בד"ה: הרה"ח ר' חיים משה שטויבער ז"ל

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
[NAMELESS]

בד"ה: הרה"ח ר' חיים משה שטויבער ז"ל

שליחה דורך [NAMELESS] »

עס קומט אהן די שווערע בשורה אז עס איז נפטר געווארן הרה"ח ר' חיים משה שטויבער ז"ל, עסקן נמרץ לכל דבר שבקדושה, און רעדאקטאר פון דער איד פאר לאנגע יארן
בייגעלייגטע פיילס
IMG_20200504_082653_245.jpg
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ר' חיים משה איז געװעהן א איש האשכולות. א גאלדענע שרייבער אין אידיש און אין ענגליש. דא איז א בוך וואס ער האט ארויסגעגעבן עטליכע יאר צוריק.
בייגעלייגטע פיילס
5984_1.jpg
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

בד"ה: הרה"ח ר' חיים משה שטויבער, ע"ה איז טאקע געווען אן איש האשכולות. ווען ער איז געווען דער רעדאקטאר פון ..."דער איד"...איז דער צייטונג געווען אויף גאר א הויכן סטענדערד...!

דאס איז געווען נאך פאר די תקופה פון קאמפיוטערס און אינטערנעט. מ'האט געמוזט טון א יעדע זאך מיט די הענט. און האלטן קאפ אויף א יעדן פאקט אז ס'זאלל ארויסקומען א שלימות'דיגע ארטיקל. נישט אזוי ווי היינט. וואס מיט א דרוק פון א קנעפל האט מען א סאך קוועלער פון רעפערענס. נאר דאמאלס (ווען גוגל און וויקיפעדיא האבן נאכנישט עקזיסטירט) האט מען געמוזט א סאך ליינען און נאכזוכן רעפערענסעס. און ר' חיים משה האט טאקע אזוי געטון. און ער איז געווען זייער גוט אינפארמירט. ער האט געלייגט א דגוש אויף דעם אינטעלעקטואלן ניווא פון דעם צייטונג. אמת. ער האט איינגעהאלטן דעם תנאי פון די הסכמה פון רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע צו די דרוקן און פארשפרייטן די צייטונג. אז די ערשטע בלאט מוז אייביג רעדן בגנות הציונים...!

ער האט געשריבן די עדיטאריעל בלאט. און אויך די אפ. עד. אויסער אנדערע ארטיקלען. וועלכע ער האט געשריבן אונטער א פסעוודאנים. איינס פון זיינע פארשטעלטע נעמען איז געווען..ח.מ.ש. די אנדערע נאמען מיט וואס ער האטציך זייער אפט באנוצט איז געווען...א. צפת'ער...ווייל ער האט אמאל געוואוינט אין צפת. צוזאמען מיט זיינע עלטערן. ער (איז געווען א סאך עלטער פון מיר) האט מיר אייביג פארציילט אז מיין טאטע איז געווען זיין רבי. ער האט איהם טאקע גערופן רבי...! אונזערע ביידע משפחות. זיין טאטע, ר'יחזקאל און מיין טאטע, ע"ה זענען געווען זייער נאנט. נאך אין ארץ ישראל. נאכדעם אין אן אנדערע מדינה. און שפעטער אין ניו יארק...!

מיט עטליכע יאר צוריק האט ער געמופט אין שכינות פון מיין ביהמ"ד. און ער איז אפט געקומען דאווענען דארט. שפעטער האט ער געליטן א (מילדן) סטראוק. פון וואס ער האטציך כמעט איגאנצן ערהוילט. און ער איז ווייטער אנגעגאנגען מיט זיין עסקנות לצורך הכלל. ווייל ביי זייער א סאך פראטעסטן און מערכות וואס דאס יהדות החרדית אין ניו יארק האט געפיהרט איז ער געווען איינער פון די ראשי המדברים. קענענדיג רעדן א גוטן ענגליש.

מיט עטליכע יאר שפעטער האט ער ל"ע געליטן א שטארקן סטראוק. פון וואס ער האטציך זייער שווער ערהוילט. ס'האט אפעקטירט זיין גיין. ער איז שוין נאכדעם נאר געגאנגען מיט א ווהיעל טשעיר. און זיין לשון. אבער זיין קאפ האט נאך קלאר געארבעט...!

ער האט איבערגעלאזט א שיין דור פון קינדער, אייניקלעך און אור אייניקלעך תלמידי חכמים און בעלהבית'ישע און טאלאנטירטע מענטשן... יהי זיכרו ברוך...!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ער איז געווען 30 יאהר אלט ווען עס איז געווארן רעדאקטאר פון דער איד!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

חת"ם סופר: ער האט געמוזט זיין א ביסל עלטער. בערך 35 יאר, לכה"פ. איך האב ערגעץ געליינט אדער געהערט אז ער איז געבוירן אין יאר 1940. כ'מיין אז ער איז געווארן דער רעדאקטאר אין יאר 1975...!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ער איז געבוירן געווארן כ''א כסלו תש''ב
געווארען רעדאקטאר בערך תשל''ב
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

זיין הויפט פען נאמען אינעם אין "דער גוי" איז געווען שמחה בוימל.... שוין... מען זאל דאס אים אוודאי נישט דערמאנען דארט אויבן אינעם הימלישן געריכט...
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

ער גייט זיצען אין איין היכל מיט ווידער.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
יודישע שרייבער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 187
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 4:48 am
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 194 מאל

שליחה דורך יודישע שרייבער »

אן אריינצוגיין אין זיין געלונגענע שרייבערייען און כשרונות וכו' וואס [tag]berlbalaguleh[/tag] האט שוין דערמאנט און פארדינט זיך א באזינדערע הערכה, דארף ווערן ארויסגעברענגט זיין מצוות ומעשים טובים, עסקנות הכלל והפרט וואס ער האט געטון מיט זיין איבערגעגעבענע ווייכע הארץ, איך פערזענליך ווייס פון פעלער ווי ער האט צאמגעשטעלט קינדער מיט זייערע עלטערן כאטש וואס ער האט קיין גרויס כבוד נישט פארדינט וועגן דעם (אויב עפעס פארקערט...) אין דאס איז געווען יאאאאאארן פאר עס איז געווארן א אויפוואכונג אין דעם פארווייטאגטע נושא...
יהא זכרו ברוך און זאל אים זיינע זכותים ביישטיין.
We buy things we don't need
with money we don't have
to impress people we don't like
(קרעדיט: @טייערע ברודער)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אישתישבי: יא. ווידער איז אויך געווען א וואוילער איד און אן איש מושלם...! נאר וואס קענמיר אונז קליינע מענטשעלעך זאגן דיעות וואו און אין וועלכן היכל איינער וועט זיצן. מ'עט זיצן וואו מ'עט אונז אריינלאזן...!

די גמ' זאגט שוין..." עולם הפוך ראיתי. עליונים למטה. ותחתונים למעלה""... איינער וואס איז געזיצן אויף מזרח וועט ענדיגן 3 שטאק אין בעיסמענט. און איינער וואס איז געזיצן נעבן די טיר. וואו אלע אורחי פרחי דרייען זיך. וועט זיצן אויבן אן אין גן עדן...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
היסטאריקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1029
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 1704 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 310 מאל

Re: בד"ה: הרה"ח ר' חיים משה שטויבער ז"ל

שליחה דורך היסטאריקער »

קאך_לעפל האט געשריבן:זיין הויפט פען נאמען אינעם אין "דער גוי" איז געווען שמחה בוימל.... שוין... מען זאל דאס אים אוודאי נישט דערמאנען דארט אויבן אינעם הימלישן געריכט...
שמחה בוימעל, ר"ת הרב חיים משה שטויבער בן יחזקאל מנחם ואשתו לאה

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

ר' בערל הי''ו, כבין ב''ה נישט אזוי אויסגעקאכט אינעם גוי אבער דו דערמאנסט אונז כסדר די היסטאריע פון נידריגן דעמאגאג ר' סענדר דייטש דער אבי אבות האדעמאגאגן וואס אלע היינטיגע ראצערלעך זענען תלמידי תלמידיו. ווי אזוי איז רח''מ געווען אין דעם ענין? איז ער געוון עפעס מער אויפריכטיג?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איך אויך: יא. זיכער. ר' סענדער דייטש האט אויך געשריבן אויף א הויכן לעוול. ספעציעל זיין גראמאטיק (דקדוק הלשון) איז געווען אויפ'ן העכסטן שטאפל. און זיין וואקעבולערי אויך. נאר ער האט שוין געהאט אן אגענדא. און ער האט עס איבעראל אריינגערוקט. למשל, אין יאר 76' למספ', נאכדעם וואס די אידן זענען בחסדי ה' געראטעוועט געווארן פון די מערדערישע הענט פון די אראבישע און דייטשע רוצחים וועלכע האבן געהיידזשעקט זייער עראפלאן און עס פארשלעפט קיין ענטעבע, אוגאנדא, און די העלדישע בחורים פון צה"ל זענען געקומען און מיט מסירת נפש אויסגע'הרג'עט די מערדערס און אוועקגעפיהרט די אידן פון דארט. יענע וואך האט ר' סענדער דייטש געשריבן אין זיין אפ-עד פעידזש אונטער'ן נאמען "אליעזר עפשטיין" אז דער דייטשער היידזשעקער האט נישט געוואלט אומברענגען די אידן... און די מערדערישע צה"ל רוצחים, כלשונו, האבן איהם גע'הרג'עט אומשולדיגערהייט... ווען איך האב דאס געליינט איז מיין בלוט פרעשור ארויף זייער הויעך... דאס איז נאר א קליינע סעמפל פון וואס ער האט געשריבן וואך נאך וואך.

מ'דארף געדענקען 2 זאכן, אז ר' חיים משה איז געווען דער עדיטאר פונ'ם איד נאר א קורצע תקופה. און ער איז שוין דאמאלס נישט געווען פארבונדן מיט'ן "איד"...!

די צווייטע זאך איז אז ר' סענדער דייטש האט די גאנצע צייט אנגעהאלטן דאס שרייבן אונטער'ן נאמען "אליעזר עפשטיין". ער האט געהאט נאך א קאלום וואס ער האט געשריבן און רעדאגירט (נישט "רעדאקטירט", פאר די פסעוודא-אינטעלעקטואלן). דער קאלום האט געהייסן "פון דא און דארט". דארט האט ר' סענדער געשימפט און געמאכט ליצי ליצנות באופן קבוע פון אלע רבי'ס. ספעציעל ליובאוויטש. ער פלעגט געווענליך אנהייבן זיין קאלום בזה הלשון, "די גמ' זאגט... כל ליצנותא אסורא, בר מליצנותא דעבודה זרה... און ליובאוויטש האט געטון די פאני זאך. און וויזשניץ אט די פאני זאך, און קלויזנבורג האט געטון דאס. הא הא הא...! אבער ר' חיים משה האט קיינמאל נישט גענוצט די לשונות.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
היסטאריקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1029
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 1704 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 310 מאל

שליחה דורך היסטאריקער »

איך וועל דיר זאגן אפאר היסטארישע פאקטן וואס איך האב אליין מיטגעהאלטן.
1) 'פון דא און דארט' האט נישט ר' סענדער געשריבן, דער שרייבער. (שמו באישי) (פערצופאל א וויזניצער) וואס האט זיך איינגעגלידערט אין סאטמאר ווייל ער איז געווארן א איידעם אין סאטמאר (זיין זון האט געלערנט מיט מיר אין איין חדר, דורך אים האב איך מיטגעהאלטן ווי שבת אין ביהמ"ד דיסקוסירט ער זיינע ארטיקלעך).

2) זיי האבן קיינמאל נישט געשריבן יענע יארן קעגן וויזשניץ אדער קלויזענבערג און אויך נישט קעגן ליבאוויטש ביז תשל"ז ביי די ענטעבי פרשה וואס דאן האט דער אלגעמיינער זשורנאל געשריבן אסאך ערגער און אסאך פריער, זיי האבן קיינמאל נישט גערעדט פערזענליך קעגן ליבאוויטשער רבי ז"ל נאר קעגן זייערע פעולות, איך קען אסאך מאריך זיין דערין, און בין גרייט זאלסט מיר ווייזן פארקערט.

3) איך וויל דיר צוווארפן א ביינדל און פארציילן פארוואס ר' חיים משה שטויבער ע"ה איז געפייערט געווארן פון דער איד, צוליב 2 סיבות: 1. ווען דער בית ישראל זצ"ל איז נפטר געווארן האט ער געשריבן נפלה עטרת ראשינו, 2. ווען דער ברך משה זצ"ל (דעמאלס סיגעטער רב) איז געפארן קיין אר"י בשליחות דודו רביה"ק זי"ע האט ער געשריבן דאס אין צייטונג, דאס האט זייער געבאדערט פאר די דעמאלסדיגע אינשי דלא מעלי און ער האט פארלוירן די פאסטן.
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

היסטאריקער: איך בין מסכים מיט רוב פון וואס דו זאגסט. אבער ווען די ליובאוויטשער רבי האט ..."געפיפן"? ביי שלוש סעודות האט דער פון דא און דארט געמאכט גאנצע מטעמים דערפון. זאג מיר נישט אנדערש... ווייל איך געדענק עס...און די כינויים וואס ער האט געהאט אויפ'ן בעלזער רב...?!

והשנית. אויב ער האט געשריבן עפעס פעולות וואס די ליובאוויטשער רבי האט געטון. און ער האט עס געשריבן בלשון..אין חב"ד האט מען געטון אזוי און אזוי...אלס א געלעכטער און חוזק. צי הייסט דאס נישט געלאכט און געשפעט פון די רבי אליין...?!
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

וועגן די וויזניצע שרייבער וואס פלעגט שרייבן קנאות אין דער איד (קען זיין ער איז נאכאלץ דארט) ווייסן מיר. און ער איז נישט קיין מאנסי וויזניצער נאר א בני ברק'ע גאר.
אגב, ערגעץ האב איך געליינט (אפשר אייוועלט) אז די רוברינק פון דא און פון דארט ערשיינט שוין מער נישט אין דער איד. איז דאס ריכטיג?
ווער געדענק חיים שאולזאן פלעגט האבן א וועכענטליך קאלום אין די אידישע וואכנשריפט: פון דארט און פון דא, געשריבן דורך סנדר עפשטיין און אליעזר דייטש?

צוריק צו ר' חיים משה, ער איז טאקע געווארן אויס רעדאקטאר אבער ער פלעגט נאך שרייבן אין דער איד ביז'ן סטראק (אפשר שפעטער אויכעט).
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

שמעון וואלף האט געשריבן:וועגן די וויזניצע שרייבער וואס פלעגט שרייבן קנאות אין דער איד (קען זיין ער איז נאכאלץ דארט) ווייסן מיר. און ער איז נישט קיין מאנסי וויזניצער נאר א בני ברק'ע גאר.

זאג מיר נישט אז יונה כהן שרייבט באהאלטענערהייט קנאות אין ״דער איד״ פאר יאהרן לאנג ואנכי לא ידעתי...

אפשר זאל חיים שאולזאהן רופן זיין קאלום פון ״דא און דארט״ פון יונה ראפאפארט און יוסל כהן :lol:
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
היסטאריקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1029
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 1704 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 310 מאל

Re: בד"ה: הרה"ח ר' חיים משה שטויבער ז"ל

שליחה דורך היסטאריקער »

berlbalaguleh האט געשריבן:היסטאריקער: איך בין מסכים מיט רוב פון וואס דו זאגסט. אבער ווען די ליובאוויטשער רבי האט ..."געפיפן"? ביי שלוש סעודות האט דער פון דא און דארט געמאכט גאנצע מטעמים דערפון. זאג מיר נישט אנדערש... ווייל איך געדענק עס...און די כינויים וואס ער האט געהאט אויפ'ן בעלזער רב...?!

והשנית. אויב ער האט געשריבן עפעס פעולות וואס די ליובאוויטשער רבי האט געטון. און ער האט עס געשריבן בלשון..אין חב"ד האט מען געטון אזוי און אזוי...אלס א געלעכטער און חוזק. צי הייסט דאס נישט געלאכט און געשפעט פון די רבי אליין...?!
ביז ענטעבי עפאכע זענן אזעלעכע ארטיקלן נישט געווען, איך בין פון די 4 יאר געווען א לייענער, און קיינמאל נישט געזען ארטיקלעך קעגן ליבאוויטש און אוודאי וויזניץ אדער בעלז
שפעטער ווען עס איז געווען די מחלוקה האט מען קיינמאל נישט געשריבן פערזענליך כמעט אוו אוודאי נישט אויף אזא אופן ווי אלגעמיינער האט געשריבן קעגן רבני התאחדות, און נישט וואס המחנה החרדי האט געשריבן קעגן סאטמאר און עדה החרדית (אפגערעדט וואס זיי האבן גערודפ׳ט דעם מנחת יצחק פערזענליך)
איך זאג נישט אז סאטמאר זענן מפיל קינדער, אבער אין יענע יארן איז מען נאך געווען זייער איינגעהאלטן,

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

היסטאריקער: איך זאג נישט אז די אנדערע, אנטי סאטמאר גרופס קענען נישט די מלאכה. און האבן נישט געשריבן אקעג סאטמאר. אבער דער איד, וואס איז דער אפיציעלער ארגאן פון די סאטמאר'ע קהילה האט בישירות או בעקיפין געשריבן גאנץ פיין זאפטיגע ארטיקלען. כאטש איך האב עס נישט אנגעהויבן צו ליינען ביי די 4 יאר. ביי די 4 יאר ביניך נאך ארומגעפארן אויף ביג ווהיעלס אין חדר...!

נאר ס'זענען געווען גאנץ לעבעדיגע ארטיקלען און מעשים. הויפטזעכליך דורך חב"ד בחורים. אבער איך ווילל עס דא נישט אויסרעכענען ווייל ס'איז שלא מן העניין. נאר אז דער איד האט געשריבן זאכן וואס זענען געווען אפן שקר אדער האלבע אמת'ן. דאס קען קיינער נישט אפלייקענען...!
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

שבת אחים האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:וועגן די וויזניצע שרייבער וואס פלעגט שרייבן קנאות אין דער איד (קען זיין ער איז נאכאלץ דארט) ווייסן מיר. און ער איז נישט קיין מאנסי וויזניצער נאר א בני ברק'ע גאר.
אגב, ערגעץ האב איך געליינט (אפשר אייוועלט) אז די רוברינק פון דא און פון דארט ערשיינט שוין מער נישט אין דער איד. איז דאס ריכטיג?
ווער געדענק חיים שאולזאן פלעגט האבן א וועכענטליך קאלום אין די אידישע וואכנשריפט: פון דארט און פון דא, געשריבן דורך סנדר עפשטיין און אליעזר דייטש?

צוריק צו ר' חיים משה, ער איז טאקע געווארן אויס רעדאקטאר אבער ער פלעגט נאך שרייבן אין דער איד ביז'ן סטראק (אפשר שפעטער אויכעט).

זאג מיר נישט אז יונה כהן שרייבט באהאלטענערהייט קנאות אין ״דער איד״ פאר יאהרן לאנג ואנכי לא ידעתי...

אפשר זאל חיים שאולזאהן רופן זיין קאלום פון ״דא און דארט״ פון יונה ראפאפארט און יוסל כהן :lol:

ניין, נישט יונה כהן.
דער איד הייסט הערשקאוויטש
היסטאריקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1029
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 1704 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 310 מאל

Re: בד"ה: הרה"ח ר' חיים משה שטויבער ז"ל

שליחה דורך היסטאריקער »

berlbalaguleh האט געשריבן:היסטאריקער: איך זאג נישט אז די אנדערע, אנטי סאטמאר גרופס קענען נישט די מלאכה. און האבן נישט געשריבן אקעג סאטמאר. אבער דער איד, וואס איז דער אפיציעלער ארגאן פון די סאטמאר'ע קהילה האט בישירות או בעקיפין געשריבן גאנץ פיין זאפטיגע ארטיקלען. כאטש איך האב עס נישט אנגעהויבן צו ליינען ביי די 4 יאר. ביי די 4 יאר ביניך נאך ארומגעפארן אויף ביג ווהיעלס אין חדר...!

