ווען האט איר פארלוירן אייער אמונה אין די עסטעבלישמענט?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
[NAMELESS]

ווען האט איר פארלוירן אייער אמונה אין די עסטעבלישמענט?

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך בין אויפגעצויגן געווארן אין די חרדי'שע קהילה אין מאנסי צו עלטערן וואס האבן פון ביידע זייטן געשטאמט פון אויבערלענדער אידן און זיי האבן זיך קיינמאל נישט געדרייט אין עכט חסידישע ערטער נאר זיך צוגעשטעלט צום צונויפלעבן פון די רוב ציבור אין מאנסי (אין איין ווארט = מאנסיער), כ'האב געלערנט אין א חסידישע מוסד אלע מיינע יארן אבער נישט געווען א חלק אין די חסידות שווענצעריי דארטן, אבער פון די צווייטע זייט האב איך עס נישט געהאסט.

אין ישיבה האב איך געלערנט אין א חסידישע מקום, נישט אונטער א ספעציפישע חסידות, כ'בין אבער ווייטער מיטגעגאנגען מיטן סיסטעם, ביז א געוויסע תקופה אין מיין לעבן וואס דאן האב איך זיך פארהאנקערט אין די גרויליגע חלק פון די חסידישע סאסייעטי, וואס דאס איז די שידוכים פראצעדור, און פון דארט און ווייטער האב איך עס אנגעהויבן האסן און דאן איינגעזען אין די שקר פון די זאך.

פון דאן האב איך שוין נישט געגלייבט אין די רבנים, שוין נישט געגלייבט אין די סיסטעם, שוין נישט געגלייבט אין די לעבנסשטייגער, און דאס אלעס האט מיר צוגעברענגט אז כ'זאל נישט קענען מחלק זיין בין טוב למוטב און כ'האב פשוט אויפגעהערט היטן געוויסע זאכן מחמת אומוויסנשאפט און מיסאינפארמאציע נישט קענעדיג צוטיילן צווישן א הלכה און א מנהג חסידות.

נישט אז שידוכים איז די עיקר וואס איז קובע אז די חסידישע סיסטעם איז פארשטינקען, נאר דא האט עס ביי מיר אויסגעקלאפט, דעריבער ווען מען רעדט פון די ריסענט פראבלעמען ואס די סיסטעם שטעלט היינט פאר ווי שמואל ניימאן און קידטשאטשקע איז עס נאר נאך א זאך אויף די ליסטע, און עס איז מער נישט אפילו א פראף אז עס איז קארופטירט ווייל כ'דארף נישט נאך איבערווייזונגען.

היינט ב"ה שפיר איך אז כ'בין אין פיל א בעסערע ארט, מען קען נאך גיין פיל ווייטער, אבער כ'בין זיכער אז יעדער דא האט א באזונדערע געשיכטע וואס האט אים פאראורזאכט אויפצוהערן גלייבן אין די סיסטעם, עס וואלט זיכער געוועם אנגענעם זיך אויסצושמועסן דאהי יעדער איינער וואס האט אים אינספירירט צו אפלאזן די סיסטעם (אפילו נאר אין קאפ) וואס הינקעט און קרעכצט שוין אונטער.

נישט סתם נאך א אשכול פאר העיט, סתם קלארשטעלן וואס זענען די הויפט פראבלעמען אין די חרדישע סיסטעם בכלל און ביי חסידים בפרט.
באניצער אוואטאר
אמת וצדק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 180
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 559 מאל

שליחה דורך אמת וצדק »

ביטע אויב דו קענסט מער מסביר זיין וואס באדערט דיך בנוגע שידוכים.
או אינו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 271
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 8:05 pm
האט שוין געלייקט: 225 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 121 מאל

שליחה דורך או אינו »

מאך זיכער האט געשריבן:היינט ב"ה שפיר איך אז כ'בין אין פיל א בעסערע ארט

איך פריי זיך מיט דיר אז היינט ביזטו מסודר.
איז דאס אויך אין א חסידישע געזעלשאפט אדער א נייער מקום?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יא, כ'האב כמעט נישט געטוישט קיין אויסערליכע זאכן אבער די געדאנקענגאנג איז גאר אנדערש און דאס איז דער עיקר, הגם כ'קלער אז עס האלט דעם מענטש לימיטעד אין א געוויסע זין און עס איז וויכטיג פאר מאנכע דאס אויך צו אוועקנענען פון זיך.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אמת וצדק האט געשריבן:ביטע אויב דו קענסט מער מסביר זיין וואס באדערט דיך בנוגע שידוכים?

קודם איז דאך די באקאנטע טענה פון די צוואנציג מינוטע באקאנטשאפטן, דאן איז דא נאך א מכה אז מען קוקט קודם צו די משפחות שטימען, די ראסיזם פון אשכנז/ספרד, מען ערלויבט נישט קיין בחור צו זיצן מיט מערערע מיידלעך צו באשטימען וואס זיין נפש האט ליב, און אויך די מיאוס'ע וועג וואס מען לאזט הערן א ניין, די שדכנים מיט זייערע ליגנטס, די שטותים פון נאכקוקן די נעמען גימטרי'ס, די פאלשע חתן רבי'ס און כלה טיטשערס, די אריינגעצווינגענע חתונות, די זיך נישט אפהאקן פון די עלטערנס פארטוך און די עלטערנס כסדר'דיגע נאכקוקן וואס די פארפאלק טוט און מאכט וכו' וכו'...
באניצער אוואטאר
במדבר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 281
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:58 pm
האט שוין געלייקט: 699 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

שליחה דורך במדבר »

ווייל איך האב גערעכנט, אז עס גייט העכסט וויירשיינדליך ארויסקימען אלע סארטן מומחים בעיניהם, וואס גייען טענה'ן אז די גאנצע קווארענטין בימי הקאראונא, איז נישט געווען אויסגעהאלטן (צוליב עקענאמישע סיבות וכדו'). און די שאקל-אידען גייען מיר זאגען: זעהסט! ''איך האב געוויסט!'' איך האב דיר געזאגט! יעצט זעהט יעדער איין..... איך האף אז די קימענדע מאל וועסטו יא האבן שכל.
הלוואי ויתמזגו מזרח ומערב (אהוד מנור).
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

שאקעל-אידן :?:
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
במדבר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 281
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:58 pm
האט שוין געלייקט: 699 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

שליחה דורך במדבר »

אישתישבי האט געשריבן:שאקעל-אידן :?:

ס'ליגט מיר אין קאפ אז יעקב נויזנר פלעגט אזוי ריפן חרדי'שע אידען.
הלוואי ויתמזגו מזרח ומערב (אהוד מנור).
פארשפארט