אברך משי האט געשריבן:נאך מער פון דעם, די סיבה פארוואס א טאטע עלעפאנט און טאטע מאלפע האבן ליב די אייגענע בלוט און פלייש בלי-שום-יוצא-מן-הכלל איז טאקע ווייל ער איז א בהמה. יא ס'איז אינסטינקנט, אבער איך זע דא דאס פארקערטע, איך זע עס אלס א גבורה פון מענטשליכע שכל צו קענען איבערקומען אינסטינקנט. ומותר האדם מן הבהמה אין! דער טאטע שרייט "אין!" איך אקצעפטיר נישט מיין קינד'ס התנהגות. דער טאטע וואס האט עם געהאדעוועט אלע יארן, געשוויצט עם צו העלפן מיט וואס ער האט געקענט, געווען אויף פון דאגה גאנצעטע נעכט, זיך מוסר נפש געווען פאר זיין קינד מער פון סיי וועלכער אנדערע מענטש אין די וועלט, ועם-כל-זה האט ער די שטארקייט צו זאגן ברבים אז ליידער ליידער האט זיין זוהן גענומען א שלעכטע דריי מחמת דאס אין יענץ.
גיי איין מינוט ארויס פון דיין (און מיין) הנחה-קדומה אז ער איז א פאנאטישער אידל וואס איז אריבער שטיפת-המוח, און אויב ער איז גערעכט אדער נישט, קוק אויף די הערליכע קאליר וואס איך זע אין דעם בילד, א מין גבורה-על-אנושית וואס ביי קיין שום אנדערע יצור טרעפט מען נישט. און יא, א מענטש האט רעכט צו האלטן וואס ער וויל. איך גלייב באמונה אז אויב דער טאטע וואלט געוואוינט אין א הייל ביז היינט און קיינמאל נישט געהערט ראבינאוויטשעס דרשות, וואלט ער אויך געהאלטן אז זיין זון איז פארקראכן.
חומר למחשבה.
[justify]איך האלט נישט אז אברך משי גלייבט וואס ער האט געשריבן, ער זוכט דא זיך צו אינטערהאלטן, נו מסכים, אבער איך גיי נישט נעמען דעם bait.
איבער דעם עצם מעשה, אפגעזען וואס דער פאטער האט געזאגט זעט מען אזא סארט מושג ביי אונז, אז "זבולן האט אוועקגעגליטשט וויבאלד ער האט געליינט א בוך", "אשר איז פארדארבן געווארן וויבאלד ער האט געהאט צוטריט צו אינטערנעט", "גד איז קאליע געווארן צוליב חברים" - דאס עצם געדאנק פון באשולדיגן א מענטש אין זיין פאלן אדער זיך אויפהייבן צוליב געוויסע פעילות, איז פארפוילט און פארדארבן. דו רויבסט צו דעם מענטשנס קאגנישען פון אליין פאסן באשליסן, אליין זיך צו איוואלווען, האבן אייגענע מיינונוגען, האבן אן אייגענעם שיטה. אויב עפעס געשעט מיטן מענטש "מוז דאס נישט האבן פאסירט צוליב עפעס א פעילה", עס איז 98% דעם מענטשנס אייגענעם מוח, און ער נוצט 2% דעם בוך זיך צו העלפן אנטוויקלען, ער נוצט 2% דעם אינטערנעט זיך אויסצושארפן זיינע ידיעות.
דאס הייסט אזוי, וואס געשעט ווען שמעון וואקסט אויף אין א בונקער און ווערט פארדארבן, וועמען וואלט דער פאטער געקענט בלעימען? זיך אליין. קיינער האט אים נישט חרוב געמאכט, נאר אלס נאטור אויס האט ער אנדערע אינסטינקטן. קומט אויס אז עס פאסירט צוויי זאכן ווען מענטשן באשולדיגן אנדערע פעילות בנוגע דעם קינד'ס התנהגות, איינס: עס איז נישט מיין שולד, נאר דער אינטערנעט. און צוויי, נישט נאר איז עס איז דעם אינטערנעט'ס שולד, נאר עס איז עפעס וואס איז נפרד פונעם קינד לחלוטין, דאס הייסט, אז דאס קינד אנעם אינטערנעט איז א פרי-פראגרעמט מאשין פון געבורט אויס, און די רגע דו לייגסט אים צו צום אינטערנעט טוישט ער זיך לחלוטין.[/justify]