נאר ס'זענען געווען גאנץ לעבעדיגע ארטיקלען און מעשים. הויפטזעכליך דורך חב"ד בחורים. אבער איך ווילל עס דא נישט אויסרעכענען ווייל ס'איז שלא מן העניין. נאר אז דער איד האט געשריבן זאכן וואס זענען געווען אפן שקר אדער האלבע אמת'ן. דאס קען קיינער נישט אפלייקענען...!
איך בין גרייט פאר די טזשעלענזש, ווייז מיר ווי זיי האבן געשריבן, איבערהויפט ליגענטס?
און דער אלגעמיינער וואס איז געווען דער אפיציעלער ארגאן האט נישט געשריבן ליגענטס?

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

היסטאריקער: און דער עפיזאד וואס איך האב צוגעברענגט. דאס איז געווען אין די וואך וואס די אידן זענען ב"ה אהיימגעקומען בשלום. דאס האט ר' סענדער דייטש, אונטער'ן נאמען אליעזר עפשטיין געשריבן אין זיין אפ-עד ארטיקל. אז איינער פון די אידישע געפאנגענע האט געהאט א דיאלאג מיט'ן הויפט היידזשעקער וואס ער און זיין גוירל פרענד זענען געווען דייטשן, ימ"ש. זאגנדיג צו איהם אז ער איז דאך נישט בעסער ווי זיינע עלטערן. ווייל זיי האבן געהרג'עט אידן. און ער טוט דאס זעלבע...! און דער דייטש האט מודה געווען צו איהם און ער האט אראפגענומען דעם ביקס פון די אידן. און ער האט געזאגט אז ער האט נישט געהאט אינזין צו הרג'ען די אידן...און די רוצחי'שע סאלדאטן פון מדינת ישראל האבן איהם געשאסן...!

קודם כל. ווער (אויסער ר' סענדער) זאגט אז דער דיאלאג איז בכלל פארגעקומען. אויסער דעם. וואספארא נוצן האבן די געפאנגענע אידן געהאט פון זיין חרטה...!

דריטנס. די סאלדאטן וועלכע זענען געקומען ראטעווען די אידן האבן פונקטליך געוואוסט די ראלע פון דעם דייטשן שייגעץ און די שיקסע. און זיי האבן געוואוסט אז זיי זענען באוואפנט מיט מאשין גאנס. זיי האבן טאקע געציהלט אויף זיי. אלעס איז געגאנגען אין סעקונדעס. ווייל אויב נישט וואלטן די טעראריסטן זיי געהרג'עט, ח"ו.

נאר ווי קומט א איד צו באוויינען די פגירה פון א דייטשן מערדער...?! איך ווייס אז אלס איד האב איך מיך זייער שטארק געפרייט. און איך האב געדאנקט דעם באשעפער אז די אידן זענן באפרייט געווארן...! נאר ס'איז געווען נאך א סאך אנדערע פעלער וואו הרב ר' סענדער איז אייביג אריינגעקומען פארקערט...!
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

שמעון וואלף האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:וועגן די וויזניצע שרייבער וואס פלעגט שרייבן קנאות אין דער איד (קען זיין ער איז נאכאלץ דארט) ווייסן מיר. און ער איז נישט קיין מאנסי וויזניצער נאר א בני ברק'ע גאר.
אגב, ערגעץ האב איך געליינט (אפשר אייוועלט) אז די רוברינק פון דא און פון דארט ערשיינט שוין מער נישט אין דער איד. איז דאס ריכטיג?
ווער געדענק חיים שאולזאן פלעגט האבן א וועכענטליך קאלום אין די אידישע וואכנשריפט: פון דארט און פון דא, געשריבן דורך סנדר עפשטיין און אליעזר דייטש?

צוריק צו ר' חיים משה, ער איז טאקע געווארן אויס רעדאקטאר אבער ער פלעגט נאך שרייבן אין דער איד ביז'ן סטראק (אפשר שפעטער אויכעט).

זאג מיר נישט אז יונה כהן שרייבט באהאלטענערהייט קנאות אין ״דער איד״ פאר יאהרן לאנג ואנכי לא ידעתי...

אפשר זאל חיים שאולזאהן רופן זיין קאלום פון ״דא און דארט״ פון יונה ראפאפארט און יוסל כהן :lol:

ניין, נישט יונה כהן.
דער איד הייסט הערשקאוויטש

יא כהאב געהערט. איינער האט מיר געשריבן אין אישי. כקען אבער נישט כאפן פון וועמען מען רעדט דא.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
פארשפארט