איך בין אויפגעצויגן געווארן אין די חרדי'שע קהילה אין מאנסי צו עלטערן וואס האבן פון ביידע זייטן געשטאמט פון אויבערלענדער אידן און זיי האבן זיך קיינמאל נישט געדרייט אין עכט חסידישע ערטער נאר זיך צוגעשטעלט צום צונויפלעבן פון די רוב ציבור אין מאנסי (אין איין ווארט = מאנסיער), כ'האב געלערנט אין א חסידישע מוסד אלע מיינע יארן אבער נישט געווען א חלק אין די חסידות שווענצעריי דארטן, אבער פון די צווייטע זייט האב איך עס נישט געהאסט.
אין ישיבה האב איך געלערנט אין א חסידישע מקום, נישט אונטער א ספעציפישע חסידות, כ'בין אבער ווייטער מיטגעגאנגען מיטן סיסטעם, ביז א געוויסע תקופה אין מיין לעבן וואס דאן האב איך זיך פארהאנקערט אין די גרויליגע חלק פון די חסידישע סאסייעטי, וואס דאס איז די שידוכים פראצעדור, און פון דארט און ווייטער האב איך עס אנגעהויבן האסן און דאן איינגעזען אין די שקר פון די זאך.
פון דאן האב איך שוין נישט געגלייבט אין די רבנים, שוין נישט געגלייבט אין די סיסטעם, שוין נישט געגלייבט אין די לעבנסשטייגער, און דאס אלעס האט מיר צוגעברענגט אז כ'זאל נישט קענען מחלק זיין בין טוב למוטב און כ'האב פשוט אויפגעהערט היטן געוויסע זאכן מחמת אומוויסנשאפט און מיסאינפארמאציע נישט קענעדיג צוטיילן צווישן א הלכה און א מנהג חסידות.
נישט אז שידוכים איז די עיקר וואס איז קובע אז די חסידישע סיסטעם איז פארשטינקען, נאר דא האט עס ביי מיר אויסגעקלאפט, דעריבער ווען מען רעדט פון די ריסענט פראבלעמען ואס די סיסטעם שטעלט היינט פאר ווי שמואל ניימאן און קידטשאטשקע איז עס נאר נאך א זאך אויף די ליסטע, און עס איז מער נישט אפילו א פראף אז עס איז קארופטירט ווייל כ'דארף נישט נאך איבערווייזונגען.
היינט ב"ה שפיר איך אז כ'בין אין פיל א בעסערע ארט, מען קען נאך גיין פיל ווייטער, אבער כ'בין זיכער אז יעדער דא האט א באזונדערע געשיכטע וואס האט אים פאראורזאכט אויפצוהערן גלייבן אין די סיסטעם, עס וואלט זיכער געוועם אנגענעם זיך אויסצושמועסן דאהי יעדער איינער וואס האט אים אינספירירט צו אפלאזן די סיסטעם (אפילו נאר אין קאפ) וואס הינקעט און קרעכצט שוין אונטער.
נישט סתם נאך א אשכול פאר העיט, סתם קלארשטעלן וואס זענען די הויפט פראבלעמען אין די חרדישע סיסטעם בכלל און ביי חסידים בפרט.
ווען האט איר פארלוירן אייער אמונה אין די עסטעבלישמענט?
אמת וצדק האט געשריבן:ביטע אויב דו קענסט מער מסביר זיין וואס באדערט דיך בנוגע שידוכים?
קודם איז דאך די באקאנטע טענה פון די צוואנציג מינוטע באקאנטשאפטן, דאן איז דא נאך א מכה אז מען קוקט קודם צו די משפחות שטימען, די ראסיזם פון אשכנז/ספרד, מען ערלויבט נישט קיין בחור צו זיצן מיט מערערע מיידלעך צו באשטימען וואס זיין נפש האט ליב, און אויך די מיאוס'ע וועג וואס מען לאזט הערן א ניין, די שדכנים מיט זייערע ליגנטס, די שטותים פון נאכקוקן די נעמען גימטרי'ס, די פאלשע חתן רבי'ס און כלה טיטשערס, די אריינגעצווינגענע חתונות, די זיך נישט אפהאקן פון די עלטערנס פארטוך און די עלטערנס כסדר'דיגע נאכקוקן וואס די פארפאלק טוט און מאכט וכו' וכו'...
- במדבר
- ידיד השטיבל
- הודעות: 281
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:58 pm
- האט שוין געלייקט: 699 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל
ווייל איך האב גערעכנט, אז עס גייט העכסט וויירשיינדליך ארויסקימען אלע סארטן מומחים בעיניהם, וואס גייען טענה'ן אז די גאנצע קווארענטין בימי הקאראונא, איז נישט געווען אויסגעהאלטן (צוליב עקענאמישע סיבות וכדו'). און די שאקל-אידען גייען מיר זאגען: זעהסט! ''איך האב געוויסט!'' איך האב דיר געזאגט! יעצט זעהט יעדער איין..... איך האף אז די קימענדע מאל וועסטו יא האבן שכל.
הלוואי ויתמזגו מזרח ומערב (אהוד מנור).