רבותי, מען דארף שרייבן א געוואלד, יעדע מינוט איז דא פרישע ענינים וואס דארפן אדרעסירט ווערן און נושאים וואס פאדערן התבוננות און אויפמערקזאמקייט. די צייט לויפט נאר אזוי שנעל פארביי און ביזדערווייל זענען שוין רוב זאכן בארירט געווארן דורך אונזערע חשוב'ע חברים דא, און בלאו הכי שרייט שוין דער עולם גיב אביסל פאזיטיוויטי, און גראדע מיין איך אויך אז די אלע געשרייבעכצער זענען איבריג אלס דער חלק פון אויפטון, ווי זאגט יחזקאל הַשֹּׁמֵעַ יִשְׁמָע וְהֶחָדֵל יֶחְדָּל. אלץ איז שוין געזאגט געווארן וואס קען געזאגט ווערן, ווער עס האט נישט געכאפט וועט שוין גארנישט כאפן, נאר אזויפיל פאר אונז להתבונן, וואו דארף א תיקון און וואס קען מען ארבעטן אין די קומענדיגע יארן צו פארבעסערן, און סתם אזוי למען יעמדו ימים רבים, א זכר פון די כאאטישע טעג ווען די וועלט איז געווען אפגעשפארט בימים ההם.
היינט אבער האב איך מיר אזוי געקלערט מען הערט נעבעך שלעכטע בשורות רעכטס און לינקס, יונגעלייט, וואוילע אידן, מענטשן מיט א הערליכן עתיד ווערן אזוי יונג פארשניטן ואינם. ווער האט זיך געקלערט אז אין ה'תש"פ וועט דאס זיין, אמאל - האט מען געוואוסט - פלעגט א מענטש לעבן פערציג פופציג יאר און זיך אפפעקלען, היינט אין די מאדערנע עפאכע קען מען ריזענעבלי ערווארטן אזא פינף און אכציג ניינציג לכל הפחות, יעדער טראגט זיך ארום מיט חשבונות וועגן רעטייערמענט און א הויז וואס זאל האלטן פאר פופציג יאר און מען לעבט אזוי מיט א אויסקוק צו לעבן נאך אסאך אסאך יארן ערגעץ דארט אריין אינעם ווייטן ת''ת מיט די וואונדער פון טעכנאלאגיע וואס וועט שוין זיכער זיין דעמאלטס מורא'דיג אנדערש און מיר וועלן פארציילן פאר די אור אור אייניקלעך וויאזוי מיר האבן נאך גענוצט עכטע פאפירענע ביכער וכדומה. זאל דער אייבערשטער געבן אלע אידן לאנגע געזונטע יארן און יעדער זאל זיך עלטערן אין פריידן, אבער מיר דארפן אנהייבן צו נעמען אין באטראכט די מעגליכקייט אז יא, אויך אין אונזערע מורא'דיגע צייטן קען קומען א מגיפה און שניידן פון אלע זייטן יונג און אלט, קיינער ווייסט נישט ווען זיין טאג וועט קומען און עס איז שטארק מעגליך אז אין צען יאר פון יעצט וועלן מיר שוין נישט דא זיין. אסאך פון די אידן ארום אונז, פון זעלבן בית המדרש, פון אונזער קרייז, מיט וועם מען האט זיך געקענט און געשמועסט און שפעקולירט אויף די קומענדיגע צענדליגער יארן זענען שוין איצט שוכני עפר.
דארף דאס אונז מאכן אומעטיג און מרה שחורה? ניין, בכלל נישט. אדרבה אין א געוויסן זין דארף דאס אונז אויפוועקן פון אונזער טרוקענעם רוטין וואס ציט זיך פאר אסאך מענטשן לאנגווייליג און אן א חשבון פאר לאנגע יארן אן קיין סוף, מען ארבעט, מען רוט זיך אויס, און מען ארבעט ווייטער. אפאר קלייניקע מינוטקעלעך פון הנאה דא און דארט זענען גענוג צו געבן טעם פאר די סתם אזוי אומעטיגע פארצויגענע רעאליטעט פון צווישן יום טוב און יום טוב. ווען א מענטש זאל וויסן אז ער האט נאך צען יאר צו לעבן, צען געזונטע פרישע יארן, מיט די בעסטע כוחות און מעגליכקייטן, ווי סאך וואלט א מענטש געקענט אריינכאפן? שרייבן א בוך, א מעמואר, ערצייגן ארט, פראדוצירן עפעס א ערפינדונג, סתם אזוי הנאה האבן ארומפארן זען די וואונדער פון די וועלט, ברעכן די בושה און שמועסן מיט פערזענליכקייטן וועם מען וויל באקענען. פארשן א טעמע, איבערלאזן א זכר, א מורשת פאר די קומענדיגע דורות. ווען מיר קוקן וויפיל ספרים די פריערדיגע גדולי ישראל האבן געשריבן אין זייער קורצן לעבן, דער רמח''ל איז אוועק יונג אין א מגיפה, אין זיין קורץ און שטורמיש לעבן האט ער אזוי פיל געשריבן און אנטדעקט אז עס לאזט זיך נישט גלייבן. א מענטש קען אפלעבן אכציג ניינציג יאר און אוועקגיין כלעומת שבא, ליידיג, די וועלט האט זיך נישט געטוישט מיט אים אדער אן אים, ובמותו נשכח זכרו, ווידער איינער וואס כאפט אריין קען איבערלאזן א אייביגע ירושה, א מחשבה, א פארשונג, א ווערק פון קונסט, אפילו א גוט ווארט, א געשמאקן זכרון ביי מענטשן, א ליבשאפט אין די קינדער וואס וועט ווייטער אראפגיין דורות און דורות.
