פינף שטערנדלעך פאר וועקער

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

פינף שטערנדלעך פאר וועקער

שליחה דורך כוכב »

מיינע פריינט פעלאו געטרייע לייענערס פונעם וועקער שיחי',

יעדער פארשטייט די וויכטיגקייט פון אויסדרוקן הכרת הטוב פאר די ארויסגעבער פון אונזער באליבטן וועקער וואס איז די איינציגסטע ערליכע אידישע אויסגאבע עפ''י דרך התורה והאמת. דער עולם געט לייקס, מ'שיקט בריוון, און מ'שרייבט תגובות.

מ'קען אבער אויך טון איין קלייניגקייט וואס איז א בחינה פון מתן בסתר, פשוט ארויפגיין אויפן עמעזאן פעידזש וואו מ'האט געקויפט דעם וועקער, און אריינלייגן פינף שטערנדלעך, מיט דעם צו לאזן וויסן סיי פאר די עמעזאן באהערדע און סיי פאר די וועקער רעדאקציע אז איר האט הנאה פון די אויסגאבע. ליתר שאת קען מען צושרייבן א ווארט אויסצולויבן דעם וועקער.

דאס קאסט נישט קיין געלט און איז א שיינע אויסדרוק פון דאנקבארקייט, און אזוי אויך איז עס גוט פאר די עמעזאן אלגאריטם ווען זיי זעען אז מ'געט גוטע רעוויוס פאר א ביכל.

מיינע פריינט, קומט ארויף צום לינק פונעם לעצטן וועקער דא

https://www.amazon.com/dp/B0863RTDHW/

און לאמיר אפגעבן די פארדינטע פינף שטערנדלעך!

א דאנק.
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: פינף שטערנדלעך פאר וועקער

שליחה דורך פאליטיקאנט »

איך האב שוין אפאר מאל געוואלט דעס זאגן אבער איך האב מיך קיינמאל גענומען די מי.


איך האלט עס איז א שאד אז די וועקער מאכט א יעדעס מאל א פרישע ליסטינג, מ'הייבט אלץ אן פון פריש און מ'האט גארנישט פון די אלטע רעוויוס.

איך האלט עס וואלט בעסער געווען אויב געמאכט איין ליסטינג און מ'לייגט צו וועריעישענס (variations) פאר יעדע נייע וועקער אזוי איז עס אלץ איין לינק, און מ'בלייבט מיט די ריוויוס און ראנג.



נ.ב. מ'קען ארומשיקן א לינק צום ספעציפישן וועריעישען, ווי אויך קען מען סעטן א דיפאולט וועריעשען.
פליישיג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 80
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2018 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

שליחה דורך פליישיג »

איך פערזענליך האב געטראכט דערפון, אבער למעשה בין איך נישט באגייסטערט מיט דער אויסגאבע.
ווילט איר וואקסן אין תורה ויראת שמים?
האנדלט אייך שיעורים פון כבוד הגה''צ הרב מאיר צוויבעל שליט''א

כדאי הוא רבי מאיר לסמוך עליו
רימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 391
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 1302 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1322 מאל

שליחה דורך רימון »

היות כ'האב געזען 2 נעסטי איין שטערנדע ריוויוס פון העיטערס וואס האבן מסתמא ניטאמאל געליינט די וועקער און מיינען ס'איז א מצוה יענעם צו באגראבן.
וואלט כדאי געווען אז אלע וואס האבן הנאה פון וועקער זאלן זיך נעמען די מי און געבן א פאזיטיווע פייוו סטאר רעיט.
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

פשוט פאר נייגעריקייט פרעג איך, וואס מאכט אויס די לייקס? ביי א אייטעם וואס איז דא קאמפעטישאן פארשטיי איך, אבער די וועקער איז דאך וואן ענד אנלי?
באניצער אוואטאר
יעקב מעקסוועל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 360
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 12:30 pm
האט שוין געלייקט: 930 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1187 מאל

שליחה דורך יעקב מעקסוועל »

רימון האט געשריבן:היות כ'האב געזען 2 נעסטי איין שטערנדע ריוויוס פון העיטערס וואס האבן מסתמא ניטאמאל געליינט די וועקער און מיינען ס'איז א מצוה יענעם צו באגראבן.
וואלט כדאי געווען אז אלע וואס האבן הנאה פון וועקער זאלן זיך נעמען די מי און געבן א פאזיטיווע פייוו סטאר רעיט.

סתם אן אבזערוואציע, יעצט אויף די מינוט איז דא 9 ריוויוס מיט 5 שטערנדלעך, פון דעם זענען 8 וועריפייד פארטשעס. די צוויי 1 שטערנדל ריוויוס זענען ביידע נישט וועריפייד.

תרמב האט געשריבן:פשוט פאר נייגעריקייט פרעג איך, וואס מאכט אויס די לייקס? ביי א אייטעם וואס איז דא קאמפעטישאן פארשטיי איך, אבער די וועקער איז דאך וואן ענד אנלי?

עס מאכט לכאורה אויס פאר די אלגעריטם ווען איינער זוכט אידיש ליין מאטריאל, איך ווייס נישט וויפיל אזעלכע מענטשן זענען פארהאן.

פאליטיקאנט האט געשריבן:איך האלט עס וואלט בעסער געווען אויב געמאכט איין ליסטינג און מ'לייגט צו וועריעישענס (variations) פאר יעדע נייע וועקער אזוי איז עס אלץ איין לינק, און מ'בלייבט מיט די ריוויוס און ראנג.

איך וואונדער מיר פארוואס זיי טוען עס נישט.
Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell
פארשפארט