וואס איך האב געליינט אין א צייטונג פון הונדערט יאר צוריק

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

וואס איך האב געליינט אין א צייטונג פון הונדערט יאר צוריק

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך האב זיך אנגעהויבן דרייען אין די סייט פון דעם תל אביב אוניברסיטיה, ווי זיי האבן אלטע צייטונגען אויף אידיש און עברית. עס איז דארט העכסט אינטרעסאנט צו ליינען, און ווען מ'ווייסט וויאזוי צו זוכן, קען מען טרעפן גאר אינטרעסאנטע זאכן.

צוערשט האב איך געזוכט די ווערטער 'חולי רע', צו טרעפן נייעס וועגן מגיפות. אין תרנ"ד האט פאסירט א מגיפה אין פולין, און די חברה דארט האבן פארשפרייט שמועות אז מענטשן ווערן גע'הרג'ט אין שפיטעלער כדי אפצושטעלן די פארשפרייטונג פון די מחלה. פארשטייט זיך אז די צייטונגען פארדאמען די מוציאי דבה. וואס צו גלויבן? ווייס איך נישט.

איך האב אריינגעלייגט די ווערטער 'חזון איש' און געזוכט פון אנהייב די יאר הונדערט ביז צו א חודש איידער זיין פטירה. דער פארווערטס באשרייבט בן גוריון'ס וויזיט צום '90 יעריגע' חזון איש. ער איז געווען בערך זיבעציג יאר אלט דעמאלס. דער מעריב האט א מאמר צו ערקלערן זייער ציבור ווער איז דאס דער חזון איש, מיט א מופת פון אן עצה אין ביזנעס וואס איז געלונגען.

איך האלט נאך אינמיטן ליינען דארט, אבער גייט'ס אליינס אריבער jpress,nli.org.il
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
וואולקאן עראפציע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 26
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 07, 2020 2:27 pm
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 43 מאל

שליחה דורך וואולקאן עראפציע »

את חטאי אני מזכיר... כ'האב אין מיין פרייע צייט שוין דורכגעליינט א ים מיט אלטע המגיד'ס, הצפירה'ס, און המליץ'ן.
אוי איז אמאל געווען א זיס וועלט. כ'מיין א זיס-ביטער וועלט.

די מערסטע האבן מיר באנומען די 'אדווערטייזמענטס' וואס מ'האט אריינגעשטעלט פאר עגונות וואס זוכן זייערע מענער. זיי שילדערן גענוי וויאזוי דער אנטלאפענער / טמיר ונעלמ'ניק / פארלוירענער האט אויסגעקוקט, יעדע פימפל אדער קנייטש זיינער שטייט ארויסגעשריבן, היות בילדער זענען נאך נישט געווען געהעריג מצוי.
ס'נישט געווען איינס א יאר, נאר שווערע צענליגע א יאר!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:צוערשט האב איך געזוכט די ווערטער 'חולי רע', צו טרעפן נייעס וועגן מגיפות. אין תרנ"ד האט פאסירט א מגיפה אין פולין, און די חברה דארט האבן פארשפרייט שמועות אז מענטשן ווערן גע'הרג'ט אין שפיטעלער כדי אפצושטעלן די פארשפרייטונג פון די מחלה. פארשטייט זיך אז די צייטונגען פארדאמען די מוציאי דבה. וואס צו גלויבן? ווייס איך נישט.

יישר כח.

עס וואלט געוועהן א נחת רוח ווען דו ברענגסט אפאר אויסצוגען פון די אלטע צייטונגען פין די מגיפה מיט די שפיטעלער. איך גלייב עס וואלט געגאנגען וויירעל.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך האב פונקט זיך אנגעשטויסן אין די צייטונג מיט די נאמען 'דער לץ', מיט אריגינעלע וויצן פון שנת תרס"ח.

קוקט'ס דא

און דא האט מען די אויסצוג פון הצפירה וועגן די חולי-רע אין ווארשא.
הצפירה _ Monday, August 06, 1894 _ None _ 2.pdf
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
פארשפארט