די געשעענישן ביים לוי' אין בארא פארק
די געשעענישן ביים לוי' אין בארא פארק
און יא!
יענקל קארנבלי פון בארא פארק האט היינט זיך אויפגעוועקט צו א נייע אנגענעמע וועלט, א נייע פרישע וועלט, א וועלט פון פאליציי און געשלעגן, א וועלט ווי די פאנאטישע שווארצע חסידים ווערן ארעסטירט, ענדליך ענדליך, נאכן פרובירן אזויפיל מאל צו ארומדרייען די אינטערעסן פון די אנטיסעמיטישע פאליציי זענען זיי שוין ענדליך דא און טאקע טיילן פעטש אויף די גאסן.
נישט נאר יענקל קארנבלי איז שולדיג, שולדיג איז יעדער איינער וואס האט גענומען שריט בין לטוב ובין למוטב, דער וואס האט געגראבן מקוה'ס און דער וואס האט גערופן דעבלאזיא רעפארטירן, יעדער איינער וואס האט נישט איינגענומען א הילכיגער שטילשווייגעניש איז שולדיג אין די שאנדפולע סומעטאכע וואס איז זיך פארלאפן היינט אין בארא פארק.
צופיל דעטאלן קען איך נישט איבער די געשיכטע פון היינט, אבער וואס איז זיכער איז אז קיינער וואס האט גערודערט איז נישט אומשולדיג, אבער די וואס רופן פאליציי, צו וואס ווארט איר אויס? ווילט איר טאקע אז די פאליציי זאל מער נישט אריינקומען אין אונזערע געגנטער? ווילט איר אז בארא פארק זאל פאררעכנט ווערן ביי די אינסטאנצן ווי הארלעם צוואנציג יאר צוריק?
)און צו די היפאקריטן וואס פון איין זייט שרייען זיי אז מען זאל עלימינירן די שווארצע פון אלע געגנטער, דא האט איר אביסל וואס די שווארצע האבן געליטן ווען מען האט זיי געטארגעט).
דעבלאזיא איז דער פערפעקטער מעיאר פאר ניו יארק, א נארישע מעיאר פאר נארישע מענטשן!

- ליפא
- חבר ותיק
- הודעות: 2159
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
- האט שוין געלייקט: 2314 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל
I know all these videos are disturbing! I live on the block and saw the whole thing unfold. It started with minimal funeral with 10 people social social distancing all was perfectly perfect. and then the police decided to show up and arrest a grandson of the nfiter. that's when the commotion started and ppl all over 13 av stared gathering.
Cp
Cp
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
I’m a close relative to the NIFTER ZTZAL I was there the entire time.
It was a clear prepared action by the NYPD 66th PC to show that Deblazio was right with his comments yesterday and it was important for the police to have a real companion going.
That’s why they needed to arrest a 17 year old boy (EINIKEL if the NIFTER ZATZAL) which ran to buy a small orange juice bottle around (at the kosher depot grocery store) the for for his father which was semi fainting.
BTW the 17 year old boy was back at the LEVEIYE 15-20 minutes after being abducted by to police.
Guys just know this we are a target now all over in the 5 boroughs nothing besides HASHEM and self defense (with respectful demeanor) will help with all the antisemites.

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 714
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
- האט שוין געלייקט: 58 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל
מאך זיכער האט געשריבן:און יא!
יענקל קארנבלי פון בארא פארק האט היינט זיך אויפגעוועקט צו א נייע אנגענעמע וועלט, א נייע פרישע וועלט, א וועלט פון פאליציי און געשלעגן, א וועלט ווי די פאנאטישע שווארצע חסידים ווערן ארעסטירט, ענדליך ענדליך, נאכן פרובירן אזויפיל מאל צו ארומדרייען די אינטערעסן פון די אנטיסעמיטישע פאליציי זענען זיי שוין ענדליך דא און טאקע טיילן פעטש אויף די גאסן.
נישט נאר יענקל קארנבלי איז שולדיג, שולדיג איז יעדער איינער וואס האט גענומען שריט בין לטוב ובין למוטב, דער וואס האט געגראבן מקוה'ס און דער וואס האט גערופן דעבלאזיא רעפארטירן, יעדער איינער וואס האט נישט איינגענומען א הילכיגער שטילשווייגעניש איז שולדיג אין די שאנדפולע סומעטאכע וואס איז זיך פארלאפן היינט אין בארא פארק.
צופיל דעטאלן קען איך נישט איבער די געשיכטע פון היינט, אבער וואס איז זיכער איז אז קיינער וואס האט גערודערט איז נישט אומשולדיג, אבער די וואס רופן פאליציי, צו וואס ווארט איר אויס? ווילט איר טאקע אז די פאליציי זאל מער נישט אריינקומען אין אונזערע געגנטער? ווילט איר אז בארא פארק זאל פאררעכנט ווערן ביי די אינסטאנצן ווי הארלעם צוואנציג יאר צוריק?
)און צו די היפאקריטן וואס פון איין זייט שרייען זיי אז מען זאל עלימינירן די שווארצע פון אלע געגנטער, דא האט איר אביסל וואס די שווארצע האבן געליטן ווען מען האט זיי געטארגעט).
דעבלאזיא איז דער פערפעקטער מעיאר פאר ניו יארק, א נארישע מעיאר פאר נארישע מענטשן!
אויב שולדיג איז יעדער פארוואס רעכענסטו אויס איין ספעציפישע נאמען? פארוואס רעכענסטו נישט אויס אלע אנדערע מענטשן, עסקנים, און גבאים וואס זענען שולדיג? מיינסט אז דעבלאזיע האט נאר באקומען איין רוף פון איין מענטש? סאשועל מידיע איז פול מיט טוויטער אקאונטס, לאו דוקא מענטשן מיט כוונות, נאר אפילו פשוטע נייעס פלאטפארמעס וואס באריכטן מהנעשה והנשמע בחצרות הקודש און מעלדן טרוקענע נייעס און בילדער, און דאס אלעס קימט אן צום מעיאר׳ס אפיס.
אונז זעמער אלע שולדיג, דער פאר׳ן פארשפרייטן א קליפ, יענער פאר׳ן רופן פאליס, א צווייטער פאר׳ן רופן די מעיאר, א דריטער פאר׳ן שיקן טוויטס. אבער געדענק, די הויפט אקטיאר אין א פארברעך, איז די גנב אליינס. אן אים איז נישטא פארוואס צו רופן פאליס, אן אים האט נישט די מידיע וואס צו שרייבן, און אן אים איז נישטא די גאנצע שפיל.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1098
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
- האט שוין געלייקט: 619 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל
Re: די געשעענישן ביים לוי' אין בארא פארק
איך האב נישט קיין אהנונג וואס דא האט פאסירט, איך בין הערשט געוואר געווארן אז עס האט בכלל עפעס פאסירט אבער נישט אלעמאל איז דער גנב דער הויפט אקטיאר. אמאל ווערט די מעשה ארום, אליינס די מעשה.היכי דמי האט געשריבן:אבער געדענק, די הויפט אקטיאר אין א פארברעך, איז די גנב אליינס. אן אים איז נישטא פארוואס צו רופן פאליס, אן אים האט נישט די מידיע וואס צו שרייבן, און אן אים איז נישטא די גאנצע שפיל.
היכי דמי האט געשריבן:אויב שולדיג איז יעדער פארוואס רעכענסטו אויס איין ספעציפישע נאמען? פארוואס רעכענסטו נישט אויס אלע אנדערע מענטשן, עסקנים, און גבאים וואס זענען שולדיג? מיינסט אז דעבלאזיע האט נאר באקומען איין רוף פון איין מענטש? סאשועל מידיע איז פול מיט טוויטער אקאונטס, לאו דוקא מענטשן מיט כוונות, נאר אפילו פשוטע נייעס פלאטפארמעס וואס באריכטן מהנעשה והנשמע בחצרות הקודש און מעלדן טרוקענע נייעס און בילדער, און דאס אלעס קימט אן צום מעיאר׳ס אפיס.
אונז זעמער אלע שולדיג, דער פאר׳ן פארשפרייטן א קליפ, יענער פאר׳ן רופן פאליס, א צווייטער פאר׳ן רופן די מעיאר, א דריטער פאר׳ן שיקן טוויטס. אבער געדענק, די הויפט אקטיאר אין א פארברעך, איז די גנב אליינס. אן אים איז נישטא פארוואס צו רופן פאליס, אן אים האט נישט די מידיע וואס צו שרייבן, און אן אים איז נישטא די גאנצע שפיל.
וויבאלד ער האט זיך אריינגעגעבן אליין אין די הענט און מיילער פון זיין אייגענע קאמיוניטי, ארויפגייענדיג אויף די איזראעילי טיווי און אויף די אמעריקאנע פלאטפארמע'ס, קען איך נוצן זיין נאמען.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 80
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2018 7:11 pm
- האט שוין געלייקט: 2 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל
פערינא האט געשריבן:רבי חיים ישוע באבאד האט אריינגעקעשט פינעף און אכציג רעדלעך אויף אים. די שטן איז דא געווען גערעגטערהייט. ער ווייסט וויפיל הרבצת התורה ס'קומט.
זאג שוין 500 רעדלעך פאר דער געלט
ווילט איר וואקסן אין תורה ויראת שמים?
האנדלט אייך שיעורים פון כבוד הגה''צ הרב מאיר צוויבעל שליט''א
כדאי הוא רבי מאיר לסמוך עליו
האנדלט אייך שיעורים פון כבוד הגה''צ הרב מאיר צוויבעל שליט''א
כדאי הוא רבי מאיר לסמוך עליו
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
Re: די געשעענישן ביים לוי' אין בארא פארק
די בריוו איז מוקצה מחמת מיאוס! ממש כ'שטוין ווי זיי שעמען זיך נישט ארויס צו געבן אזא אפיציעלע בריוו, אונטערגעשריבן פון די ראשי קהילה אליינס. נאכדעם וואס דורכאויס די קריזיס פון קאראנא פאר נאענט צו צוויי חדשים וואס מ'הערט נישט פון זיי קיין פיפס, קיין שום קלארע אנדייטונגן, וואס מ'מוז, וואס מ'טאר נישט, וואס מ'מעג און וואס מ'ברויך נישט. נאר דא איצטערט ווען מ'האט זיך צוריבן מיט די שטאטישע אינסטאנצן, קומעו זיי ארויס מיט קלארע אינסטרוקציעס, מיט רביה"ק זי"ע מיט אלע שיינע הייליגע ווערטער וכו' וכו' פארוואס טאקע? זייער פשוט ווייל ווען ס'קומט צו די טאש דאן איז אנאנדערע מעשה! זיך צו קריגן מיט די שטאטישע באאמטע, און אנווערן געלט און אנדערע טובות און פראטעקציעס, דאס נישט היה לא תהיה!!!חתם סופר האט געשריבן:,
וע"ז נאמר, "הֱווּ זְהִירִין בָּרָשׁוּת, שֶׁאֵין מְקָרְבִין לוֹ לָאָדָם אֶלָּא לְצֹרֶךְ עַצְמָן. נִרְאִין כְּאוֹהֲבִין בִּשְׁעַת הֲנָאָתָן. וְאֵין עוֹמְדִין לוֹ לָאָדָם בִּשְׁעַת דָּחֳקוֹ"
רשות מוז נישט דוקא מיינען די שטאטישע אינסטאנצן, ס'קען פונקט אזוי מיינען, א פארטיי, דינאסטיע, חסידות, וכו' וכו' א גוטער עקזעמפאל פון א סעלפיש פירערשאפט!
חברה! וועקטס ענק אויף, זכור ואל תשכח, נעקסטע מאל ווען די חברה עסקנים מיט קהל'ישע פארזארגערס הייסן אייך שטימען פאר סיי וועם, פליז גייטס נישט כצאן לטבח, וואויטס אייביג פאר די פארקערטע זייט אדער פארוועם ס'געפעלט ענק אליין.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
איך בין אויך צושוידערט פון די בריוו. זיי הייסן פאלגן די רעגירונג צוליעב 'ודרשו את שלום העיר'. נאך צוויי מאנאטן און הונדרעטער לוויות, האבען זיי נאך נישט געכאפט אז דא בוזשעוועט א מגיפה. אזויפיל ווייסן זיי פון א מגיפה אז פרויען קאפ צודעק עפעס עפעס שמאל געפאסטע נאך עפעס נאך עפעס. מער ווי דעם איז נישט דא קיין מגיפה.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 378
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
- האט שוין געלייקט: 262 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1509 מאל
פנימי בלתי מוגה
May contain offensive language
ווי געשריבן נעכטן האב איך שוין נישט קיין כח צו שרייבן נעגאטיוו, אבער אפאר נקודות just פאר טעראפי, און אפשר וועט עס איינער טרעפן אינטערעסאנט. ווער עס גייט אריין אין דעם אשכול ווייסט וואס צו ערווארטן.
א. איך האב שוין פשוט נישט קיין כח, איך האב נישט קיין כח צו שרייבן, בושנו מכל עם, מענטשן זענען פשוט צודרייט, כ'ווייס שוין נישט וואס צו זאגן, עס איז א שרעק, איך בין אומ-לשון.
ב. דער עולם שרייט אנטיסעמיטן, לאמיר אייך מסביר זיין עפעס, ווען א אינדיווידועל טוט עפעס קען מען שרייען אויף אים, מענטשן גייען ארום אין גאס, וואס קען מען טון, עס איז אלץ דא שלעכטע און אומ'אחריות'דיגע מענטשן, ווען א גאנצע קאמיוניטי גייט און פייפט זיך אפיציעל אן אויף די געזעצן און אויף די רעגירונג באאמטע, נאכדערצו ווען עס רעדט זיך נישט פון עפעס וואס קען אויף סיי וועלכן אופן פארטייטשט ווערן ווי עפעס א פארשוועכונג פון רעליגיע אדער טראדיציע (אין די אויגן פון פשוט'ע ניו יארקער זענען די אידן עפעס אייביג מומחים אין טרעפן הלכות וואס זאל זיי פטר'ן פון געזעצן וואס זענען יעדן מחייב, עדיוקעישאן, אה מיר האבן א הלכה, אקעי מען בעקט ארויס. געזונטהייט און היגיענע ביי ברית'ן, אוי וויי ס'איז א מצוה, אקעי מען בעקט ארויס, דא ביי קאראונע וועסטו שוין מוזן גאר שווער ארבעטן צו איבערצייגן עמיצן אז דאס איז אויך א מצוה, כ'מיין יעדער קען פאלגן נאר נישט דו?). מען פארלאנגט א פשוטע פארשטענדליכע זאך צו ראטעווען מענטשליכע לעבנס, יא אונזערע אייגענע לעבנס, און מען פייפט אין די מאסן מיט א פרישקייט. וועסטו יעצט קומען און פארפירן היתכן מען בלעימט א גאנצע קאמיוניטי פאר חטאים פון א יחיד? העי, וואס שרייסטו אז פאליציי האט ארעסטירט מענטשן אין בארא פארק, דו קענסט זיי? ניין? וואס שרייסטו דעמאלטס, אלא מאי אז דו באטראכטסט זיך ווי א חלק פון זיי, דו האלטסט מיט מיט זיי און שטיצט זיי, נו פארוואס האסטו טענות אז מעו קוקט דיך אן ווי א חלק פונעם בילד? מענטשן ארבעטן שווער צו אראפנעמען דעם אימעדזש ווי כאילו כלל ישראל פאלגט נישט, מען פרובירט צו ווייזן אז רוב אידן פארדאמען דאס און האלטן זיך צו די געזעצן און מוסר'ן אפילו די געציילטע פארלעצער, גייסטו און די פראווסט זיי ראנג מיטן ווייזן אז דו האלטסט יא פון די פארלעצער און אידענטיפיצירסט זיך מיט זיי. אפילו אויב פערצופאל ביזטו אינדערהיים.
בכלל דאס גאנצע אונז-זיי מהלך איז דאס נורא ואיום, א פראדוקט פון טויזנט יאר התבדלות מיט שוידערליכע קאנסעקווענצן. מיטן שרייען "זיי" ווילן אונז הרג'נען וועם מיינסטו? די פאליציי? דעמאקראטן? רעפובליקאנער? איינער מיינט דיך מיינסטו? סך הכל ביזטו א פארגעסענע מינאריטעט וואס האט זייער ווייניג מיט די וועלט, קיינער קימערט זיך נישט מיט דיר סתם אזוי, אבער דו זוכסט זיך צו מאכן שונאים. "זיי" ווילן אונז הרג'נען, "זיי" האבן אונז פיינט, אלע גוים זענען קעגן אונז, די רגע עמיצער קומט און זאגט עפעס א האלבן קרומען ווארט שרייט מען "אנטיסעמיטן", וואס מיינסטו, יענער ווערט טאקע אן אנטיסעמיט, פון ווערן באוואשן דורך טויזנטער גערעגטע מענטשן מיט זייערע יוצר משרתים לאביאיסטן און קאנטאקטן פאר'ן זאגן א קרום ווארט ווערט ער טאקע א פארביסענער אידן פיינט וואס האט פיינט יעדן איד וואס האט זיך ארויסגעשטעלט אים צו באוואשן. דעבלאזיא איז נישט קיין אוהב אדער שונא ישראל נאר א פאליטישאן (און נישט קיין געלונגענער מיט דעם), מזל טוב, מען האט זיך איינגעקויפט יעצט א נייעם שונא פאר כלל ישראל. טענק יו אידיאטס.
ג. פארוואס מאכט מען לוויות פארוואס? ס'שטייט אין א ספר? ס'שטייט אויך סוף זמן תפלה אין עפעס א ספר. אידן קענען זיך א עצה געבן מיטן איסור ריבית וואס שטייט אין עפעס א ספר, קען מען זיך נישט א עצה געבן מיט א לוויה? מאך נישט קיין לויה בהמה עס איז דא א עפידעמיע אין די גאסן. פון מיין זייט לייג אוועק דעם קערפער אין פריזער, פיקוח נפש דוחה דעם ענין וואס שטייט אין זוהר פון צער הנשמה. אבער אז דו ווילסט נישט, מאך א לויה מיט צען אידן ביים קבר. דער עם חכם ונבון איז געווארן א עם עצל ומטומטם. מען טוט נאר וואס מע האט אלץ געטון. "און מע מאכט א לויה און מע רופט אויס מיט א מייק" אזוי ווערט געברענגט אין טעמי המנהגים מהדורת אמעריקא, וואס קען מען טון אזוי קומט עס און פארטיג. "און מע שטופט זעך, און מע זאגט קדיש", וואס קע מען טון?
דאס זעלבע מיט די חתונות און מיט טויזנטער זאכן. פארוואס טוט מען עס? נישט ווייל עס שטייט, נישט ווייל אזוי האט עמיצער געזאגט, נאר ווייל אזוי טוט מען. מען גייט מיט א רעקל פאר די זעלבע סיבה וואס מען מאכט א ברית, ווייל אזוי טוט מען. אפשר קען מען יעצט אפשטופן די חתונה? נע, מען קען נישט, עס "קומט" א יאר חתן כלה און דערנאך חתונה האבן. אזוי קומט, אזוי האט מען געטון ביי מיר און ביי מיין טאטן און אזוי וועט מען ווייטער טון, מיט מסירות נפש, על קידוש השם וועלן מיר גיין און וויסן אז מיר האבן אויסגעפירט. לויה נאך לויה איז ברוך השם געווען אויפ'ן "געהעריגן" שטייגער אזוי ווי מען פירט זיך און ביזן לעצטן איד האבן מיר אויסגעפירט.
ד. בחורים. א צרה וואס די פעדער איז צו ארעם צו שילדערן. טויזנטער אידישע יוגנטליכע דרייען זיך ארום ארים פון יעדן מענטשליכן קוואליטעט, נאקעט פון תורה ליידיג פון חכמה און פוסט פון מענטשליכע באציאונגען. קטלא קניא האט שוין געשריגן אין זיין מאניפעסטא אויף די פענצי יונגעלייט וואס גיבן זייערע קינדער א ליידיגן חינוך. אוי ווי גערעכט ער איז. אידן פון די באלבאטישסטע שטיבער, מיט די אייפאון'ס און בליצערס, לאזן זייערע בחורים אפשימלען חדשים אין ישיבה דארמיטאריס וואו די איינציגסטע אינהאלט פון טאג איז זיך דרייען ליידיג און הערן פרומע דרשות פון צייט צו צייט. זיי קומען אהיים בין הזמנים און עס כאפט א שרעק, די עלטערן אטעמען אפ ווען זיי גייען צוריק אין ישיבה, האלאו, ער איז דיין קינד און ער מאכט דיר ערגעץ בושות דארט וואו ער איז. זיי פארשטייען נישט קיין נארמאלן ענגליש, האבן קיינמאל נישט קיין נארמאלן קאנווערסעישאן מיט א מענטש אפילו א איד, דעם משגיח פאלגט מען ווייל ער קנס'עט, די שוועסטער רודפ'ט מען ווייל זי לאזט זיך, א גוי איז א חוזק אביעקט צו מאכן שפיצלעך אדער סתם צו איגנארירן ווען ער וואשט אויף אונטער די פיס. צואגעוואוינט איז מען צו צאללאזע פראטעסטן און שרייען פוי ווייל יעדער שרייט, און די אלע פארוואונדערטע מענטשן אין מאנהעטן וואס באטראכטן מיט בייז וואונדער די מאדנע פענגווינען דיסמיסט מען אלס נארישע גוים. יעצט וואס ווילסטו פון אים ער זאל טון. מען שרייט קאראונע, פון וואו זאל ער וויסן וואס דו ווילסט פון אים, וואטסאפפ האט ער נישט למען השם. אפילו קול מבשר קען ער נאר הערן בין הזמנים ווען דער פאון איז פריי. ער פארשטייט נישט וואס מיינט א גוי, פאליציי, רעגירונג, געזעצן, ארדענונג. לויפט ער אין גאס בכל עת מצוא ווי א דארפיש קינד און לויפט צו נאנטער צו באטראכטן די אביעקטן מיט די פאליצייאישע קליידער, עס קוקט אויס זייער אינטערעסאנט.
ה. עולם, זייטס נישט קיין בהמות, פארוואס זענט איר בהמות? אך. זייטס נישט קיין אויבער חכמים און טיפשים. בלייבטס פ***** אינדערהיים. בלייבטס אינדערהיים. צום הונדערטסטן מאל. יא יעדער איז אנטיסעמיטן און די עראפלאנען איז יעדער געגאנגען קוקן. אקעי פיין וואויל. אבער ביטע בלייב אינדערהיים טענק יו ווערי מאטש.
ו. שוין, סארי פאר'ן ארויסקומען אביסל דערביטערט עס איז נאר אויסצוגעבן די געפילן אביסל, נאו אפענס.

- הודעות: 2595
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
- האט שוין געלייקט: 4455 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל
מימון, געטליכע רייד, ממימון עד מימון לא קם כמימון, ס'איז ממש שכינה מדברת מתוך גרונו.
ביי דער לוי' פון הרב חיים מערץ האט מען נעבעך זייער קלאר געזען, אז וויליאמסבורג האט נישט קיין כבוד האחרון פראבלעם, אדער א לוי' פון אן איש צדיק וקדוש וואס איז נערץ בכל שכבת העם פראבלעם (וויליאמסבורג שעצט נישט קיין צדיקים כידוע ליודעים און ביי רבי פישעלעס לוי' זענען נעבעך געווען פול מיט ליידיגע גאסן ואכמ"ל), נאר א טינעידזשער פראבלעם, ווען הונדערטער לאנגווייליגע בחורים זענען זיך צוזאמגעלאפן צו דער לוי' נישט ווייל דער בחור האט געוואוסט אז עס גייט זיך דא אפשפילן א ספעקטאקל, נאר ווייל עפעס אנדערש האט ער ממש נישט צו טון און קיין זום מעג ער חלילה נישט צורירן און אז ס'איז דא בעריקעידס און לעמי מארקאוויטש שרייט הויך אויפ'ן ראדיא איז עס שוין אינטערעסאנטער ווי קריכן אויף די גראדע ווענט.
יעצט, וויאזוי די מעשה האט זיך געענדיגט ווייסט יעדער, א חילול ה' וואס האט געשטינקען נאציאנאל, אויפגערעגט אונזער מכלומרשטע פריינט דעבלאזיע ביז בייז בלוט, פון א כבוד אחרון איז געווארן א בזיון אחרון, א קריזיס פון ערשטן גראד, אנגעשטינקען, באצאלט און פון שטאט ארויסגעווארפן.
אלל העל ווענט לוז ווען יעדער האט דאך געוואוסט אז דאס גייט געשען, ווי נאך שאפראן, אבער גארנישט, דריי וואכן איז שיעור שכחה איי געס.
טאמער איינער האט געמיינט אז איינער האט זיך געלערנט די מינדעסטע מוסר השכל פון דעם איז א נעכטיגן טאג. א טאג שפעטער איז נאך א איד געשטארבן, הרב וואגשאל, אן איש חשוב, פיין און וואויל, אבער זעסטעך אז ס'איז קריגס צייטן, נעמט דיין נפטר און טראג דיך אפ פון דא, וואס ווען וואו, א פשוטע דעי זשא וואו, א גרויסע לוי' אינמיטן שטאט ווי גארנישט און ס'ענדיגט זיך מיט א לעוועל וואן מאביליזאציע פון אלע געגנטער און הונדערטער פאליציאנטן שוימען פון כעס.
העלא? ביזט פון חוש? דו דארפסט א דאקטאר? ביזט טויב? דו ביזט אין א קאומא? דו ביזט א וועדזשטעבל? דו זעסט נישט?
דער תירוץ איז אז ניין, אונז זעמער פשוט tone deaf און ווי א חבר שרייבט מיר אז מיר זענען א קאמיוניטי וואס פארט אויף אויטא פילאט. מה שאירע לשאפראן הוא מה שאירע למערץ ומה שאירע למערץ הוא מה שאירע לוואגשאל. מיר קענען גארנישט טון אנדערש ווי נעכטן. אויב גייסטו מיר היינט זאגן אז איך זאל נישט גיין אין מקוה האסטו געשיקט זענדונגען צו מיין קאמפיוטער וואס איך בין בכלל נישט קעיפעבל צו נעמען. די סיסטעם גייט דזשעמד. מה שהיה הוא שיהיה, שטארבן, פייגערן, פארדריי מיר נישט דעם קאפ, נישטא די קעפעסיטי פאר די 2 מעגא בייטס פון קריעטיוויטי וואס פאדערט זיך צו טראכטן אז אפשר מאכט מען נישט קיין גרויסע לוי' נאר מ'נעמט דעם נפטר און מ'טראגט אים גראד אין פעלד מיט די ענגע בני המשפחה. דאס איז שוין צופיל געבעטן. ס'איז העכער פון מיין פעי גרעיד, מיר זענען ענקריפטעד ווי ראבאטן און קיינער קען נישט העקן אונזער לאקד קאוד, פיניש. כ'בין א וועקיום קלינער געווען און בעט נישט פון מיר עפעס מער ווי קלינען א קארפעט.

- היימישער באניצער
- הודעות: 385
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:13 pm
- האט שוין געלייקט: 9 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 254 מאל
רבותי, איך האב געמאכט אביסל חשבון, און איך מיין אז איך פארשטיי שוין קלאר וואס דא איז פארגעקומען. ביל דעבלאזיא איז גאר אן אומקאפעטענטער מעיאר, אבער איין זך וואס ער איז נישט איז א שונא ישראל. ער האט שוין געכאפט אסאך היעט פאר'ן פראטעקטן אונזער קאמיוניטי (מציצה בפה) און פאר'ן איגנארירן כלומר'שטע אומרעכטן ביי אונזער קאמיוניטי (חינוך ועוד), און כאטש ער פרובירט אוועקצושטיין פון אזעלכע זאכן האט ער דערווייל נאכנישט פארראטן אונזער קאמיוניטי. די באשולדיגונג אז ער דעקט פאר אלע עולות פון די חסיד'ישע קאמיונטי באגלייט אים ווי א שווארצע וואלקן דורכאויס זיין גאנע מעיארשאפט. (און שריי נישט יעצט וועגן דאס אדער יענץ וואס ער האט זיך נישט צוגעשטעלט 100%, סיז ברור כשמש אז גאר ווייניג גוים וואלטן נאך געקוקט אויף אונזער זייט - שוין אפגערעדט פון איגנארירט חינוך 'נעגלידזשענס' למחצה לשליש ולרביע - נאכ'ן כאפן האלב אזויפיל היץ ווי אים פאר שריט וואס ער האט געטון לטובתינו.)
וואס פאסירט אבער די לעצטע שטיק צייט איז אנפרעצעדענטעט. ביי די טעגליכע פרעסע קאנפערענצן, וואו ער שטייט אויס מער ווי גענוג (ערליך פארדינטע) געבראטענע מכות פון רעפארטער איבער זיין גאנצע ווירטשאפט, איז דא א פרישע כאפטע קריטיקירער; אידן מיט בארד און פיאות צימבלען אים היתכן ער נעמט זיך נישט צו די ביינער פון זייער אייגענע קאמיוניטי! און דאסישוין די פרומע אידן, וואס וועלן די פרייע זאגן? און די גוים? און די אנטיסעמיטישע גוים?
און ווען דאס פאסירט איינמאל און צוויי מאל און דריי מאל, האט דעבלאזיא מחליט געווען פערזענליך אראפצוגיין צו אזא מעמד און אנפירן מיט'ן מעמד הצוטרייבונג, און דערנאך וועט ער זיכער מאכן אז דאס איז דאקומענטירט און טוויטערירט, און אזוי וועט ער האבן א קלארע ענטפער פאר די קארנבליס און אנדערע ימ"ש'ניקעס; "איך טו וואס איך קען, איך בין אפילו אראפגעפארן פערזענליך קיין וויליאמסבורג צו פארטרייבן אזא פארזאמלונג."
דא איז ער אבער באגאנגען (נוסח דעבלאזיא) צוויי ערנסטע טעותים. 1) ער האט עס פונקט געטון ביי גאר א האקעלע מעמד, אן איווענט וואס איז נאנט צום הארצן פון צענדליגער טויזנטער חסידי'שע אידן. 2) ער איז געווען אזוי עקסיידעט אז פיינעלי האט ער פרוף אז ער דעקט נישט פאר חסיד'ישע אידן און איז געווען אזוי eager צו טוויטן דערוועגן און 'ווייזן' אז ער איז פונקט אזוי שארף קעגן אונז ווי קעגן יעדעם, אז ער האט נישט איבערגעטראכט וואס ער שרייבט, און ער האט זיך פאררעדט.
