מיטן געטרימטע בארד צו א שובבים ביי ר׳ טודרס׳ן
- זעקעל
- ידיד השטיבל
- הודעות: 165
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 17, 2020 4:44 am
- האט שוין געלייקט: 199 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 83 מאל
מאך זיכער האט געשריבן:א טויש איז וויכטיגער פון וויכטיג, אויפן וועג וויאזוי עס ווערט געפירט ביז היינט גייט מען יעדע פינף יאר אראפגיין דרגות אבער נאך הונדערט יאר ווען יעדער וועט זיין פולקאמע גוים גייט מען שרייען אז מען רירט זיך נישט קיין זוז כלשהו, די מציאות איז אז מען מוז זיך רעפארמירן לויט די אומשטענדן בכדי זיך צו קענען אריענטירן מיטן אידישקייט, אבער אויב איז מען א היפאקריט און מען גייט קאפ און וואנט טרעפט מען זיך נאך עטליכע יאר אראפ א דרגה אבער מיט די זעלבע האס.
א שטייגער ווי דער אינטערנעט, היינט זענען אלע רבי'ס מודה אז מען האט אינטערנעט, אבער פאר די קאראנע טאמער האסטו געזאגט פאר א רבי עפעס וועגן אינטערנעט האט ער זיך פארקנייטשט דער שטערן און געלייקנט אז קיינער האט עס נישט.
די קאראנע האט אונז געגעבן גלייכבארעכטיגונג מיט די עליטע רבי'ס און נגידים, זיי אלע זענען פונקט אזוי הילפלאז ווי אונז, און לענ"ד גייט דאס זיין די הויפט אורזאך צו די מאסיווע טויש הבעל"ט...
@מאך זיכער אויך איך לעכץ שטארק פאר א טויש, און מן הסתם לעכץ איך אסאך מער ווי דו לעכצט, (אדער יא אדער נישט) נאר וואס דען, צו ווערן גוים אלץ א לעזונג איז נישט אפעקטיוו, עכ"פ לעת עתה זיכער נישט, ווייל ווען איינער ווערט א OTD, איז ער געווענליך א לוזער, ווי מיינע חברים פון יענעם קווארטל געבן מיר פידבעק, זיי בענקען זיך טאקע נישט על פי רוב צוריק צום סיסטעם גופא, אבער פארלירן זיכער אסאך beneficiary’s וואס זיי קענען נישט ערזעצן דארטן, און צו דעם טאקע האב איך געצילט לכתחילה מיט מיין ארטיקל, אז קיין שום עפעקטיווע טויש פאסירט נישט דורך ווייטאג, קריטיק, אד"ג, אפי' משה מענדלזאהן'ס פרואוו צו טויש, האט נאר געהאט סוקסעס (אין גשמיות'דיגע הינזיכט), צוליב וואס ער האט געהאט א פאזיטיווע מאטיוו צו פארבעסערן די פיינפולער גשמיות'דיגע געטא סטיל מצב וואס די אידן האבן זיך נאך דאן געפינען, אינעם פרוסישען אומגעגנט אינעם אכצענטן יאהר הונדערט, און אויכעט נאר נאך וואס אפערטוניטי'ס האבן זיך געעפנט מיט די פאפולאריטי פון נאפוליון, און די אויפשטייג פון דעמאקראטיע, צו באמערקן אז די גאנצע אלגעמיינע enlightenment ביים אכצענטע יאהר הונדערט איז אויך געווען א תוצאה פון די דעמאקראטיע אויפשטייג.
היוצא לנו מזה, טויש געשעט נישט מחמת אנגעווייטאגקייט והשואה יוכיח, טאקע אפאר יאר האט עס געטוישט ביז די 1960 יארן, אבער דערנאך איז אלעס צוריק צום אלטן, די psychology behind it, איז וויבאלד ווען דו פרובירסט צו פייטען א סיסטעם דורך קריטיק, וועסטו קיינמאל נישט געווינען, ווייל די סיסטעם איז אימיונט צו פיל מער קריטיק ווי דיינע capabilities פון עס אטאקירן, ממש אזוי די antibiotics, און עס וועט דיר זיגן.
דער כולל אינגערמאן שעלט טאקע אויפן סיסטעם אבער טראגט בשעת מעשה א פלעקיגער טלית קטן אין פארכט זיך אריינגיין אין פיצא געשעפט, טויש מאכט ער נאר, דערנאך וואס ער איז שוין לאנג אינדרויסן פון כולל, און באזיצט שוין אפאר פראפערטיס,
and by then he’s already okay with the SYSTEM
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום זעקעל, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
- זעקעל
- ידיד השטיבל
- הודעות: 165
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 17, 2020 4:44 am
- האט שוין געלייקט: 199 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 83 מאל
Re: מיטן געטרימטע בארד צו א שובבים ביי ר׳ טודרס׳ן
מאך זיכער האט געשריבן:נו, ווער האט דען גערעדט פון ווערן גוים? מ'רעדט פון די פלעקיגע ציצית טרעגער זאלן זיצן אין פיצא שאפ'ס, נאר כדי דאס זאל צושטאנד קומען אן דעם וואס מען זאל זיך ברויכן אפזאגן פונעם אידנטום, מוז עס קומען דורכן רעפארמירן אלטע מושגים און נישט דורך א גענצליכער אפלאזן די תורה מיטאמאל.
דאן פארוואס האלטסטו, אז וויבאלד סאיז געווען א קאראונע, גייט עס עפעס טוישן ווי אזוי דער פארפלעקטער ציצית טראגער, וועט זיך באגיין ווי אזוי די פיצא זאל אנקומען צו אים?
- זעקעל
- ידיד השטיבל
- הודעות: 165
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 17, 2020 4:44 am
- האט שוין געלייקט: 199 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 83 מאל
מיטן געטרימטע בארד צו א שובבים ביי ר׳ טודרס׳ן
מאך זיכער האט געשריבן:נו, ווער האט דען גערעדט פון ווערן גוים? מ'רעדט פון די פלעקיגע ציצית טרעגער זאלן זיצן אין פיצא שאפ'ס, נאר כדי דאס זאל צושטאנד קומען אן דעם וואס מען זאל זיך ברויכן אפזאגן פונעם אידנטום, מוז עס קומען דורכן רעפארמירן אלטע מושגים און נישט דורך א גענצליכער אפלאזן די תורה מיטאמאל.
נישט צו ערווענען די ״מאסיווע טויש״ וואס די, ״טאג חלומ׳סט״ איך זעה נישט פארוואס עס זאל זיך עפעס טוישן אדרבא זיי דיך מסביר פארוואס יא, אז ס׳דארף זיין א טויש בין איך מיט דיר, אבער איך זעה נישט א סיבה אויף יעצט ספעציעל, צו וואס עס זאל געשעהן, אין בכלל א טויש דארף אויך האב א באזע, לדוגמה די אידישע “סוקסעספול” reformist דהיינא דער רמב״ם, הבעש״ט הגרש״ר הירש, הגרא״י קוק, ליבאוויטש׳ער רבי, JB, האבן אלע געהאט זייער אייגענארטיגן philosophical באזע, אויף וואס זיי האבן געבויט זייער התחדשות׳ער, און נאר צוליב דעים, האבן זיי געזען עטוואס סוקסעס,
- זעקעל
- ידיד השטיבל
- הודעות: 165
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 17, 2020 4:44 am
- האט שוין געלייקט: 199 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 83 מאל
מיטן געטרימטע בארד צו א שובבים ביי ר׳ טודרס׳ן
מאך זיכער האט געשריבן:די אלע זענען געקומען פון א פילאזאפישער שטאנדפונקט אפצואווענדן א זאך וואס איז געווען באזירט אויף שכל, די היינטיגע סיסטעם איז גענצליך שכל'לאז און עס מוז פשוט קומען א קאראנע מזרח ווינט צו ווייזן פארן עולם אז גארנישט געשעט נישט אויב טוט מען עפעס אנדערש ווי געוואוינט.
נישט ממש אזוי, אונזער סיסטעם, אדער וואס מען רופט ״דער סיסטעם״, איז א סטרוקטור מיט גאר א שטארקער פאנדעישאן, אינזשענירט דורך צוויי מייסטערהאפטיגע ארכיטעקטאר׳ן, האדמו״ר מ׳סאטמר זי״ע אין זיין טעים, און הגר״א קוטלר מיט זיינע מיטהילפער - משה שערער לדוגמא, סאטמאר׳ער רבי האט געגרינדערט די התחדות אלס זיין פארטפאליא צו רוקן זיין אגענדע, און הגר״א קוטלר האט גענוצט די אמעריקאנע אגודת ישראל דערפאר, אין צוזאמען האבן זיי מיטגעארבעט אראפ צו שטעלן די חרדי׳ניזעישאן׳ס פאנדעישאן, פון וואס מיר אלע מוטשענען זיך עד היום הזה, זיי האבן זיך מער ווייניגער אויסגעקומען מיט איעדע זאך בענייני השקפה, צו ווי אזוי זיך באגיין מיט טעלעוויזיע אין ווי אזוי מיר זאלן באקריגען עסענשיעל מידיע אין אלגעמיין, gender סעגרעגאציע, מיט education זענען זיי אויך מער ווייניגער געווען איינשטומינג אויסצושטעלן די זעלבע, כאטש איינער עטוואס מער ליבעראל פונעם צווייטן, אין אזוי ווייטער מיט קאלעדזש׳עס, לבושים אד״ג, פארשטייט זיך אז סאיז געווען, אין ס׳איז נאך אלץ דא, גרויסע דיפערענצן צווישן איעדע חסידות, אזוי אויך ביי הלכה׳דיגע ענינים, אדער ביי עירובין (אחוץ די עירוב קעגנערשאפט אין וויליבאגי וואס קומט פלעין פון א מדות סדום) אדער אידלאגיע׳ס ווי אזוי די approach צו מדינות ישראל זאל זיין, אבער השקפה׳wise זענען אלע חרדים אין אמעריקע אויפן זעלבן שיפל, אחוץ חב״ד, וואס כאטש פון איין זייט זענען זיי טאקע מער קיל, זענען זיי אבער פיל מער עקסטרעים און ריכטיגע פאנדימענטעליסט׳ס
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
זעקעל האט געשריבן:קאך_לעפל האט געשריבן:די גמרא זאגט אין שבת:
והאמרו ליה לרבי מאי טעמא קראו לך רבינו הקדוש? אמר להו מימי לא נסתכלתי במילה שלי. ברבי מילתא אחריתי הוה ביה שלא הכניס ידו תחת אבנטו.
פון די דאזיגע גמרא איז משמע אז ס'מיינט עפעס א געוויסע ארט אונטערן גארטל, ווארשיינליך דעם ניפל, פון עפעס אנדערש קען איך אצינד נישט טראכטן....
חלילה, סאיז א גלוי פנים בתורה שלא כהלכה, עס מיינט זיכער קראצען די פיס כשיטה שניה, וואס די פיס איז דאך אונטערן אבנט,
שלא "הכניס" ידו תחת אבנטו. האסט דען אמאל געקראצט די פיס דורך "אריינלייגן" די הענט...?
אלא מאי...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 157
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 11:38 pm
- האט שוין געלייקט: 276 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 71 מאל
וואלווי האט געשריבן:זעקעל האט געשריבן:קאך_לעפל האט געשריבן:די גמרא זאגט אין שבת:
והאמרו ליה לרבי מאי טעמא קראו לך רבינו הקדוש? אמר להו מימי לא נסתכלתי במילה שלי. ברבי מילתא אחריתי הוה ביה שלא הכניס ידו תחת אבנטו.
פון די דאזיגע גמרא איז משמע אז ס'מיינט עפעס א געוויסע ארט אונטערן גארטל, ווארשיינליך דעם ניפל, פון עפעס אנדערש קען איך אצינד נישט טראכטן....
חלילה, סאיז א גלוי פנים בתורה שלא כהלכה, עס מיינט זיכער קראצען די פיס כשיטה שניה, וואס די פיס איז דאך אונטערן אבנט,
שלא "הכניס" ידו תחת אבנטו. האסט דען אמאל געקראצט די פיס דורך "אריינלייגן" די הענט...?
אלא מאי...
באותו מקום לייגט מען דאך אויך נישט אריין די הענט ערגעץ.