קופערניקוס האט געשריבן:מיט א צובראכן הארץ וועל איך שרייבן מיין עקספיריענס, אודה ולא אבוש כדי אנדערע אידן זאלן חלילה וחלילה נישט אריינפאלן אין זעלבן נעץ.
ווען איך בין געווען קליין האב איך געוואלט זיין א קליינע צדיק'ל, נישט נאס מאכן די פעמפער, נישט האבן א צומי. ווען איך בין געווארן אביסל גרעסער האב איך געוואלט זיין א גרויסע צדיק, קענען אויסנווייניג גאנץ פרק ביצה שנולדה, שפעטער האב איך געוואלט ענדיגן די גאנצע ששה סדרי משנה פאר די בר מצוה!
וואס וועל איך וועל זיין גרוייייייס? אוודאי? א רב!
ביז יענעם פארשאלטענעם טאג ווען איך האב געליינט די יפה בעתו וועגן "עלעקטעריק", ווי ארסו של עכנאי איז עס אריין אין מיין הארץ, על משכבי בלילות האב איך געטראכט און גע'חלומ'ט נאר פון זיין א עלעקטערישאן מיט א פארקראכטע ווען און בלויע פארזשאווערטע קליידער. אפשר גאר אזא סארט ווי דער וואס שמו בנוטריקון "זרח אור בחושך". עס איז געווען ביי מיר ויתרוצצו, דער יצר טוב זאגט מיר וואקס א תלמיד חכם און דער יצר הרע -אונטערגעשטיצט פונעם טרייפענעם יפה בעתו - שרייט "א עלעקטערישאן".
ברוך השם אז די מוסר שמועסן פון מיינע מלמדים, נאכהער משגיחים, נאכט לייגערס, שלאף-רביס, מתמידים אנפירערס און יוצר משרתים האבן געהאלפן און די אפציע פון עלעקטערישאן איז אראפ פון טיש. און אין מיין הארץ האט ווייטער געזינגען "איך וויל זיין א רבי-רב" ממש ווי אין רייך'ס יונגל-חבר'ס ניגון.
ביז יענעם פארשאלטענעם טאג ווען איך האב געליינט די אומאפהענגיקע זשורנאל פון אפטראציגע הענגערס וכו', מיסודו פון רביהגהקוה"ט קוה"ק זיעוואעכאיאייאיכי"ר, דארט האבן זיי געהאט אן אויספירליכע באריכט איבער אן על-קאידא'ני'ק, ולא די בזה, נאר די ארטיקל איז געווען געשריבן בלויז א בלאט אוועק פון די הייייייליגע דברים חוצבים להבות שנאה פון די גרויסע העלדישע לייב גווארדיסטן רבי מיילעך שטערן און רבי מנשה פילעפ הי"ד, איך האב געליינט איבער דעם אל=קאידא'ניק, די ארטיקל האט געהאט אלע פרטים, לאסוקי שמעתא אליבא דהלכתא, באשריבן די ענינים פון קוראן, די צוויי דרכי הלימוד סוני און שיעי, און די שפעטער תהלונכות הדורות און די נהרא נהרא נהרא ופשטיה, ביז צום ענדע איבער די חבורה הקדושה אל-קאידא אשר לא כרעו לבעל. איך וועלכער בין ערצויגן געווארן אין די ראנגען פון לוחמי מלחמת ה' האט אנגעכאפט אן אש קודש און בו בזמן האב איך געשוואוירן בכף ירכי אז כ'ווער אן אל-קאידא'ניק!
יא, איך בין געווארן אן אל-קאידא'ני'ק!
אוודאי האב איך גארנישט געקענט טון ווייל מיין טאטע מאמע טארן נישט וויסן, זיי וועלן מיר נאך חלילה אנשרייען אדער גאר חלילה פיינט האבן, הכלל, האב איך ביי מיר אין בעט געמאכט א טרענירונג קעמפ, איך האב געשטויסן מיין קישן, און אין שאוער האב איך זיך געראנגעלט מיט די וואסער שטראם, אזוי אז בבוא היום זאל איך ווערן א פולשטענדיגער אל קאידא'ניק מוכן ומזומן לחיי עולם הבא.
ליצנות אין א זייט געלייגט. די הבלים און טפשות אז ליינען איבער א עושר, קעמפער, ים רויבער אדער דאקטאר וועט מאכן תאוות צו ווערן אזוי איז פוסטע נאן-סענס. קיין איין יונגל האט נאכנישט געקלערט פון ווערן מאנקי-זשארדזש אדער אפילו נישט אויסשטייגן דער שלאנקער מענטש מיט די געלע הוט זיינער.
קיין איין יונגל האט נאכנישט באקומען א תאווה צו זיין המן, פרעה, נבוכדנצר, און אפילו נישט שעשגז.
קיין איין יונגל באקומט נישט קיין תאוה צו גניבה און מחלוקת ביים לערנען איבער "ההוא ארבא דמינצו עליה בי תרי" און ניטאמאל קיין רעיפיסט פון לערנען איבער נערה המאורסה.
אז מען איז מחנך א קינד נארמאל און נישט מען שליסט אים איין אין א קעידזש קען ער כמעט אלעס ליינען. פארשטייט זיך אז שרעקעדיגע זאכן קען אים שטערן פון איינשלאפן און בילדער פון נשים יפות קען אים גורם זיין חלילה א היפך שובבים, אבער גלאט ליינען וועלטליכע זאכן? דאס וועט אים בלויז א טראפ מאכן ברייטער זיינע ידיעות.
ואת הנראה לפי עניות דעתי כתבתי, ואתכם הסליחה
יוי שרייבט ער גוט!!!!
און די אמת איז אז פון די בילדער מעגעזינס פון די רבי׳ס האט מען גלייך געזעהן די השפעה ווען איינער וואס האט עס געליינט איז ליידער נשפע געווארן און פראקלאמירט אז ״איך וויל זיין א רבי!!״