קאראנע האט מיר נישט געכאפט

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
פארשטאנד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 130
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 4:31 pm
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל

קאראנע האט מיר נישט געכאפט

שליחה דורך פארשטאנד »

זיץ איך בקרב חסידים ואנשי מעשה אויף א סעודה'לע אינעם סאמען ברען פון די אנגייענדע קאראנע קריזיס, מיט א מספר מצומצם געקליבענע אידן בראשם א באוויסטע משפיע, און איך הער צו דעם שמועס, ר' מרדכי - א דורכגעווייטע חסידישע איד - ברענגט ארויס די געוואלדיגע רוחניות'דיגע השפעה וואס די ווירוס לאזט איבער, ר' מרדכי ווייסט צו פארציילן פון עטליכע באלעבאטישע פאמיליעס וואס האבן זיך אויסגעטאהן די שייטל, און אנגעטאהן א שפיצל ווי די וואוילע פרומע אידן פארלאנגען, ר' מרדכי ווייסט אפילו וויאזוי יעדע פרוי פלעגט גיין ביז היינט, פריינד איז געגאנען 'אויפגעדעקט' און שווארץ איז זאגאר געגאנען 'א לאנגע שייטל'!

ר' נפתלי ברענגט ארויס די בענקשאפט צום שוהל וואס די סאמעטוכע האט צוגעברענגט, אזש - ברענגט ער א מעשה רב - מאטי, חיים'ס תכשיט, וואס בדרך כלל טרעפט מען אים נישט אין שוהל, האט אים אליינ'ס געזאגט אז ער נעמט זיך פאהר צו דאווענען מיט מנין מהיום והלאה.

אונזער משפיע, הרה"ג שליט"א ברענגט ארויס די געוואלדיגע צפייה לישועה וואס קאראנע האט ברענגט, ער ברענגט ארויס אז ער האט כסדר גערעדט פאר פסח איבער די ישועה וואס קומט 'ממש שוין', און די פידבעק וואס ער הערט פון זיין ציבור מקשיבים, הרה"ג שליט"א ברענגט ארויס נאכמער - א שאקירענדע פאקט - אז זיינע מקשיבים קלינגען אים יעצט פרעגן נאך פסח, היתכן משיח איז נאך נישט דא? אמער, קאראנע! און ער ברענגט ארויס אז עס איז אים זייער שווער, ער ווייסט נישט וואס צו זאגן… ביז ער האט זיך געכאפט אז אונז האמער א פסח שני, ווארשיינליך האט עס גאט אפגעשיבט מיט א מאנאט, נא, האמער געווארט צוויי אלף'לעך עמער ווארטן נאך א קליינע וויילע.

טראכט איך צו מיר, עפעס קלעבט מיר נישט דא, מיר האט קאראנע נישט געכאפט, די שוהל בענקט מיר נישט, אדרבה, מיין צייטווייליגע שוהל גלייך איך גראדע, עפעס די משיח מעשיות האבן זיך אויך נישט אנגעקלעבט אויף מיר, צו ברויך דען גאט ברענגען מגיפות כדי צו באפרייען זיין פאלק'ל? צו איז דען נישט געוועהן אסאך גערעסערע מגיפות אינעם עבר? צו איז דען נישט געוועהן אסאך גערעסערע טראגעדיעס פארן כלל אינעם עבר? איך האב אויך נישט איינגעפיהרט קיינע טוישונגען אינעם רוחניות'דיגן שטוב געווירטשאפט, נישט ווייל איך וויל נישט בשיטה, נאר איך האב נישט געכאפט די מאסיווע ערענסקייט פון די זאך ווי די דאזיגע חסידים ואנשי מעשה.

איך וואונדער זיך פארוואס? פארוואס נעמען זיי עס ביז זייער נשמה, און פארוואס איז מיר נישט איינגעפאלן אז גאט ב"ה ברענגט די ווירוס צוליב אונזער קליינע הייפעלע אידן?
די אמת מאכט נישט גליקלעך, און א גליקליכע מענטש מיינט נישט אז ער האט דעם אמת.

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר