מארק דער אנטיסעמיטישע דזשעניטער איז געפייערט

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 567 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1008 מאל

מארק דער אנטיסעמיטישע דזשעניטער איז געפייערט

שליחה דורך שושן פורים »

געווען אמאל א ביהמ"ד וואס איין שבת בשעת'ן ליינען האבן די קינדער אנטדעקט די נאמבער פון די קליינע קאך, דער קאך פון א ביהמ"ד דינט דאך אויך אלץ א כמו סטארעדזש, דארט קאכט די שמש זיין טשולענט וואס מען פארקויפט ביי די מקוה, און די זייפן צו וואשן די פלאר ליגט אויך דארט א פעסל אדער צוויי. און צווישן די בעגס טשולענט בונדלעך און די באטלעך טעיסטערס טשויס ליגט נאך עטליכע פלעשער שמן זית פאר חנוכה.

בקיצור, די קינדער האבן אנטדעקט דעם אוצר, איינער האט געוואלט עקספערימענטירן צו זייף, קאפי, און שמן זית קוקט אויס ווי שמן המשחה, אלע קינדער האבן זיך צוגעכאפט און ביז א אויגן בליק איז די קיך, שטיבלעך, און האלוועי פונעם ביהמ"ד געווען באגאסן פון די געל ברוינע גליטשיגע ווארע אויסגעמישט מיט טשולענט בעבלעך, ר' נטע א בן שבעים האט אומשילדיגערהייט פראבירט אריינצוכאפן א הכנות פאר מוסף אבער אינמיטן אויסטאן דעם טלית אין די האלוועי האו ער זיך געגעבן א גליטש אויס און זיך צובראכן א פיס.

באלד איז געווארן א שווערע בהלה, מען האט גערופן הצלה, און פראבירט צו טרעפן דעם שולדיגן אינגל, יעדער האט עס געלייקנט אבער די כעס פון די מתפללים אויף די קינדער איז געווען אויפן העכסטן פארנעם, פארשטייט זיך אז מען האט שנעל גערופן מארק די דזשעניטער צו קלינען דעם חורבן.

נישט האבנדיג קיין קידוש אויפן סקעדזשול און מיינענדיג אז מען האט געפעדערט די שאלעשידעס מיט עטליכע שעה נעמט מארק א צומישטער דעם בעזעם און הויבט אן צו רוימען, די עולם אין שול איז נאך צוקאכט, יעדער איז פארנומען מיט די אומאחריות פון די קינדער, געוויסע קומען אויף מיט איידיעס, איינער שלאגט פאר אז מען זאל נישט מעגן ברענגען קינדער אונטער די בר מצוה אין שול, איינער זאגט מען מעג נאר אויב מען האלט זיי נעבן די עלטערן, א דריטער זאגט אז מען זאל צושטעלן א פראגראם פאר זיי בשעת'ן ליינען און שלש סעודות, אינמיטן די העפטיגע דעבאטע וואקט מארק אריבער מיט זיין בעזעמל און נאכן זיך ארומשלאגן עטליכע לאנגע סעקונדן מיט א עקשנותדיגע קאווע בונדל וועלכע האט ווי א קנאי אין גולובניץ זיך געווארפן אונטערן שאוול און בשום אופן נישט געוואלט ארויפקומען האט איינער געהערט ווי ער מורמלט ארויס פון מויל "בעד אנדיסיפלינד בויס" און ער וואקט ווייטער.

באלד איז געווארן א פרישע איבערקערעניש, דער ציבור איז באפאלן מארק, האו דעיר יא, דו אנטיסעמיט איינער, ווער ביזטו צו באפאלן אונזערע קינדער, וואס גיבט דיר די רעכט, איינער האט נאך געוואוסט צוצולייגן אז אמאל האבן עטליכע פאבליק סקול קינדער אויך אויסגעגאסן עפעס אויף זיין גאס , די כעס אויף מארק איז געשטיגן צום העכסטן גראד און מען האט איהם אויפן פלאץ געפייערט.

קומענדיגע וואך האט מען געטראפן א נייע דזשעניטער און עטליכע וואכן דערויף האבן די קינדער ווידעראמאל אויסגעטראפן די נייע נאמבער פון די קאך שלאס.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שושן פורים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר