קאצקע ציקער האט געשריבן:ליטוואק אפשר וועט דיר זיין אינטערסאנט דורכצוליינען פארמעגליך'ס ארטיקלען אויף די השתלשלות פון די מחלוקה אין סאטמאר אפשר האסט עס שוין געליינט
א גוטע עצה. יעצט דארף איך עצות אויף דעם אויך. וועלכע איז די בעסטע? איך זעי אז א Fire איז די ביליגסטע, אבער דאס איז א טאבלעט, און ברגע דער אינטרנט קומט מיט מיר אין בעט אריין, שלאף איך נישט איין. איך האב שוין א תאווה פאר דאס, אבער ווער קען בארעכטיגן אזויפיל געלט בלויז פאר פארוויילונג?
db electronics אין לעיקוואד פלעגט צו פארקויפן גע'כשר'טע איבוקס אן ווייפיי, אפשר האבן זיי נאך, פראביר, לכאורה דעליווערן זיי אין די איצטיגע טעג. א געווענליכע גוטע איבוק קומט מיט ווייפיי, אדער דיסעיבל עס אליינס, אדער האלט דיך איין.
אויפן דערמאנטע גרופע רעקאמאנדירן די ישראלים דארט אז onyx boox וואס איז פון ענדרויד 5 און העכער איז זייער גוט פאר בוכער אין עברית. איך גלויב אז ס'איז דא נאך וואס זענען גוט, יעדע איינע האט זיך זיינע מעלות און חסרונות, צב"ש אויב לייענסטו א סך אין בעט דאן זוך אזאנס וואס ארבעט מיט e-ink און פארמאגט אויך glowlight. וכו' וכו'.
איך האב פאר מיר געדרוקט די מאמר פריער פון דער בחור וואס איז געגאנגן פון עתניאל צו ישיבת מיר. עס איז זיכער געווען אינטרעסאנט. נישט יעדע רווארט, אבער בתוך דבריו איז ער מעורר א פאר אינטרעסאנטע זאכען. ייש"כ אמת והצדק
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
כהאב געליינט דעם שבת א שיינע ארטיקל ווי איינער אינטערוויוט צוויי מזרחי׳סטישע בחורים וואס האבן זיך געביטען צו די חרדישע וועלט, און א ריספאנס צו זייער טענות דורך הרב יעקב מדן פון ישיבת הר עציון. אזוי אויך האב איך געליינט פונעם זעלבען שרייבער ווי ער אינטערוויוט די אנפירער פון די קראים באוועגונג אין א״י.
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב פאר מיר געדרוקט די מאמר פריער פון דער בחור וואס איז געגאנגן פון עתניאל צו ישיבת מיר. עס איז זיכער געווען אינטרעסאנט. נישט יעדע רווארט, אבער בתוך דבריו איז ער מעורר א פאר אינטרעסאנטע זאכען. ייש"כ אמת והצדק
קאך_לעפל האט געשריבן:האסט פראבירט דעם קונטרס על הגאולה ועל התמורה?
ליטוואק פון בודאפעסט: די עדיטעד ווערסיע. ווייל די אריגינאלע כתבי יד פון סאטמאר'ע רבי וועט ארויפטרייבן דיין בלוט פרעשור צו שטארק. און דאמאלס וועסטו זיכער (ח"ו) נישט קענען איינשלאפן...!
איך האב געהערט פון כמה מקורות אז די (קלוגע) שטוב מענטשן פון סאטמר רב זענען נישט געווען צופרידן פון די צו שארפע לשונות וואס ער האט גענוצט. האבן זיי עס א ביסל ..."גע-סאפטענד"...!
למשל וואו ער שרייבט אז מ'זאלל נישט גיין צום כותל. שטייט דארט..."ועל כן יש למנוע מל(ל)כת לכותל ולמקומות אחרים שכבשו הציונים"...! שטייט אין די אריגינאלע ווערסיע..."אני אוסר בכל תוקף"...!
תנחום האט געשריבן:עפעס פרישע סחורה צו פרינטן פאר שבת, קומסט אריין קלאר. דרייסיג זייטן טאפס, רופסט אן ווארעם.
