מ׳קען אפשר אויך פרובירן צו ענטפערן אויף די קשיא אן אפאלאגעטישן (דוחק׳דיגן) תירוץ עפ״י שיטת הרלב״ג. ער זאגט אין מלחמות ה׳ (מאמר ד פ״ו)
(בתוך זיין ברייטערע שיטה פון השגחת הקב״ה און אין דעם אז אין ידיעת הקב״ה מגעת אל הפרטיים) אז די שלעכטס/עונשים וואס שטייט אין די תורה און ס׳איז משמע אז דאס קומט
דירעקט און נישט מחמת השארתם להילוך הגלגלים והטבע, איז אדער מכח דעם פאר׳ן
צדיק (וואס איז זוכה צו השגחה בו, ווייל ער גייט אריין אין די כלל אויף וועמען ס׳איז דא די השגחה) וואס הייבט אן אביסל ״גליטשן״ להדריכו אל דרך הישרה (און ער גייט טאקע נישט שטארבן דערפון), אדער מכח דעם ווייל די השגחה אויפ׳ן פאלק בכלליות פארלאנגט אז די עונש זאל מדריך זיין ה(יותר )צדיקים בם, ע״ש באריכות.
דער אור ה׳ (מאמר ב כלל ב פ״ג) פרעגט אויף אים אין דעם אז דעמאלטס, למשל, טאמער וואלט נח
אויך געזונדיגט ביים דור המבול וואלט הקב״ה
נישט געברענגט די מבול, וואס איז א
דירעקטע עונש שלא כדרך הטבע. דאס איז נישט מסתבר און איז נישט משמע. ווי אויך אויב אזוי וואס איז פשט אין עונש כרת? אויב גייט דאס ארויף אויף א מיתה בעולם גייט דאך אויסקומען אז אנדערע (די צדיקים) מוזן וויסן דערפון כדי די
דירעקטע עונש זאל האבן א פשט, וממילא אויב האט ער עובר געווען בסתר גייט טאקע נישט זיין די עונש. דאס איז ווייטער נישט מסתבר. און טאמער נעם איך אן אז דאס איז (אויך) אן עונש פאר׳ן נפש לעתיד שטימט ווייטער נישט. ווייל עפ״י (פילאזאפישע) טבע וואלט דער נפש החוטא (אין דעם) געדארפט ווען ווערן מקושר מיט׳ן שכל הפועל מכח די מושגים השכליים וואס ער האט קונה געווען בחייו, נאר מען טוהט דא עפעס
שלא מן הטבע (הפילוסופית) כדי אים מעניש צו זיין. פארוואס? נישט ער און נישט אנדערע קענען זיך לערנען דערפון וכדומה, וואס דאס איז דאך פשט אין
דירעקטע עונשים לפי הרלב״ג, ע״כ ע״ש באריכות.
יעצט, טאמער ״בּייסט מען די קויל/בּוּלעט״ און מ׳זאגט אז לויט׳ן רלב״ג איז טאקע איה״נ נאר דא כרת בעולם הזה און נאר ווען ס׳איז שייך אויף אויסצולערנען צדיקים וכדומה, קען מען אפשר זאגן אז היינט ווען ס׳איז א דור שכולו חייב איז טאקע נישט דא קיין עונש כרת.
ודוחק, ובפרט אז מ׳דארף אננעמען דערצו, ווי נישט, די טעזע פון ״ירידת הדורות״ (ברוחניות).