אדער א סייענטיפישע אדער טעכנישע פאקט, וועט יענער מכח זיין אויבער חכם'שאפט און די אפשטאם פון זיינע זיידעס פון ערגעץ אין די ליטא מוזן זאגן ונהפוך הוא...משה קאפויער. פונקט פארקערט...!
ייש"כ פאר'ן אנפרעגן.
איז אזוי, די הלכה איז אז מ'קען עס צודעקן דאפעלט און אריינלייגן אין די מיקרוכוואליע אויווען. מ'דארף נישט קיין זילבער פאפיר.
בעסער אבער איז צו בלייבן דאהי און לערנען א ספר אויף תפלה און זיך אנווארעמען און זיך אויסלערנען וואס מיינט דאווענען. נפש החיים שער ב' קען העלפן פאר דעם. און אזוי וועט די דאווענען זיין בעסער, און דו וועסט זיין א גרעסערע ת"ח. וועסט אויף זיך פארשפארן די פרייז פון די טיקעט קיין קערעסטיר, און פאר א באונוס, וועסטו קענען עסן די ווייב'ס געקעכטס. ממש אלע מעלות!
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1010
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
- האט שוין געלייקט: 641 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל
וואלווי האט געשריבן:הרוצה.... ירחיק עדותו...
א גאנץ יאר בעט ער טייער געלט פאר מאלצייטן. די לחיים'ס וואס ער געט, ברענגט אים צוריק נדבות וואס מ'לאזט דארט איבער.
די איינציגסטע צייט וואס ס'קאסט אים אפשר איז ביים יארצייט, וואס דעמאלטס מאכט ער דעם יערליכן קאמפיין.
אבער היי יאר ווען קיינער קומט נישט צום יארצייט, צו וואס דארף ער געלט? ער איז נישט אזוי גראב צו קענען זאגן אז ער עסט דאס יאר אלע סעודות פאר יעדעם...
ואת"ל אז ער עסט פאר יעדעם, ווער מישט די טעפ ווען אלע רבנים זענען נישט דארט?
איך בין שוין געווען אין קערעסטיר זעקס מאל זייענדיג אונטערוועגנס אין אייראפע.
דאס ערשטע מאל איז געווען צו פרעסן, און אזוי אויך די צווייטע אין די דריטע מאל, אבער זייט דעמאלטס איז ממש נישטא קיין קוואליטעט אין די עסן, אבאל פלעגט ער נישט רעכענען פאר די עסן און היינט איז ער א רעסטוראנט, זייט ער האט די נייע שול און די בילדינג ווייסעכשויניש.
אבער איך ווייס נישט צו מען קען זאגן אז ער ווערט א מיליאנער דערפון.
דאס ערשטע מאל איז געווען צו פרעסן, און אזוי אויך די צווייטע אין די דריטע מאל, אבער זייט דעמאלטס איז ממש נישטא קיין קוואליטעט אין די עסן, אבאל פלעגט ער נישט רעכענען פאר די עסן און היינט איז ער א רעסטוראנט, זייט ער האט די נייע שול און די בילדינג ווייסעכשויניש.
אבער איך ווייס נישט צו מען קען זאגן אז ער ווערט א מיליאנער דערפון.
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
מאך זיכער האט געשריבן:איך בין שוין געווען אין קערעסטיר זעקס מאל זייענדיג אונטערוועגנס אין אייראפע.
דאס ערשטע מאל איז געווען צו פרעסן, און אזוי אויך די צווייטע אין די דריטע מאל, אבער זייט דעמאלטס איז ממש נישטא קיין קוואליטעט אין די עסן, אבאל פלעגט ער נישט רעכענען פאר די עסן און היינט איז ער א רעסטוראנט, זייט ער האט די נייע שול און די בילדינג ווייסעכשויניש.
אבער איך ווייס נישט צו מען קען זאגן אז ער ווערט א מיליאנער דערפון.
לע"נ ר' ישעי'לע דארף מען עם אויך פארגינען פרנסה. דאס איז דאך געווען ר' ישעי'לע, ער האט פארגינט פאר יודישע קינדער..
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
נאך ר' ישעי'לס סושי און ר' ישעיל'ס הערינג קומט די פרייליכע נייעס אז עס איז ב''ה דא צו באקומען ר' ישעיל'ס אייערקיכל קרעקערס.
אז מען לעבט דערלעבט מען.
אז מען לעבט דערלעבט מען.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:וואלווי האט געשריבן:אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:אני הגבר הייתי, איך האב פאריאר געהאט די זכייה צו זיין אין קערעסטיר צום יארצייט. רבותי! ס'איז אויסדריקליך נישט דא צו עסן דארט אויף א הויעכע קוואליטעט, אודאי נישט צום פרעסן! איך בין געבליבען הונגעריג אפילו נאכן באזוכען ביידע הכנסת אורחים'ס אויפן פלאץ!
אום תשע"ח האב איך געהאט מער און בעסער צו עסן אין מיין לאקאלע סמעדריש ווי אום תשע"ט אין עיר ואם בישראל באדראג.
אויף אזויפיל יא, אז אין פארגלייך צו אנדערע קברי צדיקים אין אייראפע איז דא בקביעות ובהרחבה צו עסן אין קערעסטיר.
אנטשולדיגס, אויב די אפעטיט האט אייך נישט געכאפט, מיינט עס אז איר דארפט נאך ארבעטען אויף אייער אמונת צדיקים...
ביזדערווייל, עס דיך אן אין דיין לאקאל"ע סמעדרי"ש...
אויף היי יאר האב איך אנגעזאגט די פרינסיפעל פין מיינע טעכטערס מוסדות וואס אלס סייד דזשאב דינט זי אויך אלס רייניגער און קעכער אין מיין לאקאלע סמעדריש (זי וואשט די האנטיכער ביי מיר אין מקווה אויך), די פונקטליכע מעניו וואס איך גלייך...
זי האט מיר געענטפערט אז זיי וואלט זיך ממילא דורכגערעדט מיט'ן גבאי הביהמ"ד וואס דינט אויך אלץ מנכ"ל און בילדינג מענעדזשער פין די אויבנדערמאנטער מוסדות.
אינגערמאנטשיקל: איך קען איינעם א חשוב'ן איד וואס בייטאג דינט ער אלס באנק מענעדזשער. פון 9 אזייגער אינדערפריה ביז 3 אזייגער נאכמיטאג. נאכדעם גייט ער וואשן דישעס אין א גרויסן (כשר'ן) האטעל. אויך וואשט ער די האנטוכער אין די מקוה פון אונזער ביהמ"ד. ווען ער איז פארטיג מיט אט די עבודת הקודש גייט ער א יעדן מוצש"ק איינקנעטן די טייגלעך פאר די פיצא וואס דער עולם קויפט לכבוד חמין במוצ"ש ביי אמנון'ס פיצא...!