אין פרשת כי תבוא זענען שבט ראובן מקלל דעם גרינדער פון דעם שבט ראובן אליין מיט דעם קללה, ווייל ער איז דאך געליגן מיט בלהה דעם פילגש פון זיין טאטן יעקב.
איז חז"ל זאגן דערויף "כל האומר ראובן חטא - אינו אלא טועה", אלא מה אני מקיים (בראשית לה) 'וישכב את בלהה פילגש אביו' - מלמד שבלבל מצעו של אביו, ומעלה עליו הכתוב כאילו שכב עמה. נאכדעם דרשנ'ט מען אחרים אומרים: שתי מצעות בלבל, אחת של שכינה ואחת של אביו".
איז רעבעצין רוחמה ווייס שטעלט זיך אויף די קשיא אז קודם זאגן חז''ל אז ראובן האט נישט חוטא געווען און נאכדעם פארגרעסערן זיי גאר דעם חטא מיט דעם אז ראובן האט מבלבל געווען די מיטה פונעם שכינה אליין:
www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-4277839,00.html
ארור שוכב עם אשת אביו
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 341
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 8:40 am
- האט שוין געלייקט: 102 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 215 מאל
מיין פילטער לאזט מיר נישט אריין און דעם לינק
אפשר ביזטו בעסער מסביר די קשיא, דאס איז דאך יעדער מודה אז דא איז געווען א חטא אזוי ווי און פסוק שטייט, קומען די חז"ל און זאגען אז כל האומר ראובן חטא (דהיינו ששכב עם בלהה) אינו אלא טועה ווייל ער איז נישט געשלאפען מיט איר בפועל נאר בלבל את יצועי אביו, ואחרים אומ' אז נישט נאר בלבל את יצועי אביו נאר אויך פון די שכינה הק' ווי די מפרשים זענען מסביר אז יעקב אבינו איז געגאנגען שלאפען דארט ווי ער האט געזעהן אז די שכינה רוהט, ממילא מיט'ן אויף טוישען די בעטען האט ער אויך כביכול מבלבל געווען די שכינה
יעצט וואס פונקטליך איז שווער דא?

שאלו החכם: במה יתנקם אדם משונאו? אמר: שיוסיף מעלה יתירה בעצמו (רבי שלמה אבן גבירול)
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 267
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 3:06 pm
- האט שוין געלייקט: 77 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל
ס'איז טאקע נישט ממש קיין קשיא אויב איז ווי דו זאגסט אז כל האומר ראובן חטא מיינט דעם חטא פון ליגן מיט בלהה, פון די פסוקים איז קלאר אז ראובן האט געזינדיגט און יעקב איז מוכיח ראובן דערויף "רְאוּבֵן בְּכֹרִי אַתָּה... עָלִיתָ מִשְׁכְּבֵי אָבִיךָ אָז חִלַּלְתָּ יְצוּעִי עָלָה".
עס איז אבער אן אינטערעסאנטע אבזערוואציע אז פון איין זייט פרובירן חז"ל צו מינימיזירן דעם חטא מיטן קובע זיין אז ער האט בלויז פארמישט די בעטן, און מצד שני פארגרעסערן זיי גאר דעם חטא מיטן אויפקומען אז ער האט אויך פארשוועכט די שכינה'ס בעט, כאטש ס'איז נישט קלאר טעכניש וויאזוי דאס האט פאסירט.
דאס וואס דו שרייבסט בשם די מפרשים אז יעקב איז געשלאפן דארט ווי די שכינה רוהט איז דאך לכאורה אין קעגנזאץ צו דעם מלוא כל הארץ כבודו נישט אין איין סעפעציפישע ארט, ועוד ווי קען דער שכינה ווערן מבולבל פון דאס וואס א פשוטע בשר ודם טוהט? דער שכינה דארף דאך צו זיין א כל יכול און נישט ווערן צומישט פון דעם וואס א מענטש רוקט א בעט.

- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
קול גדול האט געשריבן:דאס וואס דו שרייבסט בשם די מפרשים אז יעקב איז געשלאפן דארט ווי די שכינה רוהט איז דאך לכאורה אין קעגנזאץ צו דעם מלוא כל הארץ כבודו נישט אין איין סעפעציפישע ארט.
די קשיא קען מען פרעגן אויף צענדליגער מאמרי חז"ל, און אפילו פסוקי התורה, וואס הייסט "ושב מאחריך", ס'איז דאך מלא כל הארץ כבודו, וואס מיינט מעולם לא ירדה שכינה וכו'..., וואס מיינט אין אני והוא יכולין לדור; און נאך צענדליגער מאמרי חז"ל.
דער אוה"ח הקדוש (דוכט זיך אין פר' ויחי) רעדט איבער דעם ענין און איז מסביר אז עס איז פאראן כמה מדריגות פון "שכינה", און אודאי איז מלא כל הארץ כבודו און לית אתר פנוי מיניה, עד כדי כך אז ס'איז "השוכן אתם בתוך טומאותם", אבער דאס איז נאר נוגע פאר איין פשוט'ע חלק פון "שכינה", עס זענען פאראן העכערע מדריגות וועלכע זענען נישט איבעראל, ער איז מיט דעם מסביר וואס השי"ת האט צוגעזאגט פאר יעקב אבינו "ואנכי אעלך גם עלה" ווען ער האט מורא געהאט צו גיין קיין מצרים, עיי"ש ותמצא נחת.
וירח ה' את ריח הניחוח