הג"ר יהודה הערצל הענקין / שו"ת בני בנים

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

הג"ר יהודה הערצל הענקין / שו"ת בני בנים

שליחה דורך יידל »

חכם השטיבל, הרב יאנקל האט פאריגע וואך זונטאג רעקאמאנדירט הג"ר יהודה הענקין'ס ספר אין ענגליש אויף צניעות "אנדערסטענדינג צניעות". איך האב מיך גלייך באשטעלט דעם ספר אויף עמעזאן, און עס באוויזן דורכצוליינען במשך דעם פארגאנגענעם שבת מדשקה לדשקה. הרב הענקין צייכנט צו כמה פעמים אינעם בוך זיין ספר שו"ת "בני בנים" און דערפאר האב איך די ערשטע זאך מוצאי שבת אפירגעזוכט צו מ'קען באקומען דעם ספר אנליין. איך האב געטראפן אלע פיר חלקים אנליין, און כ'האב נאך אנגעיאגט דורכצולערנען אפאר תשובות פאר סליחות. אט איז חלק א, חלק ב, חלק ג און חלק ד, אלע אויף היברו בוקס.

עס האט זיך מיר ארויסגעשטעלט אז הרב הענקין איז א תלמיד חכם יחיד במינו, און זיינע תשובה ספרים האבן אפאר מעלות וואס מ'געפינט נישט אזוי אפט אין היינטיגע תשובה ספרים. קודם איז שטארק ניכר זיין כוחא דהתירא, עד כדי כך אז צומאל קען זיך דוכטן אז הרב הענקין האט גאר אן אגענדע צו מתיר זיין. עס איז אבער דאך ניכר אז די היתרים קומען נישט מכוח קלות הדעת נאר מכוח שיקול הדעת. אויך האט הרב הענקין נישט מורא צו שרייבן זיין דעה אויף געוויסע זאכן וואס אנדערע וואלטן קיינמאל נישט געשריבן אפילו זיי האלטן באמת אזוי. א דוגמא איז וואס הרב הענקין שרייבט צום סוף פון א תשובה אויף מניעת הריון און זייגן ריין (ח"א סימן לא) בזה"ל: "וריבוי הווסתות יש בו הרבה מכשולים לזוגות צעירים היום כמובן וכן רבוי הלידות יתר על המדה ולכן ראוי לפרסם שאינו מצב הכרחי". אזוי אויך האלט זיך נישט הרב הענקין צוריק פון ברענגן א ראיה פון א שטודיע (לגבי יישוב הדעת פון א יולדת אויב איר מאן איז אין צימער, ח"א סימן לג).

א חידוש יחיד במינו זענען די הסכמות וואס הרב הענקין האט באקומען אויפן ספר, ממש פון אלע קרייזן במלוא מובן המלה, אנגעהויבן פון הג"ר משה פיינשטיין און הג"ר מנשה קליין, ביז הג"ר אליעזר יהודה וואלדינבערג (ציץ אליעזר) און הג"ר עובדיה יוסף, און געענדיגט מיט הג"ר אברהם כהנא-שפירא און הג"ר מרדכי אליהו.

זיין צוגאנג צו פסק איז על פי רוב מברר צו זיין די פסק הלכה אנגעהויבן פון די מקורות אין די ראשונים, ביז דעם שו"ע און די נושאי כלים. אין אלגעמיין וועט ער נישט פסק'נען געבויעט אויף מעשה'לעך און עובדות, חוץ ווען ס'קומט צו זיין גרויסן זיידן הג"ר יוסף אליהו הענקין (פוסק הדור אין אמעריקע בעפאר הג"ר משה פיינשטיין'ס צייטן) וואס דאן וועט צומאל די פאקט אז זיין זיידע האט אזוי גע'פסק'נט אים זיין גענוג. אבער אפילו אין אזא פאל וועט ער אויך פרובירן צו ברענגן א מקור צו זיין זיידן'ס פסק. א דוגמא איז זיין תשובה (ח"א סימן ל) געבויעט אויף זיין זיידנ'ס פסק אז געבורט קאנטראל פאר לכה"פ צוויי יאר כדי צו קענען זיך אפגעבן מיטן קינד איז א חלק פון מצות פו"ר און איז מותר לכתחילה. הרב הענקין גיט אן אלס מקור צו זיין זיידן'ס פסק די גמרא אין כתובות סא, א אז מ'קען זייגן א קינד ביז פיר פינף יאר. איי, פרעגט הרב הענקין, מיטן זייגן אזוי לאנג קען מען דאך גורם זיין אז מ'זאל נישט קענען ווערן מעוברת נאכאמאל, ווייל די זייגן האלט צוריק? אלא מאי, אויב עס איז לצורך הולד איז עס א חלק פון פו"ר און עס איז מותר. הרב הענקין לייגט אבער צו אז די היתר איז נאר אויב די מאמע האלט דעם קינד אין דערהיים און ציט אים אויף. אויב אבער שיקט זי דעם קינד אין פלעיגרופ אדער זי גייט ארבעטען איז שוין נישטא די היתר.

נאך אן אינטערעסאנטע תשובה איבער וועלכע כ'האב שוין געשריבן דא, וואו ער איז מסביר די שיטה פון זיין זיידע הג"ר יוסף אליהו הענקין זצ"ל פארוואס דער ערוך השלחן האט בעפארצוג צום משנה ברורה.

עס איז נאך דא אסאך צו רעדן איבערן מחבר און זיין ספר, אבער כ'וועל עס דערווייל לאזן ביי דעם, כ'וועל נאר צוצייכענען צוויי אינטערעסאנטע לינקס, צו זיין ערך אין וויקיפעדיע און צו א שיינער אשכול אין ספרים וסופרים איבער זיינע תשובות.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

נאכן שרייבן באמערק איך אז יאנקל האט שוין געפאוסט איבער דעם ספר מיט די לינקס צו היברו בוקס.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

אינטערעסאנט אז מיט דעם פרט פון היסטארישע פרטים איז הרב הענקין לגריעותא, ער שרייבט קיינמאל נישט קיין נאמען פון קיין שואל, און לאזט אפט אויס נעמען פון גדולים פון וועמען ער זאגט נאך עובדות אדער פסקים, טיילמאל קאנטראווערסיאלע.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
פארשפארט