מכל הבא ליד. וואס @במדבר האט געטראפן אינטערסאנט מיטצוטיילן.
- במדבר
- ידיד השטיבל
- הודעות: 281
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:58 pm
- האט שוין געלייקט: 699 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

פראפ' שאול מגיד: האט געשריבן אן ארטיקל אין די אידישע ''טעבליט'' מאגאזין, אינטער די קעפל: ''קאוויד ניינצען, חרי'שע אידענטום, און זייער מאגישע טראכט'', ווי ער טענה'ט האבן די חרדים נאכגעלאזט די סאשעל דיסטענסינג: געדאוונט אין מנינים, אפן געהלטן חדרים און ישיבות, צוליב דעם וואָס זיי נעמען ערנסט די רעליגיעזע גלויבן, וואס פילע טראדיציאנעלע אידן פאדערן זייערע קינדער צו האלטן אבער פארלירען עס אין א שעת מבחן. אין אנדערע ווערטער: זיי גלויבן עס טאקע!
ער פאנגט אן מיט א פיינע מילתא דבדיחתא.
[left]some years ago I heard the following joke told by philosopher Slavoj Zizek
A student went to his philosophy professor’s house for a visit. As he knocked on the front door, he noticed there was a horseshoe hanging above the door post. When the professor answered the door, the student said, “Dear professor, why do you have a horseshoe hanging above your door? Everything you taught us would say believing in this stuff in nonsense.” The professor replied, “Oh yes, I certainly do not believe any of it. But they say it works even if you don’t believe.”[/left]

הלוואי ויתמזגו מזרח ומערב (אהוד מנור).
- במדבר
- ידיד השטיבל
- הודעות: 281
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:58 pm
- האט שוין געלייקט: 699 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל
הרב דר' נתן סליפקין: ענטפערט צריק אויף זיין בלאג ''ראציאנאליסטישער יידישקייט'': פרעגנדיג רעטאריש, איז דאָס אמת? טיט די אידישע אמונה טאקע פארלאנגען צו גלויבן אז טיען מצות אדער לערנען: ברענגט אין רעזולטאט א קאנקרעטע באשוצאונג?
ער צייגט אן אז ביידע שטרעמונגן: סיי רעאליסטישע און אפילו טראדיצניאלע-מיסטישע, האבן עס קיינמאל נישט גענימען אויף אזוי ווייט, ווי צו נאכלאזן מעדעצינישע רעקאמאנדאציעס.
www.rationalistjudaism.com/2020/05/does-judaism-mandate-magical-thinking.html
ער צייגט אן אז ביידע שטרעמונגן: סיי רעאליסטישע און אפילו טראדיצניאלע-מיסטישע, האבן עס קיינמאל נישט גענימען אויף אזוי ווייט, ווי צו נאכלאזן מעדעצינישע רעקאמאנדאציעס.
www.rationalistjudaism.com/2020/05/does-judaism-mandate-magical-thinking.html
הלוואי ויתמזגו מזרח ומערב (אהוד מנור).
- במדבר
- ידיד השטיבל
- הודעות: 281
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:58 pm
- האט שוין געלייקט: 699 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל
ציקער זיס! אינזער פריינט און ''קאווע שטיבל'' קאמעראד, פראפ' יעקב ירון לואיס: האט אין א נייע פאוסט אויף זיין בלאג געברענגט א קארטאון-בילד פינעם ''רעיתי'' אויב לערנט מען שיר השירים: ליטערלי, שטעלט אייך פאר ווי אזוי ס'זעהט אויס ''שערך כעדר העיזים''.
ער ברענגט אויך א יוטיוב לינק: פון שיר השירים, הערליך און ווארעם געזינגן, אויפן מאראקאנע נוסח.
ער ברענגט אויך א יוטיוב לינק: פון שיר השירים, הערליך און ווארעם געזינגן, אויפן מאראקאנע נוסח.
הלוואי ויתמזגו מזרח ומערב (אהוד מנור).
- במדבר
- ידיד השטיבל
- הודעות: 281
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:58 pm
- האט שוין געלייקט: 699 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל
עוואלאציע לייו!
א ליזערד: לייגט אייער און געט געבורט צו דער זעלבע צייט. פארשער טראכטן אז עס האלט אינמיטן אריבערגיין א עוואלאציענירע טראנזאציע.
https://theconversation.com/this-lizard-lays-eggs-and-gives-live-birth-we-think-its-undergoing-a-major-evolutionary-transition-133630

מ'האט אייך פארקויפט: א טעלעפאון אדער א עם פי טרי, וואס אויף גאטס דירעקטע פארלאנג האט מען איר געמיזט מסרס זיין.
מאך אליינס דיין אייגענע ''ראדיו'' מיט מאטריאל וואס איר האט אין שטיב. (איך מיין!? א ''טוילעט ראול'' האט איר זיכער)
https://www.youtube.com/watch?v=_AI2Jixj5Bs
מאך אליינס דיין אייגענע ''ראדיו'' מיט מאטריאל וואס איר האט אין שטיב. (איך מיין!? א ''טוילעט ראול'' האט איר זיכער)
https://www.youtube.com/watch?v=_AI2Jixj5Bs
הלוואי ויתמזגו מזרח ומערב (אהוד מנור).
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
במדבר האט געשריבן:ציקער זיס! אינזער פריינט און ''קאווע שטיבל'' קאמעראד, פראפ' יעקב ירון לואיס: האט אין א נייע פאוסט אויף זיין בלאג געברענגט א קארטאון-בילד פינעם ''רעיתי'' אויב לערנט מען שיר השירים: ליטערלי, שטעלט אייך פאר ווי אזוי ס'זעהט אויס ''שערך כעדר העיזים''.
ער ברענגט אויך א יוטיוב לינק: פון שיר השירים, הערליך און ווארעם געזינגן, אויפן מאראקאנע נוסח.
במדבר: איך האף אז פראפ' ירון לואיס האט נישט געלייגט אילוסטראטיווע קארטון'ס ביי די אנדערע פסוקים פון שיר השירים. ווייל דאמאלס וואלט עס געווען זייער שטארק אינטרעסאנט. ס'וואלט מסתמא געווען א בעסט סעללער...!
אין קאווע שטיבל וואלט עס אריינגעגאנגען אין מאחורי הפרגוד...!
- במדבר
- ידיד השטיבל
- הודעות: 281
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:58 pm
- האט שוין געלייקט: 699 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל
א אינדיאנע פאפעגיי: א גדול בתורה וואס ליינט ''שמע ישראל'', אין איז גאר מאריך ביי אחדדדדדדדדדדדדדד!
און פארוואס הייסט א פאפעגיי אין שפת העברי: תוכי? צו קימט עס פון ''סנסקריט'' אדער מיינט עס גאר ''מתווך''?!
אין די קאהירע גניזה, באהאלט זיך די ענטפערס.
https://blog.nli.org.il/parrot/
און פארוואס הייסט א פאפעגיי אין שפת העברי: תוכי? צו קימט עס פון ''סנסקריט'' אדער מיינט עס גאר ''מתווך''?!
אין די קאהירע גניזה, באהאלט זיך די ענטפערס.
https://blog.nli.org.il/parrot/
הלוואי ויתמזגו מזרח ומערב (אהוד מנור).
- במדבר
- ידיד השטיבל
- הודעות: 281
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:58 pm
- האט שוין געלייקט: 699 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל
די גאונישע המצאה פון ''מר' קארטאפל קאפ'': איז בייגעפאלן א ''ר' איד'ס קאפ'' בשעת'ן מאכן ''קארטאפל לאטקעס''. און שנעל געווארן א ''אמעריקאנע קולטראלע סטעיפל''.
https://www.jta.org/jewniverse/2017/the-story-of-mr-potato-heads-jewish-roots

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום במדבר, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
הלוואי ויתמזגו מזרח ומערב (אהוד מנור).
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
במדבר האט געשריבן:די גאונישע המצאה פון ''מר' קארטאפל קאפ'': איז בייגעפאלן א ''ר' איד'ס קאפ'' בשעת'ן מאכן ''קארטאפל לאטקעס''. און שנעל געווארן א אמעריקאנע קולטראלע סטעפל.
https://www.jta.org/jewniverse/2017/the-story-of-mr-potato-heads-jewish-roots
איך געב מער קרעדיט פאר די יודעשע קאפ וואס איז אויפגעקומען מיט די לאטקע גופא.
וואס עלטער איך ווער האב איך ווייניגער נוץ פון די פלעסטיק פאטעטא קאפ, און מער נוץ פון די הייסע פרישע לאטקעס...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
- במדבר
- ידיד השטיבל
- הודעות: 281
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:58 pm
- האט שוין געלייקט: 699 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל
ניגונים: וואס האבן מיין גייסט צישויבערט, צוטרעינטעלט מיין נשמה - עס געריינגט פון איר שמוץ, געברענגט ליכט צו אירע טונקלסטע ווינקלען.
ארז לב ארי - אנה אפנה: https://www.youtube.com/watch?v=fTRm3nyNpro
שלמה ארצי - ירח: https://www.youtube.com/watch?v=sDRSs2rrZ8o
לענארד כהן ז''ל - הללויה: https://www.youtube.com/watch?v=YrLk4vdY28Q
שלמה ארצי און ישי ריבו - והאמת: https://www.youtube.com/watch?v=ZUPP10SvO3g
אמיר דדון און שולי רנד - בין קודש לחול: https://www.youtube.com/watch?v=sCJh9YcrL3k
מאיר בנאי ז''ל - שער הרחמים: https://www.youtube.com/watch?v=9vweQZfJKBo
ארז לב ארי - אנה אפנה: https://www.youtube.com/watch?v=fTRm3nyNpro
שלמה ארצי - ירח: https://www.youtube.com/watch?v=sDRSs2rrZ8o
לענארד כהן ז''ל - הללויה: https://www.youtube.com/watch?v=YrLk4vdY28Q
שלמה ארצי און ישי ריבו - והאמת: https://www.youtube.com/watch?v=ZUPP10SvO3g
אמיר דדון און שולי רנד - בין קודש לחול: https://www.youtube.com/watch?v=sCJh9YcrL3k
מאיר בנאי ז''ל - שער הרחמים: https://www.youtube.com/watch?v=9vweQZfJKBo
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום במדבר, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
הלוואי ויתמזגו מזרח ומערב (אהוד מנור).
- במדבר
- ידיד השטיבל
- הודעות: 281
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:58 pm
- האט שוין געלייקט: 699 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל
הרב אלי סדן: אין א מאמר אינטערן קעפל: "הציונות הדתית תעודת זהות – רב המאחד על המפריד", רופט ער די ציבור הדתי-לאומי, זאל זיך נישט לאזן צוטיילן, מיט אידיאלאגישע קאנטרעווערסיעס איבער די פונקליכע קריטעריאן פון שמירת התורה והמצות.
ער ווייזט אן אז אין איר ברייטע ספעקטרום פון דתי לייט ביז חרדלי''ם, איז רב המאחד על המפריד. ער פירט אויס: "אלו מחלוקות בתוך המשפחה, משפחה קטנה אך חשובה, משפחת הציונות הדתית, שהיא ורק היא נושאת דגל אחדות התורה והמדינה".
ער ווייזט אן אז אין איר ברייטע ספעקטרום פון דתי לייט ביז חרדלי''ם, איז רב המאחד על המפריד. ער פירט אויס: "אלו מחלוקות בתוך המשפחה, משפחה קטנה אך חשובה, משפחת הציונות הדתית, שהיא ורק היא נושאת דגל אחדות התורה והמדינה".
הלוואי ויתמזגו מזרח ומערב (אהוד מנור).
- חוקר ודורש
- היימישער באניצער
- הודעות: 423
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2019 3:01 pm
- האט שוין געלייקט: 738 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל
Re: מכל הבא ליד. וואס @במדבר האט געטראפן אינטערסאנט מיטצוטיי
@במדבר די ביסט פיינע נייעס!! א דאנק
Sent from my iPhone using Tapatalk
Sent from my iPhone using Tapatalk
שוב יום אחד לפני מיתתך
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 981
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
- האט שוין געלייקט: 2658 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל
במדבר האט געשריבן:ניגונים: וואס האבן מיין גייסט צישויבערט, צוטרעינטעלט מיין נשמה - עס געריינגט פון איר שמוץ, געברענגט ליכט צו אירע טונקלסטע ווינקלען.
ארז לב ארי - אנה אפנה: https://www.youtube.com/watch?v=fTRm3nyNpro
שלמה ארצי - ירח: https://www.youtube.com/watch?v=sDRSs2rrZ8o
לענארד כהן ז''ל - הללויה: https://www.youtube.com/watch?v=YrLk4vdY28Q
שלמה ארצי און ישי ריבו - והאמת: https://www.youtube.com/watch?v=ZUPP10SvO3g
אמיר דדון און שולי רנד - בין קודש לחול: https://www.youtube.com/watch?v=sCJh9YcrL3k
מאיר בנאי ז''ל - שער הרחמים: https://www.youtube.com/watch?v=9vweQZfJKBo
די ערשטע וואס דו האסט געלייגט איז די Intro צו די "סרוגים" TV series, אינטערסאנט פאר זיך.
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
במדבר האט געשריבן:ניגונים: וואס האבן מיין גייסט צישויבערט, צוטרעינטעלט מיין נשמה - עס געריינגט פון איר שמוץ, געברענגט ליכט צו אירע טונקלסטע ווינקלען.
ארז לב ארי - אנה אפנה: https://www.youtube.com/watch?v=fTRm3nyNpro
שלמה ארצי - ירח: https://www.youtube.com/watch?v=sDRSs2rrZ8o
לענארד כהן ז''ל - הללויה: https://www.youtube.com/watch?v=YrLk4vdY28Q
שלמה ארצי און ישי ריבו - והאמת: https://www.youtube.com/watch?v=ZUPP10SvO3g
אמיר דדון און שולי רנד - בין קודש לחול: https://www.youtube.com/watch?v=sCJh9YcrL3k
מאיר בנאי ז''ל - שער הרחמים: https://www.youtube.com/watch?v=9vweQZfJKBo
בין קודש לחול האט מיר עפעס אזאנס געכאפט. די מעלאדיע טייטשט אזוי גוט אפ די ווערטער. דאס הייסט, ווען איך וויל איינעם זאגן אזא מעסעדזש אן ווערטער וואלט איך געשפילט דער מאלאדיע איבער און איבער.
יישר כח.
.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- במדבר
- ידיד השטיבל
- הודעות: 281
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:58 pm
- האט שוין געלייקט: 699 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל
יאיר שלג: אין א ארטיקעל אינטער די קעפל ''מהפך תרבותי: בר כוכבא אאוט; רשב"י אין – ובגדול'' צייגט ער אן אויף די טויש אין די אנטוויקלונג וויאזוי מ'פייערט ל''ג בעומר אין מדינת ישראל (היי יאר איז געווען דאס ערשטע מאל וואס א רעליגיעז-ציוניסטישע רב האט געצינדען א מדורה אין מירון), און טוט אינז אין איינוועגס לערנען וועגן די מערסט באדייטענדיגע ענדערונגען וואס פאסירט בכלליות צו די ישראלי'שע קולטור.
למשל אין אונדזער יוגנט, דערציילט ער איז דער יום טוב געווען אויסשליסלעך פארבונדן מיט די בר-כוכבא רעוואלט, די מדורת זענען ערקלערט געווארן אלס א ''זכר'' וויאזוי די רעבעלן האבן קאמיונעקירט די אויפשטאנד, דארוך אנצינדען פייערן אויף די בערג שפיצען און ארץ יהודה. און די הילולא אין ''מירון'' איז געפייערט געווארן בעיקר דארוך די אנשי ישוב הישן.
אין יאר 1977, מיט די ערוועלונג פון פרעימר מנחם בעגין ז''ל, איז געשען א רעוואלוציע אין דער מדינה, וואס אין רעטראספעקט זעהט מען אז מער ווי א פאליטישע רעוואלוציע, איז עס געווען א קולטורעלע און סאציאלע רעוואלוציע.
און ס'האט אויך געלאזט צייכענס אויף ''לג בעומר''...צוויי סימבאלישע זאכן האבן פארסירט:
א] די לינקע לאגער האט געטוישט זייער בליק אויף די ''בר-כוכבא לעגענדע'' וואס האט אים אראפגעמאלן אלס א פאלקס העלד און פרייהייט קעמפער, פלוצלינג האבן זיי זיך דערמאנט אז ער איז בכלל געווען א ''נאציאנאליסטישער משיח'', וועלכער האט גערופן צו בונטעווען קעגן די וואס זענען געווען פיל שטארקער: ''רוים'', א סימבאל פון דעם געפארפולע, נישט ראציאנאליסטישער נייע לאומיות'דיגע באוועגונג.
ב] אויך זענען געווען פאראלעלע ענדערונגען אין די רעליגיעזע וועלט. די מזרחי'שע (פרענקי'שע) אידענטיטעט האט זיך אויפגעכאפט און גענימן שלאגן ווארצלען, און מיט אים די מסורה פון קברי צדיקים און היינט נאך מער ווי 40 יאר פון דער דאזיקער טויש, איז דער קולטורעלער רעזולטאט פון ''בר כוכבא אאוט; רשב"י אין – ובגדול''.
ער פירט אויס מיט א אינטערסאנטע געשיכטע: ער דערציילט וועגן א תלמיד פון ר' שלמה זלמן אויערבאך ז''ל וואס האט געבעטן וואקאציע פון דער ישיבה, וואס געפינט זיך אין בית-וגן אין ירושלים, בכדי צו פארן אין גליל מתפלל זיין ביי קברי-צדיקים: האט זיך ר' שלמה זלמן געווינדערט פארוואס פארען ביז צו די גליל?! עס איז גענוג צו גיין צו הר הערצל!

- ידיד ותיק
- הודעות: 627
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 487 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
אינגערמאנטשיקל: איך בין מסכים מיט דיר: די מעשה קלינגט נישט צו זיין אמת...! ר' שלמה זלמן אויערבאך זצ"ל מיט זיינע מידות אצילות און מיט זיין אוועקשטיין פון פאליטיק און ווילדע שטיק מלובש אין קנאות איז אויך געווען באוואוסטזיניג צו א חילוק פון ר' שמעון בר יוחאי און טעאדאר הערצל. אויך אין א חילוק פון הרב אברהם יצחק הכהן קוק זצ"ל און טעאדאר הערצל...!
- במדבר
- ידיד השטיבל
- הודעות: 281
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:58 pm
- האט שוין געלייקט: 699 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:די מעשה מיט ר שלמה זלמן איז אדער ניין אדער נישט.
געליינט לעצטענס אן אפהאנדלונג דערוועגן, דענק איך נישט וואו.
מעגליך אויף די בלאג פון יואל אלחנן: ''אזמרך בלאומים''.
www.yoel-ab.com/forumIn.asp?top_id=16473&m_id=16400&title=%F1%E9%EB%E5%ED...
הלוואי ויתמזגו מזרח ומערב (אהוד מנור).
- במדבר
- ידיד השטיבל
- הודעות: 281
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:58 pm
- האט שוין געלייקט: 699 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל
שלאגען ''כפרות'' מיט מאלפעס?!
הרב דר' דניאל שפערבער: פון די גרעסטע און חשוב'סטע חוקרים אין די תחום פון מנהגי ישראל, וועלטס באקאנט פאר זיין מאמענטאלע אכט בענדערדיגע ווערק ''מנהגי ישראל''. שטעלט יעצט ארויס אויף ליציטאציע (קדם) זיין גאר אינטערסאנטע זאמלונג פון: אנטיסעמיטישע מאלערייען, ביכער און בילדער, מיט די מאטיוו אפצולאכען פון אידישע ריוטאלען און מנהגים. הרב דניאל האט עס געזאמלט ווייל ער האט געזעהן אין דעים א אוצר צו פארשטיין, טיילמאל אימפארשטענדליכע זאכן, וואס ווערן געברענגט אין צב''ש תשובה ספרים, און אויך צו אנטדעקן אימבאקאנטע מנהגים...
צום ביישפיל: ער האט געטראפן א בילד ווי אידען גייען מיט תפילין של ראש אין די פארעם פון א ''טורעם'', שפעטר האט ער געטראפן אז דאס איז געווען ספעציעל אזוי צו פאנידערשיידען פון די תפילין של יד. און אויך א גאר אינטערסאנטע אויפדעקונג פון די אנטיסעמיטישער בוך ''דער גאנצע אידישע גלויבען'', געשריבן דארוך דער משומד ''אנטויניא מארגארעטע'': שרייבט ער (איבערגזעצט פון דויטש) ''יש אומרים ששמעו מהחכמים הראשונים שיש להשתמש בקופים, שהם הדומים ביותר לבני אדם, אבל מפני שלא תמיד אפשר להשיג קופים, לוקחים תרנגולים" הייסט עס אידען האבען גאר געשלאגן ''כפרות'' מיט ''מאלפעס''!!! ... בדק ומצא אז עס איז טאקע געווען מקומת וואס מ'האט זיך אזוי געפירט,און טאקע צליב איר ענדליכקייט צום מענטש (זה חלפתי).
א אינטערוויו מיט אים לרגל די ליצעטאציע.
https://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-5723037,00.html
די קעטאלאג ''אוסף הרב פרופ' דניאל שפרבר''.
https://bidspirit-uploads-1.global.ssl.fastly.net/kedemauctionDocs/464/catalog/catalog_71_-_sperber.pdf