איך האב נישט קיין צייט יעצט, אבער לעשות רצונך חפצתי. הרב נחום אליעזר רבינוביץ ז״ל איז דעי וואך אוועק פונעם וועלט פונעם קאראנא ווירוס, זייענדיג 92 יאר אלט, אויפגעוואקסען איז ער אין די חרדישע וועלט, א תלמיד פון הרב פנחס הירשפרונג און מקבל געווען פון אים סמיכה, אזוי אויך האט ער געלערנט ביי הרב י״י רודערמאן אין ישיבות נר ישראל בולטימור, געווען איז ער אויך א גרויסע פראפעסאר, און דורך דעם איז ער שפעטער אנגעקומען צו די פרומע ציוניסטישע וועלט, ער איז געווען יארן לאנג ר״י אין ישיבות ברכת משה אין מעלה אדומים, אבער ער איז קייינמאל נאכגעגאנגען אין די וועגן פון הרב קוק, און דייקא געהאלטען אז די מדינה איז נישט קיין אתחלתא דגאולה, ער איז געווען א גרויסע חסיד פונעם רמב״ם, און מחבר געווען צענדליגע בענדער ״יד פשוטה״ אויפן ספר היד. צווישען זיינע תלמידים רעכענט זיך הרב יעקב צבי (ובשמו הלועזי יונתן) זאקס הרב הראשי לשעבר של בריטניה, איז אונטערסאנט צו ליינען אן ארטיקל איבער זיין השקפה אויף ״יום העצמאות״ בהלכה ובאגדה: http://cloud.tapatalk.com/s/5eb5bdc7ab58c/%D7%99%D7%95%D7%9D%20%D7%94%D7%A2%D7%A6%D7%9E%D7%90%D7%95%D7%AA.PDF און דא האסטו נאך אן ארטיקל פון פראפעסאר מנחם קרן קרץ איבער די היסטאריע פונעם ״עדה החרדית״ און איר שייכות צום מדינה: http://cloud.tapatalk.com/s/5eb5be16484d8/6_Menachem_Keren-Kratz_Cat-161_LR.pdf א גוט שבת
תנחום האט געשריבן:עפעס פרישע סחורה צו פרינטן פאר שבת, קומסט אריין קלאר. דרייסיג זייטן טאפס, רופסט אן ווארעם.
איך האב שוין געלינקט ערגעץ צו דער פייל מיט בריוון וועגן די מחלוקת אין ירושלים קעגן הרב קוק, פון איינער פון די ליטווישע רבנים וואס האבען געוואוינט אין ירושלים און שטארק געשטיצט הרב קוק, וויזענדיג ווי די מחלוקת האט מיט אידישקייט גארנישט. עס ליגט שוין לעבן מיין בעט אויף עונג שבת
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
א גוי ווען ס'גייט עם שווער, די ערשטע זאך שעלט ער זיין גאט - זיי שרייען בעת מצוקם 'son of a bitch', דאס איז דאך א חוזק פון יאשקע ס'גייט ארויף אויף זיין מאמע, און אזוי אויך די פ"א ווארט...
סיקטים:די לעצטע קוואוט אין דיין תגובה. איך האב נישט ליעב צו טרעטן אין בלאטע. אבער. דזשאסט פאר דהע רעקארד. דאס איז נישט דוקא א קללה אויף זייער גאט. נאר א דירעקטע אויסרעכענען פון זיין ייחוס..."דו ביסט א סאן אף עי ביט-ש"...!
נאר די פרענטש קענדיען גויים האבן א בפירוש'ע קללה אויף זייער גאט. איך האב אמאל געארבעט מיט א גוי פון אט דעם פאלק...און די קללה גייט בערך אזוי..."שמוציגער יאשקע וואס איז א חזיר""...!
נאר דער גוי איז אויך פארשטייצעך געווען א וויסטער אנטיסעמיט. ער האטציך אמאל צולאזט. ווען דער (פרייער) אידישער בעה"ב האט איהם נישט געוואלט געבן וועקעישן אין זיין ..."בין הזמנים"...צווישן קראצמעך און ניו יאיר...און איך בין פונקט געשטאנען נעבן עים האט ער געזאגט אזא מין פזמון...דער בעה"ב איז אן עפפען דזשו. און דו--ווייזנדיג אויף מיר. און נאך אן אנדערער ארבעטער פון אידישן אפשטאם"...אלץ ווייל ער האט נישט געקענט גיין דינען זיין אפגאט אין די שמייליגע טעג...!
איך האב פראבירט צו ליינען דער שבת דער קונטרס פון בריוון פון הרב הדס וועגן די מחלוקת אין ירושלים אויף דער רבנות דארט, און איך האב באמערקט וואס עס שטערט מיר אויפ'ן אמת.
ווען זיי ברענגן בריוון מיט אסאך הערות פון אונטן וואס צייכענן צו אנדערע ספרים און ביכער, ווערט א גאנצע באלאגאן אין מיין קאפ. איך וויל שוין אויפשטיין און נאכקוקן און פארשטיין וואס שטייט דארט, און פון דארט פאלט מען אריין אין א rabbit hole (פאר דער וואס פארשטייט נישט די משל, גיי שנעל און ליין Alice in Wonderland, און דערנאך Alice in the Looking Glass, אסאך סודות פון די בריאה שטיין דארט) פון איין מקור ביז צום צווייטן. ממילא איז טאקע בעסער צו ליינן פלעינער ביכער, ווי איידער די מיט אלע הערות און ציונים, ווען מ'וויל זיך אפרוען.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא