די הילכיגע שטילשווייגעניש בשעת דעם קאראנא-קריזיס

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: די הילכיגע שטילשווייגעניש בשעת דעם קאראנא-קריזיס

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

כ'האב געזוכט אן אשכול וואו עס אריין צו לייגן, כ'האב אפגעמאכט אז דא איז די בעסטע פלאץ, היות די מוסדות גייען און רייסן ווײטער שכר לימוד כאילו לא הי' און מאכן א שווייג פון די געלטער וואס זיי האבן און גייען נאך באקומען פאר די פארלוסטן, איז נעקסטיים ווען זיי קאלן וויינען און סטראשען זאלט איר זיך נישט אזוי דערשרעקן.בילד
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: די הילכיגע שטילשווייגעניש בשעת דעם קאראנא-קריזיס

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

אישתישבי האט געשריבן:א בראך אויף קאלאמבעס.


זיי אליין הערן נישט אויף מיט זייערע מנינים מצומצמים


איז דאך משמע פונעם דאס ווארט "זיי" אז מען רעדט פין לכל הפחות די דריי רבי'ס וואס ער האט געשריבן פריער, און פין דער לשון רבים מנינים מצומצמים איז משמע אז יעדער איינער פין זיי האט געמאכט לכל הפחות צוויי מאל א מנין מצוצמצם, און פין דער ווייטאג וואס ער האט דערפון איז משמע אז ער ווייסט אז זיי טוהן עס כסדר, און פין דער "זיי הערן נישט אויף" איז משמע אז ער ווייסט אז זיי טוהן ווי א דבר רגיל לכל הפחות דריי מאל א טאג, און אויף דעם אלעם איז שווער דער באמבע קשיא!!!!!!


מנין???? פין ווי ווייסט מען דאס??????


און אויף דעם איז דער תירוץ, פין זיין באבעס קאץ!!!!

און אויף דעם אלעם קומט א גרויסער לול מיט קידוש לבנה אותיות, ווייל אז מען הרג'ט אין שפיטעלער ווייסט ער נישט, כאטש אפילו יעדער ווייסט דערפון.


עס איז דא א ווארט אין ענגליש "extraordinary claims require extraordinary evidence"
דאס אז מען הרג'ט מענטשן אין שפיטעלער איז אן אויסערארדענלעכע באשולדונג און עס ברויך אויסערארדענלעכע ראיות, און נישט נאר עס איז נישטא, אויסער א צעטיל וואס מען האט געטראפן ביי א נפטר אז מען האט אים נישט געגעבן בארשט און קוגל אדער וואסער, און אנדערע מעשות איש מפי פיש, נאר עס איז דא פארקערט (עס דרריט זיך ארום א אודיאו קליפ פון ר' שאול קליין ווי ער לויבט זייער אויס די באהאנדלונג אין NYU, (הגם מען האט אים נישט געגעבן קיין וואסערת וואס דער דאקטער האט אים געזאגט אז עס איז בכוונה) חוץ מזה וויל דער עולם נישט פארשטיין איז אז ווען א מענטש האט אינטערווינעס באקומט ער אלע נוטרישענס וואס ער ברויך.
ווידעראום לגבי מנינים מצומצמים איז יעדע רב וואס איך קען פערזענליך דאווענט מיט מנין, ביי ר' אהרן יעדע צעטיל וואס מען קען נאר לייגט מען צו אז ער דאווענט\פראוועט מיט מנין מצומצם, אשר על כן איז דער באשולדונג נישט אזוי אויסערארדענליך אז איך זאל עס דארפן האבן אויף ווידאו צו גלייבן.
ולאחרונה דאס אז זיי דאוווענען מיט א מנין מצומצם איז נישט געווען דער עיקר נקודה, ס'גוט פאר א קאמפאט. וואס איז א פאקט איז אז זיי זענען נישט ארויסגעקומען מיט א קלארע פסק הלכה אז מען זאל נישט דאווענען מיט מנין און א "ממני ילמדו וכן יעשו" צוגאנג ווי ר' מרדכי דוד איז ארויסגעקומען.
חמין במוצאי שבת מלוגמא
באניצער אוואטאר
אמת וצדק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 180
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 559 מאל

רבי יצחק לעבאוויטש רעדט וועגן דעם ווייריס

שליחה דורך אמת וצדק »

א גוטן טייערע חברים, כ׳האב לעצטענס אויסגעהערט צוויי דריי שיעורים פון הרב יצחק לעבאוויטש אויף קול הלשון ווי ער האט גערעדט בנוגע דעם קאראנא ווייריס, וועל איך מיטטיילען מיטן ציבור אביסל פון זיינע דיבורים. קודם כל האט ער געזאגט נאך פאר פסח אז מען זאל נישט גיין צו די עלטערן צום סדר בלי שום יוצא מן הכלל, אזוי אויך זאל מען זיך נישט דרייען אין די געשעפטן, און אויב מעגליך זאל מען איינקויפן דורכען טעלעפאן. אזוי אויך האט ער געווארן נישט צו מאכן קיין שום מניינים אונטער איין דאך ווייל דאן צושפרייט עס זיך שטארק, און ער צייכענט צו א רדב״ז וואס שרייבט אז איינער וואס דאווענט מיט ישוב הדעת אינדערהיים איז דאס בעסער ווי אין שוהל ברוב עם, כ״ש אין א מצב ווי עס איז דא א סכנה אין דעם. אזוי אויך נישט גיין אין מקוה, און דער וואס דארף קען נעמען אין אזא מצב א ווארימע שויער אפי׳ שבת כדעת המתירים און יוצא זיין תשעה קבין, ער ווארענט אז מען רעדט דא פון סכנת נפשות און טפי׳ בספק ספיקא ברויך מען גיין לחומרה, און ער אפעלירט צו אלע רבנים ומנהיגים צו ארויסזאגען קלאר זייער מיינונג אן קיין מורא (אזוי אויך מאכט ער קלאר אז מען מעג געהעריג קויפן נאך פסח מאשין מצות פאר דער וואס וויל, און ס׳הייסט בכלל נישט חמץ שעבר עליו הפסח)

אזוי אויך צייכענט ער צו א שו״ת חתם סופר אין אורח חיים סימן ק״ב, ווי א רב פון קראקא האט אים אנגעפרעגט שנת תקצ״ז ווען עס האט געבאזשעוועט די חולי-רע מגיפה, און די עולם האט נישט יוצא געווען קידוש לבנה בזמנה צוליב כיסוי הלבנה, און היות די עולם איז געווען צובראכען פון דעם און בשעת א מגיפה איז עצבות גאר שעדליך האט דער רב מתיר געווען צו מקדש זיין ליל ט״ז, פרעגט ער אן צו ער האט גוט געטוהן, און דער חת״ס איז מחזק זיין פסק, און צייכענט צו דעם מגן אברהם אין סימן תקע״ו סק״ב אז בזמן המגיפה זאל מען נישט אויך נישט פאסטען צוליב דעם סכנה. די זעלבע ווערט געברענגט אין ספר עשר קדושות מערכת ב׳ מכתב ה׳, ווי ער ברענגט א בריוו פון רבי צבי מזידיטשוב ווי ער שרייבט שנת תקצ״א ווען עס האט אויך געבאזשעוועט די חולי-רע מגיפה און ער שרייבט צו זיינע חסידים אין מונקאטש ״שלא יהי׳ לכם שום עצבות ומרה שחורה... כי זהו מכשול גדול.. ומושכת חולי, רבי יצחק איז מוסיף אז דער זידיטשוב׳ער איז טאקע אוועק יענעם יאר י״א תמוז לכפר על עוונותינו) רבי יצחק איז מתיר צו הערן מוזיק אין די יעצטיגע ספירה טעג שלא לפי המנהג, צו העלפען בלייבען בשמחה.

*
ווייסט מען שוין צו זיין נזהר און זיך אפהיטן און אז שמחה העלפט ארויס. אבער וואס אין די וועלט גייט דא פאר מיט דער קאראנא אנשיקערניש? און ווי הרב מיימון האט אזוי שיין צולייגט. זאגט רבי יצחק אז אידישקייט איז נישט קיין סיסטעמאטישע הלכה׳דיגע סיסטעם, עס זענען דא זמנים ווי זאכן גייען אנדערש, ווי די שר שלום פון בעלזא האט שוין געזאגט פאר דער סוואליעווער רב וואס האט אים געוויזען א סדר היום וואס ער האט געמאכט און אנגעפרעגט חוות דעתו, האט ער געענטפערט יא סאיז זייער פיין אבער האט צוגעשריבען צום סוף ופעמים להיפך. די זעלבע באשעפער פאדערט יעצט א צווייטע מין עבודה נעמליך די עבודת היחיד! יעדער איז אן עולם מלא און אין די יעצטיגע זמן קומט ארויס די יחיד׳ישע כוחות.

און לגבי די סיבה פארוואס די אייבערשטער פירט צו אזעלכע שווערע זמנים, זאגט רבי יצחק אז די תשובה צו דעם ווייסט קיינער נישט קלאר, נאר אפי׳ אינעם הסתר ליגט א גילוי בבחינת הנני עומד אחר כתלינו, און ווען די אייבערשטער פירט צו א שינוי לרעה אינעם סדר הבריאה איז דאס א בחינה פון הצית עליו בעל הבירה, און מ׳דארף זיך פארעכטען בכל הדברים הצריכים תיקון, לאפוקי פון די רבנים וואס זאגן אז עס קומט דוקא צוליב א געוויסע סיבה ווי למשל צוליב שייטלעך.. עס איז אפי׳ ארומגעפארען א קאר מעורר זיין די ציבור זיך אנצוטוהן שפיצלעך להסיר החרון אף. רבי יצחק זאגט אז אמת אז סאטמאר רב (מורי ורבי) האט שטארק געהאלטען פון דעם, אבער מיט א שיעור! נישט גערעדט פון דעם ברבים פארן ברייטען ציבור נאר פאר חסידים ואנשי מעשה ביי זיך אין קלויז בעיר סאטמאר פארן קריג. ווי ער האט געהערט פון זיין רבי דער קיוויאשד׳ער רב וואס איז געווען אין סאטמאר שנת ת״ש שבת הגדול כדי אנצופרעגן דעם רבי׳ן אויב ער זאל פארן קיין ארץ ישראל צוליב די צרות אויף וואס ער האט געענטפערט אוודאי! און ווען וועלט וועט זיין וועלט האב ער אויך בדעה צו גיין. עכ״פ יענע שבת האט ער געזען ווי אין די גרויסע צענטראלע שוהל האט דער רבי מעורר געווען יא צו גיין מיט א שייטל אויפן קאפ, און ביי זיך אין קלויז געפאדערט נישט צו גיין דערמיט, עכ״פ דארף מען געדענקן אז רפא זמן שינוי ברענגט התחדשות און התחדשות ברענגט צו שמחה.

אזוי אויך קענען מיר ארויסלערנען א מוסר השכל פון די מגיפה וואס די הבל פיו פון א מענטש קען דאס אריבערפירן צו א צווייטען חס ושלום, איז מדה טובה מרובה אז ווען איינער רעדט דברים טובים גייט דאס אריין אינעם צווייטען און איז גורם א שינוי לטובה. אויך קען מען מער באגרייפען וואס דער מלאך פון אמעריקע (הרב חיים אברהם דובער לעווין) פלעגט זאגן תורה ביי זיך אין בית המדרש אין די בראנקס און כמעט קיינער האט נישט פארשטאנען וואס ער זאגט, האט מען אים געפרעגט אויב אזוי וואס איז די תועלת פון דעם, האט ער געענטפערט אז די אויר דארף דאס האבן, ולדרכינו פארשטייען מיר אז די הבל פיו פארט ארום אין די לופט און ברענגט אריין קדושה אין די אויר. אזוי אויך זעט מען יעצט אן אחדות ביי כלל ישראל ווי מען זארגט זיך פאר א צווייטען און אידן פון אלע שיכטען דאווענען צוזאמען אויפן גאס אין קיינער איז נישט בודק יענעמס ציצית.

רבי יצחק ברענגט צו דעם אפטא רב אין אוהב ישראל וואס שרייבט אז די טעג צווישען פסח אין שבועות די ימי ספירת העומר ווערן אנגערופן ביי די גוים חודש ״מי״ מיט א פתח-May אין די גוים זאגן אז די טעג זענען מסוגל לרפואה, לייגט צו רבי יצחק אז אין פסוק שטייט ״מי ירפא לך״ און ירפא מיט די אות למ״ד דערנאך, קומט אויס אפריל-April, בעט מען די אייבערשטער לאמיר נישט ווארטען ביז חודש ״מי״ נאר שוין יעצט אין אפריל זאל זיך שוין אויפהערן די שרעקליכע מגיפה ומי שאמר לעולמי די יאמר לצרותינו די!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 5 אום אמת וצדק, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
אמת וצדק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 180
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 559 מאל

שליחה דורך אמת וצדק »

שמערל האט געשריבן:
מיימון האט געשריבן:מען דארף אסאך מאריך זיין אין די חרד'ישע רעאקציע צום האלאקאוסט וואס באשטייט בעיקר פון איגנארירן. ניטאמאל א קינה'לע האט מען פארגינען פאר די גרעסטע פאסירונג אין אידישע היסטאריע זינט אייביג.

די גאנצע תגובה איז געוואלדיג, אבער די נקודה איז געוואלדיג געוואלדיג.


נישט אמת, אסאך גדולי ישראל האבן יא געמאכט קינותים אויפן צווייטען וועלט קריג, עס ליגט מיר יעצט אין קאפ רבי מיכאל בער ווייסמאנדל, ערלוי׳ער רב, רבי שלמה באבוב׳ער, ועוד, נאר וואס דען אין נייטרא זאגט מען פון רבי מיכאל בער, אין באבוב פון באבוב׳ער רבי וכדומה, און אין סאטמאר וואס משום איזה סיבה האט דער רבי נישט געמאכט קיין קינה, זאגט א גרויס עולם קיין איינס נישט. די זעלבע זאך איז אויך בנוגע קובע זיין א יום זכרון, ווען כלל ישראל וואלט געווען מער פאראייניגט וואלט עס געקענט אפשר געשעהן.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ווען מ'לייגט ארויף א דרשה פון דער וואודרידזשער רב, איז ראטזאם צו לייגען די נומער ווי מ'קען עס אויך אויסהערן, הן אונטער וועלכע קנעפל און הן וועלכע נומער שיעור אין די קנעפל

פונקט יעצט האב איך עס טאקע אויסגעהערט און עס איז אויף נומ' 3 שיעור 330 און 331.

דער ווארמע שאוער איז מעגליך א טעות אין די מציאות, ווייל די וועג פון ארויס נעמן ווארעם וואסער פון די שאוער איז פארבונדן מיט מעגליכע איסורים דאורייתא פון בישול. דער איסור רחיצה איז אפשר נישט אזוי הארב, לויט די אומשטענדן און די שיטות, אבער בפועל איז דאס ארויס נעמן וואסער פון די סיסטעם א פראבלעם.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אמת וצדק האט געשריבן:
שמערל האט געשריבן:
מיימון האט געשריבן:מען דארף אסאך מאריך זיין אין די חרד'ישע רעאקציע צום האלאקאוסט וואס באשטייט בעיקר פון איגנארירן. ניטאמאל א קינה'לע האט מען פארגינען פאר די גרעסטע פאסירונג אין אידישע היסטאריע זינט אייביג.

די גאנצע תגובה איז געוואלדיג, אבער די נקודה איז געוואלדיג געוואלדיג.


נישט אמת, אסאך גדולי ישראל האבן יא געמאכט קינותים אויפן צווייטען וועלט קריג, עס ליגט מיר יעצט אין קאפ רבי מיכאל בער ווייסמאנדל, ערלוי׳ער רב, רבי שלמה באבוב׳ער, ועוד, נאר וואס דען אין נייטרא זאגט מען פון רבי מיכאל בער, אין באבוב פון באבוב׳ער רבי וכדומה, און אין סאטמאר וואס משום איזה סיבה האט דער רבי נישט געמאכט קיין קינה, זאגט א גרויס עולם קיין איינס נישט. די זעלבע זאך איז אויך בנוגע קובע זיין א יום זכרון, ווען כלל ישראל וואלט געווען מער פאראייניגט וואלט עס געקענט אפשר געשעהן.

די איינציגסטע חסידישע פלאץ וואו מען האט עמטליך געמאכט א קינה אויף צום קלאגן יעדע כ' סיון נאך די קדושי השואה איז אין בעלזא.

בעלזא רב האט געהייסן שרייבן א קינה און מען זאגט עס אינאיינעם מיט די אלטע קינות, כ'מיין אז דודי קאליש האט א ניגון אויף דעם.
באניצער אוואטאר
אמת וצדק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 180
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 559 מאל

שליחה דורך אמת וצדק »

מאך זיכער האט געשריבן: די איינציגסטע חסידישע פלאץ וואו מען האט עמטליך געמאכט א קינה אויף צום קלאגן יעדע כ' סיון נאך די קדושי השואה איז אין בעלזא.

בעלזא רב האט געהייסן שרייבן א קינה און מען זאגט עס אינאיינעם מיט די אלטע קינות, כ'מיין אז דודי קאליש האט א ניגון אויף דעם.

בעלזא איז נישט די איינציגסטע, אין די אנדערע מקומות זאגט מען עס געווענטליך תשעה באב סוף פונעם סדר הקינות.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אמת וצדק, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ווען מ'לייגט ארויף א דרשה פון דער וואודרידזשער רב, איז ראטזאם צו לייגען די נומער ווי מ'קען עס אויך אויסהערן, הן אונטער וועלכע קנעפל און הן וועלכע נומער שיעור אין די קנעפל

פונקט יעצט האב איך עס טאקע אויסגעהערט און עס איז אויף נומ' 3 שיעור 330 און 331.

דער ווארמע שאוער איז מעגליך א טעות אין די מציאות, ווייל די וועג פון ארויס נעמן ווארעם וואסער פון די שאוער איז פארבונדן מיט מעגליכע איסורים דאורייתא פון בישול. דער איסור רחיצה איז אפשר נישט אזוי הארב, לויט די אומשטענדן און די שיטות, אבער בפועל איז דאס ארויס נעמן וואסער פון די סיסטעם א פראבלעם.

ס'איז פארהאן אזא מין געדזשעט וואס פילט אן די טענק און קאנטראלירט די טעמפעראטור אפגעזעהן פון וויפיהל וואסער דו ניצט. אבער אויב מ'נוצט זייער א סאך וואסער, דאמאלס לעשט די סעיפטי אויס דעם סיסטעם. קענמען עובר זיין אויף מכבה...!
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: די הילכיגע שטילשווייגעניש בשעת דעם קאראנא-קריזיס

שליחה דורך פאליטיקאנט »

אב"ד סיקסא שיקט א בריוו צום גאווערנער........

עס איז צום שטוינען זיין בקיאות אין גרעמער, ווי אויך זיין קלארע הסברא פאר'ן געווארנער, אז אויב עפנט מען נישט אויף שולן, ברענגט עס צו אז אידן זאלן מסר'ן פארן גאווערמענט חס וחלילה.......בילד
אינגערמאנטשיקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 627
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 487 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

שליחה דורך אינגערמאנטשיקל »

פאליטיקאנט האט געשריבן:אב"ד סיקסא שיקט א בריוו צום גאווערנער........


