אנטי סעמיטיזם אלערט

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

אנטי סעמיטיזם אלערט

שליחה דורך פליקער »

טייערע שכינים אנשי וויליאמסבורג, איך שטוין וואס פון מיין שטאט געשעט פאר מיינע אויגן, מיר שרייען אז מען האט זיך אראפגעלאזט אויף אינזער קאמיוניטי און מען טיילט מכות, ער געט טיקעט'ס - באפאלט שולן מאכט חרוב לווייעס וכו',

לאמיר מאכן א שטיקל חשבון הנפש, די פאקטן;
מען שטארבט נאך טעגלעך - יא
די געזעץ האט זיך געטוישט לעצטענס - ניין
זענען מיר סיריעס איבער דיסטענסינג - ניין
זענען נאך אן א שיעור מענטשען אין שפיטאל - יא
זענען נאך עלטערע אידן אינדערהיים בהאי פחד אויב זיי גייען איבערלעבען די מגיפה - יא

סא אין אן עפערט צי פארשטיין וואס גייט דא פאר, פארוואס איז די ציבור אזוי פארהארטעוועט און אימוויסענדיג ווי אזוי צי ראגירן ווען א פאליס שטעלט דיך אפ און ווי אזוי מען ברויך זיך פירן ווען מען גייט אין גאס ווי א איד ברויך, ברויך מען אביסל צוריקגיין.

אריין צי גיין אין די פאקטן צי דער מעיאר איז גערעכט צי נישט, איז בכלל נישט אינזער אויפגאבע, איך פערזענטלעך האלט אז ער איז ראנג, אבער איך האלט שוין אזוי א לאנגע צייט, און געמאכט שלום דערמיט - ער איז אן אידיאט וזהו, ווען ער האט ארויסגעלייגט זיינע אלע ליבעראלע שיטות האט ער מיך פארלוירן און מער ווילַ איך נישט הערן קיין ווארט וואס ער האט צו זאגן.

אבער אלס מעיאר איז ער בכוח צי מאכן געזעצען, און די תורה איז אינז מחייב צי היטן דאס געזעץ, פארוואס זאגט נישט קיינער פאר די אינגעלייט ארים צו גיין נאר מיט א מאסקע, וואס איז אזוי קאמפליקעיטעד.

ווען די רעגירונג איז גוזר פאר געזינטהייט אז מען ברויך גיין מיט א מאסק, און אז שילן און חדרים ברויכן זיך אפשפארן, איז עס א גזירה וואס די רעגירונג האט גוזר געווען? לכאורה נישט, דא איז נישט קיין מלחמה צווישן די רעגירונג און כלל ישראל, און פארוואס הערט זיך עס ווי די גזירה וואס דעבלאזיא האט גוזר געווען און טוט אינפארסירן.

ווער איז שילדיג אז רוב ריבם דרייען זיך אין די גאסן אן קיינע מאסקעס, מען גייט אין פאבליק פלעצער אן מאסקעס, סיי שילן - גראסערי'ס מקוואות, ווער איז שילדיג, זיכער נישט דער גראסערי מאן, איך קען נישט האבן קיין טענה צי איינעם וואס האט זיך נאך קיינמאל נישט אריין געמישט אין מיין ביזנעס, דער מיסטער גראסערי מייסטער האט נאך קיינמאל קיין קול קורא נישט אינטערגעשריבן, טא פארוואס איז מען כסדר בטענה אויף גראסערי סטאר'ס, יא די רבנים וואלטן געמעגט שרייבן אין זייער קול קורא ווי אזוי מען זאל גיין אין א גראסערי, און פאדערן פון דעם ציבור אויב זיי הינקען אינטער.

איך הער ווי מען זאגט אז דער מעיאר איז א אנטי סעמיט, ווייל מיר זענען געווען טויזענט אינדיווידיאלען און אז ער ריפט אינז קאמיוניטי איז ער א ראסיסט - אויב זענען מיר נישט קיין קאלעקטיוולי א קאמיוניטי, דאן פארוואס האסטו טענות אז דעבלאזיא האט זיך אראפ געלאזט צי אינזער קאמיוניטי, מאך אפ דיין מיינד, ווען ער געט א טיקעט פאר א איד ווייל ער דרייט זיך ארים און פאלגט נישט די געזעץ טא ווי קומסטו אריין, ווייל ער אטאקירט פונקט מיין קאמיוניטי אהא דאן פליפ נישט די קארטל ווען טויזענטער קומען אן צי לוויה אן קיין שום פשט.

יעצט איין פאראגראף איבערן לווי'. איך בין א שטארקע חסיד פון ר' חיים זצ''ל, זיך אפגעגעבן מיט אים פערזענטלעך, בין איך געגאנגען צום לווי'? ניין ווייל עס מאכט נישט קיין צענט, ווען איך האב געהערט אז מען שפארט אפ גאסן האב איך גלייך פארשטאנען אז דאס איז ארגענעזירט אן קיין שום חשבון, עס ליגט מיר נאך די חילול השם פון אדמו''ר משאפראן ז"ל, פארוואס לערנען מיר זיך נישט קיין לעקציעס, פארוואס ווען א פאליס שטייט לעבן א שיל און זיכט א קרבן גייסטו ווי א חאלאמאק אריין אין שיל, פארוואס זענען זיי פשוט פערד און פארשטייען נישט אז ווען מען זאגט קום מיט א מאסק - קומט מען מיט א מאסק, יעדער האט דעם אינסטינקט פון חעלעם אז מען זאגט יעדער זאל קומען מיט מאסקעס, וועט דאך יעדער קומען - נו וואס וועט שוין זיין ווען איינער וועט נישט האבן...

נאוועמינסקע רבי האט געהאט א לווי'? יא אנליין מיט 60 טויזענט לייוו צוהערער, פארוואס מיז די שטאט וואס איז קעניג פון די האטליין'ס האבן דווקא א פאקטישע לווי'. פארוואס האט ר' משה גרין געקענט זוכה זיין מקדש שם שמים זיין, וגם לרבות קלויזענבורגע רבעצין וואס וואלט זיכער געקענט האבן הינדערט טויזענט ביי די לווי'. און וויליאמסבורג מיז האבן א לווי' און אפשפארן 10 גאסן צי באגלייטן ר' חיים - וואס בחיים האט ער אים קיינמאל נישט געזען, זיין שיל איז אזוי גרויס אז ווען איינער היסט דארט ווערט אלעס אנגעשטעקט פאר צוויי טעיג, אבער ער ברויך ריזיגע לוויה, פארוואס פארוועם אלעס פאר הפקרדיגע חשבונות, און ווער מאכט די הפקרדיגע חשבונות, איינער יעקב מערץ דער סעקראטאר פון תולעת יעקב, מיר שפילן געימס וואס דער מעיאר האלט נישט ביים שפילן וזהו.

דאס איז דאך קלאר ווי דער טאג איז גרויס - אז ווען אינזערע מנהיגים און עסקנים וואס פירן אינז אויף אלע אינזערע תורהדיגע ענינים און אינזער עקזיסטליכע ענינים, האבן א געוויסע בלאקידזש וואס איז שווער צו פארשטיין, אבער עס איז א פאקט אז געוויסע צייטען ווען כאאס קומט אריין אין בילד - לויפן זיי אין לעכער, און ווערט א מצב ווי הפקר א וועלט, און געוויסע פרימע עקסטרעמיסטן קומען פונקט דאן ארויס פון די לעכער. ממש א מצב כשזה קם זה נופל, און ווען זיי די עקסטרעימע מישן זיך אריין און נעמען טשארדזש פון די גזירה - און עס ווערט א גאלאפ פון עקסטרעמיזם -געמישט מיט גזירות - און ווער רעדט נאך ווען מען ניצט לויזינגען ווי מנין און מקווה טהרה, דאס איז א רעסעפי פאר א דיזאסטער פון עפיק פראפארציע'ס.

לייג נאך צי אייו מעטשע - מסירה און רדיפות הדת, דאס איז ווי א אייז קרים פאר א קינד, זיי גייען אריין אין היץ און הויעך, ווילד - אגנאסטיק - שטייף - און אלעס צונעזאם אז אין פוצה פה ומצפצף - געמישט מיט שארפע סלאגאנען - און פיטערען און העצן די מאסע מיט אן א שיעור אימוויסענדקייט - און דראנג צי פאלגען וואס מען הייסט, און אויך אז יעדער גייט צים לווי' מיז איך אויך גיין, אלעס צוזאמען איז איין שטיק צרה גדולה וואס וואלט פארמיטן געווארן ווי נאר התאחדות הרבנים, בית דין צדק של הזאלוינים וארוינים וואלטן גענימען די גאלדענע לייצעס און געזאגט איין מאל ''אסור ללוות מתים בנוא יארק סיטי'' וזהו. אזוי שווער געווען. עס וואלט איינגעשפארט פילע עגמת נפש ביי אחינו בני ישראל.

יעצט צים אישו פון מנין חדר און מקווה, מעג מען גיין במקום ווי עס איז מחלל את השם יתברך, לדעתי איז עס א ביג פראבלעם, אבער צוריק צים ערשטען טענה פארוואס באקום איך די שאלות, ווי איז א דעת תורה וואס זאל פסק'ענען, ווען זיי זאגן גארנישט - געשעט וואס עס געשעט די זעלבע צירקל פון דיזעסטער, נישט קיין דעת תורה קומט נישט אנשטוט דעם דעת בעל בית, נאר דעת העקסטרעמיסט וואס הייבט זיך אן מיט מינדערוויכטיגע העצע און פלאמט אויף די רוב ריבם פון די אימוויסענדע תממי לב, מאכט א יוונים נקבצו עלי קאמפיין, און עס שטעלט זיך א מנין תלמידי תורה וישיבות ומנינים ומקואות, ביז דער עולם געוואוינט זיך צו אז עס איז נארמאל, און פון דארט ביז דער מעיאר ווערט ציווילדעוועט איז א קאצען שפרינג, און פון זיין ווילדקייט ביז מען איז אים דן אלס א אנטיסעמיט דאס איז דאך באין כאחד, און פון אינז זיין Doomed ביז א געטא זאל דער באשעפער אפהיטן, אבער מיר האלטן שוין ביי די לעצטע שטאפעל וואס ריפט זיך מיר זענען Doomed.

און ווען איך מאך מיין חשבון הנפש - און איך הייב אן איבער קלערן אולי איז דער מעיאר יא א אנטי סעמיט, אולי וועט און זיין ביאגראפיע שטיין אז דער מעיאר האט אנגעהויבן ווערן ראסיסטיש אין מעי 2020, און ביז דאן האט ער געהאט גיטע קשרים מיט די אייניקלעך פון שם, און די היסטאריקער וועלן שרייבן גאנצענע ביכער וואס איז געווען זיין טריגער פוינט?, אבער פון די אנדערע זייט האלט איך אז זיין אויפברויז איז באגרינדעט, ער איז בייז אז מיר דא האבן אזא מדינה'לע בתוך א מדינה'לע, מיר מאכן אינזערע אייגענע באשלוסען, אינז האבן אינזערע אייגענע זאך קענער, סייענטיסטן, אינזער אייגענע דאטא סיסטעם, און מיר רעכענען זיך כלל וכלל לא וואס דער מעיאר האט צי זאגן, און דאס רעגט גאר שטארק אויף דעם מעיאר.

משל למה הדבר דומה, יעדער איינציגער דרייווער פארשטייט אז ווען מען דרייווט א קאר ברויךַ מען איינהאלטן די רעגאלאציע'ס און א רויטע ליכט טאר מען נישט דורך פארן, פארוואס נישט ווייל מען טאר נישט, עס איז אסור, נישט דיין געשעפט פארוואס, וואס טוט זיך אינמיטן נאכט ווען קיינער איז נישט אין גאס, און מען זעט קלאר אז קיין שום קאר איז נישט דארט? - ניין מען טאר נישט!. עד שבא חכם אחד און אינמיטן נאכט געגעבן א שמאץ אדורך דעם לייט און גארנישט האט נישט פארסירט. אזוי איז אנגעגאנגען די מצב אז ווען ער האט געקוקט - און מקיים געווען ויפן כה וכה וירא כי אין איש, סיז נישט דא קיין פאליס, ואיננו ער איז אריבער געפארן.

אזוי איז דורך געלאפן א שטיק צייט, איין צוויי מאל האט אים א פאליס אפגעשטעלט, אבער זיין לעקציע און נאכלעסיקייט האט זיך נישט אפגעשטעלט, ער האט ציגעזאגט - מקיים געווען - און באשלאסן מפרסם צי זיין. ער איז ווייטער דורך געפארן און דער מעיאר איז זיך ווייטער געגאנגען זיין וועג.

נאך א שטיק צייט הערט דער מעיאר, אז איין געגענט האט גענימען אריבער פארן רויט לייט'ס משום זיי האלטן אז זיי קענען גוט אכטונג, און זיי פארשטייען נישט פארוואס זיי מיזן שטיין ווי קלעצער ביי די לייט, זיי קענען דאך אריין כאפן מצוות און מעשים טובים אנשטוט גולם'ן אויף א לייט קוקן מיט א לאָפּע אויב עס איז רויט אדער עכט איז עס געיל אלא שלקתה, מיר זענען דאך אנדערש מיר ניצן אויס צייט. בקיצור דער מעיאר ווערט ווילדער און שיקט מעסעדזשעס, ער ווארענט די עלטערע די עסקנים די רבנים די דיינים, אבער יעדער שאקעלט זיך אפ, אלעס זאגט סארי עס איז נישט מיין פראבלעם איך האב א פעלץ נישט קיין לייסענס. ביז דער מעיאר ווערט מיעד און שיקט אראפ א מחנה פון פאליס, און ריפט אויס ווער עס פארט אריבער די לייט באקומט א פלאם פייערדיגע טיקעט - זערא טאלאראנץ.

דערנאך נעמט מען זיך שרייען הלמאי דא איז ער שטרענגער ווי אנדערע געגענטער, אבער יעדער פארשטייט ווייל דייקו די געגענט ווי אלע האבן א בארד - פיאות - און זענען נימול לשמונה - פאָרן צד השווה דורך די לייט וויי זיי זעיען נישט די וויכטיקייט. איך האף אז די נמשל פארשטייט איר זעלבסט און איך ברויך נישט מסביר זיין ווייל אויב יא, זענט איר א חלק פינעם פראבלעים.

וויי איז אונז אז ווען איך קוק מיט די אויגן זעי איך די שאול תחתית איז מיר אפען אינטער די פיס, און קיינער זעיט עס נישט, מען שרייט מען פארפירט מען מאכט פראטעסטן, מען ווערט געהעצט, און פון די צד שכנגד בויעט זיך אויך די זעלבע צייט - נקמה - שנאה - און די גויים וואס העצן אויף די מידיע - אינטער פארשידענע פעסוועדנים אדער ליידער גאר אפען, און בשעת מיר זענען שיכור פון די פונקטן וואס מיר זעקלען ווען מען שרייט אויף א פאליס - די זעלבע צייט ווערט אינזער גורל פארזיגעלט, אוי נא לנו כי חטאנו, אז די רבנים וואס זענען יעצט בשעת איך טייפ - טייפן זיי אויך אויף אלע צעטלען ווי אזוי די הינדערט שפיצל העלדן גייען אינז אפראטעווען - ווי אזוי אלע צרות קומט צוליב אינזערע חטאים, און ווי נאר מיר וועלן אוועק ווארפן אלע טרייפענע כלים און די טרייפענע סנוד'ס - גייט קאראנע גיין פון דאנעט. ווי נאר מיר וועלן נאכקומען יעדע שיגעון פון יעדען עקסטרעמיסט וואס איז עקסטרים און זיין נושא - גייט קומען די גאולה, און מיר זענען שילדיג אז מיר האבן נישט געטון אלע סגולות פון אלע מסגלים, או נא אז קיין איין אפענע בעל דעת א שטייגער ווי דער ר' עקיבה אייגער וואס ווען בשעתו איז געווען די מגיפה האט געבודזשעוועט האט ער געשריבן כאטש 6 בריוון און אין קיין איינץ שטייט נישט פארוואס די מגיפה איז געקומען, און היינטיגע מנהיגים קענען נאר צייגן מיט פינגער.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פליקער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
פארשפארט