אלס רעזולטאט פון די טעותים האט ער פערזענליך זיכער געמאכט אז אזא היי פראופייל איווענט (וואס איז געווען געפלאנט מיט די פאליציי און זיי האבן אפילו צוגעגרייט די בעריקעידס דערפאר!) ווערט צושטערט, און דערנאך האט ער נאך ארויסגעסינגלט די דזשואיש קאמיוניטי אין זיין טוויט (כאטש די טוויט וועגן וויליאמסבורג איז געווען מער ווי גענוג), ויצא מה שיצא.
אלזא, עס איז ביי מיר ברור אז די גאנצע סומאטוכע איז א דירעקטער רעזולטאט פון די פרעשור קאמפיין וואס די היימישע קאפאוס פירן קעגן דעבלאזיא ער זאל אונטערדרוקן זייערע אייגענע ברידער, און דער שלימזל דעבלאזיא האט, אין זיין דרוק צו ווייזן אז ער פארקוקט נישט, באוויזן זיך אנצוברענגען אזא חאזעריי.
איך האף נאר אז אויף יענע וועלט וועט מען געבן די געלעגנהייט פאר די אלע וועלכע האבן געליטן - דירעקט צו אומדירעקט - פון די מסירות, צו זעהן ווי קארנבלי וחבריו בראטן זיך אין BBQ סאוס.
אויך האף איך אז דער עולם וועט האבן שכל און זיך נישט רייצן מיט'ן מעיאר. מ'קען יוצא זיין חובת מחאה מיט פלעין פאוסטן בילדער פון גוי'אישע פאזאמלונגען, עס מוז נישט זיין קיין פערזענליכע טשעפע איבער זיין מצב אין די פאולס, זיינע רייבערייען מיט די פאליציי, אדער זיין אומקאפעטענץ. השי"ת זאל העלפן מיר זאלן אים נישט בידים פארוואנדלען אין אן אמת'ער אנטיסעמיט, ווייל אויב יא זאל דער אויבערשטער אפהיטן וואסערע צרות צרורות ער קען אונז נאך אפטון (הינט: עד דעי). לאמיר זיין קלוג, נישט גערעכט.
c/p

דער גאלדענער אדלער האט געשריבן: פארוואס טאקע? זייער פשוט ווייל...
... דער מעיאר איז זייער גוט געווען פאר דעי קאמיוניטי ביי ברית מילה און ביי עדיוקעשאן, דאס איז פארוואס זיי געבן ארויס אזעלכע צעטליך. פאר איינע וואס איז נישט אזוי איינזייטיג אדער אין א שטארקע געברויך פאר לייקס זענען די זאכן פשוט פארשטענדליך.
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2595
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
- האט שוין געלייקט: 4455 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל
ליפא, איז גערעכט, נישט נאר פאר'ן אנהאלטן דעם הייליגן קאמף פון אלטן פאטער יעקב קעגן די אלע וואס זוכן לייקס נעבעך, נאר אז ס'איז זייער פשוט פארוואס זיי געבן ארויס אזא צעטל, און יעדער ווייסט עס, דער צעטל איז א פשוטע קארניוועל וויץ אינמיטן ספירה וואס ווער ס'קען ליינען צווישן די שורות פארשטייט זייער גוט וואס דא שטייט.
קענסט ווייטער טון וואס דו ווילסט ווייל איך טו אויך וואס איך וויל, איך בין דאך דער וואס האט געהאדעוועט דעם מאנסטער, איך בין דאך דער וואס לאזט אפן אלע מיינע שולן אין מקואות און איך בין דער וואס האט א חדר אויף יעדן גגות חצירות וקרפיפות, דו האסט זיך יעצט דערמאנט אנצופייפן די רעגירונג נאך זיצן זעקס וואכן איינגעשפארט אינדערהיים ווי א מצורע ווייל האסט געוואלט גיין צו א לוי', דו ביזט סתם א שווענצעלע, איך פייף שוין אויף דער רעגירונג פון דער ערשטער מינוט, מיינסט איך קעיר פאר סאשעל דיסטענסינג, אדער פאר'ן אנהאלטן די געזעץ, אדער פאר חילול ה', אדער פאר אידיש לעבנס, נע, כ'בין זיכער דו מיינסט נישט אזוי, קאם אן, ביזט נישט אזוי נאאיוו, ווי קענסטו האבן אזא נארישע מחשבה זרה'לע, נאר וואסזשע דען, ווייסטעך, מ'איז אין גלות, עי קעי עי, דער מאיער שיקט דאך מוצא'לעך, ער טיילט פראגראמען, מוז מען דאך שרייבן אזא צעטל, אבער פליז, נעם מיך נישט ערנסט פאר א האלבן פריקן רגע כמימרא.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום כוכב, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן: וע"ז נאמר, "הֱווּ זְהִירִין בָּרָשׁוּת, שֶׁאֵין מְקָרְבִין לוֹ לָאָדָם אֶלָּא לְצֹרֶךְ עַצְמָן. נִרְאִין כְּאוֹהֲבִין בִּשְׁעַת הֲנָאָתָן. וְאֵין עוֹמְדִין לוֹ לָאָדָם בִּשְׁעַת דָּחֳקוֹ"
רשות מוז נישט דוקא מיינען די שטאטישע אינסטאנצן, ס'קען פונקט אזוי מיינען, א פארטיי, דינאסטיע, חסידות, וכו' וכו' א גוטער עקזעמפאל פון א סעלפיש פירערשאפט!
איי איי איי, וואס טוט מען מיט'ן גמרא אין מסכת עבודה זרה דף י"ז ואל תקרב אל פתח ביתה זו הרשות, ס'כאפט א פחד און א שרעק...
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
מיימון האט געשריבן:פנימי בלתי מוגה
ד. בחורים. א צרה וואס די פעדער איז צו ארעם צו שילדערן. טויזנטער אידישע יוגנטליכע דרייען זיך ארום ארים פון יעדן מענטשליכן קוואליטעט, נאקעט פון תורה ליידיג פון חכמה און פוסט פון מענטשליכע באציאונגען. קטלא קניא האט שוין געשריגן אין זיין מאניפעסטא אויף די פענצי יונגעלייט וואס גיבן זייערע קינדער א ליידיגן חינוך. אוי ווי גערעכט ער איז. אידן פון די באלבאטישסטע שטיבער, מיט די אייפאון'ס און בליצערס, לאזן זייערע בחורים אפשימלען חדשים אין ישיבה דארמיטאריס וואו די איינציגסטע אינהאלט פון טאג איז זיך דרייען ליידיג און הערן פרומע דרשות פון צייט צו צייט. זיי קומען אהיים בין הזמנים און עס כאפט א שרעק, די עלטערן אטעמען אפ ווען זיי גייען צוריק אין ישיבה, האלאו, ער איז דיין קינד און ער מאכט דיר ערגעץ בושות דארט וואו ער איז. זיי פארשטייען נישט קיין נארמאלן ענגליש, האבן קיינמאל נישט קיין נארמאלן קאנווערסעישאן מיט א מענטש אפילו א איד, דעם משגיח פאלגט מען ווייל ער קנס'עט, די שוועסטער רודפ'ט מען ווייל זי לאזט זיך, א גוי איז א חוזק אביעקט צו מאכן שפיצלעך אדער סתם צו איגנארירן ווען ער וואשט אויף אונטער די פיס. צואגעוואוינט איז מען צו צאללאזע פראטעסטן און שרייען פוי ווייל יעדער שרייט, און די אלע פארוואונדערטע מענטשן אין מאנהעטן וואס באטראכטן מיט בייז וואונדער די מאדנע פענגווינען דיסמיסט מען אלס נארישע גוים. יעצט וואס ווילסטו פון אים ער זאל טון. מען שרייט קאראונע, פון וואו זאל ער וויסן וואס דו ווילסט פון אים, וואטסאפפ האט ער נישט למען השם. אפילו קול מבשר קען ער נאר הערן בין הזמנים ווען דער פאון איז פריי. ער פארשטייט נישט וואס מיינט א גוי, פאליציי, רעגירונג, געזעצן, ארדענונג. לויפט ער אין גאס בכל עת מצוא ווי א דארפיש קינד און לויפט צו נאנטער צו באטראכטן די אביעקטן מיט די פאליצייאישע קליידער, עס קוקט אויס זייער אינטערעסאנט.
ו. שוין, סארי פאר'ן ארויסקומען אביסל דערביטערט עס איז נאר אויסצוגעבן די געפילן אביסל, נאו אפענס.
די זיסקייט פון האניג איז א משל צו די ביטערקייט פון דיין שפראך...
איך קלער אייביג נאכן ליינען א גוטער ארטיקל אדער נאכן זיך דורכשמועסן מיט איינעם מיינע גענעראלנע טענות אויפן גלאבאלן חסידישן לעבנסשטייגער, למעשה גערעדט בין איך שוין אזוי קלוג און איך ווייס שוין דאס און יענץ, אבער וואס האט מען דערפון? ס'דאך מיר נישט נוגע אויף למעשה, און צו די אלע וואס טוען עס יא איז דאך שוין גרינגער צו כאפן א שמועס אויף גריכיש...
אזוי איז עס ליידער...
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
רביה"ק זי"ע: ס'דא ווער ס'טייטשט ..."רשות"... פרענטשייז. ד.ה אז די רעגירונג אין יענע צייטן האט געגעבן פאר א פרייוועט מענטש די רעכט צו איינקאסירן טעקסעס. און זיך פיהרן ווי א רעגירונג. פארשטייצעך פאר געלט. א יחיד האט אפגעקויפט די רעכט צו נעמען טעקסעס און אנדערע רעגירונגס פונקציעס. וואס זיי האבן געקויפט די רעכטן פאר געלט. דאס זאגט די משנה (אבות) ..."אל תתודע לרשות"... דו זאלסט דיך נישט באקאנט מאכן צו די פרענטשייז. וואס איז נישט עכט קיין רעגירונג...וכו'...!