א בפירוש'ע סיקסא רב! ווען משוגע וואלט געמאכט פליען וואלט ער דאך געוואונען א נאבעל פרייז אין אסטראנאמיע און געהאט טעגליכע פלייטס צו די לבנה...
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ער האט טאקע געשיקט א בריוו. אבער געשריבן אויף א היימישן ענגליש. פול מיט גרייזן און ספעללינג מיסטעיקס. אזוי ווי א היימישער, חסיד'ישער איד קען...כדי להראות אז א היימישער, חסיד'ישער איד קען אויך. און מ'דארף נישט גיין אין קאלעדזש פאר דעים. שטעך דיר אויס די אויגן. און עפ"ל, שר"י און ארענדז"ש. נפתלי מאסטער...!
באניצער אוואטאר
אמת וצדק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 180
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 559 מאל

שליחה דורך אמת וצדק »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער ווארמע שאוער איז מעגליך א טעות אין די מציאות, ווייל די וועג פון ארויס נעמן ווארעם וואסער פון די שאוער איז פארבונדן מיט מעגליכע איסורים דאורייתא פון בישול. דער איסור רחיצה איז אפשר נישט אזוי הארב, לויט די אומשטענדן און די שיטות, אבער בפועל איז דאס ארויס נעמן וואסער פון די סיסטעם א פראבלעם.

נאכען קומען אונטער קריטיק איבער וואס ער האט מתיר געווען א ווארימע שויער אין שבת יוצא צו זיין תשעה קבין במקום הצורך, קלארט אויס וואודרידזשער רב זיין מיינונג איבער דעם אויף זיין האטליין, נומבער 3 שיעור 332.
החוקר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1098
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל

Re: די הילכיגע שטילשווייגעניש בשעת דעם קאראנא-קריזיס

שליחה דורך החוקר »

נאכן איינזעהן אין די ווארהייט פון די קריטיקירער, האבן געוויסע רבנים מחליט געווען אז מען מוז טון מער לטובת הציבור בשעת המגיפה. זיי האבן זיך ארויפגעשארט די ערמעל און געארבייט אויף קעסל און כלים לטובת הציבור צו פארגרינגערן ווי ווייט מעגליך. ב"ה זייער פלאג איז געווארן געקרוינט מיט סוקסעס און די מיה האט זיך אויסגעצאלט...

(אינטערעסאנט נאר אז זיי שעמען זיך מיט זייער נאמען.)
ערעפענונג.jpg
היכי דמי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 714
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל

שליחה דורך היכי דמי »

זעה איך אז זיי קענען נאך יא... א קול קורא פון רבני וויליאמסבורג צו שטיצן חברה הצלה.
איצט איז די קושיא שטארקער, פארוואס ווען הצלה האט געוויינט פאר שטיצע עטליכע וואכן צוריק איז געווען א שטיל-שווייגעניש?!

0C5327A9-FB0C-4A08-8F8B-13899C0C36B8.jpeg
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ווייל דעבלאזיא האט זיך שוין אנגעהויבן שלאגן מוז מען זיך אנרופן, קען מען דאך נישט סתם אזוי זאגן קומט צו פליען אלע סארט וואנזיניגע צעטלעך...

איך האב זעענדיג די אונטערשריפטן געמיינט אז הצלה ווערט גע'אסר'ט אינטערסאנט אבער אז נאכנישט...
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איינער קען מיר מסביר זיין די טפשות פון דער קארלסבורגער נסיעה? עסקנים און מאכט ווערן גענוצט אויף וואס? אז אן אלטע איד זאל גיין דינען די טויטע?!?!

מ'וואלט אים געדארפט זאגן שיינעהייט, אז ער זאל זיך זוכן בעסערע מצוות, און ער זאל בלייבן אין שטוב ווי אלע אלטע אידן. ער ווערט פאטאגראפירט אן א מאסק (א מאסק וואס דעקט נישט די נאז, איז קיין מאסק נישט), און מ'האט ממש באזיגט דער וויירוס! ב"ה אז אונז אלע דארפן מוותר זיין אויף גאנץ אידישקייט, אבער זיין ניי געבוירענע מצוה פון מירון (מאראן) האט ער אריין געכאפט!
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איינער קען מיר מסביר זיין די טפשות פון דער קארלסבורגער נסיעה?

נאופ, קיינער קען דיר דאס נישט מסביר זיין, דו דארפסט נאכאמאל געבוירן ווערן דאס צו משיג זיין.

און ביטע... הזהר בגחלתן... קארלסבורגער רב שליט"א איז א ריזן ת"ח ומגדולי ההוראה בזמנינו. גיב אכטונג דיין שפראך!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ער האט דאך צען בענדער וואס ווייזן מיר צו וואס ער טויג......

אבער איך האב נישט געשריבען אויף אים, נאר זיין יעצטיגע פעולה.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ווען מ'לייגט ארויף א דרשה פון דער וואודרידזשער רב, איז ראטזאם צו לייגען די נומער ווי מ'קען עס אויך אויסהערן, הן אונטער וועלכע קנעפל און הן וועלכע נומער שיעור אין די קנעפל

פונקט יעצט האב איך עס טאקע אויסגעהערט און עס איז אויף נומ' 3 שיעור 330 און 331.

דער ווארמע שאוער איז מעגליך א טעות אין די מציאות, ווייל די וועג פון ארויס נעמן ווארעם וואסער פון די שאוער איז פארבונדן מיט מעגליכע איסורים דאורייתא פון בישול. דער איסור רחיצה איז אפשר נישט אזוי הארב, לויט די אומשטענדן און די שיטות, אבער בפועל איז דאס ארויס נעמן וואסער פון די סיסטעם א פראבלעם.


עס ליגט מיר אין קאפ אז אין שו"ת ארץ צבי איז ער מתיר.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איינער קען מיר מסביר זיין די טפשות פון דער קארלסבורגער נסיעה? עסקנים און מאכט ווערן גענוצט אויף וואס? אז אן אלטע איד זאל גיין דינען די טויטע?!?!

מ'וואלט אים געדארפט זאגן שיינעהייט, אז ער זאל זיך זוכן בעסערע מצוות, און ער זאל בלייבן אין שטוב ווי אלע אלטע אידן. ער ווערט פאטאגראפירט אן א מאסק (א מאסק וואס דעקט נישט די נאז, איז קיין מאסק נישט), און מ'האט ממש באזיגט דער וויירוס! ב"ה אז אונז אלע דארפן מוותר זיין אויף גאנץ אידישקייט, אבער זיין ניי געבוירענע מצוה פון מירון (מאראן) האט ער אריין געכאפט!


ער האט א הויז דארט אין מירון, ער וואוינט דארט אסאך, ממילא האט ער געקענט באקומען די ערלויבעניש דארט צו זיין.

דער מנין קען זיין איז אפשר איבריג.

און אוועקמאכן זיין אין מירון, און עס רופען דינען די טויטע איז שטיקעל איגנארענץ.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אינגערמאנטשיקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 627
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 487 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

שליחה דורך אינגערמאנטשיקל »

שמעקעדיג האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איינער קען מיר מסביר זיין די טפשות פון דער קארלסבורגער נסיעה?

נאופ, קיינער קען דיר דאס נישט מסביר זיין, דו דארפסט נאכאמאל געבוירן ווערן דאס צו משיג זיין.

און ביטע... הזהר בגחלתן... קארלסבורגער רב שליט"א איז א ריזן ת"ח ומגדולי ההוראה בזמנינו. גיב אכטונג דיין שפראך!
פון די גרעסטע וואס כלל ישראל פארמאגט.

אבער זינט ער איז נתהפך געווארן פין "רעב חזקאל" צו כ"ק מרן הגה"ק גאב"ד שליט"א און די גאנצע רביסטיווע האט עס א שמעק פון אלע עלטערע רבנים ואדמורי"ם וואס זענען נאר פאפעטס אין די הענט פין די אייניקליך. גראדע דא איז עס א זוהן נאך וואס דער אייניקל איז געפלויגען.

ממילא קען מען נישט זאגן מיט א זיכערקייט וואס איז פשט אין די גאנצע נסיעה. כך נראה לדעתי
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

[tag]מימון[/tag], עס האט זיך געלוינט די קריטיק וואס האט דיך געטריבן ארויסקומען מיט דיין 2'טע תגובה. WOWOW. דיין תגובה האט זיך געשפירט ווי א טאנק איז איבערגעפארן מיין מוח..
פארשפארט