מיר זענען יעצט פארשפארט אינדערהיים און מיר קענען פאוקעסן אויף וואס איז באמת וויכטיג. די אלע גלענצנדע געדאנקען אינעם ביזנעס, דאס זיך חנפ'נען צום בעל הבית, מאכן נאך אפאר דיעלס, אלעס איז יעצט קליינגעלט, די ביזנעסער פונקציאנירן וואקלדיג און האלבוועגס אויף א מינימום, דער בעל הבית האט נישט קיין נערוון צו קוקן אויף דיר ער איז יעצט אנגעצויגן אויף זיין ביזנעס, און די אלע דיעלס שאקלען זיך יעצט אויף א הינקעדיגן פיסל. קיינער ווייסט נישט מה יולד יום, וועט די עקאנאמיע קראכן? וועט די ביזנעס אנהאלטן? ווער ווייסט. יעצט זענען מיר געצוואונגען צו טראכטן פון די זאכן וואס מיר ווילן באמת, פארברענגען מיט די משפחה, אזא פשוט'ע און וויכטיגע זאך, וואס קומט אבער אויס זעלטן אין אונזער געיאגטן לעבן, שבת ביים סעודה צווישן לויפן אין שול און כאפן א דרימל זעט מען די קינדער. יעצט זענען מיר אינדערהיים א גאנצן טאג און עס איז נישט דא וואו צו אנטלויפן, מען הייבט אן צו קומען צום טעם. ווער זאגט אז דו דארפסט געטרויען א מלמד וועם דו וואלטסט נישט געטרויעט א הלוואה מחמת אומ'אחריות צו לערנען און מחנך זיין דיין קינד, לערן מיט אים אליין, שמועס מיט אים, פארצייל אים איבער די וועלט און וויאזוי זי פירט זיך, איבער גאט און די בריאה, איבער מענטשן און זייערע פירונגען, לערן אים אויס וואס איז ריכטיג און וואס איז נישט, גיב אים אריין ליבשאפט און ווארימקייט וואס ער זאל אלעמאל געדענקען אפילו ווען מיר וועלן שוין נישט דא זיין.
יעצט קען מען פארברענגען א ווארימען נאכטמאל מיט די משפחה, שפילן אינאיינעם, ארומלויפן און טאנצן, אך ווי געשמאק דאס איז. דאס איז דאס לעבן, א כפרה די ארבעט מיר גייען שוין שטארבן, לאמיר נאך אביסל שפרונגען און לאכן. לאמיר הנאה האבן, כאפ א צי, א שלינג, א שמייכל, עס איז גוט, מארגן וועט נישט זיין.
לאמיר נישט פארשוועמט ווערן מיט נודנע געדאנקען אויף דעם צוקונפט, פארפלאנטערטע דאגות אויף אוועקלייגן געלט און בויען די ביזנעס אויף צענדליגער יארן ארום, לאמיר אריינכאפן, ליין אינטערעסאנטע זאכן, קוק אינטערעסאנטע זאכן, האב הנאה פונעם וועטער, שרייב אביסל, ווער ווייסט, אפשר וועט דאס פארבלייבן פאר אייביג, אפשר וועט אין יארן ארום עמיצער דאס נאכזאגן און רעדן דערפון.
און דערמיט וויל איך טאקע לאזן דא צוואה פאר די אלע חשוב'ע חברים וואס קענען מיר, הן לא ידע האדם את עתו, אויב ח''ו קומט אויף מיר א גזירה און איך וועל מער נישט דא זיין בעט איך מען זאל מפרסם זיין מיין נאמען און אלעס וואס איך האב דא געשריבן ויהיו שפתותי דובבות בקבר, און מיט א שמייכל וועל איך זיך דארט אויסציען וויסנדיג אז נאך עמיצער וועט הנאה האבן פון מיין לעבן דא אויף דעם עולם.
לאמיר אריינכאפן
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: לאמיר אריינכאפן
@מיימון פארכטיגע ווערטער וועלכע לייגן צוריק דעם מענטש אינעם ריכטיגן פערספעקטיוו!
מיר טוען שוין היינט נאכזאגן דיינע ווערטער און עס האט א פאזיטיווע אויסקום אויף אונז.....
(אויף א פערזענליכע לעוועל, זייענדיג רעלאטיוו ניי זיך איך נאך אויף אלטע אשכולות דורך דיך און אנדערע חשובע שרייבערס און איך קען זיך בלויז וואונטשן איך וואלט עס געליינט פריער אינעם לעבן
ייש"כ)
מיר טוען שוין היינט נאכזאגן דיינע ווערטער און עס האט א פאזיטיווע אויסקום אויף אונז.....
(אויף א פערזענליכע לעוועל, זייענדיג רעלאטיוו ניי זיך איך נאך אויף אלטע אשכולות דורך דיך און אנדערע חשובע שרייבערס און איך קען זיך בלויז וואונטשן איך וואלט עס געליינט פריער אינעם לעבן
ייש"כ)
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
פשיהה! איינע פון די בעסטע ארטיקלן אין די קאראנע צייטן. נישט קיין איבער געחזר'טע טענה'רייען בכלל, נאר צום זאך און טיעף.
נ"ב, אז די צוואה וועט צוזאגן, אזוי ווי דער פלאצקע גאון, אז דורך דריקען דיינע כתבים מען מען געהאלפן ווערען, דעמאלטס קען מען רעדן פון א שפתותיו דובבות בקבר דיעל..
נ"ב, אז די צוואה וועט צוזאגן, אזוי ווי דער פלאצקע גאון, אז דורך דריקען דיינע כתבים מען מען געהאלפן ווערען, דעמאלטס קען מען רעדן פון א שפתותיו דובבות בקבר דיעל..
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -