בחורים אין ישיבת מיר

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
מיש-נייעס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 424
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל

נישט מיר נישט דיר...

שליחה דורך מיש-נייעס »

די וועלט זאגט: נישט מיר נישט דיר...
אבער עס ליגט א שטארקע אמת אין דעם נישט מיר איז די פראבלעם נישט דיר איז די פראבלעם
די פראבלעם איז די שורש הדברים וואס די חכמי הדור ברעכן זיך קאפ וואס גייט דא פאר, וואס טו מיר מיט די קינדער, אבער אפילו די שאלה איז נישט גוט געפרעגט, ווייל עס איז נישט וואס טו מיר מיט די 'קינדער' וואס טו מיר מיט די טאטע'ס וואס גייט פאר אידישקייט איז אין געפאר, מאראל איז אין געפאר
א ודאי קענסטו צעלייגן זייער גוט 'מיר' אהער 'מיר' אהין און ווי מ'זאגט ק'לי וק'לי דברי אלוקים חיים איר זענט אלע גערעכט
און צום אמת איז די שורש הדברים איין ווארט עס פעלט יסודות, די סיסטעם גייט הערליך אן, אבער די מלמדים זענען נישט שטארק וואס איז עיקר און וואס טפל, די עלטערן ווייסן נישט וואס מען דארף אריינלייגן - נישט אין די קינדער - אין זיך ווייסן זיי נישט וואס מען מעג וואס מען טאר וואס מעח מוז און וואס מען דארף
און דאס איז גורם אז קינדער בחורים מיידליך טאטע'ס זיידעס מלמדים רבי'ס רבנים משפיעים וכו וכו לעבן ווי א בנין אן קיין יסודות און אודאי אז עס קומט א קליין ווינטל ווארט עס איין די בנין
סוי עס קומט נישט אריין דא 'מיר' אין די פיקטשער עס איז נאר נאך א קרישקעלע אינם כאאס

עס איז דא א לעזונג צו אלע פראבלעמען אבער קודם דארף מען וויסן אז נישט בחורים מיידליך מיר אינטערנעט סמארטפון וכו וכו איזדי פראבלעם, דאס איז נאר א אנטלויף פלאץ ווי מען גייט אוועק פון א ליידיג לעבן ליידער, א לעבן וואס איז געווארן מאיזה סיבה שיהיה א לעבן אן יסודות, צו זיכן עפעס אנדערש
ועוד חזון למועד
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מיש-נייעס, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך כאפ נישט געהעריג די רעדע דא, מ׳רעדט דא פון זיך דרייען מיט נקיבות כאילו דער נקיבה באלאנגט צו כת ש״ץ, איז דען נישט דער דער תכלית פון א בחור ע״פ תורה צו טרעפן א אידיש מיידל און חתונה האבן באהבה אחוה שלום וריעות, עסן טשולענט קען איך פארשטיין, מהאט זיך געפירט אז די שבת׳דיגע מאכלים עסט מען נאר שבת, אבער טרעפן נקיבות איז דאך א מצות עשה דאוריתא.
חכמת שלמה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 10:56 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 330 מאל

שליחה דורך חכמת שלמה »

זעה איך אז שמואל פרימו איז אויסגעשפארט געווארן פון דא... א שאד... טראץ זיינע מיינונגען, האט ער אבער צוגעגעבן צום ספייס פון דעם פלאץ און עס געמאכט קאלירפול.
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3022 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

Re: בחורים אין ישיבת מיר

שליחה דורך סאשי פיש »

די ערשטע תגובה דיינע איז איבער אן אלטע ניק. זעט נישט אויס גוט...
מאך זיכער אז מען זאל נישט דארפן צושפארן די ניק אויך

Sent from my SAMSUNG-SM-G930A using Tapatalk
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

שליחה דורך א איד »

חכמת שלמה האט געשריבן:זעה איך אז שמואל פרימו איז אויסגעשפארט געווארן פון דא... א שאד... טראץ זיינע מיינונגען, האט ער אבער צוגעגעבן צום ספייס פון דעם פלאץ און עס געמאכט קאלירפול.

