"ויהי אחרי המגפה" – ספעציעלע אויסגאבע פונעם וועקער
- קטלא קניא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 127
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 08, 2018 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 70 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 607 מאל

זעט די אויסגאבע אין PDF פארמאט, ביים סוף.
מיר האלטן נאך אינמיטן דורכלעבן א מהפיכה מיט אן א שיעור טויטע און קראנקע, פארמאכטע ישיבות, שולעס און חדרים, צוגעשלאסענע שולן, איינגעשפארטע קהילות, שטומע רבנים און רציחה'דיגע מנינים, און בלויז היסטאריע וועט אונז קענען געבן אויף דאס אלעס א ריכטיגע קוקווינקל און פערספעקטיוו. היסטאריע דערציילט נישט בלויז וואס דער עבר איז געווען, נאר דער הוה און איצטיגקייט גופא באקומען נאר א שלימות נאך היסטאריע האט זיך אפגעזאגט אירס. אז דאס איז דער מצב מיט דער הוה, איז אסאך שווערער צו רעדן פון דער עתיד. נביאות זאגן אויפן צוקונפט איז געווענליך נישט דער קליגסטער זאך, און כל שכן נאך אזא איבערקערעניש. נאר דאס איז נישט א תירוץ אויף נישט צו פריוון.
צו דעם דארף מען אבער נישט ווערן א נביא אדער א חוזה. ס'איז גענוג צו אנאליזירן וואס באווייזט זיך דא פאר אונזערע אויגן, און בלויז צו זאגן אז דער זמן און דער מצב זענען פעהיג, און אז ס'שאפט זיך אויך ביים עולם אן אוזן קשבת, אויף אן איבערקערעניש. א מהפיכה צו דעם סדר וואס טוט זיך ביי אונז איינארדענען כמעט אומגעשטערט שוין זייט דעם צווייטן קריג. אפשר זענען מהפיכה און איבערקערעניש נישט די געאייגנסטע ווערטער, און ענדערש צו זאגן אז ס'איז א פעהיגע צייט אויף א "קארעקשן" און אן אויסגלייכונג, נאך די שגיונות וואס שטערקערן זיך ביי אונז וואס מער מיט יעדן טאג, און דאס אומזינינקייט אין וואס מיר דערטרענקן זיך.
איך וועל נישט שפעקולירן וויאזוי דער לאנדשאפט וועט אויסזען ווייל דאס שמעקט זיך צופיל אן מיט נביאות. עס קען זיין אז די דינאסטיעס וועלן ווייטער אנגיין, און עס איז אפילו מסתבר אז דער רוב וועט איבערבלייבן דארט וואו זיי זענען געווען ביז איצט און וואו זיי זענען איינגעווארצלט. טויש קען טאקע זיין מיט א נייער סיסטעם, אבער ס'קען אויך זיין אז א פרישע דור וועט איבערנעמען דאס וואס איז שוין געגרונדערט. ענדערונגען מוזן אויך נישט פאסירן איבערנאכט און זיי קענען זיך ציען איבער חודשים און יארן, כאטש טויש האט בדרך כלל א חוש צו איבערראשן און כאפן מענטשן אומגעריכטעט. איין זאך בין איך נאר זיכער, אז זאכן וועלן זיך טוישן און אויף א שנעלערן אופן.
מיט טויש מיין איך נישט או.טי.די און אפפארן, ווייל די איראניע איז אז ס'איז היינט פיל לייכטער ארויס צו גיין איגאנצן ווי איידער זיך אפשאקלען למחצה ולשליש ול'דריי פערטל. דער איין איינציגער טויש אין וואס מיר נייטיגן זיך דאס וויכטיגסטער, איז צו קענען לעבן א אידישע, אדער אפילו א חסיד'ישע, לעבן, און נאך מער צו קענען אויפציען די קינדער, לויט דעם אייגענעם שכל און וואונטש. וואס מיר דארפן איז א מאסן אפשאקלונג פון דיא קייטן און קאנטראלע פון אונזער פארדארבענער פירערשאפט וואס זוכט אויף אונז וואס מער צו געוועלטיגן. און אט אזא סארט ישועה איז צו דערווארטן אין די חודשים און יארן וואס קומען נאך דער מגיפה.
עס זענען דא טויזנטער בחורים און מיידלעך, יונגע פרויען און יונגעלייט - און אויך נישט אזוי יונג - וואס דרייען זיך ארום פארצווייפלט און אומעטיג. אינגאנצן ארויס ווילן זיי נישט גיין, נישט נאר צוליב פחד אדער משפחה פארבינדונגען, נאר אויך ווייל ס'איז זיי אלגעמיין ביי אונז גוט. מיר האבן אין אונזערע געזעלשאפטן גאר אסאך פאזיטיווע אספעקטן, ווי א ווארעמע, פיל־פארביגע קולטור, לעבעדיגע באציונגען צווישן מענטשן, לעכטיגע שבתים און ימים־טובים, אסאך סאציאלע הילף און, בכלל, מן הסתם ביי רוב, וויל זיך בלייבן אידיש.
נאר פונדעסטוועגן זענען צופיל ביי אונז אויך שטארק אומצופרידן. איינער איבער די באגרעניצטע מעגליכקייטן פאר בילדונד, זעלבסט־ענטוויקלונג און פארדינען, ביי אן אנדערן איבער דער פארשקלאפונג ארום טעכנאלאגיע און קליידונג, דעם שטערט קארופציע פון געלטער און שטעלעס, און ביי יענעם פלאצט זיין אדער איר קאפ פון דער שמאל־קעפיקייט און אנטי־שכל און אינטעלעקטואליזם וואס הערשט ביי אונז אין כמעט יעדן צווייג פון אונזער לעבן. און גאר אסאך עסן זיך אויף ווייל זיי דארפן זיך צוקוקן ווי זיי ברענגען אויף קינדער וואס זיי האבן ליב און ווילן פאר זיי דאס בעסטער, אין א סיסטעם אין וואס זיי גלייבן נישט, וואס פארנארישט די קינדער און ערוואקסענע, און איז מאבד בידים גאנצע דורות פון טאלאנט און כשרונות.
די אירע זוכן א וועג ארויס און די ליידן בעיקר ווייל ס'איז נישטא פאר זיי צופיל פלעצער וואו צו גיין. טאנצן מיט שיקסעס איז גאר לייכט, פון אידישע מיידלעך איז אויך נישט דא א מאנגל, און מיט ברעסלאווער קען מען האפקן יומם ולילה. נאר רעדן שכל און עוסק זיין אין דברים של טעם, תנ"ך נישט חומש מיט אור החיים הק', היסטאריע נישט ידענות, טעאלאגיע נישט אמונה, נאטור נישט נפלאות הבורא, קריטיק נישט סיפורי צדיקים, וויסנשאפט און דענקעריי נישט פרנסה און עסקנות, צו דעם איז פיל שווערער און מער קאמפליצירט. זיי זוכן נישט צו ווידערשפעניגן אין זייער באשעפער און אין זיין תורה, נאר זיי ווילן פטור ווערן פון א פירערשאפט וואס פעלטשט אין זיי מיום הוולדם.
און פאר די קען מען האפן אז ס'ווארטן בעסערע זמנים. זיי דארפן נישט א רעוואלוציע זיך צו פארברייטערן זייערע גרעניצן נאר בלויז א קריטישע מאסע פון מענטשן און אויך א שטופ. און פאר זיי וועט דער איצטיגער קריזיס האפנטליך ענדליך דערלאנגען דעם שטויס אויף וואס זיי ווארטן און וואס איז צו האפן וועט איבערקערן תבל ומלואה.
אט דא שטעל איך אויס די סיבות פארוואס מיר האבן היינט א זעלטענער שעת הכושר וואס ס'קומט אזוינס אפשר אחת לששים או לשבעים שנה, און וואס איז אינגאנצן אונזער אויף אויסצונוצן אדער חלילה צו פארשפילן.
1. דין וחשבון איבער דער וועלט
נאך דער איצטיגער קריזיס וועט אריבערגיין וועט זיך טון איבער דער וועלט א קלעטערניש צו דין וחשבון. אזוי וועט זיין אין כינע אליין וואו ס'האט זיך אלעס אנגעהויבן און ס'איז געווען די אתחלתא דפרענותא (כאטש זיי נוצן שוין און וועלן אוודאי נאך מער נוצן טעראר דאס צו אונטערדריקן), און אזוי וועט אויך זיין אין דער וועלט וואו מען וועט דן זיין כינע'ס ראלע דערין, אירע שקרים און וואס זי האט פון יעדן פארהוילן. מען וועט אבער אויך אפירנעמען אין אמעריקע און אין אייראפע און אין אנדערע לענדער די פאליטישע פירער און די סייענטיסטן, וואס זיי האבן געדארפט טון און נישט געטון, און וואס זיי האבן געטון אבער צו שפעט. מען וועט ציילן די טויטע און פרעגן, וואס האט מען געוואוסט און ווען, ווער האט געווארנט, וועם האט מען איגנארירט און ווער. מען וועט שטעלן שאלות, ברענגען דאקומענטן, איבערשפילן קליפס, אנקלאגן אין געריכטן, און פארלאנגען ענטפערס. מען זען שוין איצט די התחלה דערפון כאטש אויף דערווייל איז מען נאך פארטון מיט דער מגיפה אליין. אז מען וועט האלטן נאך דער מגיפה וועט דאס געפילדער און געשריי בלויז העכער און שטערקער ווערן.
ביי אונז וועט נישט זיין אנדערש. מיר האבן ליב זיך איינצורעדן אז מיר שטיין העכער אדער אין א זייט פון דער שטראם פון דער וועלט, אבער פאקטיש באווייזט זיך אז מיר זענען בלויז הינטערשטעליג. סוף סוך קומט טויש צו אונז אויך. אין באציאונג צו קינדער, צו מענטאלע קראנקייטן, טעכנאלאגיע, צי בסתר צי בגלוי, קליידונג, עסנווארג, מיר קומען איבעראל אן. טאקע שפעטער און טאקע אויך אויף אונזער נוסח, אבער צום סוף באזעצן מיר דער זעלבער וועלט און אונז נאשן דערפון נישט ווייניגער ווי א צווייטער.
אז די וועלט וועט פארלאנגען ענטפערס וועלן אונז אויך פארלאנגען. אמת, אז אויף דער וועלט הילכט שוין שטענדיג דער מושג פון דין וחשבון און "אקאונטעביליטי", וואס ביי אונז הערט מען ווייניג דערפון, נאר דאס האט אויך א סיבה. בדרך כלל האבן מיר למעשה נישט צופיל אויף וואס צו פארלאנגען ביי אונזערע פירער א דין וחשבון ווייל זייער מאכט איז שטארק באגרעניצט. אויסער חינוך פון די קינדער און א פלאץ אין שול – וואס איז טאקע מער ווי גענוג - האבן זיי איבער אונז א שוואכע שליטה, אויסער אז מען איז ביי זיי אן אנגעשטעלטער. זיי קענען נישט פארלאנגען שטייערן, זיי פירן נישט שפיטעלער, זיי זענען נישט קובע באנק רבית, זיי פאררעכטן נישט שאסייען, און זיי האבן אוודאי נישט קיין מאכט צו ארעסטירן, אויסטיילן קנסות אדער צונעמען א פאספארט. זייער כוח איז בדרך כלל באגרעניצט צו די כותלי ביהמ"ד און אין ענינים וואס שאפן זיך צווישן אונזערע אייגענע באשאפענע און פיגוראטיווע געטאו מויערן. און אויף דיא אינערליכע סארט פראבלעמען, וואס אין רוב פעלער זענען אוינקאל צו אונזערע קהילות, זענען זיי בעלנים אויך צו לעזן מיט אינערליכע און היימישע מיטלען.
