טוויטער נייעס, ביטער ווי א זית
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 714
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
- האט שוין געלייקט: 58 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל
טוויטער נייעס, ביטער ווי א זית
עס איז מוצאי שבת ביים זמן, מען כאפט א מערב, א שנעלע הבדלה און דערנאך פארקלאצט מען זיך מיט׳ן סעלפאון ביים קאווע צו ליינען די נייעס. די אינגערמאן עפענט זיין ״כשר׳ע״ טעלעפאון, מיט בלויז ׳טאלק ענד טעקסט׳ און וויל זעהן אביסילע וואס טוט זיך אויף די וועלט.
וואטס עפפ האט ער נישט, ווייל זיין קהילה לאזט דאך נישט. קול מבשר איז שוין נישט פאר אים וויל ער איז שוין פון די אויפגעקלערטע, אים איז נישט אינטערעסאנט וואס ער הערט אין מקוה וואס דאנאלד טראמפ האט געזאגט, נאר ער מוז גאר זיין די דערציילער, און צוליב דעם פאלויט ער הונדערטער אקאונטס אויף טוויטער מעסעדזשינג.
אבער די מוצאי שבת ווען ער האט געעפענט זיין סעלפאון איז אלעס געווען שטיל, טוויטס קומען נישט אריין. קודם מיינט ער אז עס איז נאר אים, אבער דערנאך ווערט ער געוואויר די שווערע בשורה וואס האט אים איצט באטראפן, טוויטער האט אפגעשטעלט זייער SMS מעסעדזשינג סיסטעם.
לכאורה די איינציגסטע וואס איז עכט באטראפן געווארן זענען מענטשן אין אונזער געזעלשאפט, וואס היטן אויף זייער רוחניות און פאלגן אויס די תקנות פון די רבנים, און זענען נישט צוגעבינדן צו קיין שום אינטערנעט. (חוץ טוויטער טעקסט מעסעדזשעס, און באקומען יעדע וואטס-עפפ קליפ אויף אימעיל...)
צוליב די שווערע מצב האבן חסידישער אידן געעפענט א פאטיציע קאמפיין צו טוויטער זיך בעטענדיג אז זיי זאלן נישט אפלאזן די טויזענטער היימישע אידן. ווי עס האלט שוין ביי איבער 600 חתימות. https://www.change.org/p/twitter-inc-tw ... 65edad11e6

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
היכי דמי: ס'הייסט. זיי האבן גערעדט צו מהר"א שליט"א פון קר"י. ער האטציך נישט געפוילט און אנגערופן פערזענליך דעם פארגאנגענעם ליל ששי. און ר'האט געבעטן פערזענליך ביי דעם ווייס פרעזידענט פון קאמיוניקעישנס אז ער זאלל אויפהערן די מעסידזשינג סערוויס אין קרית יואל, מאנסי און וויליאמסבורג.אין די געגנט וואו ס'וואוינען אפרא-אמעריקאנער און היספאנישע אהרט איהם נישט. אבער צו מענטשן מיט אידישע נעמען זאלל מען אפהאקן די מעסעדזשינג אפשן. ער (מהר"א שליט"א) טענה'ט אז מיט די היינטיגע טעכנאלאגיע קענען די קאמפיוטערס מבחין זיין צווישן א איד מיט א גוי. און צו די אידן זאלל ער סטאפן...!
האטציך געמאכט א פראבלעם. 2 איינוואוינערס. איינע אין מאנהעטן. א פרוי זייער א מיאוסע, שחור'טע. זי רופט זיך ווהאופפי גאלדבערג. און א צווייטער איינוואוינער פון בעד-סטאיי אין ברוקלין. ער הייסט ..."דזשאוסעף אלעזר"... זייער טוויטער מעסעדזשינג האטציך פלוצלינג אויפ געהערט. ווייל די קלוגע קאמפיוטערס האבן געמאכט א טעות. זיי האבן געמיינט אז די 2 זענען אידן. זיי האבן זייער שטארק אידיש קלינגענדיגע נעמען...דעם 2'טן, ר' יוסף עלאזאר'ן קען איך פערזענליך. איך האב אמאל געארבעט מיט איהם צוזאמען. מעגליך אז ס'איז דא נאך אזעלכע נישט אידן וועלכע האבן שטארק אידישע נעמען. האט טוויטער צוגעזאגט צו פארבעסערן זייערע פילטערס.
מהר"א שליט"א האט געגעבן פאר'ן הויפט פון טוויטער א ברכה. אז אין זכות וואס ער וועט אויפהערן שיקן נייעס באריכטן צו די היימישע אידן, זאלל דער יעצטיגער עקאנאמישער מצב נישט שאטן פאר איהם. און אז אלע ספארטס נייעס פון אלע טיעמס. סיי בעיסבאל, בעסקעטבאלל, פוטבאלל און אפילו האקי און גאלף זאללן געבראדקעסט ווערן דורך טוויטער. און אז ער וועט האבן גרויס עשירות עד ביאת משיח צדקינו, בב"א...!

- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1098
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
- האט שוין געלייקט: 619 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל
Re: טוויטער נייעס, ביטער ווי א זית
צוויי שאלות. איינס, פארוואס איז א יעדע ווארט פון די פעטישאן קאפיטאליזירט? צוויי, פארוואס רופט ער אן די קאמפאני בשם אדמיניסטראציע?
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
איך שטויס מיך אסאך מאל אן אין קלאסיפיידס וועלכע זענען געשריבן אין ALL CAPS, פארשטייט זיך אז ס'איז אלס פון א ווילימסבורגע קאמפעני, ס'גייט מיר אזוי אויף די נערוון. איך ווייס נישט פון וואס ס'קומט, צו פון דומקעפ צו זיי ווילן מ'זאל זיי גרינגער קענען אידענטיפיצירן, בכל אופן מאכט עס זייער א שלעכטע איינדרוק.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
החוקר האט געשריבן:צוויי שאלות. איינס, פארוואס איז א יעדע ווארט פון די פעטישאן קאפיטאליזירט? צוויי, פארוואס רופט ער אן די קאמפאני בשם אדמיניסטראציע?
החוקר: איך ווייס אז דו האסט נישט גערעדט צו מיר. דו האסט גערעדט איבער מיר: אבער איך וועלל נעמען רשות (פון וועמען?) דיר צו ענטפערן... פארוואס א יעדעס ווארט פון די פעטישן איז קאפיטאליזירט איז מסתמא ווייל די גרויסע פראפעסארס פון ענגליש וועלכע זענען חונה כבוד אין די עיר הקדשה וויליאמסבורג באטראכטן די פעטיציע ווי א ..."פאוסטער"... און א פאוסטער קומט צומאל אין גאנצן אדער טיילווייז קאפיטאליזירט. די צווייטע קשיא איז...פארוואס זיי רופן אן די פיהרערס פון די טוויטער קארפ. .."אדמיניסטראציע"...איז, זיי מיינען די ..."אדמיניסטראציע".. פון די קארפ. זיי וואלטן דאס געדארפט קלאר מאכן און אונטערשטרייכן...!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך שטויס מיך אסאך מאל אן אין קלאסיפיידס וועלכע זענען געשריבן אין ALL CAPS, פארשטייט זיך אז ס'איז אלס פון א ווילימסבורגע קאמפעני, ס'גייט מיר אזוי אויף די נערוון. איך ווייס נישט פון וואס ס'קומט, צו פון דומקעפ צו זיי ווילן מ'זאל זיי גרינגער קענען אידענטיפיצירן, בכל אופן מאכט עס זייער א שלעכטע איינדרוק.
רביה"ק זי"ע: כ'פארשטיי נישט. וואס איז דיין וואונדער? וויליאמסבורג איז די עיר ואם בישראל וואו מ'לערנט נישט קיין ענגליש. מ'לערנט נישט קיין אנדערע זאכן אויך נישט.
מיין ברודער, (א חסיד'ישער יונגערמאן) איז געווען אמאל אן ענגליש טיטשער אין א סאטמאר'ע סאטעליט תלמוד תורה. כדוגמת שאפראן, ספינקא ועוד. האט ער באמערקט אז איין יונגל ספעציעל איז געווען א מחוצף. און ער האט געשטערט די גאנצע קלאס פון לערנען. ווען ער האט איהם ארויפגערופן און געפרעגט פארוואס ער איז חוצפה'דיג. האט דער יונגל געענטפערט, מסיח לפי תומו אז זיין טאטע האט געזאגט אז פאר'ן ענגליש טיטשער דארפמען נישט האבן קיין דרך ארץ. ווייל דער ענגליש טיטשער איז א שייגעץ...!
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1098
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
- האט שוין געלייקט: 619 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל
Re: טוויטער נייעס, ביטער ווי א זית
ווי וואס האב איך גערעדט איבער דיר?berlbalaguleh האט געשריבן:החוקר: איך ווייס אז דו האסט נישט גערעדט צו מיר. דו האסט גערעדט איבער מיר:
בדרך כלל רופט מען די פירערס פון א קארפ. באורד מעמבערס, אפיסער'ס וכדו'. ועוד, געווענליך באציעט מען זיך צו די קארפ בכלליות. מען וועט מען זאגן "גוגל האט ארויסגעלייגט", "טוויטער האט געזאגט", "עפל האט אנאנסירט", נישט "די באורד פון עפל האט אנאנסירט".די צווייטע קשיא איז...פארוואס זיי רופן אן די פיהרערס פון די טוויטער קארפ. .."אדמיניסטראציע"...איז, זיי מיינען די ..."אדמיניסטראציע".. פון די קארפ. זיי וואלטן דאס געדארפט קלאר מאכן און אונטערשטרייכן...!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
החוקר: אין ענטפער צו דיין ערשטע פראגע. דו האסט (מסתמא) נישט ריכטיג פארשטאנען מיינע ווערטער. ווי ס'זעהט אויס ביזסטו שוין פון א יונגערע דזשענערעישן. (ווייל איינער וואס איז פון מיין דזשענערעישן מאכטציך שוין נישט נאריש אויף קאווע שטיבל. איך בין דער איינציגער מיתר הרפאים...לאל.) אינ'ם לשון פון סי. בי. ) סיטיזענ'ס בענד) זאגט מען ווען איינער איגנארירט א צווייטן וואס האט עפעס געזאגט, כאילו ער עקזיסטירט נישט. ..."דו האסט געטרעטן אויף מיר. אדער דו האסט גערעדט איבער מיר"...! אין ענגליש:...You stepped on me. or...You were talking over me. (Not about me.)...!
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1010
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
- האט שוין געלייקט: 641 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל
מאך זיכער האט געשריבן:פון מיין זייט איז דאס גאר א גוטע זאך, ווער געדענקט ווען כולל נייעס וואס איז א אקאונט געפירט דורך קליימער יונגעלייט און בחורים האבן אוועקגעלייגט סקולענע רבי זצ"ל א שעה פאר די צייט?
איך האב נישט כולל נייעס, אבער איך געדענק אז די האטליין קול בחצרות האט אזוי געמאלדן א שעה פאר די צייט. ווייס איך נישט ווער ס'איז געווען קודם.
אויב האט איר געשפירט דעם חלל אין די וועלט אן קיין סקולענער רבי א שעה פריער נאר וועגן עפעס א טוויט, טויג נישט דער מצב...
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 627
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 487 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

עס איז ווערט א באזונדערע אפשאצונג אויף די כולל נייעס, אבער סקולענער רבי האבן מערערע אוועקגעלייגט פאר די צייט. ענליך צו די קדושי דזשערסי סיטי.
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 627
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 487 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל
מפיל קינד האט געשריבן:מאך זיכער האט געשריבן:פון מיין זייט איז דאס גאר א גוטע זאך, ווער געדענקט ווען כולל נייעס וואס איז א אקאונט געפירט דורך קליימער יונגעלייט און בחורים האבן אוועקגעלייגט סקולענע רבי זצ"ל א שעה פאר די צייט?
איך האב נישט כולל נייעס, אבער איך געדענק אז די האטליין קול בחצרות האט אזוי געמאלדן א שעה פאר די צייט. ווייס איך נישט ווער ס'איז געווען קודם.
אויב האט איר געשפירט דעם חלל אין די וועלט אן קיין סקולענער רבי א שעה פריער נאר וועגן עפעס א טוויט, טויג נישט דער מצב...
רעדסט דאך ווי א מפיל קינד!
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 714
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
- האט שוין געלייקט: 58 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל
מאך זיכער האט געשריבן:פון מיין זייט איז דאס גאר א גוטע זאך, ווער געדענקט ווען כולל נייעס וואס איז א אקאונט געפירט דורך קליימער יונגעלייט און בחורים האבן אוועקגעלייגט סקולענע רבי זצ"ל א שעה פאר די צייט?
מאי ביינייהו ליכא ביינייהו. ביידע ווערן געפירט ביי כולל אינגערלייט אן קיין שום עקספיריענס אדער געפיל.