ווי זעהט איר אז ער איז אויסגעשפארט???
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
yerushalmi
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 66
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 24, 2019 6:28 pm
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל

שליחה דורך yerushalmi »

אודאי דארף יעדער קענען זיין בחור אבער איך קען נאר צולייגן מיין מיינונג איך האב דערט געלערענט און וואס איך קען זאגען אז די יסוד איז אויב מען געפונט זיך אין א גוטע דירה מיט גוטע חברים געווענליך פאלט מען נישט ארויס, און די פאקט איז אז רוב היימישע בחורים עכ"פ די וואס זענען געווען געהעריג אין ישיבה דאהי די זיצען דארט אויך אין ביהמ"ד פארשטייט זיך אז מען ליפטערט זיך אויך אויס אבער עס איז דא גענוג וועגען דאס צו טוען על טהרת הקודש מען א שבת אין צפת דאס האט ממש אלע טעמים פון גיין אויף קברי צדיקים אליין קען מען זיך אסאך אויסגעבען, וכו' די ישיבה איז גענוג קאלירפול אז יעדער קען זיך טרעפען דאס פלאץ און עס איז ממש א ישועה פאר אן עלטערן בחור אויב נישט די איינציגסטע עס איז נאך דא אסאך צו צוגעבען אבער ודי בזה.
שמחהלע קאפשטיק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 776
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שמחהלע קאפשטיק »

תכלית גערעדט, די בחורים פארן נישט צוריק דעם זומער, מען ברויך זיי צושטעלן ארבעט
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: בחורים אין ישיבת מיר

שליחה דורך פאליטיקאנט »

אדער וועלן זיך אויפשטעלן חבורות אין אמעריקע ווי שוועמלעך נאך א רעגן......

די צייט איז רייף דערפאר.
די טאטעס וועלן הנאה האבן, און געוויסע בחורים וועלן זיך קענען איינגלידערן אין נאכט חבורות און ארבעטן משך'ן טאג.....
שמחהלע קאפשטיק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 776
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

בחורים אין מיר

שליחה דורך שמחהלע קאפשטיק »

איינער זאגט פאר א מירער בחור אז עס איז א פלאץ אין די וועלט וואס דער זון שיינט נאר איינמאל א טאג
בחור: ביי מיר אויכעט שיינט אסאך מאל איין שעה אין טאג
באניצער אוואטאר
מיד ווי א בוים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 74
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 05, 2020 2:55 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

Re: בחורים אין ישיבת מיר

שליחה דורך מיד ווי א בוים »

אבער אויף א תורה' דיגער וועג נישט סתם ארויס הענגען מיט די מיידלעך ביינאכט אין שוק מחנה יהודה אדער און די שטאט תל אביב צו א בחור זאל ווען גיין צו אילת און ס'וואלט געווען א גרויסע פראבלעם אויב ס'וואלט געווען אמת אבער קיין שום בחור כמעט הענגט נישט ארויס מיט מיידלעך סמארט פאונס אן פילטערס און ס'איז א גרויסע חרבן פאר ווער ס'איז באקאנט מ'קען זיין פון די בעסטע בחורים און אמעריקע אבער מפאלט אריין און א שלעכטע דירה דערינען יא אבער מיידלעך נישט בלאגס נישט אויף די ביר גרעסער ווי ער איז אין היינטיגע צייטן איז שוין דא גענוג ועד משמרתן און משגיחים וואס נעמען קער פון די ענינים וד"ל
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

מיד ווי א בוים האט געשריבן:אבער אויף א תורה' דיגער וועג נישט סתם ארויס הענגען מיט די מיידלעך ביינאכט אין שוק מחנה יהודה אדער און די שטאט תל אביב צו א בחור זאל ווען גיין צו אילת און ס'וואלט געווען א גרויסע פראבלעם אויב ס'וואלט געווען אמת אבער קיין שום בחור כמעט הענגט נישט ארויס מיט מיידלעך סמארט פאונס אן פילטערס און ס'איז א גרויסע חרבן פאר ווער ס'איז באקאנט מ'קען זיין פון די בעסטע בחורים און אמעריקע אבער מפאלט אריין און א שלעכטע דירה דערינען יא אבער מיידלעך נישט בלאגס נישט אויף די ביר גרעסער ווי ער איז אין היינטיגע צייטן איז שוין דא גענוג ועד משמרתן און משגיחים וואס נעמען קער פון די ענינים וד"ל

אפשר אז דו וואלסט געלייגט שטרעכלעך אין דיין תגובה וואלט מען פארשטאנען א ווארט.
וירח ה' את ריח הניחוח
סעגאל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 18, 2021 9:51 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 128 מאל

שליחה דורך סעגאל »

וויזוי קען ער? ער איז דאך מיד ווי א בוים.
בן נון
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 207
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 8:12 pm
געפינט זיך: פארלוירן אויפן וועלט!
האט שוין געלייקט: 44 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 253 מאל

שליחה דורך בן נון »

איך האב יעצט באגעגנט די אשכול איך האב נישט געקענט גלייבן אז עס זענען דא אזאלעכע מענטשן וואס שעימען זיך נישט צו שרייבן אזאלעכע הוילע לופטיגע דימיונת וואס זיי חלוםן בהקוץ נישט נאר איז עס זייער נישט אקוראט נאר עס האט נישט אפי’ א שמץ של אמת
אלס א מירער תלמיד פון די לעצטערע יארן וויל איך נישט און איך קען נישט לאזן אז מענטשן זאלן מיינען אז עס איז דא אפעס אמת און די אלע ל”ה והצאות שם רע איטס אלל בעלאוני א נעכטיגן טאג נישט געשטויגען און נישט געפלויגן סהייבט זיך נישט אהון און סלאזט זיך נישט אויס
מיר איז א פלאץ איינס און דער וועלט ווי פרחים שלא נפתחו עיניהם ווערן מענטשן במלא מובן המילה אבער עבירות מאן דכר שמיי איך האב מיך געדרייט און אלע חבורות אפי’ מיט די אזוי גערופענע ”שוואכערע” און עס הייבט זיך נישט אהן
אוודא איז דא אוי טי די חברה וואס עס איז זיי באקוועם און א”י אבער זיי זענען נישט צומגעפונען אין די 20 מייל ארום די ישיבה און האבן נישט קיין שום דערעקטע שייכת מיט די בחורי הישיבה והמפרסם אין צריך ראיה אז מיר איז א פלאץ ווי בחרים שטייגן ברוחנית ובגשמיות ותי לא מידי
נעם מיך נישט ערנסט ווייל וואס איך זאג האלט איך נישט און וואס איך האלט זאג איך נישט
באניצער אוואטאר
מיד ווי א בוים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 74
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 05, 2020 2:55 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

Re: בחורים אין ישיבת מיר

שליחה דורך מיד ווי א בוים »

בן נון האט געשריבן:איך האב יעצט באגעגנט די אשכול איך האב נישט געקענט גלייבן אז עס זענען דא אזאלעכע מענטשן וואס שעימען זיך נישט צו שרייבן אזאלעכע הוילע לופטיגע דימיונת וואס זיי חלוםן בהקוץ נישט נאר איז עס זייער נישט אקוראט נאר עס האט נישט אפי’ א שמץ של אמת
אלס א מירער תלמיד פון די לעצטערע יארן וויל איך נישט און איך קען נישט לאזן אז מענטשן זאלן מיינען אז עס איז דא אפעס אמת און די אלע ל”ה והצאות שם רע איטס אלל בעלאוני א נעכטיגן טאג נישט געשטויגען און נישט געפלויגן סהייבט זיך נישט אהון און סלאזט זיך נישט אויס
מיר איז א פלאץ איינס און דער וועלט ווי פרחים שלא נפתחו עיניהם ווערן מענטשן במלא מובן המילה אבער עבירות מאן דכר שמיי איך האב מיך געדרייט און אלע חבורות אפי’ מיט די אזוי גערופענע ”שוואכערע” און עס הייבט זיך נישט אהן
אוודא איז דא אוי טי די חברה וואס עס איז זיי באקוועם און א”י אבער זיי זענען נישט צומגעפונען אין די 20 מייל ארום די ישיבה און האבן נישט קיין שום דערעקטע שייכת מיט די בחורי הישיבה והמפרסם אין צריך ראיה אז מיר איז א פלאץ ווי בחרים שטייגן ברוחנית ובגשמיות ותי לא מידי
הונדערט פראצענט גערעכט ס'איז אלעס הוילע דימיונת
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

איך האב אויך געוואלט פארשרייען די אלע לגיונות אבער איך האב געקלערט אז אפשר בין איך געווען צו תמימותדיג און איך נישט מיטגעהאלטן אלע פאן וואס יעדער האט געהאט, חוץ דאווענען שפעט לייגן תפילין קרוב צו די שקיעה און סמארטפאונס האב איך נישט מיטגעהאלטן נאך עבירות ווען איך האב געלערנט דארט.
און ווען מ’רעדט פון א בחור וואס זוכט צו שטייגן איז מיר די בעסטע פלאץ פאר דעם איך האב געזעהן דארט בחורים וואס האבן געלערנט יומם ולילה און זיי האבן זיך אויסגעגעבן ביי א לעלובע טיש וכדומה.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

בשעתו ווען כ׳האב געלערנט אין מיר האב איך יא געהערט פון מיינע מער ״קילע״ חברים אז ס׳דא אזא ענין פון בחורים וואס דרייען זיך מיט מיידלעך, אבער פון די וועג וויאזוי זיי האבן גערעדט דערפון האט מיר אויסגעזעהן ווי ס׳מאכט זיך נישט אזוי אפט, זיי האבן פארציילט מעשיות וואס האבן זיך מער געהערט ווי מירע פאלקלאר מפי כלי שלישי ושביעי איבער פיגורן וואס קיינער קען נישט פערזענליך, אבער פארוואס דארף מען לויפן קיין מיר ווען ס׳דא פונקט אזעלכע מעשיות אין וויליאמסבורג אויך?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
moneyminded
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 546 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל

שליחה דורך moneyminded »

תרמב האט געשריבן:איך האב אויך געוואלט פארשרייען די אלע לגיונות אבער איך האב געקלערט אז אפשר בין איך געווען צו תמימותדיג און איך נישט מיטגעהאלטן אלע פאן וואס יעדער האט געהאט, חוץ דאווענען שפעט לייגן תפילין קרוב צו די שקיעה און סמארטפאונס האב איך נישט מיטגעהאלטן נאך עבירות ווען איך האב געלערנט דארט.
און ווען מ’רעדט פון א בחור וואס זוכט צו שטייגן איז מיר די בעסטע פלאץ פאר דעם איך האב געזעהן דארט בחורים וואס האבן געלערנט יומם ולילה און זיי האבן זיך אויסגעגעבן ביי א לעלובע טיש וכדומה.

די חידוש פון לערנען אין ירושלים אן קיין אויפזיכט איז, אז דער בחור קען זיך אויסגעבן ביי א לעלוב'ע טיש, און א שעה שפעטער אדער פריער קנאקען א היימיש מיידל פון סעמינערי, מער ווי איין מעמבער דא אויף קאווע שטיבל האבן מיר דאס געזאגט מסיח לפי תומם מיט א פשטות אין אישי, עס קען זיין א מעלה גאר, וועגן אין א אנדערע ישיבה גייט אזא בחור ארויס לתרבות רעה, און אין ארץ ישראל קען ער מארגן זיין כאחד האדם, וועגן ס'איז א פרייע פויגל אוויר און לויפן צו ר' איטשע מאיר מארגענשטערן פאר א תיקון, בקיצור ס'איז נאריש צו לייקענען פאקטן, ארץ ישראל איז הפקר אן קיין אויפזיכט, עס האט מעלות פון זיך אויפבויען א זעלבסט זיכערקייט טאקע, אבער פון די אנדערע זייט קען א 17 יעריגע בחור טון אלעס אין די וועלט און קיינער ווייסט נישט, און דארף זיך נישט שעמען פון קיינעם.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

מיד ווי א בוים האט געשריבן:
בן נון האט געשריבן:איך האב יעצט באגעגנט די אשכול איך האב נישט געקענט גלייבן אז עס זענען דא אזעלכע מענטשן וואס שעמען זיך נישט צו שרייבן אזעלכע הוילע לופטיגע דמיונות וואס זיי חלומ'ען בהקיץ

הונדערט פראצענט גערעכט ס'איז אלעס הוילע דמיונות

ווי אזוי זאגט ער פריער, אז מען איז מיד ווי א בוים חלומ'ט מען בהקיץ הוילע דמיונות וק"ל....
וירח ה' את ריח הניחוח
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שמעקעדיג האט געשריבן:
מיד ווי א בוים האט געשריבן:
בן נון האט געשריבן:איך האב יעצט באגעגנט די אשכול איך האב נישט געקענט גלייבן אז עס זענען דא אזעלכע מענטשן וואס שעמען זיך נישט צו שרייבן אזעלכע הוילע לופטיגע דמיונות וואס זיי חלומ'ען בהקיץ

הונדערט פראצענט גערעכט ס'איז אלעס הוילע דמיונות

ווי אזוי זאגט ער פריער, אז מען איז מיד ווי א בוים חלומ'ט מען בהקיץ הוילע דמיונות וק"ל....

איך ווייס ערשטהאנטיג איבער אומצאליגע בחורים, וועלכע זענען ארומגעגאנגען בין הזמנים אין וויליאמסבורג מיט געביגלטע רעקלעך, אז זיי האבן געזינדיגט אין גרויסן מיט מיידלעך פון אלע קרייזן 'לערנענדיג' אין מיר. איך וואוין אצינד אין ירושלים, און איך זעה עס טאג נאך טאג.

אין שוק מחנה יהודה געפינען זיך פילע ירושלימ'ע אויסוואורפן, בחורים און מוידן צוגלייך, און פאר בלויז עטליכע גלעזער ביר און צוויי דריי שלעפעס קען מען זיי האבן פאר אן אומאפהענגיגער צייט אפשניט. איך האלט אין איין זען נעבעך בחורים וואס פרובירן זיך צו געפעלן פאר די מוידן, און נישט איינמאל האב איך געזען חסידי'שע אמעריקאנע און ענגלישע בחורים, טון זאכן אויף וואס זייערע עלטערן וואלטן זיך געזעצט שבעה. איך מיין אז די ניקס וואס זענען פארנומען אפצושרייען די 'לגיונות' זענען בחורים וואס זענען אינעם עסק... אבער עס איז א שאד צו לייקענען ווען דאס איז שווארץ אויף ווייס.

נישט נאר אין שוק מחנה יהודה, נאר אויכעט פון די אלע סעמינארן אין ירושלים געפינען זיך מוידן וואס זענען אויפן יארכע צו טון טראבל, און זיי האקן אן מיט די אמעריקאנע בחורים, און זיי טוען זייערע געברויכן מיינענדיג אז קיינער געפינט נישט אויס דערפון...

איך גיב נישט קיין איבריגע שניצל איבער וואס די בחורים טוען, אבער עס איז ממש א שאד צו פרובירן אפצולייקענען די פאקטן... איך דריי זיך נישט ארום מיט אן אויסגעשטרעקטער קאמערע, אבער עס איז בכלל נישט שווער צו דאקומענטירן די (מאדנע) הייסע סצענעס.
דערהויבענע איד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 622
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
האט שוין געלייקט: 4274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל

שליחה דורך דערהויבענע איד »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן: אבער פארוואס דארף מען לויפן קיין מיר ווען ס׳דא פונקט אזעלכע מעשיות אין וויליאמסבורג אויך?


ווייסט פארוואס,? ווייל א יעדע עבירה וואס א מענטש טוט אין חוץ לארץ גייט מען שרייען אינטערנעט, און א יעדע עבירה וואס א מענטש - נאך דערצו א בחור - טוט אין ארצינו הקדושה גייט מען שרייען הפקרות - מיר - ציונית.
moody
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 72
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 09, 2021 5:58 pm
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל

שליחה דורך moody »

בן נון האט געשריבן:איך האב יעצט באגעגנט די אשכול איך האב נישט געקענט גלייבן אז עס זענען דא אזאלעכע מענטשן וואס שעימען זיך נישט צו שרייבן אזאלעכע הוילע לופטיגע דימיונת וואס זיי חלוםן בהקוץ נישט נאר איז עס זייער נישט אקוראט נאר עס האט נישט אפי’ א שמץ של אמת
אלס א מירער תלמיד פון די לעצטערע יארן וויל איך נישט און איך קען נישט לאזן אז מענטשן זאלן מיינען אז עס איז דא אפעס אמת און די אלע ל”ה והצאות שם רע איטס אלל בעלאוני א נעכטיגן טאג נישט געשטויגען און נישט געפלויגן סהייבט זיך נישט אהון און סלאזט זיך נישט אויס
מיר איז א פלאץ איינס און דער וועלט ווי פרחים שלא נפתחו עיניהם ווערן מענטשן במלא מובן המילה אבער עבירות מאן דכר שמיי איך האב מיך געדרייט און אלע חבורות אפי’ מיט די אזוי גערופענע ”שוואכערע” און עס הייבט זיך נישט אהן
אוודא איז דא אוי טי די חברה וואס עס איז זיי באקוועם און א”י אבער זיי זענען נישט צומגעפונען אין די 20 מייל ארום די ישיבה און האבן נישט קיין שום דערעקטע שייכת מיט די בחורי הישיבה והמפרסם אין צריך ראיה אז מיר איז א פלאץ ווי בחרים שטייגן ברוחנית ובגשמיות ותי לא מידי

דער כלל איז "לא ראינו אינו ראי'" ע"כ האט דער וואס האט יא געזעהן מער נאמנות, פרעזענדליך בין איך אויך גאנץ זיכער אז זנות צווישען אמעריקאנע בחורים מאכט זיך עפטער אין א"י'דיגע ישיבות, איך קען מעשוית וואס איך גלייב שווער אז עס וואלט פסירט אין נ.י..

נאר, מען דארף מחשב זיין שכר נגד הפסד אזויווי יעדע דעסידשען אין לעבן וויפיל די טשאנסען זענען אז די בחור וועט געבויעט ווערער קעגען קאליע גיין חלילה
צפור בודד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 473
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
האט שוין געלייקט: 244 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 579 מאל

Re: בחורים אין ישיבת מיר

שליחה דורך צפור בודד »

עס פעלט דא א קלארקייט. עס איז דא מיר און עס זענען דא חבורות וואס דרייען זיך און לערנען אפשר אפילו אין מירער ביהמ"ד אבער זיי זענען נישט איינגעשריבן אין מיר. פונדעסטוועגן פארקויפן זיך די חבורה בחורים כאילו זיי לערנען אין "מיר" ווען מ'פרעגט זיי וואו זיי לערנען. איך קום דא נישט פארטיידיקן מיר אדער באשולדיקן די חבורות נאר בדרך כלל זענען די חבורות מער פויגלדיג.

איצט זייט ממשיך דער שמועס נאר ביטע מאכט קלאר צי איר רעדט פון מיר גופא אדער פון די בני החבורות.

Sent from my SM-G981B using Tapatalk
moneyminded
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 546 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל

שליחה דורך moneyminded »

ס'איז די זעלבע זאך, די פאקט איז א יעדע מענטש, נישט קיין חילוק א איד אדער להבדיל א גוי, אדער א סינגעל אדער א געהייראטע, אז עס זינדיגט זיך גרינגער אין א פרעמדע מדינה, פרעג נאר די ביזנעס לייט אויף ביזנעס טריפס, ווער דא איז שוין געווען אויף בינעס טריפס? ווער דא האט זיך שוין געדרייט אין יפו ביינאכט אין ירושלים?

איינער וואס ווייסט די מציאות פארשטייט די מציאות זייער פשוט,
נאכדערצו ווען דו טרעפסט אן היימישע אידישע אינגע מיידלעך פריש פון שאכטל, יגעת מצאת תאמין, זייער נאריש צו לייקענען ווען עטליכע דא אויף קאווע שטיבעל האבן עס מיר געזאגט בין הדברים אין אישי מיט א פשטות, שיקן א חסיד'ישע בחור פון די סיסטעם אין אמעריקא וואס שפילן באלל איז טריפה, אנקומענדיג אלס א 17 יעריגע בחור אין די האלי לענד ווי אלעס זעט אויס גלאנצענדיג אין אידיש, דארף מען רחמי שמים אז די בחור זאל נישט אנקומען ווי ער זאל אנקומען,

איך רעד שוין נישט פון די זרעלי אינגעלייט וואס רייסן געלט פון טאטעס אז מכלומרשט געבן זיי אכטונג פון זינדיגן און זיי העלפן פשוט ארויס, אבי צו מאכן געלט, איך קען ערשט האנטיג עטליכע אזוינע מעשיות.
פארשפארט