דא אבער מיטאמאל האט זיך געמאט א מצב וואס זייערע החלטות, שווייגעניש און אומטועניש האט געהאט א דירעקטע השפעה אויף לעבן און אויף טויט. פירן טיש אויף פורים, מסדר קידושין זיין ביי אנשטעקעדיגע חתונות, שווייגן איבער אומלעגאלע אדער אומ'שכל'דיגע איינזאמלונגען, פארלאנגען אז ישיבות און חדרים מוזן בלייבן אפן, זיך טובל'ן אין מקווה און ווייטער האלטן מנינים זענען אלע געווען א גורם און געהאט א השפעה אויף דער טויט פון גזמאות פון מענטשן. ווער און וואס און וויפל וועט מען זיך דינגען, אבער די קשיות און טענות וואס מען וועט הערן און לייענען איבעראל, וועלן אנגיין אויך ביי אונז. דאס אליין איז גענוג אויף אונטערצוברענגען א סיסטעם. קשיות, באשולדיגונגען, קיטרוגים ווי אויך די אומעטיגע תשובות, האלבע ליגנטס און דורכזיכטיגע שקרים וועלן זיך איינפלאנצן אין קאפ און בליען. און וואס מער קשיות איז אלס מער געזונטער צו געפינען אייגענע תשובות און פון זיי צו נעמען אייגענע מסקנות און מאכן אייגענע החלטות.
2. אונזערע ריזיגע אבידות
אסאך מער ווי ביי אנדערע, איז ביי אונז אן קיין גוזמא אין בית אשר אין שם מת. יעדער האט אן אבידה אין זייער משפחה, צווישן זייערע קרובים, ביי שכינים, אין זייער שול אדער צווישן באקאנטע. כמעט טויזנט מענשטן זענען ביי אונז אומגעקומען וואס רוב פון זיי וואלט מען געקענט פארמיידן.
אין דעם פסוק פאר כי אין בית אשר אין שם מת, שטייט ותהי צעקה גדולה, און צוליב דעם אליין וועט דער געפילדער ביי אונז זיין פיל העכער. דאס געשריי וועט ארויפגיין עד לב השמים. קול דמי אחיך צועקים אליך מן האדמה איז דא נישט קיין מליצה. מענטשן וואס האבן פארלוירן וועלן שרייען, און ה' נתן וה' לקח וועט זיי נישט שטיל מאכן. זיי וועלן זעען - ווייל מ'וועט עס איבערשפילן און ווייזן די דאקומענטן נאכאמאל און נאכאמאל - דאס פארדארבנקייט פון אונזער פירערשאפט וואס האט געציטערט איבער זייער מאכט און שטעלעס מער ווי דאס לעבן פון זייערע נאכפאלגער. דיקטאטארן האבן מורא פאר א מארד און אונזערע זענען נישט אנדערש. כינע, רוסלאנד, וואנאבי דיקטאטארן בכל מקום שהם און אפילו דעמאקראטישע לענדער האבן געזוכט צו באהאלטן און אויסצונארן זייערע פעלקער, און אונזערע פירערס שטייען גארנישט בעסער. און אז אנדערע זענען געווען פארנאכלעסיגט און נישט געוואלט זעען און טון, זענען אונזערע פירער ביי דעם פונקט אזוי שולדיג.
צו דאס אלעס מוז מען צולייגן דער חילול השם און פראסטער טיפשות פון נוצן תורה מגני ומצלי ווען אן אנדרלמוסיא בא לעולם והורגת טובים ורעים אן קיין אינטערשיט. וועט איינעם איינפאלן אנצוכאפן א גמרא און אריבערגיין א שאסיי וואו ס'פארן אויטאס אויף זעכציג מייל א שעה ווייל די תורה וועט באשיצן? בלויז דער וואס פארשטייט נישט צו דער א' ב' פון פאטאגענען וועט פרואוון מאכן חילוקים. אבער אזוי האט ביי אונז פאסירט.
אז איר גלייבט נישט, קוקט אייך אום ביי די וואס האבן געהאט שכל און זיך פרי אוועקעשפארט און קיינעם צו זיך נישט צוגעלאזט און זעעט ווי זיי לעבן א מחיה. און שפעטער זעעט די מודעות פון די נפטרים, בלעטער אויף בלעטער, פון אלט און יונג, מענער און פרויען, וואס וואלטן געקענט זיין מיט אונז נאר זייערע באליבטע קלאגן נאך זיי. דאס וויינען וועט נישט געדויערן אויף לאנג און נאכדעם וועט קומען א כעס. א כעס אויף די וואס זענען איבעראל די ראש המדברים אבער דא האט מען פון זיי נישט געהערט. אויף די וואס האבן א ווארט ביים עולם און דא האבן זיי געשוויגן. אויף די וואס איז בידם לעשות, וואס האבן די מאכט און נוצן עס כסדר אויס אפילו אויף געמיינע אופנים ווען עס לוינט זיי, נאר דא ווען ס'האט זיך געהאנדלט מיט אמת'ע פיקוח נפש איז תשש כוחם כנקבה.
3. אונזער סיסטעם שטייט שוין סייווי אויף הינער פיס
דער שאק צו אונזער סיסטעם האט נישט געקענט קומען אין אן ערגערע צייט, אדער בעסערע צייט, אז איר שטייט אויף דער גוטער זייט. מיר האלטן נאך בערך פופצן יאר פון דעם או.טי.די פענאמען, וואס רייסט ביי אונז שטיקער. קינדער, בחורים און מיידלעך, יונגע און אפילו מיטל יעריגע געזעגענען זיך פון אונז און לאזן איבער קינד און קייט, און פיל מאל קינדער בלשון רבים, אבי פטור צו ווערן פון דער שטיקעדיגער, פאר'עיפוש'טער אטמאספערע.
אויך האלטן מיר נאך אן ענליכע תקופה פון מחלוקת'ן און קריגערייען וואס האבן צוטיילט כמעט יעדער גרויסער חסידות און אויך פיל ליטווישע קרייזן. דאס האט פאסירט מיט ערכאות, געשלעגן, זידלערייען, מבזה זיין מיט גלייכגילטיגקייט לעבעדיגע און טויטע, אפענע, אומפארשעמטע ליגנטס אין אונזערע צייטונגען און מיט די אלע אנדערע מטעמים וואס אונזערע פירער שטעלן אונז צו אויף פארוויילונג און וואס פארעקלט יעדער בר־דעת.
ס'איז אויך פאר יעדן באקאנט דער שוידערליכער מצב פון אביוז וואס עגבערט ביי אונז, על דבר הנערים ונערות וואס מען האט געלעסטערט און פארשוועכט ואין להם מושיע. קוים וויל מען דערפון רעדן און אנערקענען זייער ווייטאג און שאנדע, און ווער רעדט נאך פון מאנען פאר זיי דין וחשבון. דין וחשבון פון די שמוציגע פארברעכער, און דין וחשבון אויך פון די פירער וואס ווייסן און האבן געוואוסט און זיי האבן זיך טויב און שטום געמאכט.
דערצו האלטן מיר אינמיטן א לאנגער קאמף מיט רעגירונגען כמעט אין יעדן ארט וואו ס'איז דא א קיבוץ פון חסידים איבער דעם חינוך פון אינגלעך און אויף עטליכע ערטער אויך פון מיידלעך. די קאמפן קאסטן געלט און ענערגיע און ווען מען פארלירט, ווי ס'מאכט זיך אויך גענוג, פארשוואכט עס ווייטער די מאכטן וואס פארלאנגען בפרט אין חינוך אבסאלוט קאנטראלע. דערצו טוט א גרויסער חלק פון דעם ציבור אפלאדירן דער רעגירונג, גאר אסאך בסתר און גענוג אויך בגלוי. אז דאס אלעס איז נישט גענוג איז דא אויך א וואקסנדיגער ציבור וועם מען נעמט נישט אן אין די מוסדות חוץ מיט תנאים וואס ווערן אלס מער משוגע און עקסטרעם. דאס אלעס פארשטערקעט נישט אונזער סיסטעם נאר, פארקערט, ס'ווייזט ווי שוואך עס איז, און ווי מיר פארכטן פון יעדער שוועבנדיגער בלעטל אז ס'קען אונז חלילה אומברענגען.
צו דיא שוואכקייטן דארף מען איצט צולייגן די מהפיכות און טוישונגען וואס וועלן קומען נאך דער ערד־ציטערניש וואס מיר לעבן איצט ביי. דאס וועט ברענגען כוואליעס און ווינטן וואס וועלן דאס אלטע אוועקבלאזן ווי רויך. כהנדוף עשן תנדף כהמס דונג מפני אש. ווי ליכט וועלן זיי אוועקטראפן ווייל ווי עס שטעלט זיך דא אויס האבן זיי נישט וואס צו פארקויפן. פון פרענטענציעס אז די סחורה אין זייער קראם איז כי הם חיינו, האבן זיי למעשה אפגע'משפ'ט די סמעטענע פון א דור למיתה. אז אמאל, יש מהם אומרים אשרי ילדותנו שלא ביישה את זקנותנו, וועט דא זיין, אלו ואלו אומרים אוי להם למנהיגנו שהרגו את זקנותנו.
און אפילו אז מען באשולדיגט קיינעם און מען האט צו זיי ווייניגער טענות, איז אויך נישט דא קיין סיבה זיי צו לויבן. וואס האבן זיי דא געטון לטובת הכלל וואס איז ראוי לשבח? וואו האבן זיי דא געוויזן זייער פירערשאפט? די אפאטיע און גלייכגילטיקייט וואס הערשט שוין סייווי ביי אונז, וועט נאר ערגער ווערן. צי אונזער סיסטעם, ווען ס'איז געקומען צו לעבן און טויט, האט זיך אויסגעשטעלט פיל ערגער אדער נישט בעסער ווי ביי אנדערע, איז כמעט אקאדעמיש. צי אזוי צי אזוי, מה לנו ולצרה הזאת? מען האט אזוי אויך גענוג טענות, איז וואס טויג אונז דאס אלעס אז ס'קען אונז סייווי נישט העלפן?
דאס וועט ברענגען א נייע דור אשר לא ידע את יוסף, וואס האט נישט געקענט און וויל נישט קענען דאס וואס איז געווען. ווען די הייליגע קומען ענדליך ארויס פון זייערע בונקערס וועלן זיי טרעפן אן אויבן־אן וואס וויל זיך צו זיי נישט בייגן, און וועלן הערן א קאר פון קדיש־זאגערס נאך מענטשן וואס זיי האבן אומגעברענגט בפשיעה. אז אדם מועד לעולם אפלו ביי א שוגג, וואס זאל מען זאגן אויף די וואס האבן געזען און געהערט און גארנישט געטון? דאס וועט מען זיי נישט מוחל זיין און דאס וועט אומברענגען זייערע שוין וואקלדיגע געביידעס.
4. פארבינדונגס טעכנאלאגיע
כאטש פארבינדונגס טעכנאלאגיע איז א גרויסער גורם פון דער פריערדיגער נקודה פארוואס די סיסטעם וואקלט זיך, איז עס אבער קובע ברכה לעצמה צוליב איר חשיבות און וויכטיקייט. טעכנאלאגיע מערט זיך און ווערט בלויז שטערקער און מעכטיגער על אפם וחמתם פון די וואס ציטערן דערפאר אימת מוות. מען קען צעברכען דער מאכט פון גוגל, צוטיילן פעיסבוק און צושפאלטן אמאזאן, אבער ס'וועט גארנישט אויסמאכן צו דער כללות'דיגע ריכטונג און קראפט פון טעכנאלאגיע. עס איז דא צו בלייבן און ווען ס'זאל אונטערגיין וועט עס מיטשלעפן מיט זיך האלב פון אונזער מאדערנער וועלט, ממילא וועלן חרדים און חסידים דערפון גארנישט פארדינען.
אונזער פירערשאפעט וויל עס טאקע נישט איינזען אבער זיי האבן אויך נישט איינגעזען בימים ההם באנען, און האנט זייגערס, און שייטלען, און ציונות, און מיידל שולעס, און יעדער זאך וואס מ'דארף דערצו אויסקוקן ווייטער ווי דער שפיץ נאז. אזוי איז עס ביי זיי, אבער דער וועלט ווארט אויף זיי נישט. דער עולם וואס וויל ארויס איז היינט קליגער, מער וויסנטליך, און מער פארבינדן, און זייער געדולד און וואס זיי זענען מוכן איבערצוטראגן פארן "צוועק", צי פאמיליע, מוסדות, חבירים און סתם אומאייגענעמישן, האט אויך א שיעור. און דער שיעור פליסט שוין פון לאנג איבער.
צו דעם מוז מען צולייגן וואס איז פאר זיי די מכת־בכורות, די מכה וואס נאכדעם קומט דער גאולה: סאציאלע מעדיע והמסתעף. צי מ'שפירט עס בשעת מעשה צי נישט, יעדער סטאטוס, וואטסאפ, טוויט, מים (meme), קליפ, וויצל, גלייכווערטל, שטעכווארט, הכל בכל קומט אן צו אן אדרעס. ויצעקו'ס אויף וואטאסאפ הערט מען אויס, קליפס קוקט מען און מען לאכט אדער מען שאקלט צו, און אלעס זאמלט זיך אן ביז ותראה היבשה, ווען ס'באווייזט זיך אויפן ווילדן ים אביסל טרוקן לאנד. אין הקב"ה נפרע עד שנתמלא סאתה, און די מאס פולט זיך ביי אונז אן שטארק און שנעל. ווען איך האב אנגעהויבן צו שרייבן האט מען כמעט נישט געוויסט קיינעמ'ס אידענטיטעט, אזוי גרויס איז געווען דער אומזיכערהייט און פחד. היינט קען מען שרייבן ליצי־לצנות אויף סטאטוסן וואס שרייען ארויס א נאמען און א נומער און ס'גייט קיינעם נישט אן.
אז אמאל ווען מ'האט געמאכט א ווערטל איז עס געווען בעל פה און ביז ס'איז ארומגעפארן פון איין מקווה צום צווייטן איז עס שוין געווען האלב אויסגעוועפט, היינט פארט עס פון איין עק וועלט צום צווייטן כות גירי קשתא. אז דער רבי גרעפעצט ביי קידוש שפעט שוין דערפון א האלבע וועלט נאך איידער ער האט געזאגט, שאו ידיכם קודש. דער גאנצער וועלט לאכט און וויינט און קאכט און זיט אין דער זעלבער מאמענט און דאס איז א מאכט מיט וואס די רבי'ס קענען זיך נישט פארמעסטן. אז ליצנות אחת דוחה מאה תוכחות, האט מען שוין פראדוצירט גענוג ליצנות אויף אפצואווישן אלע זייערע שלש־סעודות תורות, ספירת־העומר יללות און וואויען ביי חנוכה־ליכט צינדן צוזאמען.
דיא פארבינדונגס מיטלען שטיין אויך צו הילף די וואס ווילן און פארלאנגען טויש און ענדערונג אין אונזער לעבנסשטייגער ווייל זיי זעען אז זיי זענען נישט אליין. זיי קענען לייכט זיך צאמנעמען, דורכרעדן, בונטעווען, זיך מחזק זיין, ותשועה ברוב יועץ. קעגן דעם, און ווי ס'שטעלט זיך איצט שטארק אויס, האט אונזער פירערשאפט דערצו נישט קיין פאסיגער ענטפער. בשעת ווען זום און יו־טיוב און וואטסאפ פארפלייצן כלל ישראל מיט דיגיטאלע דברי תורה, שבת בלעטער, און שיעורים, און אין אנדערע קרייזן זענען שולעס און ישיבות לעבעדיג מיט קלאסן, שרייען די אנאלאגישע רבנים און מנהיגים אז טעכנאלאגיע איז ערגער ווי די מגיפה וואס ברענגט אום אומצאליגע קרבנות. און זייערע קינדער דרייען זיך ארום ליידיג. איז גייט זייט זיי מסביר אז די מגיפה פארשטערקערט טעכנאלאגיע הונדערט־פאכיג און אז ס'שטייט גרייט אויך זיי צו פארפלייצן.
5. שולן און מוסדות זענען פארשלאסן און דער עולם באקומט א טעם פון פרייהייט
שולן זענען אונזער צענטארלע 'האב' (hub) און עס איז אינגאצן פרעצעדענטלאז אז זיי זאלן זיין פארמאכט, אין יוצא ואין בא אויף אזא לאנגער תקופה. אין שול איז וואו מיר פארברענגען דריי מאל א טאג, וואו רוב פון אונז טרעפן זיך מיט אונזערע חבירים, וואו מען טאנצט און מען וויינט, וואו מען בעט און מען שפעט, וואו מען אנאליזירט און שפעקולירט, וואו מ'האט די ערשטע קאווע נאך מודה אני און מ'קרעמלט נאך מעריב, וואו מיר מאכן געשעפטלעך, קויפן איין נייעס, זאפן זיך אן מיט לשון הרע'ס, לויבן און רייסן אראפ, און אמאל דאוונט מען דארט אויך. דאס אלעס איז איצט אויס.
דאס שטיבל איז אויך פאר א גרויסער חלק פון אונזערע קרייזן וואו מען געהערט. וואו מען "בילאנג'ט". זאגט ארויס הויך די ווארט און טראכט די פירוש המילות פון "בילאנג". אז דארט באלאנגט מען מיינט עס אז מיר געהערן צו זיי און זיי זענען אונזער בעל־הבית. זיי דארפן נישט האבן בפירוש'ע אויסגעשריבענע תקנות ווייל יעדער קען דער 'קאוד' אין הארצן. איינגעזאפט ביים חדר־רבינ'ס שטעקן, געשלינגען מיטן הטפת מרה פון דעם מגיד שיעור און איינגעקריצט דורך דעם רבינ'ס פאקנייטשטן שטערן.
אין שול איז אויך די היערארכיע פון אונזער עסטאבלישמענט, אונזערע פרנסים און טובי העיר. דארט איז דער מזרח־וואנט, דער שישי, דער שיינער איד, דאס טלית בייטל פון בהמה פעל, דארט באווייזט מען זיך מיט סטראקעס און דיקע גארטלעך, דארט שוויצט דער נגיד מיט טייערע עליות, דארט דאווענט מען לאנגע שמונה עשרה'ס און דארט וואויעט מען ביי והאר עינינו. אלעס פאסירט דארט און אלעס איז איצט נישטא.
עס איז טאקע אויף נישט מער ווי אפאר וואכן, און אפילו צוויי חודשים איז אויך נישט א לאנגע צייט. אבער ס'איז דער גאנצער ציבור. ס'איז נישט א יחיד וואס איז אוועקגעפארן אדער האט דערצו נישט געהאט קיין נערווען, נאר אלעס האט זיך אפגעשטעלט און אלע האבן געלעבט א אידיש לעבן אן די אלע קאפ־פארדרייענישן. איצט זעען זיי אז זיי האבן געדאוונט אויף זייער גאס אדער ביחידות און זיי האבן גארנישט פארפעלט. דער חסיד'ישער 'פאָומאָו' (fomo) פונקציאנירט נישט אין די צייטן און מ'איז געבליבן לעבן. די אלע פחדים איבער מוסדות עגזיסטירן אויך נישט ווייל אז ס'איז נישטא חדר און שולע, איז נישט דא פון וואו ארויסצואווארפן און קיין פלאץ וואו לא נתקבל צו ווערן.
דאס גייט אן נישט נאר אין שול. דאס גאנצע רעדל פון אונזער לעבנסשטייגער וואס הערט קיינמאל נישט אויף זיך דרייען און ראשן און טומעלן האט זיך דא איצט מיטאמאל אפגעשטעלט. נישט בר־מצוות, נישט וואָרטן, נישט תנאימ'ס, נישט חתונות, נישט זכרים, ברית'ן, קידושים, פדיון הבנ'ס, יארצייט־סעודות, טישן. גארנישט.
און מער ווי אלעס, לאזט עס אויך איבער א פאר טייערע איבעריגע מינוטן אויף צו טראכטן. מיר באקומען א זעלטענער געלעגנהייט אויף שטיינצובלייבן זיך צוצוקוקן אויף דער וועלט אין וואס מיר לעבן. די יונגעלייט וואס איך האב געזען שבת און יום טוב אז זיי האבן נישט אנגעטון די ווייסע שטרימפ זענען עדות אויף וויפל פון אונזער לעבן איז גענייט. נישט פאר יעדן זעט איצט אויס אז מען האט פארלוירן דער שיינער בילד וואס האט זיך געדאכט אז מען האט פארמאגט. מען באמערקט אויך וואס ס'האט געפעלט און וויאזוי ס'קען זיי אנדערש. ממילא וועט נישט יעדער וועלן צוריקלויפן דערצו מיט אפענע ארעם.
ווען דאס איז פאריבער וועלן אוודאי זיין אזוינע וואס האבן אויסגעקוקט בכליון עינים צוריק צו גיין צו זייער שטיבל און ווען מען וועט עס ווידער אויפשליסן, וועלן זיי פרעגן, אל הנער הזה התפללתי? צו דעם טאקע האב איך מיך אזוי געבענקט? מענטשן וועלן האבן געזען אז מ'קען דאווענען ערגעץ אנדערש, און מיט אנדערע אידן, די שכינים זענען אויך איינגענעמענע מענטשן, און דאס לעבן גייט אן אפילו אן דאס געיעג און געשפאנטקייט פונעם שטיבל. מ'וועט צוריקקומען נאך האבן טועם געווען אן אלטערנאטיוו, און נישט יעדן וועט זיך שמעקן וואס זיי וועלן דארט געפינען.
6. דער אמת'ער שטאף פון אונזער פירערשאפט האט זיך פאר אונז באוויזן
מער פון אלעס האט דער קריזיס אויפגעדעקט דעם אמת'ן פנים פון אונזער פירערשאפט. פאר די וואס האבן עס נישט געזען ביז היינט, איז עס פאר זיי מער נישט פארהוילן. און די וואס זאגן עס שוין יארן, האבן אויך קיינמאל נישט געהאט אזא קלארן בילד. אשר יגורנו בא אלינו.
וויבאלד די טענות זענען גוט באקאנט, איז כדאי אויף א רגע צו באטראכטן די תירוצים. די פאליטיקאנטן זענען נישט געווען בעסער, די רבי'ס און גדולים זענען נישט דאקטורים און מעדיצינישע מומחים, די עסקנים האבן נאר באגרעניצטע מאכט, א סך האבן יא געטון און נאך תירוצים מתירוצים שונים. איך בין דא נישט אויסן צו אויספארשטן יעדן תירוץ און איך קען באשטיין אז ס'ליגט אביסל אמת אין וואס זיי זאגן. דאס ענדערט אבער נישט דאס אלגעמיינער בילד.
די ערשטע וואס האבן באמערקט אז דא הערשט א מגפה זענען געווען דאקטורים, און בפרט לי ווענליאנג, דער וואוהאן דאקטאר וועם כינע האט ארעסטירט, און וואס האט זיך באמת מוסר נפש געווען צו ראטעווען מענשטן, און מענטשהייט, ווען ער איז אין א קורצער צייט שפעטער געשטארבן פון קאוויד-19. ערשט שפעטער האבן זיך די פאליטיקאנטן מיטגעכאפט און געמאכט, און מאכן נאך אלץ, דעם אנשטעל אז זיי האבן געטון און טון אלעס וואס זיי קענען. אזוי איז אויך געווען אין אייראפע און אין אמעריקע און אין אנדערע פלעצער וואו די מגיפה איז געקומען צו גאסט. ערשט האבן די וויסנשאפטלערס געשריגן חי וקים אז ס'קומט א מגיפה, און נאכדעם ווען מענטשן האבן אנגעהויבן צו שטארבן און די באפעלקערונגען האבן געשריגן, האט מען זיך גענומען דערצו ערנסט. איינער מער, איינער ווייניגער, איינער מער ארנטליך און אנדערע מיט מער שקרים, אבער דאס איז ווי ס'האט זיך אלגעמיין אנטוויקלט.