כולל נייעס האלט אין איין האבן פאלשע נייעס, אפילו ער ברענגט א בילד וועל איך זיך נישט פארלאזן אויף אים.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:מאך זיכער האט געשריבן:פון מיין זייט איז דאס גאר א גוטע זאך, ווער געדענקט ווען כולל נייעס וואס איז א אקאונט געפירט דורך קליימער יונגעלייט און בחורים האבן אוועקגעלייגט סקולענע רבי זצ"ל א שעה פאר די צייט?
עס איז ווערט א באזונדערע אפשאצונג אויף די כולל נייעס, אבער סקולענער רבי האבן מערערע אוועקגעלייגט פאר די צייט. ענליך צו די קדושי דזשערסי סיטי.
אינגערמאנטשיקל: נו. א יעדער וואס איז אין די נייעס רעפארטינג ביזנעס. וויל א סקופ. און זיי זענען נישט קיין אויסנאם...!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
היכי דמי האט געשריבן:מאך זיכער האט געשריבן:פון מיין זייט איז דאס גאר א גוטע זאך, ווער געדענקט ווען כולל נייעס וואס איז א אקאונט געפירט דורך קליימער יונגעלייט און בחורים האבן אוועקגעלייגט סקולענע רבי זצ"ל א שעה פאר די צייט?
מאי ביינייהו ליכא ביינייהו. ביידע ווערן געפירט ביי כולל אינגערלייט אן קיין שום עקספיריענס אדער געפיל.
כולל נייעס האלט אין איין האבן פאלשע נייעס, אפילו ער ברענגט א בילד וועל איך זיך נישט פארלאזן אויף אים.
היכי דמי: דאס אלעס איז נאך גארנישט לגבי די נייעס באריכטן פון ..."משפחה"...אין די פאר פסח אויסגאבע האבן זיי געברענגט אזויפיהל שטותים והבלים אז ווער ס'קען די פאקטן קוילערט זיך פאר געלעכטער.
דארט האבן זיי געשריבן..."דר. זלנקו מ'ניו ג'רסי"...! אדער...מ'חוף המערבי עד קליפורניה"...! דאס איז דאך אזוי קינדעריש געשריבן. און די זעלבע ..."משפחה"...האבן שוין 2 מאל ..."אוועקגעלייגט"...א געוויסן אדמו"ר וואס האט אן ענליכן נאמען צו אן אנדער'ן אדמו"ר וואס איז נפטר געווארן...! און אויך געברענגט זיין בילד בטעות...!
אויף דעם היימישן שטעטל אוטיסווילל וואס איז בשכינות פון קרית יואל. (דארט זענען דא א סאך היימישע אידן.) האט די משפחה געשריבן..."אוטיסויל שב'טקסס"...!
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 627
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 487 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל
היכי דמי האט געשריבן:מאך זיכער האט געשריבן:פון מיין זייט איז דאס גאר א גוטע זאך, ווער געדענקט ווען כולל נייעס וואס איז א אקאונט געפירט דורך קליימער יונגעלייט און בחורים האבן אוועקגעלייגט סקולענע רבי זצ"ל א שעה פאר די צייט?
מאי ביינייהו ליכא ביינייהו. ביידע ווערן געפירט ביי כולל אינגערלייט אן קיין שום עקספיריענס אדער געפיל.
כולל נייעס האלט אין איין האבן פאלשע נייעס, אפילו ער ברענגט א בילד וועל איך זיך נישט פארלאזן אויף אים.
איכא בינייהו טובא. בחצרות איז אסאך מער פארלעסליך ווי כולל נייעס. ועוד, אז ער איז נישט אזוי איינזייטיג (חוץ ווען ס'קומט צו סקווירא ב"פ).
ועל כולם, קאלאדני פין בחצרות איז א בור סיד שאינו מאבד טיפה, ער איז א ידען נפלא אין זיין אינדעסטרי. ער שרייבט מערכות פאר די אידישע בילדער אויסגאבעס (גראדע האט ער געהאט א שטיקל מחלוקה'לע מיט איינע פין זיי און שרייבט כעת נאר פאר די צווייטער), און האט א סענסעטיווקייט וואס איז מצוי נאר ביי זלמן ווידער.
ווידעראום בערקאוויטש פין כולל נייעס איז א חסידישע באפפער פינעם ערשטן קלאס און דעליווערט פאר זיינע פאלאוערס די זעלבע שטאף וואס אינטערעסירט זיין שטאפענע היט. און ווי רוב חסידים איז ער א בלינדע טראמפ שטיצער, אהן קיין פארוואס און פארווען.