איצט אז מיר ברענגען אריין אונזערע פירער, לאמיר פעסטשטעלן איין זאך. די אלע באבע מעשות פון דעת תורה, חכמת התורה, רוח הקודש, אור הגנוז, זכות אבות, א באזונדערע סייעתא דשמיא איז לגבי וואס האט איצט פאסירט אלעס הבל וריק. זיי האבן נישט געוואוסט און ווייסן נאכאלץ נישט גארנישט מער ווי א צווייטער, און על פי רוב אסאך אסאך ווייניגער. אויף דעם ונהפוכ'דיגן פורים ווען פון לעבעדיג זענען געווארן טויטע, זענען זיי געווען עד דלא ידע און ערגער מרישא ועד גמירא. אז ס'זענען פארהאן ראנגען וואו פון אויבן זענען די וויסנשאפטלערס מיט זייערע ספעציעלער מומחה'שאפט, און אונטער זיי די פאליטיקאנטן וואס געווענליך האבן זיי כאטש עפעס אן אלגעמיינער בילדונג, שטיין אונזערע מנהיגים גאנץ פון אונטן.
די רבי'ס, גדולים, משפיעים, דרשנים, רבנים, מוצ"ן און סתם תלמידי חכמים, אפילו אז זיי קענען בעל פה אלע תוספות'ן אין בכורות און יעדער רא"ש אין מנחות, ווייסן זיי נאכאלץ אבסאלוט גארנישט פון דער מעדיצינישע און ביאלאגישע וועלט. זיי פארשטיין נישט וויאזוי גערמעס ווידמען און פארשפרייטן זיך, זיי ווייסן נישט בחייכון פון היילונגען און פארמיידונגען, און אין א סך פעלער זענען זיי נישט באקאנט אפילו אין פשוט'ע כללים פון הייגינע. מיר קענען שטעלן אין א זייט צי אין דעם פאל זענען זיי געווען ערגער ווי אנדערע, ווייל לכולי עלמא זענען זיי גארנישט בעסער. זיי האבן גארנישט מער פאראויסגעזעען, זיי האבן איצט גארנישט מער צו זאגן, און למעשה זענען זיי על פי רוב היפש הינטערשטעליג. ממילא איז שוין געקומען דער צייט מודה צו זיין אפיציעל און זאגן הויך, אז אום בעסטן קומט פאר אונזערע מנהיגים כבוד בין כותלי ביהמ"ד, אבער צו אנדערע זאכן האבן זיי נישט קיין שום ערך.
עס ענדיגט זיך אבער נישט ביי דעם. ווען די חסרון אין זייער פירערשאפט איז בלויז דאס אז זיי האבן נישט פאראויסגעזעען, דיינו. און ווען די חסרון אין פירערשאפט איז וויאזוי זיי האבן רעאגירט ווען יעדער האט שוין געוואוסט און פארשטאנען אז דא הערשט א מגיפה, און דאך האבן זיי נאך געדארפט אז מ'זאל זיי רופן פון דעם קיסר'ס פאלאץ און דעם ווייסן הויז און זיי דערציילן וואס יעדער תינוק בן־יומו האט שוין דעמאלסט געוואוסט, איז אויך דיינו. די גרעסטע חסרון אין זייער פירערשאפט איז אין זייער התנהגות נאך ווען יעדער האט שוין געוואוסט, ווען אלע האבן שוין געזעען, ווען מען איז שוין געשטארבן, און נישט סתם געשטארבן, און נאכאלץ, די גדולים איננו. רבנים זענען נישט דא. דיינים זענען נישט בנמצא, און עסקנים זענען א יקר המציאות.
מקוואות א מחיה, מנינים פאר יעדער נוסח און יעדען זייגער, געשעפטן בלייבן אפן, בפרהסיא, בצנעא, בהבלעה, כלאחר יד און מיט אלע אונזערע חכמה'לעך, נאר דא שטארבט מען אויך, און פון די פירער הערט זיך נישט קיין פיפס. נישט אפשר שטארבט מען, נישט ספק, נישט קען זיין, נישט איבערמארגן, נאר מען שטארבט יעדן טאג, בנערינו ובזקנינו, אויף יעדער גאס, אין יעדער משפחה, אין אלע שטעט. דעם המון עמ'ס דאגה איז מנינים און מקוואות, אלפים קע"ה אויף א לוויה, און פון די רבי'ס, גארנישט. אז א רבי'צן ווערט קראנק מאכן זיי געוואלדעס, אבער אויסער דעם קיין מוק נישט.
מ'זעט נישט זיי זאלן ווייזן א פערזענליכער ביישפיל ווי ר' ישראל סאלאנטער, מ'הערט זיי נישט אויסשרייען קעגן די וואס שטעלן איין לעבנס און אויף דער חילול שם שמים פון אונזער התנהגות, זיי לערנען נישט אויס את הדרך אשר ילכו בה ואת המעשה אשר יעשון, זיי בעטן נישט אכטונג צו געבן אויף עלטערע מענטשן. גארנישט. און אויף מחזק צו זיין צובראכענע, פארזארגטע הערצער? האט איר צוויי מאל גארנישט.
דיינים און רבנים אין זייערע שבת הגדול דרשות, כלומר די וואס ס'האט געפאסט עפעס צו רעקארדירן, האבן טאקע דערמאנט קולות "פאר די פרויען" אבער וואס איז מיט עפעס למעשה? זאגן פאר די טייערע מענער, זייט מוחל בלייבט אינדערהיים און דאווענט נישט בציבור און גייט נישט אין מקווה? אדער גייט נישט צום טאטן אדער דעם שווער אויפן סדר? אדער ווייזן אביסל עמפאיטע און צייגן פאר מענטשן אז זיי זענען זיך באמת משתתף בצערן של ישראל? וואו איז דאס אלעס געווען? דאס שטייט נישט אין שולחן ערוך, דער פרי מגדים צייכנט גארנישט צו, דער תרומת הדשן ברענגט קיינעם נישט אראפ, און דערפאר פאלט עס זיי ניטאמאל איין. חוץ אז ס'דאכט זיך זיי אז עמעצער וויל ביי זיי צונעמען א שישי, איז זייער קאפ בלויז אויף תורה. פרויענישע פארעמס קענען זיי בדיעבד אויסמעסטן, אין דער שיעור פון דאס הויך פון פערשטן אויף שיך זענען זיי צופעליג בקי לויטן חזו"א און הגרא"ח נאה, זיי האבן מהיכי תיתי א מיינונג איבער דער פארב אויף ליפן, און אין טעלעפאנען און פילטערס זענען זיי דרך אגב אויסגעצייכנטע מומחים, אבער ווען ס'קומט צו לעבן און טויט, נו, גויים שטארבן אויך, איז וואס קערט זיך עס אן צו זיי?
וועל איך אייך דערציילן א חידוש. ווייסט איר וואס קערט זיך אן אין אייך? דאס אז דער עולם נמאס'ט זיך אין אייך און אין אייערע שליחא דרחמנא. יש שליח לדבר עבירה און די זענען אייערע עסקנים און מלאכי חבלה וואס איר האט צו אלע אייערע שטותים, נאר נישט איצט. על מי נטשתם הצאן? איר האט זיך כמעט אלע איינגעשפארט און זיך באהאלטן, און וויבאלד קיין טישן און קוויטלעך זענען נישטא, זענט איר נעלם געווארן. איז איצט ווארטס אויס. ווען איר וועט זיך דערמאנען ארויסצוקומען, וועט איר שוין זעען ווער ווערט פון וועם נעלם.
מיר פארברענגען אינדערהיים און הערן טאג־טעגליכער שוידערליכער בשורות און אויגן מאכן זיך אויף. די געוויינען פון אלמנות און יתומים, קרעכצן פון אפגעזאגטע ארבעטורער, זארגן פון ביזנעס אייגנטימערס, דאס אלעס וועט מען אפוועגן קעגן דאס שטיל שווייגעניש פון די פירער אפילו נאך מען האט שוין אלעס געוואוסט. מען וועט זען אז נישט בלויז א קאפ פעלט זיי נאר אויך א הארץ. די זעלבע וואס האבן זיך אויסגפיינט מיט זייער קילקייט צו קענן זאגן אין זייערע דרשות, בלאקבערי מיטן שם המפורש און אייפאון און אינטערנעט במילואם, קומט נעבעך אן צו שווער ארויסצוזאגן דאס ווארט קאראנאווירוס. זייער זשארגאן פון ענינים, און השפעות, און ברכות, און אורות, און קרן התורה וישראל, דאס גיסט זיך ביי זיי, נאר א ווארט פון חיזוק אדער פראקטישע הדרכה, דאס איז שוין צו וואכעדיג. פאר זיי איז עס ווי פליען אין עקאנאנמיע קלאס, אדער היינט צוטאג גאר ווי פארן אויף א צייט־געפלאנטער פלוג. ער איז דאך א רבי, רבונו של עולם, איז ווי קען ער דערמאנען אזוינע וואכעדיגע, פראסטע ווערטער וואס מ'שמועסט דערפון אויף וואטסאפ?
לאמיר אויך דאס פארגלייכן צו זייער אויפפירעכץ פאר זיך. דער זעלבער רבי וואס האט באלד ביים אנהייב, אויף שבת נאך פורים, געטאנצט מיט חתנים מיט א גארטל כדי זיי נישט אנצוכאפן ביי די הענט, האט יענעם שבת, און אויך בעצם המגיפה אין שביעי של פסח, געפירט טיש פאר הונדערטע מענטשן. ביי דעם זעלבן רבי'ן וואס האט געהייסן אפן לאזן מוסדות, האט מען מיט א פאר טעג שפעטער געזען בילדער ווי אין זיין ביתו נאוה קודש רייניגט מען אין ווייסע פארזיכערונג קליידונג, נאך ער האט געהאט א חשד (און ווי ס'האט זיך אויפגעוויזן) אז די מגפה האט אויף זיין פאלאץ נישט איבערגעהיפעט.
זייער קרדום לחפור בה האט אויפגעגראבן אומצאליגע קברים און די קולות פון דיא קברים און דער זיענדע בלוט וועט דאס מאל נישט שווייגן און וועט איבערקערן א וועלט. אונז האבן שוין אלע געהערט די דערציילונגען און די הנהגה פון די רבי'ס ביים צווייטן קריג, און איצט האט זיך עס איבערגע'חזר'ט לעיני כל ישראל. מיר האבן עס אליין געזען און מיר וועלן אויף זיי טייטלען, אתם המיתם את עם ה'. דער נעכטיגער נס הצלה און נישט־אפגשוירענער בארד אויפן חשבון פון אנדערע, איז דער היינטיגער רוצח וואס האט נישט פארפעלט א מקווה און א מנין. אך את דמכם למקוותיכם ומניניכם אדרוש.
אונזערע קהילות וועלן שרייען נישט פאר נקמה נאר פאר א תיקון. די סיסטעם וואס האט דאס צוגעלאזט טאר למען השם נישט אנגיין. און טאמער יא, וועלן מענטשן זיך אפשאקלען דערפון און באקומען דער קוראז צו זאגן - און ענדליך אויך צו טון - אין לי ולילדי חלק עמהם. אונז ווילן פאר אונזערע קינדער און זיך עפעס בעסער און שענער. א אידישקייט וואס שוינט און ראטעוועט, נישט וואס קרוינט און זשאלעוועט קארופטירטע און פארדארבענע מנהיגים און זייערע משפחות.
7. חינוך
צום לעצט קומען מיר צו איינס פון די גרעסטע סיבות פארוואס דאס מאל איז באמת אנדערש און פארוואס מיר מוזן ערווארטן אן ענדערונג ווייל ווייטער קען אזוי נישט אנגיין. און דא מוזן מיר אויך קוקן אויף דעם המון עם. רעדן און שימפן אויף די רבי'ס און גדולים איז גאנץ לייכט ווען פרישע מעטיריאל שאפט זיך קעגן זיי חדשים לבקרים. דער איצטיגער קריזיס האט אבער ליידער אויפגעוויזן מער ווי אלעס דאס פנים פון דעם המון. נישט יעדער, און איך גלייב אפילו נישט א רוב, אבער דאך א היפשער מיעוט הניכר, און צו דעם אויך א רוב וואס האט מורא זיך אויפצומאכן דאס מויל.
עס טוט וויי צו זאגן אבער דא ווייזט זיך אויף אז מיר האבן ערצויגן אן אונטערקלאס פון חיות רעות וועם קיינער קען נישט קאנטראלירן. אונזער גאנצע סיסטעם איז אוועקגעשטעלט אויף פראדוצירן קלאָונס אין ווייסע העמדער און וועסטלעך פאר מענער, און פארעמלאזע קליידער פאר פרויען, אבער אן קיין שום שייכות צו מאראלן, צו עטיקס און צו פשוט'ע מענטשליכקייט. פרעגט נישט מי ילד לנו את אלו ווייל זיי זענען אונזערע. בלויז קען מען זאגן, ארור שזה גדלם.
אין פאל אז מען דארף דאס איבערזאגן, מיר לעבן איצט אין א קריזיס וואס באנעמט יעדעם איינעם, און וואס אפקעטירט יעדעם איינעם, און פארדעם האט מען געמאכט געזעצן וואס גייען אן פאר יעדעם איינעם. קומען אבער אונזער חברה אז אונז מיינט עס נישט. פארוואס, דארף מען נישט פרעגן, ווייל אונז זענען אתה בחרתנו. מ'ווערט ביי אונז אנגעשטעקט, מ'קרענקט ביי אונז, מ'שטארבט ביי אונז, און נאך ווי, אבער דאך נישט אונז מיינט דער פסוק. פאר מנינים איז דא א היתר, אויף מקוואות, אן ענין, אפן צו האלטן געוועלבן, א פאטענעט, זיך שטופן אין געשעפטן, אן עצה. און שטארבן? מהיכי תיתי, פון דעם אויך אביסל, און אמאל א היפש ביסל אויך.
זייט מסביר פאר מענטשן וואס דאס איז א ווירוס, וויאזוי עס ווערט געבוירן און אז עס צושפרייט זיך ווי א פייער צווישן דערנער און איר רעדט צו א לאמפ. היינט פארט מיר אדורך א בחור אויף א ביציקל און ווען איך האב מיך צוריקגעריקט, לאכט ער מיר אין פנים, "איך האב נישט מורא". ער איז טאקע קוים בר־מצווה אבער ערוואקסענע זענען נישט אנדערש. אין חדר האט מען פון דעם נישט געלערנט, און אין זייערע חדרים און שולן האבן זיי נישט געזען, און אסאך מאל אויך נישט אינדערהיים, די וויכטיקייט פון הייגינע.
פארמיידן און מניעות שפילן אויך ביי אונז א פינפטן פידל צו סירענעס און טראסקעס פון אן עקסידענט. אויף צו פארמיידן דארף מען יישוב הדעת, רוהיגקייט און שכל, נישט טומעל, לויפן, קלונגעדיגע שליסלעך און שרייען וואס מיר האבן אזוי ליב. און ערגער פון אלעס, האבן מיר פארגעסן וואס דאס איז צו לעבן אין א ברייטערע געזעלשאפט און נושא בעול זיין מיט אנדערע. א גאנצע מדינה ליידט, גאנצע שכינות'ן זענען אפגעשלאסן אבער ביי אונז טומעלט. און די סיבה איז פשוט ווייל מיר האבן דער מעגליכקייט. ווען דער רבי גייט ארויס פון כיתה שפרינגט מען און טאנצט מען, און אזוי פירט זיך ביי אונז אפ אונזער לעבן.
קומט מען שרייען, און וואס איז ביי אנדערע? און סופערמארקעטס מעגן און שולן נישט? ראשית כל, וואס טוט זיך ביי אנדערע איז פאר אונז נישט קיין תירוץ בפרט ווען מיר רעדן צווישן זיך. ווייזט מיר אויך ביי אנדערע וואס אלע געמיינדעס בכל מקום שהם באנעמען זיך דער זעלבער. פון מעלבארן, דורך ניו־יארק און לאנדאן, ביז די קדשי קדשים פון ירושלים און בני ברק, איז דאס בילד דער זעלבער. מנינים, מקואות, לוויות, מ'פאלגט נישט, מ'קליגט זיך, מ'געפינט היתירים און מ'שטארבט. פארוואס דען נישט? מ'דארף אמאל דאס אויך פארזוכן.
און אויף די שאלה פארוואס שולן און מקוואות זענען א גרעסערע עבירה וועל איך אייך ענטפערן פשוט. ווייל זיי זענען טאקע אנדערש. ווייל ווען א מענטש איז עובר אויף א געזעץ זיך צו זעטיגן זיין נייגעריגקייט, זיין הונגער אדער אפילו זיין תאווה האט עס נישט דער זעלבער שטונק און סרחון ווי ווען ער וויקלט זיך דערצו איין אין א רעזוואלקע. "משום יוהרא" שטייט נישט אויף סופערמארקעטס אדער ספעקטאקלן נאר אויף נישט מקיים צו זיין א מצווה אין געוויסע פעלער. פארוואס גייט מען דען אין מקווה אדער אין שול? ווייל "כ'אב קיינמאל נישט פארפעלט" אדער זיך צו הייליגן און פארבעסערן? אוודאי ליגט דערין קולטור און מנהגים וואס מענטשן האלטן טייער און פארמירן א וויכטיגער חלק פון אונזער אידענטיטעט, אבער וויאזוי קומט עס דוחה צו זיין פיקוח נפש און אז מ'זאל גורם זיין אזא אויסטערלישער חילול השם אויף דאס מקיים צו זיין?
ווי יעדער קען זען, קומט דאס פון שגעון, פון איגנאראנץ און ליידער אויך פון א דעפיציט אין מענטשליכקייט. און די מקור פון דאס אלעס איז אונזער דעפיציט אין חינוך. אז עמעצער דארף א ראיה אז איגנאראנץ און עם־הארצות הרג'ט, קאראנאווירוס יוכיח. אז מ'לערנט נישט, ווייסט מען נישט, אז מ'ווייסט נישט פארשטייט מען נישט, אז מ'פארשטייט נישט טוט מען נישט, און דא אז מ'טוט נישט שטארבט מען. וכך הוה. און אזוי אויך אז מ'לערנט אונז נישט אויס וועגן די מדינה מיר באזעצן, וועגן אירע היסטאריע, אירע געזעצן, מנהגים און קולטור, און וועגן פשוט'ע מענטשליכקייט צו אונזער לאנדסמענטשן – אויסער וויאזוי צו מעלקן דער מאקסימום צי בהיתר צי באיסור - ווייסן מיר נישט דערפון. און אז מיר ווייסן נישט און פארשטייען נישט, שפירן אונז זיך נישט קיין חלק דערפון, ממילא פארוואס זאלן מיר נושא בעול זיין מיט זיי?
מיר הערן כסדר ווי איינער האלט אויף א פליגער איבער א זיץ, און נאך איינעם כאפט מען שמוגלען אדער אויסנארן דער רעגירונג. ביי א קעמפ איז עס א פייער קאוד און אין א מוסד איז עס עפעס אן אנדערע "ווייאלעישן". אסאך מאל איז עס א יחיד, נישט אלעמאל ווערט מען געוואויער, נישט יעדער כאפט מען, אמאל דרייט מען זיך אויס, און אמאל שרייט מען אנטיסעמיטיזם און עשו שונא ליעקב. בקיצור, אויף אלעס איז דא א תירוץ און דער באן פארט ווייטער.
דא אבער כולם נזדמנו אל פונדק אחד. סיי מ'ברעכט דער געזעץ, סיי ס'איז א רבים (כאטש אפשר נישט א רוב), סיי ס'איז בפרהסיא ברבים, סיי ס'איז אין דער נאמען פון אידישקייט, און סיי ס'עפעקטירט אידן און גויים, און דאך מאכט עס נישט אויס. דער וואס שרייט גזל עכו"ם מותר בא'גנב'ט פונקט אזוי א איד ווען ס'געלונגט אים, און אזוי אויך דא. אידן שטארבן אין גרויסן אבער גארנישט און אלעס קען אנגיין ווי פריער. ומשפטים בל ידעום, געזעצן זענען נישט פאר אונז, אונז ווייסן וויאזוי מקפיד צו זיין, דער וואס שרייט איז א מלשין, א מסור, אדער סתם א געמיינער עשו, און אז אייער זיידע פאלט איין צו שטארבן, נו זאל ער שטארבן געזונטערהייט – מ'קען אים אפילו צושטעלן רבבות אויף דער לוויה.
דאס אלעס וועט נישט פארגעסן ווערן, נישט ביי אונזער ציבור און אויך נישט ביי די אמטן וואס האבן שוין אזוי אויך אן אגענדע איבער אונזער חינוך. די שאנד איז אנטפלעקט געווארן פון אונזער כלומר'שטע "קריטישע דענקען". וואו קריטיש? ווען דענקען? מטורפים, איינער גרעסער פונעם צווייטן, דאס איז אונזער שטאלץ און פון דעם וועלן מענטשן אנטלויפן כמנוסת חרב. און די וואס פרובירן צו ענדערן אונזער קולטור פון באשאפן חסרי־דעת אויפן חשבון פון דער ברייטערער געזעלשאפט וועלן ענדליך מצליח זיין.
אין די צייטן פארברענגען אויך עלטערן מיט זייערע קינדער פיל מער ווי געווענליך און לערנען אויך מער מיט די קינדער, און זיי זעען אין די קינדער כשרונות וואס חדרים ווילן דערפון נישט וויסן. זיי זעען די נייגעריקייט אין זייערע קינדער וואס חדרים זעטיגן נישט. זיי זעען וואס די קינדער זענען פעהיג צו דערגרייכן אבער וואס די חדרים פיטערן נישט. און קעגן דעם זעען זיי דער אויפפירעכץ פון ערוואקסענע ליידיג פון סיי תורה און סיי דרך ארץ און סארא פנים דאס האט. און די צייט וועט קומען, און אפשר איז עס שוין דא, ווען מענטשן וועלן זאגן, בסודם אל תבא נפשי ובקהלם אל תחד כבודי כי באפם הרגו איש. און אט אזוי וועט אויסברעכן אן עלות השחר און ס'וועט אויפשיינען א נייער טאג. בעסער און שענער פון וואס מיר האבן, געווידמעט מיט אונזערע אייגענע הענט, און פארמירט על פי תורה און מיט שכל.
[center]*[/center]
מיר זענען נאך איצט פארפרוירן פון צער און ווייטאג און מ'קען זיך נישט אפווישן די ערשטע טרערן ביז ס'קומען פרישע. די טעג וועלן אבער אריבערגיין, די קברים וועלן הארט ווערן, די הערצער וועלן אויך הארט ווערן און דעמאלסט וועט ארויסקומען דער גרימצארן.
ס'וועט פארלאנגען א דין וחשבון און ווען מ'וועט נישט האבן קיין תשובה וועט מען מאכן אייגענע החלטות. מה לי ולצרה הזאת? האלטס ענק מיט ענקער כי לא תשכח פון גניבות און גזילות, טיפשות, און איצט אויך שפיכות דמים ואל יהי חלקנו עמכם. אונזער יוגנט זעט דאס אלעס און האט פיל מער פארשטאנד ווי מיר מיינען מיר פארמיידן פון זיי. זיי וועלן זיך גיין. און עלטערן וואס ציען אויף קינדער וועלן זיך פרעגן צי דאס איז וואס אונז ווילן פאר אונזערע קינדער און צי איז אונזער לעבנסשטייגער באמת ווערד אזא גרויזאמער פרייז.
טייערע לייענער, איך האב געזאגט מיינס ובידכם הדבר. נאך ויהי אחרי המגיפה שטייט שאו את ראש, הייבט אייך די קעפ. דאס קען נישט און טאר נישט ווייטער אנגיין. נאך די מגיפה פון מכת בכורות איז געווען וחמושים עלו בני ישראל. דאס איז טייטש סיי באוואפנט און סיי ווי רש"י זאגט א פינפטל. דערא פינפטל ווערט אבער פאררופן בני ישראל און זיי האבן מקבל געווען די תורה. לאמיר זיך באוואפענען מיט קוראז, מיט מוט, מיט ענערגיע און מיטשלעפן אויך די אנדערע פיר פינפטלעך. ווי איר זעט אליין האלט עס ביי כלו כל הקיצין און פיקוח נפש ממש. גלייבט אז בעסערס קען פאסירן און שטייט גרייט. לאמיר דאס טון פאר זיך, פאר אונזערע קינדער און פאר כלל ישראל.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קטלא קניא, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
העלפט פאַררעכטן דער עתיד פון אונזערע ייִנגלעך!
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1129
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
- האט שוין געלייקט: 982 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל
דאס איז נישט קיין סתם ארטיקל נאר א געהעריג שטיקל נביא, אויב נישט קיין נביאות ממש איז עס אבער שניידענדיגע תוכחה, עס טוט אונז אויס נאקעט און מאנט פאר תשובה.
איך וואלט אבער נישט געלייגט צו גרויסע האפענונגען אויף ערנסטע טויש, צוליב וואס דער מצב הפרנסה ביינונז קוקט אויס צו ווערן בלויז ערגער. איינס פון די שטערקסטע זאכן וואס האלט אונז אונטער דעם יאך פון די רעבעס, איז די social inequality ביי אונז, א מיטל אינקאם קלאס עקזיסטירט נישט ביי אונז, און די גאנצע עקאנאמיע לויפט אויף די סופער רייכע וואס יעדער מוז צוקומען צו זיי, די רעבעס ברויכן זיי טאקע לעקן און פארשווייגן די חטאים וואס זיי טוען, אבער די סתם ארעמע ציטערן צו עפענען א מויל ווייל זיי ווייסן אז זיי וועלן אלעס פארלירן אין סאסייעטי. ווילאנג עס וועט זיך נישט פארעמען גענוג א גרויסע מיטל קלאס וואס זאלן זיך קענען פאראייניגן אין א קהילה און אליינס זיך אויסהאלטן, האבן מיר גאר שוואכע אויסזיכטן אויף טויש, און לייידער יעצט קוקט אויס ווי די ארעמע וועלן ווערן ארעמער און די רייכע רייכער.

- ידיד ותיק
- הודעות: 627
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 487 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 270
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 20, 2018 9:25 pm
- האט שוין געלייקט: 37 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 298 מאל
איך קען מעיד זיין, אז איך קען פערזענליך עטליכע נפטרים פונעם קאראנע וויירוס, און זייערע 'גאר' נאנטע משפחה'ס התנהגות.
מ'וויינט.... ער איז קראאאאנק.... און פון די טאג וואס מ'האט באפוילן נישט ארויסצוגיין פון שטוב, שלא לצורך, האבן זיי - גאר נאנטע פון די פאקטישע נפטרים צוליב די וויירוס - ''אנגעפירט'' מנינים נישט איינס... און נישט נאר שחרית, און נישט נאר מנינים... נאר קומזיץ און ברעטשעריי, שיעורי תורה און לחיים'ס... ביי זיך אין רשות!!! נאך ביז היינט, ווען כ'שרייב די שורות.
וועלן זיי זאגן ידינו לא שפכו הדם הזה?
חס ושלום, מ'טאר נישט באשולדיגן זיי, חס ושלום, ס'איז א גזירה שאין הציבור יכולין לעמוד בה.... ביטער איז די געלעכטער... אסאך ביטערער איז מיין געוויין, ווען כ'זעה דאס צו, ''טאג טעגליך''
מ'דאווענט לרפואתם.... יעצט לערנט מען שוין משניות לנשמתם... מי ביקש זאת מידכם - אייגענע משפחה מערדער.
חומרות של מצוות הבאים בעבירות הכי חמורות בתורה! מנין, מקוה, זענען גאר סגולות'דיגע זאכן. אבער אט די סגולות צו נוצן ווי א נבל ברשות התורה??? אוי טאטע אין הימל, כי עם קשה עורף הוא... אוטם אזנו משמוע תורה - זאגט די תורה אליינס, אז מ'פאלגט מיך נישט, דאן - גם תפילתו תועבה.
איך האלט גראדע נישט, אז מ'וואלט געקענט פארמיידן דעם קריזיס, אבער מ'וואלט געקענט ראטעווען לעבנס, קלאר יא. און ס'איז קלאר רציחה טאג טעגליך אינעם העלן טאג.

- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
כדרכו של קטלא קניא, האט ער אונז געגעבן אסאך חומר למחשבה. ווי נעמט מען אבער די צייט און ישוב הדעת דורכצוגיין די עניינים און ארויס ברענגן די מחשבות דערויף?
א. יא, מיר זען איין אז מיר האבן נישט געהאט קיין פירערס. יעדער וואס האט עס יעצט איינגעזען, האט עס מסתמא אייביג איינגעזען. איך גלויב שווער אז די וואס גלויבן אין סייעתא דשמיא, זכות אבות, דעת תורה און העכערע עניינים, וועלן יעצט זיך טוישן. די אלגעמיינע מאיאריטעט, וואס איז מיטגעגאנגן ווייל דארט איז באקוועם און זיי גלויבן אין די עיקר פון די געזעלשאפט אן די אלע טפלות, האבן קיינמאל נישט געקלערט אז די מנהיגים וועלן זיך אנדערש אויפפירן. יעצט האבן זיי אבער איינגעזען פארוואס מיר דארפן פירערשאפט, ביז היינט האבן זיי געמיינט אז זיי קענען זיך אן עצה געבן אזוי אויך, יעצט זעט מען אז אזוי גייט עס נישט.
ב. פון די אלע טענות וועט קיין אנדערע פירערשאפט נישט ארויסקומען. וואס קענען די אלע וואס האבן טענות טון היינט? א ווידערשטאנד? וואס מיינט דאס? וואס וועט מען האבן דערפון? שמד'ן וועט דען העלפן? וואס יא? די אלע טענות זענען גענוג אז טאמער א לעזונג קומט, וועלן זיי זיך צוכאפן דערצו.
ג. אויב מיר ווילן עפעס א טויש, דארף מען עס בא'ארבעטן. טאמער די צווישן אונז הייבן אן צו פארשטיין וואס מיינט פירערשאפט, אז דער יחיד האט אחריות אויף זיין פרט, אבער דער כלל באלאנגט צום פירער, וועט עפעס זיך מעגליך טוישן. יא, דיין שייטעל און סמארטפאון איז דיין געשעפט, נישט זיינס. דער מוסד החינוך און דער ביהמ"ד איז אבער פון און פאר די ציבור, נישט דער יחיד. איז דער עולם גרייט דערצו? האבען זיי עפעס אן ערליכקייט ביי זיך אז זיי זאלן נוצן דער געלעגענהייט פאר א בעסערן מענטשליכע און אידישע לעבן, נישט אלס א תירוץ צו קוקן טפשות'דיע מאוויס?
ד. תוך די ווערטער פון הרב קטלא, האט ער ארויסגעברענגט א געוואלדיגע פונקט, וואס איך האב נישט געוואוסט אז איז אזוי געשען. אקעי, רבנים קענען נישט קיין דאקטאריי, זיי זענען טאקע פטור דערפון. אבער האט איינער געהערט א ווארט פון זיי אויף עפעס אנדערש? דא אין לעיקוואד, האט מען א שלל פון דרשות פון דער מגיד און דער דרשן און דער ראש ישיבה' אבער פון די פירערס? גארנישט מיט נישט! אנטשולדיגט, מ'האט יא עפעס געהערט. וואס? אז מ'טאר קיין זום נישט נוצן פאר חדר קינדער! נישט קיין עצות נישט קיין 'חיזוק' און נישט קיין פסקים. הלכות פארטש מניינים האט גענומען א חדש ביז איינער האט געטראפן וועלכע סימן דאס איז אין שו"ע, הלכות איבה האט מען געלאזט פאר די לעלאס און גארנישט מער. יא, זיי האבען נאכגעגעבן און דער האט געגעבן אן אינטערוויו פאר די משפחה מאגאזין און דער האט געלאזט אויסרופן בשמו אז ווייבער מוזן גיין שפיטצלעך אויף זייער טייערע קעפ. די טענה איז נאך פיל שטערקער ווי די אנדערע.
ה. די חינוך חלק בין איך נאר טיילווייזיג איינשטימיג. אין מיטן זאגט הרב קטלא
ו. מיר טארן זיך נישט פירן ווי דער לעגענדארער דזשאנדארם וואס זאגט round up the usual suspects. דער וואס רעדט אייביג פון לימודי חול אין חדרים, ווערט נישט באגלויבט ווען ער וועט פלוצלונג 'איינזען' אז די מגיפה האט א חלק אין דעם אויך. מיר דארפן זיך עכט היטן פון די טראכטסגאנג און אמת'דיג אריין טראכטן וואס איז דא געשען. וואס וואלט מען געקענט טון אז דאס וואלט נישט פאסירט, צו עס איז א בעסערן מיטל זיך צו פארבונדן מיט די ציבור, צו ס'איז בעסערע קאנטאקטן מיט די רעגירונג (בעסערע מיינט נישט עסקנות אוועק צו נעמן א ווייאעישען פון א געביידע, בעסערע מיינט פארשטענדליכע, ווי מיר קענען פארשטיין וואס זיי ווילן און דאס איבערטייטשן פאר די פאלק), צו ס'איז אן אייגענע העלטה דעפארטמענט פון דאקטוירים וואס פארשטיין צו אונזער געזעלשאפט.

איך וויל זיך דינגן דערמיט. דער אמעריקאנער גוי, מיט די גאנצע אמעריקאנער גלויבונג, איז נאך א גרעסערע בהמה ווי סיי וועלכע בירגער פון דזשולענד און וויליפעסט. אן אומערצויגענע אקס, אן שכל צו מאראלן, נאר עפעס לאזונגן און שטותים. דאס ביס מענטשליכקייט וואס אמעריקאנער האבן, איז צוליעב דעם אז אמעריקא לעבט פארט נישט אליינס, און יוראפעאישער און קאנאדישע ווירדן שטופן זיך אריין. קוק אליינס, וואס ווייניגער שייכות דער אמעריקאנער גוי האט מיט אויסלאנד, וואס גרעסער אן אקס איז ער. מיר דארפן אויסלערנען אונזער קינדער אידישע ווירדן, נישט מנהגים, אידישע הלכות דרך ארץ, נישט רעבישע מעשיות, אידישע אידיאלן, נישט אמונת צדיקים. אבער דער גוי ארום אונז האט נישט וואס אונז צו פארקויפן, קוק וואס פארא פרעזידענט זיי האבן אונז אנגעברענגט.און אזוי אויך אז מ'לערנט אונז נישט אויס וועגן די מדינה מיר באזעצן, וועגן אירע היסטאריע, אירע געזעצן, מנהגים און קולטור, און וועגן פשוט'ע מענטשליכקייט צו אונזער לאנדסמענטשן – אויסער וויאזוי צו מעלקן דער מאקסימום צי בהיתר צי באיסור - ווייסן מיר נישט דערפון.
ו. מיר טארן זיך נישט פירן ווי דער לעגענדארער דזשאנדארם וואס זאגט round up the usual suspects. דער וואס רעדט אייביג פון לימודי חול אין חדרים, ווערט נישט באגלויבט ווען ער וועט פלוצלונג 'איינזען' אז די מגיפה האט א חלק אין דעם אויך. מיר דארפן זיך עכט היטן פון די טראכטסגאנג און אמת'דיג אריין טראכטן וואס איז דא געשען. וואס וואלט מען געקענט טון אז דאס וואלט נישט פאסירט, צו עס איז א בעסערן מיטל זיך צו פארבונדן מיט די ציבור, צו ס'איז בעסערע קאנטאקטן מיט די רעגירונג (בעסערע מיינט נישט עסקנות אוועק צו נעמן א ווייאעישען פון א געביידע, בעסערע מיינט פארשטענדליכע, ווי מיר קענען פארשטיין וואס זיי ווילן און דאס איבערטייטשן פאר די פאלק), צו ס'איז אן אייגענע העלטה דעפארטמענט פון דאקטוירים וואס פארשטיין צו אונזער געזעלשאפט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2595
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
- האט שוין געלייקט: 4455 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל
ס'איז דא אזויפיל מגיב צו זיין און מעיר זיין אויפ'ן יעצטיגן מצב און אויף די פילצאליגע דעטאלן וואס קטלא בארירט אז איך ווייס אפילו נישט וואו אנצוהויבן אויך דארף האבן די ריכטיגע גייסטישע כוחות צו נעמען דעם פעדער אין דער האנט פאר אזא ביטערן מצב און תקופה.
לענ"ד איז די אלע וואס זאגן אז אונזער פירערשאפט איז קארופטירט אדער פארפוילט אדער פארנאכלעסיגט איז נישט קולע אל השעה. די פאנדעמיע האט פשוט גערופן אונזער בלאף: מיר האבן נישט קיין פירערשאפט! פינטל. די גאנצע מושג פון א חרדישער פירערשאפט איז א מיטאס. מיר זענען אן אומציוויליזירטע געזעלשאפט וועלכער לויפט אן קיין קאפ כצאן בלא רועה.
איין קליינע אבערוואציע, צו כלל ישראל איז ליידער צוגעקומען הונדערטער אלמנים ואלמנות און טויזנטער יתומים ויתומות וועלכע זענען נעבעך געבליבן שאקירט און ערשיטערט אן קיין ברויט לייגער צום טיש און אן די מינדעסטע השגה וואס דער מארגן וועט ברענגען. זייערע הערצער זענען צעריסן און זייערע לעבנס וועלן קיינמאל מער נישט זיין די זעלבע. ס'איז נישט משיג צו זיין זייער צער. איך האב אבער דערווייל נאכנישט געזען קיין איין צעטל אדער איניציאטיווע פון א רב אדער מנהיג וואס זאל זיך זארגן פאר די נפשות האומללים נאר פשוטע ארעמע אידן וועלכע געבן געלט אויף די טריפהנע אינטערנעט מיט זייערע טריפהנע סמארטפאנס, סווייפט מען קרעדיט קארטלעך וואס מ'ווייסט נישט וויאזוי צו באצאלן, אדער אזעלכע מוסרים און שקצים ווי מרדכי געץ וועלכער באצאלט גראסעריס פאר יעדער איינציגע אלמנה אין שטאט אז די קינדערלעך נעבעך זאלן נישט אויסגיין פאר הונגער.
אבער דאס איז אלעס נארישקייטן, אונז האמיר א פאראייניגטע כח פון הונדערטער רבנים, וואס האלטן די אויגן אפן און שטייען ביים רודער, און מאכן זיכער צו אדרעסירן די וויכטיגטסטע ברענענדיגע ענינים העומדים על הפרק און ארויסגעבן הוראות ואזהרות אז מ'זאל וויסן צו יעדער צייט את הדרך אשר נלכו ואת המעשה אשר נעשון, ווי מ'האט היינט געזען אז ס'איז ארויסגעקומען א פאראייניגטע היסטארישע מכתב קודש ווי יעדער איינציגער מר בר רב אשי הקטנים והגדולים פון גרעסטן רבי'ן ביז'ן קלענסטן מוצל האט געחתמעט -- אפילו רבי ישראל חיים מנשה איז ראה זה פלא אויפגעשטאנען פון בעט און זיך מטריח געווען בטלטולא דגברא רבא פאר אזא וויכטיגע סיבה -- אין א פאראייניגטע פרעזעדענטלאזע שטימע א חוב קודש פון געבן געלט פאר די הצלה ארגאניזיאציע וואס האט די ווייניגסטע טרענפערנסי און קיינער ווייסט נישט וואס זיי טוען און וועמען זיי פאלגן און וואו דאס געלט גייט און וואס זיי האלטן און ווער סשטייט ביים שפיץ.
לאנג לעבן זאלן אונזערע פירער, סאלוטן פאר אונזערע פירער.

- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
אוי ר' קטלא! א לייק ערפילט נישט די דאנקבארקייט פאר דעם שיינעם מגילה. אויסצוקושן יעדעס ווארט!
ביזט גערעכט אז ס'גייען קומען גרויסע טוישערייען צום "סיסטעם" אין די נאכפאלגן צום מגיפה. כ'מיין אז ס'גייט נישט זיין ווי אן אויפשטאנד, נאר צוביסלעך צוביסלעך וועלן מענטשען זיך אפשאקלען פון די "לידערשיפ" וואס מיר האמיר נישט.
איך מיין אז ס'איז טיפער ווי די וואס ווילן בלעימען רבנים, און אפילו מער ווי כוכב זאגט, אז מיר האבן נישט קיין פירערס. סאציאלאגן און היסטאריקער וועלן דורכלערנען וואס ס'גייט פאר אין אונזער געמיינדע יעצט. מיר האבן באשאפן א סאסייעטי וואו ס'עקזעסטירט נישט קיין עסטערנאל אוטאריטעט. קיינער פון דער אויסן קען אונז נישט איינטיילן, עצה'ן, מדריך זיין, ווי אזוי מ'זאל זיך פירן. אלע מיני לידערשיפ מוז זיין מכם ומבכם כדי מ'זאל פאלגן. רעליגיע מוז קומען פון "מיין" רב\רבי\דיין. געזונטהייט קען אפשר קומען פון הצלה, אבער דאס איז עס. יא, מיר פאלגן די געזעצן ווען מ'האמער נישט קיין ברירה, מ'קען נישט טרייבן קיין קאר צו שנעל ווייל מ'באקומט א טיקעט, מ'גייט סיט בעלטס פארן זעלבן סיבה, אבער טאמער האב איך לייטס און סיירינס דעמאלס מעג איך. ס'איז נישטא קיין ריספעקט פאר קיינעם אינדרויסן.
סא ס'איז נישט נאר אז אונזערע רבנים וואס זענען ביזי שרייען אויף לאנגע שייטלעך און דאסטערס האבן פארלוירן דאס לשון ווען די מצוה\עבירה אין די תורה וואס איז חשובער פון שבת, חטא הידוע, קישוי לדעת, שרצים אין סינק וואסער, בחורים פארן אפ פון וועג, פיקוח נפש איז דוחה די אלע זאכן, און דא האבן זיי איינגעשלונגען דאס צונג. דאס איז אן עקסטערע היפאקריטסווע וואס מ'וועט נאך דן זיין פאר יארן, אבער מ'וועל'מיר עס לאזן אין די זייט פאר יעצט. און ס'נישט אז מ'האמער נישט קיין לידערשיפ, נאר אז מיר פארטראגן נישט, זעען נישט איין, און ריספעקטירן נישט קיין לידערשיפ, טאמער איז עס נישט פון מיין גרויסע מעכטיגע רבי. דאס איז א סאסייעטי וואס ווייסט נישט וויאזוי צו עסן ווען אלע דאקטוירים הייסן בלייבן אינדערהיים. אונז האמער פשוט נישט די כלים דאס מקבל צו זיין. די אלע וואס האבן געהאט א חלק אין בויען דעם געמיינדע, דאס געדאנקן גאנג, פון נאכן קריג, ביזן היינטיגן טאג, איר קענט אייך אויסשארפן דאס פינגער און עס ריכטן אויפן פנים איר זעט אין שפיגל. זאגט ידינו שפכו את הדם הזה!

איר זענט אלע גערעכט און יותר ממה שקראתי כתוב כאן. מ'קען שרייבן און שרייבן און נישט פארטיג ווערן אבער מ'דארף דאך אויך פארדינען וכו'.
נאר איין זאך, כסדר ווען איך שרייב זאגט מען מיר, ס'איז א שאד דער צייט, גארנישט וועט זיך טוישן, עם קשה עורף, השמן לב העם און נאך אסאך געפעפערטע פסוקים וואס אונזערע נביאים האבן אונז צוגעשטעלט. און דאס וועל איך קיינמאל נישט מקבל זיין.
ס'מוז נישט זיין ווי מען וויל, ס'מעג זיך אנטוויקלן שטאטער ווי מען דארף, אויף אן אנדער ריכטונג, אבער עס מוז זיך טוישן. די זיידעס פון רוב געבילדעטע חרדים, מאדערן ארטאדאקסישע, מזרחי, האבן אלע אויסגעזען ווי אונז און זיי האבן מן הסתם געזאגט דער זעלבער, און קוקט זייערע אייניקלעך שומרי תורה ומצוות און לעבן תורה'דיג מיט דרך ארץ. ביי אונז קען טאקע זיין אז דער קולטור איז רייכער אבער קולטור איז נישט יהרג ואל יעבור.
פאר פארשידענע סיבות זענען מיר וויאזוי מיר זענען און מיר דארפן זיך אויסגלייכן. בטוח אני אן קיין שום ספק אז דער טאג וועט קומען. אפילו אז נישט פאר יעדן, איז לכל הפחות פאר די וואס האבן ליב אונזערע פאזיטיווע אספעקטן נאר ווילן פאר דעם נישט אלעס מקריב זיין. מען זעט שוין סימנים דערפון כאטש מיר האבן נאך א היפשער מהלך.
מען דארף גלייבן באמונה שלימה אז די עצמות יבשות קענען אויפשטיין, מען דארף טון יעדער לויט זיינע מעליכקייטן ואז יבקע כשחר אורך. ייתי ואחמיניה

- במדבר
- ידיד השטיבל
- הודעות: 281
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:58 pm
- האט שוין געלייקט: 699 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל
קטלא קניא האט געשריבן:
נאר איין זאך, כסדר ווען איך שרייב זאגט מען מיר, ס'איז א שאד דער צייט, גארנישט וועט זיך טוישן, עם קשה עורף, השמן לב העם און נאך אסאך געפעפערטע פסוקים וואס אונזערע נביאים האבן אונז צוגעשטעלט. און דאס וועל איך קיינמאל נישט מקבל זיין.
מורינו @קטלא קניא: ''אפילו מיינע ווערטער האבן געהאט א השפעה אויף איין מענטש איז מיר שוין אויך כדאי'' (שם.שם:)
איך בין פערזענדליך שטארק אינספערירט געווארן פון אייערע מאמרים, ס'האט אויף מיר איבער געלאזט א רושם עז: יישר כח.
בכלל טראכט איך וואלט כדאי געווען א אשכול געווידמעט פאר: געשיכטס ווי אזוי ''קאווע שטיבל'' האט מיר אינספערירט צו א טויש.
הלוואי ויתמזגו מזרח ומערב (אהוד מנור).
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
יא, זיי קענען זיך ערוועקן. זיי דארפן נאר מער אינגרעדיענטס, און די אינגרעדיענטס זענען בידינו.
אז דער צוקונפטיגע מנהיג מוז האבן אין זיך אסאך תורה מיט זיין שיטה פון נארמאלקייט, מוז מען האדעוון אונזער קינדער מיט תורה. מיר קענען זיך נישט פארלאזן אויף די יושבי חשך ווייל זייער תורה גייט דאך צו זייער צוועקן. דאס קען מען טאקע טון. או דער אמת'ער וועג צו פירען אנדערע איז דורך דיסציפלינרן זיך או ןלעבן א שטארקן שכל'דיע לעבן. ווילן א טויש און לעבן אן א חשבון איז א סתירה מיניה וביה.
און מיר דארפן זיך אויסלערנן שטארקקייט פאר די ריכטיגע זאכן. זיין א העלד ווייל מ'האט א סמארטפאון אין טאש איז נישט קיין עמטליכע שטארקייט. זיי שטארק און שטעל יענעם אפ ווען ער רעדט לשון הרע, זיי א העלד און זיי מוחה ביים הערן אן אומאיידעלע וויץ. האלט זיך איין פון עסן ביי א קידוש, ווייל דו ביסט נישט קיין חיה אין וואלד וואס יעדער שטיק עסן וואס זיצט פאר אים ווען ער איז הונגעריג מוז אריין גיין.
די אנטוישונג פון די היינטיגע סיסטעם איז נאר איין אינגרעדיענט פון די גאנצע נושא.
אז דער צוקונפטיגע מנהיג מוז האבן אין זיך אסאך תורה מיט זיין שיטה פון נארמאלקייט, מוז מען האדעוון אונזער קינדער מיט תורה. מיר קענען זיך נישט פארלאזן אויף די יושבי חשך ווייל זייער תורה גייט דאך צו זייער צוועקן. דאס קען מען טאקע טון. או דער אמת'ער וועג צו פירען אנדערע איז דורך דיסציפלינרן זיך או ןלעבן א שטארקן שכל'דיע לעבן. ווילן א טויש און לעבן אן א חשבון איז א סתירה מיניה וביה.
און מיר דארפן זיך אויסלערנן שטארקקייט פאר די ריכטיגע זאכן. זיין א העלד ווייל מ'האט א סמארטפאון אין טאש איז נישט קיין עמטליכע שטארקייט. זיי שטארק און שטעל יענעם אפ ווען ער רעדט לשון הרע, זיי א העלד און זיי מוחה ביים הערן אן אומאיידעלע וויץ. האלט זיך איין פון עסן ביי א קידוש, ווייל דו ביסט נישט קיין חיה אין וואלד וואס יעדער שטיק עסן וואס זיצט פאר אים ווען ער איז הונגעריג מוז אריין גיין.
די אנטוישונג פון די היינטיגע סיסטעם איז נאר איין אינגרעדיענט פון די גאנצע נושא.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- זעקעל
- ידיד השטיבל
- הודעות: 165
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 17, 2020 4:44 am
- האט שוין געלייקט: 199 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 83 מאל
Re: "ויהי אחרי המגפה" – ספעציעלע אויסגאבע פונעם וועקער
איך וואלט אויך געוואלט צוגעבן מיינע צוויי פרוטות, אז כאטש אז בין איך אן אנ״ש אינעם שטיבל ווי אויך בין איך מקפיד אדורך ליינען אין באנעמען דער וועקער, בין איך פארט disappointed ווי אזוי טויש ווערט פראמאטעד דא כאטש אסאך שרייבער דא שרייבן זייער פאזיטיוו פארט איז דא אבער א מיעוט הניקור וואס לייגט א שטארקען נעגאטיווע געוויכט וואס אפי׳ ס׳זאל זיין וואהר איז עס ווי מ׳רופט עס ביי אונז שטארק counter productive ווען א ליינער באגעגענט קריטיק אנטקעגן די קאמיוניטי וואס מיר נייטיגען זיך איצטעט איז אין פאזיטיוועטי חיזק אין שטייט זיך טויש
המעוררים
המעוררים
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
"ויהי אחרי המגפה" – ספעציעלע אויסגאבע פונעם וועקער
מייסטערהאפטיג (עז יוּזשעל)!
איך האב געקלערט אז אזוי ווי א חלק פון וואס [tag]קטלא קניא[/tag] האט ארויסגעברענגט אין זיין ארטיקל ומשפטים בל ידעים אין שבת בלעטל 11, איז דאס וואס ס׳פעהלט אקאַוּנטעבּיליטי אין אונזער געמיינדע אנגעהאנגען אין דעם אז אונזער לעבן איז פארשריבן אן קיין סאך בחירה מצידינו און עס בלייבט ״סעט״ אויף וואס נאר ער זאל נאר נישט טוהן, הן לטב והן לביש; זיין שטעלע, מקום אין די געזעלשאפט וכו׳ וכו׳ איז נישט (עכ״פ אזוי ווייט) אנגעוואנדן במיטב מעשיו. און דעריבער אז ער איז מעיקרא פאר ער הייבט אן נישט אקאַוּנטעבּל פאר זיינע מעשים, איז עס ווילד פרעמד פאר אים אז ער דארף לאחר הגמר זיין אקאַוּנטעבּל דערויף. ע״ש באריכות ודפח״ח.
ולענינינו איז עס טאקע פאסיג מיט וואס ער ברענגט ארויס דא אין פונקט 1. דהיינו, וויבאלד ביי די יעצטיגע קריזיס איז נישט געווען קיין שום פרעצעדענט פון/אין אונזער סאסייעטי, און די פירערס דערפון, ווי אזוי זיך אומצוגיין דערצו מעיקרא הן על הכלל והן על הפרט, איז קען עס זיין גרינגער בסתם אז די אלגעמיינע פארשטענדליכקייט צו אקאַוּנטעבּיליטי וואס וועט זיין אין די וועלט דערויף וועט נישט ווערן אימפּיִדעד פון דעם וואס מעיקרא איז אין אלגעמיין נישט דא קיין אקאַוּנטעבּיליטי; דא איז דאך גארנישט געווען סעט מעיקרא.
וידועים דברי רש״י (שמואל ב כד יד) מהתדבא״ר (ז) דבדבר/מגיפה הכל שוין בו ואין חילוק בין עושר ועני וכו׳ ע״ש; ס׳איז נישט קיין חילוק אין די סאציאלע קלאס פונ׳ם מענטש. ולענינינו ה״ה לאחרי המגיפה לגבי אקאַוּנטעבּיליטי אז די פאראויסגעשטעלטע [סאציאלע] שטעלעס, פאזיציעס וכו׳ וכו׳ זענען נישט קיין אפהאלט דערצו וככל הנ״ל.
ולגבי פונקט 3 וואס [tag]קטלא קניא[/tag] ברענגט ארויס, קען מען דאס לכאורה אריינלייגן אין א סאציאלאגישן פערספעקטיוו. דהיינו, עס זענען דא צוויי וועגן און טעאריעס ווי אזוי צו באטראכטן דאס (מעקראָ) געשטעל וכו׳ פון סאסייעטיס/געזעלשאפטס.
איינס איז פאָנקשינעליזם/פאָנקשינעל טעאריע, וואס לויטעט אז א געזעלשאפט איז צאמגעשטעלט פון באשטיינדלען, קלאַסן, וכו׳ וואס ארבעטן צונאזאם, יעדע מיט זיין (כמו) אויפגאבע, וואס צוזאמען קומט ארויס דאס געזעלשאפט אלס א גאנצע ״יש״ וענטיטי וואס איז ״גרעסער ווי די סומע פון אירע באשטיינדלען״. לפי״ז קומט סאציאלע טויש צושטאנד ווען איינע (צו מער) פון די באשטיינדלען פון די געזעלשאפט טוהט נישט איר באשטימטע אויפגאבע געהעריג, וממילא ברענגט דאס אן עפעקט אז עס זאל אנטשטיין א טויש (אמאל גאר ערענסט און אמאל סתם).
די אנדערע איז קאנפליקט טעאריע (באזירט אויפ׳ן מהלך פון קארל מארקס). דאס לויטעט אז די באשטיינדלען און קלאסן אין די געזעלשאפט זענען אין כסדר׳דיגע קאנפליקט און געראנגל אויף מאכט. די שטארקע קלאס אין די געזעלשאפט (וואס האט די מערסטע קולטוראלע קאפיטאל) געוועלטיגט אויף די אנדערע און ראנגעלט זיך כסדר דאס אנצוהאלטן. סאציאלע טויש קומט צושטאנד ווען די געוועלטיגענדע קלאס׳נס מאכט ווערט אפגעשוואכט, און די נידעריגערע קלאסן קענען דאס איבערנעמען.
מ׳קען לכאורה ביידע מהלכים צופאסן צו די יעצטיגע מצב, וכדברי קטלא.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מי אני, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 221
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 25, 2019 10:40 am
- האט שוין געלייקט: 74 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 127 מאל
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: "ויהי אחרי המגפה" – ספעציעלע אויסגאבע פונעם וועקער
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:און מיר דארפן זיך אויסלערנן שטארקקייט פאר די ריכטיגע זאכן. זיין א העלד ווייל מ'האט א סמארטפאון אין טאש איז נישט קיין עמטליכע שטארקייט. זיי שטארק און שטעל יענעם אפ ווען ער רעדט לשון הרע, זיי א העלד און זיי מוחה ביים הערן אן אומאיידעלע וויץ. האלט זיך איין פון עסן ביי א קידוש, ווייל דו ביסט נישט קיין חיה אין וואלד וואס יעדער שטיק עסן וואס זיצט פאר אים ווען ער איז הונגעריג מוז אריין גיין.
האסט מיר געעפנט דעם קאפ צו א גאנצע נייע פערספעקטיוו!!
אויב די קענסטו, שרייב מער דערוועגן?
שכוח.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
וואס דארפסטו מיר האבן? דער שאפע איז פול מיט מוסר און הלכה ספרים, אלס איז דארט. א צדיק איז דער וואס שטימט מיט דער ארחות צדיקים, נישט מעשה ביכער. ווארף נישט ארויס די מעשה ביכער ווילאנג דו האסט נישט קיין ארחות צדיקים.
וואס מיינט מוחה זיין? גיי לערן דף היומי, מ'האט עס לעצטענס געהאט אין די צוויי לעצטע בלעטער פון פרק במה בהמה.
וואס מיינט מוחה זיין? גיי לערן דף היומי, מ'האט עס לעצטענס געהאט אין די צוויי לעצטע בלעטער פון פרק במה בהמה.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 270
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 20, 2018 9:25 pm
- האט שוין געלייקט: 37 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 298 מאל
איך קען מיך נישט איינהאלטן, הגם איך שפיר ווי כ'שריי אריין אין א טשולענט קלאב פון נושרים.
איך האב דעם שבת אדורכ-געלעיזט דאס גאנצעטע מגילה זיינע. און... דאס גאנצע קאראנע וועקער פונעם סכך שניידער, איז כולו נגד יהדות הארטאדאקסיע.
אנשטאט אמונה טוישט ער מיר אויף דאס מוח מיט קולטור... טו מיר א טובה און רעדט נישט קעגן אונזער ליבע תורה ומסורה, מיט'ן שלייער פון אלטרע-ארטאדאקסיע.
ליבערשט זאג, איך בין פון די מחדשים.

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- עוקר הרים
- ידיד השטיבל
- הודעות: 171
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 26, 2020 3:49 am
- האט שוין געלייקט: 174 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל
Re: "ויהי אחרי המגפה" – ספעציעלע אויסגאבע פונעם וועקער
חכם עדיף מנביא....רוב שילען זענען שוין צוריק געפענט און רוב פארטש מנינים גייען נאך אן..... די עולם האט זיך פשוט פארעקלט פון די שילען.....וכדברי קטלא....
Sent from my SM-A105F using Tapatalk
Sent from my SM-A105F using Tapatalk
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: "ויהי אחרי המגפה" – ספעציעלע אויסגאבע פונעם וועקער
ס'איז אביסל צו פרי צו זאגן, רוב שולן זענען טאקע אפן, אבער די עולם איז פשוט נאך נישט צוריק צום געוואוינהייט.
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
אן אינטערעסאנטע תגובה פון אייוועלט. איך ווינדער מיך אויב דאס טוישט די טעזע פון דער ארטיקל באיזה אופן שיהיה.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל